אלכסנדר מוקדון- חלק א'
אלכסנדר מוקדון- חלק א'
איך וויל דא עפענען אן אשכול מיט'ן נאמען אלכסנדר מוקדון, ווי איך וועל ארויפלייגן אין עטליכע חלקים די היסטאריע פון די מענטש אין קורצן, אבער בעיקר ווי אזוי חז"ל און די חכמים האבן אים אנגעקוקט, די וויכוח מיט אים, זיין קלוגשאפט, זיין פיליזאפיע, און בעיקר די שייכות צווישן די חכמים מיט אים.
איך וויל דא מוסר מודעה זיין, זיי די ארטיקל, און סיי וועלכע ארטיקל איך לייג דא ארויף, איז א רשות הרבים, יעדער קען דא מגיה זיין (אבער "ביטע" נאר צו די זאך), יעדער קען קאפירן וואס איך שרייב, אבער געדענקט אז איך האב זיך זייער געמיטשעט און אריינגעלייגט אסאך כוחות און שעות אויף די ארטיקלן, ביטע געדענקט און עס נישט מער פון יושר צו דערמאנען פון ווי איר האט דאס נאך קאפירט, און ביטע דערמאנען דעם בעל המימרא. א גרויסן ייש"כ

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שנת ג' אלפים, תכ"ח.
א גרופע מיט מענטשן זענען געגאנגען אין א טויט שטילקייט, פון מאהל צו מאהל האבן זיי געווארפן א דערשראקענע בליק אויפן האריזאנט, ווארטענדיג מיט שרעק אויף די עלות השחר און די מראה וואס עס גייט זיך באווייזן פאר זיי. נאר די רואיגע געמיט פונעם ראש החבורה האט אריינבלאזן אין זיי אביסל בטחון און שטארקייט צו גיין ווייטער אין זייער וועג. דער ראש החבורה איז געווען די כהן הגדול איש האלוקים שמעון הצדיק.
פאר די שרעק פון די בני החבורה איז געווען א גערעכטע סיבה, שוין חדשים וואס עס קומט אן צו זייערע אויערן שערקליכע שמועות איבער א בארבארישן קעניג וועלכע איז אויפגעשטאנען אין מערב, א קעניג וועלכע גארנישט אין די וועלט קען אים נישט אפהאלטן, נישט אים און נישט זיין ריזיגע און מעכטיגע מיליטער.
די שמועות זענען געגאנגען אז אפילו דער מלך מלכים- דריוש, איז צושטויסן געווארן ווי שטויב פאר דען נייעם קעניג'ס מיליטער. די שמועות האבן געלויטעט אויף ביטערע דורכפעלער פאר די פרסים אין די שלאכטפעלדער, און פאר די ריזיגע ארמיי ווי די היישעריקן וועלכע נעמען איין שטאט נאך שטאט ווי עס וואלט נישט געווען דארט קיין מויער אדער אן הערשער פארדעם.
די יודע דבר האבן אפילו געטייטעלט אין נ"ך ספר דניאל (יא- ג) וועלכע שטייט: ועמד מלך גיבור ומשל ממשל רב ועשה כרצונו, וכעמדו תשבר מלכותו ותחץ לארבע רוחות השמים. אז דאס האט געמיינט דעם נייעם מעכטיגן קעניג- אלכסנדר מוקדון (סדר עולם רבה).
די שמועות און מעשיות זענען געווארן אן אמת'ן פאקט ווען עס איז אנגעקומען איין שיינעם טאג א שליח פון אלכסנדר מוקדון קיין ירושלים, און אין זיין האנט האט ער געהאלטן א בקשה פון די אידן פירער אז זיי זאלן שיקן מיט אים עסן מיט מיליטערישע "סופליי" וואס עס האט אויסגעפעלט פאר אלכסנדר בשעת ער האט געהאט פראבירט איינצונעמען די שטאט צור (די דאן הויפט שטאט פון לבנון). און אזוי וועלן זיי ארויסווייזן טריישאפט פאר דעם נייעם הערשער. ווי גרויס איז געווען די וואונדער און שאק ווען דער כהן גדול האט קאטאגאריש אפגעזאגט די בקשה, זאגענדיג: "אונז האבן געשוואוירן טריישאפט פארן קעניג דרויש, און אונז קענען דאס נישט פארלייקענען ווי לאנג ער לעבט נאך".
דער אנטוישטער און אויפגעברויזטע שליח האט געשוואוירן נקמה, און צוגעזאגט אז די אידן וועלן נאך זייער ביטער חרטה האבן דערויף. און ער האט א שמיס געגעבן זיין פערד און זיך ארויסגעלאזט צו זיין וועג ברויזענדיג פאר כעס.
מ'קען זיך נאר פארשטעלן די פחד און שרעק וועלכע עס האט אנגעכאפט די אידן אין ארץ ישראל ווען זיי האבן געהערט מיט וועם זייער כהן גדול האט זיך פארטשעפעט. אזוי ווי היינט, איז דעמאלס אויך געווען פיל אידן וועלכע האבן זיך געהאלטן פול קליגער פון די חכמי הדור און זיי האבן פארפירט הייתכן דער כהן גדול וועלכע פארשטייט נישט צו פאליטיק פירט אריין די אידן אין באד אריין, און וואס וועט דא זיין? דער קעניג איז באקאנט פאר א שרעקליכע נוקם ונוטר, און ער איז נאך קיינעם נישט שולדיג געבליבן, ווער ווייסט וואספארא חורבן ער וועט אנברענגען פאר כלל ישראל מיט זיין צוריקווייזן דעם נייעם קעניג'ס בקשה.
טויזענט מאהל מער איז געווארן זייער שרעק ווען זיי זענען געווארן אז די שומרונים און אין שפיץ פון זייער פירער און מנהיג- סנבלט, האבן ארויסגעשיקט 8000 אינגע און מלחמה פע'איגע מאן וועלכע זיי זאלן זיך צושטעלן מיט דעם נייעם קעניג, מיט אסאך סחורה און עסן וואס אלכסנדר האט געדארפט און פול מער. אוטומאטיש זענען די אידן געווארן א זייט אין די מלחמה, און זיי זענען מער נישט געוווען א נייטראלע לאנד אין די בלוטיגע מלחמה, צום גוט'ן אדער ח"ו צום שלעכטן.
ווען די אידן זענען געוואר געווארן אז צור איז שוין אויך געפאלן פאר דעם אומבאזיגטן קעניג אלכסנדר, איז נישט געווען קיין גבול צו זייער פחד און כעס אויפן כהן גדול. און ווי צו להכעיס האבן די עדים געמאלדן אז די מוקדונים האבן זיך אנגעהויבן צו רוקן דרום- ארץ ישראל. יעדע רהאט געוואוסט אז דער קעניג וועט נקמה נעמען אין די וועלכע האבן אים נישט געהאלפן אין נויט.
ווידער איז געווען דער כהן גדול וועלכע האט איבעראשט דעם עולם מיט זיין החלטה, נאך א שטילע תפילה אין בית המקדש האט ער באפוילן אז מ'זאל עפענען די מויערן פון ירושלים ברייט אפן ווי פסח ביינאכט ביי שפוך חמתך. און ער מיט טויזענט פון די פני ועיני העדה וועלן ארויסגיין מקבל פנים זיין דעם נייעם הערשער ווי נאר ער קומט אריין אין ארץ ישראל. די באשלוס איז נישט געווען קיין פשוטע אינעם עולם'ס אויגן, דער ניייע הערשער האט געקענט מחליט זיין אין איין סקונדע זיי אלע צו הרג'נען אדער פייניגן צום טויט (ער האט גע'הרג'ט זיינע נאנסטע מענטשן ווען ער איז געווען אין א כעס גוסטע אדער גוט אנגעשכור'ט). אבער דער כהן גדול האט געהאט מחליט געווען און עס זאל זיין וואס עס זאל נאר זיין.
ווען די זון האט אנגעהויבן ארויסצוקומען און עס האט געשיינט מיט זיין גאלדענעם ליכט, נישט ווייט פון די פעסטונג וואס הורדוס האט א נאמען געגעבן אנטיפטרוס, האט זיך אנטפלעקט פאר די אידן די מוקדוינישע מיליטער אין זיין מעכטיגן פראכט. עס איז געווען אויסטערליש שיין אבער שרעקליך אין די זעלבע צייט. די מוקדונישע מיליטער איז געווען אויסגעשטעלט אין גרופע'ס, יעדע גרופע האט געהאט 16 שורות פון 1500 סאלדאטן וועלכע זענען געשטאנען אקסל צו אקסל פונעם חבר. די גרופע'ס זענען געווען אויסגעשטעלט ווי ציגעל (אזוי ווי די שירת האזינו אין די תורה). אזוי זענען געשטאנען צענדליגע אויב נישט הינדערטע גרופעס איינע נעבן די צווייטע אין א הערליכע סדר. זיי האבן געהאט 12 פיסיגע שפיזן וועלכע איז געשטאנען מיטן שפיץ אין די הייעך, דאס אלעס האט געבליטשקעט אין די פנימער פון די משלחת הרבנים, נישט קיין וואונדער אז די מיליטער האט אפגעווישט די מיליטער פון דרויש ווי עס וואלט געווען א בעזעם וועלכע קערט אויף שמיץ.
אין די שפיץ פון די מעכטיגע מיליטער איז געזיצן א אינגע מענטש אויף זיין ווייסע פערד, דער רייטער איז נישט געווען מער פון 23 יאר אלט! און האט אנגעפירט די גרעסטע מיליטער אין יענע תקיפה. עס איז געווען זייער שווער צו גלייבן אז דער יונגע ראצער מיט די רויטע קורלי האר איז טאקע 'דער' מעכטיגע קעניג וועלכע ווארפט א שרעק אויף אלע קעניגן, און ער איז דער באקאנטע אלכסנדר מוקדון.
די היסטאריע באטיטלט אלס איינע פון די העלדישע און געוואגטע און גאר בראוו, און אויסערגעווענדליך קלוגע גענעראל, וועלכע האט געפירט זיין לאנד פון איין העלדישע נצחון צום צווייטן. אלכסנדר וועלכע האט ביז די 16 געלערנט ביי ארסטו, האט זיך ענדערש באטראכט ווי א וויסענדשאפטלער און א געלערנטע וועלכע פארשפרייט הענעליזם אין די וועלט, ווי א קאלט בלוטיגע רוצח וועלכע נעמט איין דריי פערטל וועלט און זייט אן א חורבן (דערמאנט עפעס פון בוש?).
"ווער זענען די?" האט אלכסנדר געפרעגט זיין סגן, בשעת ער ווייזט מיט די פינגער אויף די גרופע מענטשן וועלכע קומען אראפ די בארג אנגעטוהן אינגאנצן מיט ווייסע קליידער (בגדי כהונה). פארמניון, זיין סגן, האט אים גע'ענטפערט: "דאס זענען די אידן, אונזערע אליאירטע די כשדים בעטן רשות זיי צו הרג'נען מיט זייערע שווערדן, זאל מיר דאס לאזן?"
"קיינער זאל זיך נישט דערוואגן זיי אנצורירן" האט ער געשריגן מיט א פעסטקייט בשעת ער באטראכט ווי די גרופע אידן קומען אראפ די בארג לאנגזאם. א טויט שטילקייט איז געפאלן אויף די גאנצע מוקדונישע מיליטער, אזוי אויך האט די גרופע אידן געשפאנט מיט א טויט שטילקייט. אזוי זענען די צוויי גרופע'ס געקומען איינער נענטער צום צווייטן. די היסטאריע האט אויך אפגעשטעלט זיין אטעם, דאס איז געווען די רגע וואס די צוויי פארקערטע ציווילאציעס זענען זיך צוזאמגעקומען.

-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
עס איז כדאי צו באצייכענען, אז ביי אונז אין די אידישע טראדיציע און ספרים, ווערט דערמאנט אז אלכסנדר מוקדון איז געווען אין ארץ ישראל.
ביי די גריכישע (יוונים) ווערט בכלל נישט דערמאנט קיין איין ווארט איבער דעם קעניג, אז ער זאל האבן באזוכט ארץ ישראל בכלל.
עס איז מעגליך א הסבר אויף דעם פאקט, דאס איז ווען אלכסנדר מוקדון איז געגאנגען קיין מצרים, איז ער אריבער די וועג פון די ים (די היסטארישע וועג וואס גייט נאנט צו די ברעגעס פון ים התיכון), וואס טעכניש אין יענע צייט איז דאס נישט געווען א טייל פון די אידישע לאנד, נאר שפעטער האבן עס די חשמונאים איינגענומען, אין זייערע מלחמות קעגן די שכנים פון ארץ ישראל.

ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו האט געשריבן:עס איז כדאי צו באצייכענען, אז ביי אונז אין די אידישע טראדיציע און ספרים, ווערט דערמאנט אז אלכסנדר מוקדון איז געווען אין ארץ ישראל.
ביי די גריכישע (יוונים) ווערט בכלל נישט דערמאנט קיין איין ווארט איבער דעם קעניג, אז ער זאל האבן באזוכט ארץ ישראל בכלל.
עס איז מעגליך א הסבר אויף דעם פאקט, דאס איז ווען אלכסנדר מוקדון איז געגאנגען קיין מצרים, איז ער אריבער די וועג פון די ים (די היסטארישע וועג וואס גייט נאנט צו די ברעגעס פון ים התיכון), וואס טעכניש אין יענע צייט איז דאס נישט געווען א טייל פון די אידישע לאנד, נאר שפעטער האבן עס די חשמונאים איינגענומען, אין זייערע מלחמות קעגן די שכנים פון ארץ ישראל.
עס איז געווען דאן אינטער די הערשאפט פון דרויש
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
ממי שאמרו, קודם פותחין בכבוד האכסניה אז קאווע שטיבל האט זוכה געווען צו אזא מענטש וואו דיר, דיינע שיינע באלערנדע נושאים זענען געוואלדיג, כה יוסיף ה' וגו', זאלסט ווייטער ממשיך זיין אין די וויכטיגע ארבעט.
דיין תגובה צו מיין הערה האב איך האב נישט פארשטאנען? איך דאנק דיר פון פאראויס פארן מיר פארשטיין געבן, דיין כוונה
דיין תגובה צו מיין הערה האב איך האב נישט פארשטאנען? איך דאנק דיר פון פאראויס פארן מיר פארשטיין געבן, דיין כוונה
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
איך האב סך הכול געוועלט צולייגן צו דיינע רייד וועגן דעם אז די אידן האבן נישט געהערשט דאן איבער ארץ ישראל, דעריבער ווערט עס נישט באזינדער באשריבן אין די יוונישע קורות הימים. האב איך צוגעשטימט דערצוה, און איך האב געשריבן אינטער וועם יא, אונטער וועלכע הערשאפט עס איז יא געווען בימים ההם, וואס דאס איז געווען דריווש (אין אידיש וואלט מען געשריבן זיין נאמען; דעריאוועש) דער דריטער. ער איז דאן געווען דער מושל איבער אזיע און אזוי אויך ארץ ישראל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
להשלמת הענין ברענג איך דא פין בחדרי חרדים איבער דעם ענין, די קשיות און תירוצים.
טענה'ן זיי אז עס קען נישט זיין לויט דער סדר פין די יארען אז ער האט אים בכלל געטראפען.
א וויכטיגע פרט לגבי די יארען פין יענעם זמן, אז לויט די חוקרים שטימט בכלל נישט די יארען פין בית שני, לויט זיי דארף די בית שני זיין מיט הונדרעט פיפציג יאר מער ווי אונז זאגען, אדער גלות בבל מיט הונדרעט פיפציג יאר לענגער, (הונדרעט פיפציג איז א בערך נומער, איך געדענק נישט די פונקטליכע נומער), ממילא וועלכע תירוץ מען זאגט לגבי די קשיא, קען פארענטפערען דער זמן פגישה פין שמעון הצדיק מיט אלכסנדר מוקדון.
האם אלכסנדר מוקדון פגש את שמעון הצדיק?
אלכסנדר מוקדון לא יכל לפגוש את שמעון הצדיק מסיבה פשוטה , אלכסנדר מוקדון מת בשנת 323 לפני הספירה ואילו שמעון הצדיק חי 130 שנה מאוחר יותר.
את דברינו להלן כתבנו מתוך חוברת הקורס "מגלות לקוממיות" של האונ' הפתוחה, פרופ' אוריאל רפפורט:
נציג את דברי התלמוד ועדות דומה מההיסטוריון היהודי יוסף בן מתיתיהו, ולאחר מכן את דברי ההיסטוריון אורי רפפורט:
תלמוד בבלי:
בעשרים וחמשה בטבת יום שבקשו השומרונים את בית אלהינו מאלכסנדרוס מוקדון להחריבו ונתנו להם. באו והודיעו את שמעון הצדיק. מה עשה? לבש בגדי כהונה, ונתעטף בבגדי כהונה, ומיקירי ישראל עמו, ואבוקות של אור בידיהן, וכל הלילה הללו הולכים מצד זה והללו הולכים מצד זה עד שעלה עמוד השחר. כיון שעלה עמוד השחר אמר להם: מי הללו? אמרו לו: יהודים שמרדו בך. כיון שהגיע לאנטיפטרס [סמוכה לראש העין של ימינו] זרחה חמה, ופגעו זה בזה. כיון שראה לשמעון הצדיק, ירד ממרכבתו והשתחוה לפניו. אמרו לו: מלך גדול כמותך ישתחוה ליהודי זה? אמר להם: דמות דיוקנו של זה מנצחת לפני בבית מלחמתי. (יומא סט ע"א).
יוסף בן מתיתיהו:
וכשכבש אלכסנדרוס את עזה מיהר לעלות על ירושלים העיר. שמע הכהן הגדול ידוע על כך והיה שרוי באימה... יצא עם הכהנים והמון אזרחים וערך את קבלת הפנים [לאלכסנדר מוקדון] ...כי כשראה אלכסנדרוס מרחוק את ההמון בבגדים הלבנים....כרע והשתחווה לפני השם והקדים בשלומו של הכהן הגדול" (קדמוניות היהודים, יא)
סיפור בואו של אלכסנדר מוקדון לירושלים מסופר בתלמוד ואצל יוסף בן מתיתיהו אלא שאצל יוסף, הכהן גדול שמו היה "ידוע" ואצל חז"ל שמעון הצדיק.
ומה אומר המחקר על סיפור זה? כך כותב פרופ' אורי רפפורט:
"אין ספק שכמה מפרטי הסיפור הנידון, בגירסאותיו השונות, אינם נכונים עובדתית. מקצתם משקפים מציאות מאוחרת לימי אלכסנדר, והם מכונים אנכרוניזים [ייחוס מאורע או מנהג לתקופה שאינה הולמת אותם] , שכן העיר אנטיפטריס הוקמה בידי הורדוס המלך, ולא הייתה קיימת בימי אלכסנדר...שמעון הצדיק , והכוונה כנראה לכוהן הגדול שמעון השני, שעמד בראש האומה כ- 130 שנה מאוחר יותר [לשלטון אלכסנדר מוקדון, לכן סיפור מיפגש שמעון עם אלכסנדר לא התקיים]....אשר לביקור בירושלים, אין לנו עדות מסייעת ממקורות אחרים מלבד האגדה עצמה.
טענה'ן זיי אז עס קען נישט זיין לויט דער סדר פין די יארען אז ער האט אים בכלל געטראפען.
א וויכטיגע פרט לגבי די יארען פין יענעם זמן, אז לויט די חוקרים שטימט בכלל נישט די יארען פין בית שני, לויט זיי דארף די בית שני זיין מיט הונדרעט פיפציג יאר מער ווי אונז זאגען, אדער גלות בבל מיט הונדרעט פיפציג יאר לענגער, (הונדרעט פיפציג איז א בערך נומער, איך געדענק נישט די פונקטליכע נומער), ממילא וועלכע תירוץ מען זאגט לגבי די קשיא, קען פארענטפערען דער זמן פגישה פין שמעון הצדיק מיט אלכסנדר מוקדון.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

איחוד, דו נעמסט מיר צו די גאנצע חלק ג׳....
איך גיי מיר אי״ה באציען אין חלק ג׳ איבער די קשיות, און בדרך אגב איך גיי אויך פארענטפערן (ידיד נפשי...) יוסיפין איבער וואס ער שרייבט אז עס זאל אויסקומען צום מציאת. עס איז דא פיל הארבע קשיות און סתירות בנוגע די גאנצע געשיכטע. אבער איך קען נישט שרייבן חלק ג פאר חלק ב׳.
אביסעלע ווארטן ביטע. איך וועל אי״ה נישט אנטוישן
איך גיי מיר אי״ה באציען אין חלק ג׳ איבער די קשיות, און בדרך אגב איך גיי אויך פארענטפערן (ידיד נפשי...) יוסיפין איבער וואס ער שרייבט אז עס זאל אויסקומען צום מציאת. עס איז דא פיל הארבע קשיות און סתירות בנוגע די גאנצע געשיכטע. אבער איך קען נישט שרייבן חלק ג פאר חלק ב׳.
אביסעלע ווארטן ביטע. איך וועל אי״ה נישט אנטוישן
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
יישר כוח פאר ענק אלע פאר די לייקס און יישר כוח'ס, אודה ולא אבוש, עס פילט זיך גוט ווען דער עולם האט הנאה פון מיין ארבעט. איך האב זיך גע'יושב'ט צו איך זאל פארקויפן מיינע ארטיקלן פאר א צייטונג אדער מאגאזין, און כאטשיק מאכן געלט פון די ארבעט. אבער איך בין געקומען צום מסקנא עס נישט צו טוהן פאר עטליכע סיבות:
איך וויל אז יעדער זאל דאס קענען ליינען, און נישט איין חסידות אדער פארטיי זאל דאס ליינען און די אנדערע נישט.
איך וויל נישט זיין משעבוד צו א עורך וועלכע זאל מיר זאגן פון וועלכע מקור אדער גדול איך מעג יא אדער נישט שרייבן.
און די עיקר ווייל דא קען איך באקום גריסן פונעם עולם און דער עולם קען מיר ענטפערן און פירן א דיאלאג וואס און ווען זיי ווילן, און מיר פארעכטן ווען איך בין זיך טועה.
איך ארבעט יעצט אויף חלק ב', און איך האף אז היינט אדער מארגן אי"ה זאל עס ארויסקומען לאור עולם.
ממי_שאמרו
(אריק, איך האף אז דו האסט געהאט אן עונג שבת...)

- ידיד השטיבל
- הודעות: 197
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

ממי_שאמרו האט געשריבן:די יודע דבר האבן אפילו געטייטעלט אין נ"ך ספר דניאל (יא- ג) וועלכע שטייט: ועמד מלך גיבור ומשל ממשל רב ועשה כרצונו, וכעמדו תשבר מלכותו ותחץ לארבע רוחות השמים. אז דאס האט געמיינט דעם נייעם מעכטיגן קעניג- אלכסנדר מוקדון (סדר עולם רבה).
אין ספר דניאל (פרק ז פסוק ו) ווערט יון פארגליכן צו א נמר. אין ספרים ווערט געברענגט - צווישן אנדערע - צוויי הסברים דערויף וואס פארבינדען דאס מיט אלכסנדר מוקדון. איין הסבר איז אז פונקט ווי א נמר לויפט גאר שנעל, האט אלכסנדר מוקדון גאר שנעל פארברייטרעט זיין אימפעריע. א צווייטע הסבר איז אז אויף א נמר זאגט דאך די משנה "הוי עז כנמר". אויף אלכסנדר מוקדון איז גאר פאסיג די אויסדרוק "עז" אין ליכט פון זיין אגרעסיווע באנעמונג מיט זיינע שונאים און אונטערטאנען.