פיקציע האט געשריבן:היינט שיקט מיר איינער א פאוסט פון דער OTD'ניק יושע בערגער וועלכער האט אנגעפירט מיט די הפגנה כ"א כסלו ווי ער שימפט און שוימט פארוואס דייטש און קרויס ווייסן נישט צו דאנקען פאר די אף די דרך געמיינדע אויף זייער שטיצע דורכאויס די סומאטאכע:
and as expected, not a single thanks to the secular or OTD community that had the backs of religious victims and their families when their 'supporters' were scared to be seen or heard throughout the process...of course we didnt protest, show up in court or do anything else to get thanx, but to listen to people giving thanx to god and throwing praise around for judaism when it was those elements that stood in the way of justice and it took secularism and us non conformists to break the walls of silence is repulsive... so yeah, [...]... a freilichen chanukkah
this is very upsetting and completely uncalled for
פיקציע האט געשריבן:היינט שיקט מיר איינער א פאוסט פון דער OTD'ניק יושע בערגער וועלכער האט אנגעפירט מיט די הפגנה כ"א כסלו ווי ער שימפט און שוימט פארוואס דייטש און קרויס ווייסן נישט צו דאנקען פאר די אף די דרך געמיינדע אויף זייער שטיצע דורכאויס די סומאטאכע:
and as expected, not a single thanks to the secular or OTD community that had the backs of religious victims and their families when their 'supporters' were scared to be seen or heard throughout the process...of course we didnt protest, show up in court or do anything else to get thanx, but to listen to people giving thanx to god and throwing praise around for judaism when it was those elements that stood in the way of justice and it took secularism and us non conformists to break the walls of silence is repulsive... so yeah, [...]... a freilichen chanukkah
זר זהב האט געשריבן:אבער יאנקל. ס'דא א וועג דאס צו מעסטן. גיי קיין פעילד מעסייע און ליין דארט די קאממענטס, נאכער גיי קיין איי וועלט און ליין דארט די קאממענטס. ערגעץ אינדערמיט איז דער מיטל וועג. דא דרייען זיך עטליכע פעילד מעסייע קאמענטירער. און נישט דערפאר ביניך אהערגעקומען 8 חדשים צוריק.
לפענ"ד זענען די וותיקים, די אריגינעלע מעמבערס פון קאווע שטיבל פליטים פון איי-וועלט. נישט אזוי ווי די צו געקומענע ווי אני הקטן. פון קיין איי-וועלט האב איך קיינמאל נישט געהערט. ממילא האב איך נישט געוואוסט די חסרונות פון יענעם וועבסייט. עכ"פ דאס קאווע שטיבל איז ב"ה זייער א געשמאקע סייט. מ'קען אדורכלופטערן אלע פראגעס און מ'הייסט נישט קיין אפיקורס אדער א שגץ. און אלעס ווערט געטון בטוב טעם ודעת. יעדער רעדט מיט דרך ארץ צו א צווייטן. און דאס אלעס האב איך צו פארדאנקען פאר...נחום. מעשה שהי' כ'האב געבלעטערט אויף זיין סייט און ער האט געברענגט עפעס פון קאווע שטיבל. אזוי האבעך דיסקאווערד דעם סייט.
איך וואלט געוואלט הערען אז ער איז זיכער שילדיג ווייל איך קען נישט שלאפען אז קען זיין א יוד גייט זיצען פארגאנישט ל״ע אבער דערווייל בין איך אינגאנצען נישט קאנווינסט
איך וויל ווידערהאלן מיין בקשה אז די דאזיגער אשכול דארף ווערן אפגעשפארט. עד מתי יהיה אשכול זה לנו למוקש?!
דער אשכול איז פולווער, פולווער וויל איך נישט אין שטוב, און פולווער באלאנגט נישט אין שטיבל.
אן אשכול וואס איז געווען בכח צו אוועקנעמען די ביסעלע חוש ההומאר וואס אזוינע געשמאקע הומאריסטן ווי בן תמליון, זר זהב, קאווע טרונקער האבן; די אשכול וואס האט געמאכט א קילן מענטש ווי איחוד פעלד מיט זיינע אייביגע זיסע תגובות צו שרייבן עקסטרעם, די אשכול וואס האט געמאכט אזא לאכעדיגן מענטש ווי זר זהב שרייבן קללות נמרצות, און ועל כולם די אשכול וואס האט געמאכט אידן מזלזל זיין אין אידיש בלוט מוז זיין אפגעשפארט ממה נפשך, לדעת רוב אנ"ש אז ר' נחמי' איז אומשולדיג, איז דאך א ווייטאג אז מען לאזט דאס אפען, זיין משפחה קען דאס ליינען און זעהן די וואס שרייבן קעגן אים און וויאזוי מען פראקט אויס יעדע דעטאל פון די אומבאטעמטע זאכן. לדעת המיעוט אז קרויס איז גערעכט, איז זי דאך א צובראכענע וויקטאם, דארף זי אדער אירע נאנטע זעהן ווי מען פראקט איר אויס און מען רופט איר פראסטיטוטקע און מען איז מזלזל אין איר ווייטאג?
אזא איד ווי רבי ישראל בער, א צדיק פון א איד לכל הדעות מעג ליינען דעם אשכול?
די אשכול איז גורם צער און פירוד לבבות, דאס איז די היפוך פון די מטרה פון קאווע שטיבל אלס א געשמאקע מקום מנוחה ואהבת חברים, לאמיר דאס צושפארן, און לאמיר אוועקלייגן די נושא אין א זייט, לאמיר נישט רעדן וועגן דעם בשעה שמתו מוטל לפניו און בשעת כעסו.
לאמיר נישט פארגעסן אזא ידיד ווי פריינדליך איז אוועקגעגאנגען ווארשיינליך ווייל מען האט געשריבן צו שארף און עס האט אים וויי געטון, וועלן מיר זיך קענען מוחל זיין אז אזא ידיד ווי זר זהב וועט אוועקגיין? עס וועט זיין נפלה עטרת ראשנו זר זהב שעלינו. אז בן תמליון וועט אונז איבערלאזן אן זיינע גוטע רייד ; אדער להיפך אז די ווארעמקייט פון אזוינע חכמים נבונים ווי יידל אדער יאנקל צו אונזער שטיבל וועט נאכלאזן? אדער אז איחוד פעלד וועט אויפהערן מיט זיין שטעכעדיגע הומאר אין אנדערע נושאים?
יא, די נושא פון הנהגה רבנית ווערסוס גיין צו די פאליציי, אדער רחמנות פאר אנ"ש ווערסוס יוסטיץ וכדומה, אסאך נושאים המסתעפים בעניין זה זענען זייער וויכטיג און באלערנד,
אבער יעצט איז עס פולווער, לאמיר אפלאזן די גאנצע נושא, נישט רעדן א וואך צוויי פון די גאנצע טאפיק, לאמיר זיך בדחנען, בארייכערן ידיעות, שמועסן און פארברענגען, און ווען עס וועט זיך בארוהיגן וועלן מיר צוריק עוסק זיין אין דעם.
נולד מאוחר האט געשריבן:שרגא , אויב מעג איך פרעגן פארוואס האסטו געהאלטן אז ער איז שולדיג?
כ'וועל דיר זאגן אין קורצן וואס עס קומט דא פאר. עס איז אמאל געווען א גנב וואס פינף מענטשן האבן עדות געזאגט אין געריכט ווי זיי אליין האבן אים געזען גנב'ענען אין פינף באזונדערע פעלער. "נו, וואס זאגסטו צו די עדות?" פרעגט דער ריכטער דעם גנב. "האסט עפעס צו ענטפערן דערויף?" "און אז זיי זאגן אזוי, מוז עס שוין זיין אמת?" ענטפערט ער נגב. "פינף מענטשן זענען דאך נישט די גאנצע וועלט. איך קען דיר ברענגען טויזנט עדות וואס האבן געזען ווי איך גנב'ע נישט... איך קען דיר אפילו ברענגען הונדערט עדות אז איך האב געדאוונט ערליך און געגעבן צדקה." די וואס וואלטן אלס ריכטער אנגענומען יענעמ'ס ענטפער, זיי זאלן אים ווייטער פארטיידיגן. אבער די וואס נישט – נישט. קענסט זאגן אז דו האסט נישט געהערט גענוג קלארע עדות, אדער דו גלייבסט נישט די עדות. אבער די וואס האבן יא אביסל געהערט, זיי מוזן עס בלית ברירה גלייבן. און אגב, צו די אלע וואס שרייען "איך האב נישט געזען קיין עווידענס, קיין ווידיא, קיין DNA", וויל איך דערמאנען אז איך געדענק נישט די הלכה זאל ערגעץ דערמאנען עווידענס, ווידיא, אדער DNA, נאר דוקא "עדות". און עס איז דא מער ווי אן עד אחד אדער שתי עדים. אבער יעדער וואס האט שטארק חשק, אדער שפירט עס פאר וויכטיג לטובת הענין, מוז נישט גלייבן די עדות.
די איינציגסטע זאך וואס די מאכסט מיר קלוגער איז אז סדא עדות. וויל איך וויסען פון וואס רעדטסטו? האבן דו עדות אויפגטרעטן און קארט? האבן דו דזשורי געהערט די עדות? איז שייך באהאלטנע עדות און מעריקאנע סיסטעם?
עפעס גייט מיר נישט און קאפ אריין מיט אריינלייגן א מענטש און תפיסה פאר אזוי לאנג, נאר ווייל די וויקטים אליין זאגט אזוי. איך טריי צי פארשטיין נישט זיך סתם צי טענה'ן, נאך דערצי די נארישע גערעדאכטס פון די לאדזשערע. איז שייך צי זאגן אז דו דזשאדזש און דזשארי ווייסט פאקטן וואס איז נישט פאבליק אונפוי, און זיי בויען אויף יענס?
בן תמליון האט געשריבן:ר' קןפערניקעס איר האט מיר געמאכט לאכן צום ערשטן מאל און די לעצטע דריי וואכן איר זענט בריליאנט ווי אייביק. I LOVE YOU.
איך בין מחולק מען זאל פארשפארן עם אשכול דער דיזער אשכול עס איז דער הייסטער און לענגסטער אין ק"ש היסטאריע דער נושא איז וויכטיק און מען קען זיך לערנען דערפון אסאך לעתיד. מען דארף עס לאזן אויסברענען ביז דער עולם וועט צוריק כימי קדם.
יא, עס איז די לענגסטע אשכול ווייל עס ווערט געטריבן פון שנאה און היץ. לאמיר נוצן די זעלבע כחות וואס מיר לייגן יעצט אריין, צו געוואויר ווערן וואס מען קען עסן פאר לאנטש, א זאך וואס קרענקט איינעם פון אונזערע ידידים דא, אדער צו ענטפערן איינס פון די הונדערט באלערנדע שאלות חכם חצי תשובות פון ידען, אדער... יא, מיט די כחות קענען מיר אנהייבן ליינען די טיפע סחורה: די חכמת האטאם פון פשוט קאמפליצירט, די וועלט פלאך-רונדעכיג פון יידל, שיר השירים פון בן תמליון, אדער נייע ספרים און ביכער פון יאנקל. אויב האט איר נאר ליב סומאטאכעס, קען מען טוישן די נעמען "אטאם סומאטאכע" "שיר השירים סומאטעכע" און "אסטראנאמיע סומאטאכע". גענוג געווען מיט די שנאה און היץ, עס קען זיך מיר דוכטן אז איך בין דא ביי א גענעראל פארזאמלונג, אדער סתם ביי א הייסע קופקע אין פאיע מקוה בהשתתפות קיווע הענדלער