די מערסט לוקראטיווע פרייז אין סייענס איז די נאבל פרייז, נישט אזוי? ביז פאראיאר איז די מצב טאקע אזוי געווען. לעצטע יאר האט אבער א רוסישער ביליאנער, יורי מילנער, געגרינדעט אן פאונדעישאן מיטן נאמען "פונדמענטאלע פיזיקס פרייז" פאונדעישאן, וועלכע גיבט א סכום פון 3 מיליאן דאללער פאר דעם געוואונער. אין פארגלייך, א נאבל פרייז געוואונער באקומט "בלויז" 1.2 מיליאן דאלער. למעשה איז א נאבל פרייז א חשוב'ערע פרייז וויבאלד יערליך טוען איבער 3000 סייענטיסטן אריינשיקן זייערע רעקאמאנדאציעס, און די טאפ 250 געוואונער ווערן אלע קאנדידאטן, דערנאך טוט א קאמיטע אויסוועלן איינע פון די 250 קאנדידאטן מיט גרויס יישוב הדעת. משא"כ דער פפפ ווערט אויסגעוועלט דורך יורי מילנער (אזוי איז געווען פאראיאר, ווען די ערשטע פרייז איז געגעבן געווארן), און דורך געוועזענע געוואונער.
דאס אז עס איז נישטא קיין גאנצע קאמיטע וואס באשליסט פאר וועם צו געבן די פרייז איז א מעלה וויבאלד די נאבל פרייז ווערט אפט פארמישט אין נארישע פאליטיק. צום
יורי מילנער
פאריגעס יאר האבן ניין פיזיקער געוואונען, איטליכער האט באקומען 3 מיליאן דאלער.
היי יאר זענען נאר געגעבן געווארן צוויי פרייזעס. איינס האט סטיפען האוקינג, דער בארימטער קאסמאלאגיסט און פיזיקער באקומען. האוקינג האט געזאגט אז ער ווייסט נאכנישט וויאזוי ער גייט נוצן די געלט. "אפשר וועל איך מיך קויפן א וואקאציע הויז, נישט אז איך גיי אזוי סאך אויף וואקאציע. איך גליי מיין ארבעט אין שטודירן פיזיקס".
די צווייטע באקומען א גרופע פון זיבן פיזיקער וועלכע האבן געארבעט אויף די היגס באסאן פארטיקל אינעם LHC. די מתנה געבן צערעמאניע וועט פארקומען מארץ 20, 2013 אין CERN, דארט ווי די LHC איז פלאצירט.