דזשורי דוטי רבותי
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
דזשורי דוטי רבותי
אין ליכט פון די לעצטערע געשעענישן קומט אויפן געדאנק וואס ר' אברהם (המכונה אלבערט) פרידמאן אין די צייטונג פלעגט אמאל קאמפיינען אונזער עולם זאל גיין אויף דזשורי דוטי, פארשטייט זיך ער'ט געמאכט א קול קורא במדבר אבער דאך זאכן טוישן זיך היינט ביי אונז שנעלער היינט אפשר וועט א קאמפיין אויפטוהן.
מיטן אויסמיידן דזשורי שיסן מיר זיך אליין אין די פיס קודם כל זענען מיר אינדרויסן פונעם סיסטעם, פראסעקיוטערס און ריכטער וואלטן זיך צו אונז באצויגן מיט מער זיידענע הענטשיך העטן זיי געוואוסט אז זיי דארפן אנקומען צו אונזער גוטן ווילן צו זיי אלס פאטענציעלע זשורארס די איינציקסטע צייטן זיי זעען אונז איז אלס קרימינאלן אדער זייערע שטיצער.
און העיקר אז מיר וועלן גיין וועלן מיר מיט געוואלד אנקומען צו זיצן אויף טרייעלס פון אחב"י מיר האבן קעה"ר א ריזן ציבור אזש מיר קענען אנפילן צוויי סטאדיומס מיט בלויז פרומע מענער אין אן אויגנבליק, מיר קענען פארפלייצן דעם קארט סיסטעם.
איך מיין אז היימישע ווייבלעך זאלן זיכער גיין וועט מען העכסטנס אויפגעבן אפאר טאג שאפינג ביי מעיסיס און דייעט צו זיצן אין געריכט מ'צאלט גאנץ פיין אויך. בכלל קענען זיך די פרויען באהאלטן אינטערן שייטל מען וועט זיי נישט דוקא אידענטיפיצירט אלס היימישע זיך בעסער אריינצוריקן אויף היימישע קעיסעס.
וואס זאגט דער עולם?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
יידל האט געשריבן:קודם פועל מ'זאל קענען ענגליש.
סאי'ז דא א שיינער עולם וואס קען, די פרויען זיכער. גראדע ווייס איך א מעשה א אינגערמאן איז אראפגערופן געווארן צו דזשורי ער האט פרובירט זאגן ער קען נישט ענגליש דער שופט האט געפרעגט האסט לייסענס? דריי נישט קיין קאפ וואס די וועסט נישט פארשטיין וועט מען איבערטייטשן. אגב דער אינגערמאן איז געזיצן אויפן טרייעל אן אנקלאגע קעגן די שטאט פון א באנדע טינקעלע באנדיטן וואס מ'האט ארעסטירט ביי א פארטי ביינאכט זיי האבן געקלאגט די סיטי פאר א מיליאן דאלאר. די שווארצע דזשורי איז געווען גרייט צו נאכגעבן אבער אונזער איד האט זיך נישט געלאזט אויפווייזנדיק די חברה זענען גאר נישט געווען אומשילדיק. נאכן טרייעל איז צוגעקומען איינער פון די שטאט זיך באדאנקען זאגנדיק איך האב אויף דיר געוויזן פאר מיינע מענטשן דער דזשו וועט אונז ראטעווען. הוא אשר דברתי זיי דארפן אונזערע גמרא קעפ דארט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 139
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
בן תמליון האט געשריבן: הוא אשר דברתי, זיי דארפן אונזערע גמרא קעפ דארט.
אוי, דאס מוז זיין א גרויסן טעות.
ס'איז וואויל (שלעכט) באקאנט, אז זיי זוכן דווקא נישט קיין גמרא קעפ, נאר פשוט'ע פראסטע מענטשן וואס גלייבן יעדע נארישע עווידענס.
אסאך חברה זענען שוין אפגעזאגט געווארן פון דינען אויף דזשורי דוטי צוליב זיין צו קלוג. איך האלט אז רוב אידן וועט מען נישט אננעמען. א וואונדער אז ע"פ רוב נעמט מען שוטים, פשוט'ע קעפלעך? (כ'מיין נישט קיין שום ראסיזם ח"ו, אבער דאס איז דער פאקט. די פראסעקיוטערס זענען די ראסיסטן.)
וירח ה' את ריח הניחוח
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
קארל,
ברענגסט ארויס גוטע נקודות בנוגע ווען א איד דארף זיצן ביים משפט פון א צווייטן איד. אבער די ערשטע טענה פון בן תמליון איז געווען אז די פראסעקיוטערס אין ריכטער זאלן מער זען פון דעם איד וכו' נישט נאר אלץ א קרימינאל אדער זיין שטיצער, און דער טענה איז אפילו אויב דער איד וועט זיך עמטליך ארויסדרייען פון קעיסעס וואס זענען פון אחב"י ווייל ער איז צי בייעסט
און א'מרעדט שוין פון ז'ורי דוטי, ווער קען פארגעסן דעם פילם!

- שמיטה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 296
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
קארל האט געשריבן:איינס - זיכער מאכן אז דער איד באקומט א יושר'דיגן משפט. אויב איז ער אומשולדיג זאל ער נישט ארויס שולדיג צוליב אנטיסעמיטיזם אדער אנדערע סיבות, און אויב איז ער יא שולדיג זאל ער טאקע ווערן באשולדיגט.
צוויי - זיכער מאכן אז דער איד גייט ארויס אומשולדיג, אפגעזען צי ער איז באמת שולדיג צי נישט.
ביידע מהלכים ברענגען פראבלעמען. אויב גייט מען מיט'ן ערשטן מהלך און מ'וועט טאקע אורטיילן שולדיג אויף א איד וואס איז באמת שולדיג, וועט דאס ארויפברענגען די רוגזא פון דער משפחה און פון נאך אידן וועלכע וועלן זיך אננעמען פאר זיי.
--------
איך וואלט רעקאמענדירט אז רבנים זאלן ארויסקומען קלאר זאגן אז א דזשוראר דארף גיין מיט'ן אמת, און אויב וועט זיך מאכן אז א איד דארף אורטיילן שולדיג אויף א צווייטן איד וועט ער האבן מיט זיך די רבנים וועלכע וועלן אים פארטיידיגן, און אזוי וועט מען זען אז אידן זענען נישט סתם בלינדע פאנאטיקער איינער פאר'ן צווייטן, נאר מ'גייט צו מיט יושר, און מ'פארשטייט אז א צווייטער איד איז אויך שולדיג, און אזוי וועלן אידן קענען זיצן אויף דער דזשורי פון אידישע משפטים פאר לאנגע יארן, און זיכער מאכן אז עס ווערט געפירט ביושר.
א אידיש קינד טאר נישט יענעם אריינשפארן אין תפיסה, אפילו ווען יענער איז שולדיג.
די הייליגע רבי משה לייב סאסובער און אנדערע צדיקי אמת זי"ע, האבן זיך מוסר נפש געווען, אויסצולייזן מיט אלע מיטלען און פאר אלע קאסטן, אידן וועלכע האבן געשמאכטעט אין תפיסה, אפילו זיי זענען געווען הונדערט פראצענט שולדיג. זיי האבן טאקע נישט באצאלט די ארענדער געלט, און האבן באמת געשמוגעלט משקה איבער די גרעניץ, אד"ג
זייט ווען זענען מיר באפוילן מיט די מצוה פון פדיון שבוים, דוקא אין א פאל וואס יענער איז אומשולדיג
- smart
- ידיד ותיק
- הודעות: 625
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
- האט שוין געלייקט: 325 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
- קאנטאקט:
דבילה האט געשריבן:און א'מרעדט שוין פון ז'ורי דוטי, ווער קען פארגעסן דעם פילם!
וואס איז דע פילם? ביטע געמיר קורצע זאג איבער ווייל עס איז דויערט אנדערט האלבן שעה און איך וויל שוין גיין שלאפן...
א גוטן טאג אייך!
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
smart האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:און א'מרעדט שוין פון ז'ורי דוטי, ווער קען פארגעסן דעם פילם!
וואס איז דע פילם? ביטע געמיר קורצע זאג איבער ווייל עס איז דויערט אנדערט האלבן שעה און איך וויל שוין גיין שלאפן...
יא דאס איז באמת א גוטער פילם מיט א טיפן מוסר ווערט צו זען (ס'איז ריין אינגאנצן אגב) פון די מערסט געלויבטע אין די געשיכטע פון פילםס.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
קארל האט געשריבן:משולמ'ס פראגע האב איך אמאל אביסל לענגער אויסגעשמועסט כזה:
עס איז וואויל באקאנט די וויכטיגקייט פון זיך באטייליגן אין דעם "דזשורי דוטי" - סיי מאראליש און סיי פראקטיש. עסקנים זענען אין די לעצטע יארן טעטיג מעורר צו זיין דעם ציבור אז אויב אידן וואלטן זיך נישט אזויפיל ארויסגעדרייט פון דזשורי, וואלטן אידן וועלכע גייען דורך משפטים געקענט באקומען אידן אלץ זייערע דזשוריסטן, און דאס וואלט זיי געקענט העלפן אין זייער משפט.
ווי באריכטעט אין אן אנדערן אשכול, איז נעכטן, תשעה-באב, פארגעקומען א טעלעקאנפערענץ מיט היימישע עסקנים איבער דעם שיקזאל פון אידן אין טורמע. עס איז אויך ארויסגעברענגען געווארן דורך הרב יואל אשר לאבין פון "דרור" די וויכטיגקייט פון גיין צו דזשורי.
איך וויל דעריבער פרעגן א פראגע פון הרב לאבין און פון די אנדערע עסקנים. אבער איידער איך פרעג מיין פראגע וויל איך אונטערשטרייכן אז איך פערזענליך האב נאך קיינמאל נישט זיך ארויסגעדרייט פון דזשורי דוטי.
מיין פראגע צו די עסקנים איז אזוי: איר טענה'ט אז אויב אידן וועלן מער גיין צו דזשורי וועט דאס קענען ארויסהעלפן אידן. פיין. וואס איז אבער אז א איד ווערט אויפגענומען אלץ א דזשוריסט ביי דעם משפט פון א פעלאו איד, וואס איז זיין פליכט אלץ דזשוריסט? צו פארזיכערן א יושר'דיגן משפט אדער צו באפרייען דעם איד?
וואס איז אויב ווי דער משפט פראגרעסירט ווערט קלאר פאר דעם אידישן דזשוריסט אז דער איד איז שולדיג. זאל ער מסכים זיין מיט די איבריגע דזשוריסטן אז ער איז שולדיג? אויב יא, וועט דאך אים די משפחה ממית'ן, און גענוג "ערליכע" אידן וועלן אים באשולדיגן אין "מסירה". אויב נישט, באגייט ער דאך אן אוממאראלישן אקט. ובנוסף לזה, אויב אידישע דזשוריסטן וועלן אייביג זאגן אז אידן זענען אומשולדיג וועט מען טאקע נישט אויפנעמען קיין אידישע דזשוריסטן ביי אידישע אנגעקלאגטע, און מ'וועט נישט קענען פארזיכערן א יושר'דיגן משפט.
אלזא, וואס איז דער ציל פון פרובירן אז אידן זאלן ווערן אויפגענומען אלץ דזשוריסטן ביי אידנ'ס משפטים?
איך מיין צו זאגן אז מ'דארף אוועקשטעלן וואס דער ציל דארף זיין מיט ארויפרוקן אידן אין דזשוריס פון אידישע משפטים. עס קענען זיין צוויי מהלכים:
איינס - זיכער מאכן אז דער איד באקומט א יושר'דיגן משפט. אויב איז ער אומשולדיג זאל ער נישט ארויס שולדיג צוליב אנטיסעמיטיזם אדער אנדערע סיבות, און אויב איז ער יא שולדיג זאל ער טאקע ווערן באשולדיגט.
צוויי - זיכער מאכן אז דער איד גייט ארויס אומשולדיג, אפגעזען צי ער איז באמת שולדיג צי נישט.
ביידע מהלכים ברענגען פראבלעמען. אויב גייט מען מיט'ן ערשטן מהלך און מ'וועט טאקע אורטיילן שולדיג אויף א איד וואס איז באמת שולדיג, וועט דאס ארויפברענגען די רוגזא פון דער משפחה און פון נאך אידן וועלכע וועלן זיך אננעמען פאר זיי.
אויב גייט מען מיט'ן צווייטן מהלך און מ'וועט אורטיילן אומשולדיג פאר יעדן איד אפגעזען צי ער איז באמת יא שולדיג צי נישט, וועט דאס צוברענגען אז ביז א קורצע צייט וועט באשטימט ווערן אז אידן קענען נישט זיצן אויף קיין דזשורי ביי א אידישן משפט, וויבאלד מ'וועט קענען אנווייזן אויף פילע אידישע משפטים וואו עס זענען געזעסן אידישע דזשורארס, און אין קיין איין פאל האט נישט א איד גע'פסק'נט "שולדיג"!
עס איז א מציאות אז ביי שווארצע משפטים זיצן כסדר שווארצע דזשורארס, ווייל עס איז אויך א מציאות אז כאטש שווארצע האבן אין אלגעמיין א שטערקערן געפיל פאר א שווארצן ווי ווייסע האבן, וועלן זיי אבער געווענליך קענען ארויסגעבן א "שולדיג" אורטייל אויב עס שטעלט זיך קלאר ארויס אז יענער איז שולדיג. שטעלט אייך פאר אז עס וואלט זיך ארויסגעשטעלט נאך א צאל געריכטן אז שווארצע האבן קיינמאל נישט גע'פסק'נט "שולדיג" קעגן א פעלאו שווארצן - איז דאך קלאר אז עס וואלט מער נישט געקענט עקזיסטירן אזא זאך אז א שווארצער זאל זיצן אין דער דזשורי פון א שווארצן משפט. איז דאך קלאר, אז אויב וועט מען מצליח זיין צו איבערצייגן דעם עולם צו גיין צו דער דזשורי, און עס וועלן זיך מאכן אידישע קעיסעס וואו עס וועלן זיצן אידישע דזשורארס, וועט מען ביז א קורצע צייט זען אז אידן פסק'ענען נישט "שולדיג" און דער געים וועט זיך תיכף אויפהערן! מען וועט מער נישט קענען פארזיכערן אז א איד וואס איז באמת אומשולדיג זאל ארויסגיין זכאי בדין.
איך וואלט רעקאמענדירט אז רבנים זאלן ארויסקומען קלאר זאגן אז א דזשוראר דארף גיין מיט'ן אמת, און אויב וועט זיך מאכן אז א איד דארף אורטיילן שולדיג אויף א צווייטן איד וועט ער האבן מיט זיך די רבנים וועלכע וועלן אים פארטיידיגן, און אזוי וועט מען זען אז אידן זענען נישט סתם בלינדע פאנאטיקער איינער פאר'ן צווייטן, נאר מ'גייט צו מיט יושר, און מ'פארשטייט אז א צווייטער איד איז אויך שולדיג, און אזוי וועלן אידן קענען זיצן אויף דער דזשורי פון אידישע משפטים פאר לאנגע יארן, און זיכער מאכן אז עס ווערט געפירט ביושר.
number 3 that if they will see that we are participating they will count us that he might be a juror at a case where i will run the prosecution
(sorry i cant type hebrow here)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
Re: דזשורי דוטי רבותי
שווארצע נעמען זיך דוקא יא אהן פאר שווארצע, און מען מיז זיי נעמען ווייל מען טאר נישט זיין ראסיסט.
די זעלבע וועט זיין מיט טידן.
אויף דער שאלה, וואס א איד וועט טוהן ווען א צוייטע אחד איז שולדיג,,....
נו
פאר.דער שאלה אליין קומט דיר מלקות. ווי קען א איד האלטען אז א צוייטע איד איז שולדיג?
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
בן תמליון האט געשריבן:smart האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:און א'מרעדט שוין פון ז'ורי דוטי, ווער קען פארגעסן דעם פילם!
וואס איז דע פילם? ביטע געמיר קורצע זאג איבער ווייל עס איז דויערט אנדערט האלבן שעה און איך וויל שוין גיין שלאפן...
יא דאס איז באמת א גוטער פילם מיט א טיפן מוסר ווערט צו זען (ס'איז ריין אינגאנצן אגב) פון די מערסט געלויבטע אין די געשיכטע פון פילםס.
ס'איז גאנץ אינערסאנט, איך בין נייגעריג ווי ווייט אדער נאנט עס איז צי ריעלעטי?
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
קארל, דיינע פראגעס זענען גאר שטארק און אדרבה אפשר זאל איינער אריינשיקן פאר אלבערט די שאלות און זעהן ווי ער צילט...
פארט אבער לענינינו וואס דו פרעגסט כלפי וועבערמאן, דאס איז טאקע די עקזעקט קעיס ווי א איד אויפ׳ן דזשורי וואלט גאר שטארק געהאלפן....נישט וועבערמאן נאר אז דער אמת זאל ארויסקומען
קוק אפילו דו שטעלסט דיין שאלה ביי וועבערמאן ״אויב עס וואלט געוועהן א ווידיאו, אדער הארטע באווייזן״ משא״כ אויף דעם פארלאפענעם טרייעל ווי עס איז בלויז געוועהן טעסטימאני פונעם אנקלאגער וואלט א איד אוודאי פארלאנגט מער אדער עטוואס באווייזן און אז נישט וואלט ער גע׳האנגט די דזשורי....
חוץ אויב נ״ר וכת דיליה וואלטן געוועהן פון די דזשורי, רחמנא יצילנו מהם ומהמונם

- למדן
- היימישער באניצער
- הודעות: 507
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 128 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
פארוואס האלט מע"כ אז דאס וואלט געהאלפן פארן אמת ארויס צו קומען? אדרבה אויב דער איד איז א איד פונם סיסטעם וואלט ער גפסקנ'ט לטובתו און טאמער נישט לטובתה, הגם עס איז דא א קליין חלק אידן וואס וואלטן זיך געוואלט האלטן צום אמת אבער רוב האבן שוין א מיינונג אדער וואס זיי ווילן ס' זאל געשען
ביסיידס אז זיי וואלטן קיינמאל נישט געלאזט זיין יודן אויף די קעיס
ביסיידס אז זיי וואלטן קיינמאל נישט געלאזט זיין יודן אויף די קעיס
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:פארוואס זאלן די רבנים נישט ארויסקומען מיט א פסק הלכה וואס מדארף צו טוהן אויב מאיז אויף א דשזורי?
ווען די רבנים הייסען גיין וואלטן מיר דאך פארלאנגט פון זיי אויך ציגיין'
נו שטעל דיך פאר א כ''ק אדמו''ר זיצט און קארט אויף דזשארי.
וואלט געווען פורים. די רב''י האט דאך נישט קיין אנונג וטאס סטוט זיך אויף דער וועלט. און אויב ווייסט ער יא מיז ער זיך מאכן ווי ער ווייסט נישט.
האבן זיי סקילס צי דעליברעטן , האבן א קאנווערסעשן מיט נאך עלעף מענטשען און זיין אויף זייער לעוועל?
דערנאך די גבאי די קארט וועט דאך נישט אריינלאזן די גבאי, נו ווי אזוי קען זיך די רבי זעצען אז קיינער שטיפט עם נישט אונטער די בענקעל?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
קארל האט געשריבן:מיין פראגע צו די עסקנים איז אזוי: איר טענה'ט אז אויב אידן וועלן מער גיין צו דזשורי וועט דאס קענען ארויסהעלפן אידן. פיין. וואס איז אבער אז א איד ווערט אויפגענומען אלץ א דזשוריסט ביי דעם משפט פון א פעלאו איד, וואס איז זיין פליכט אלץ דזשוריסט? צו פארזיכערן א יושר'דיגן משפט אדער צו באפרייען דעם איד?
וואס איז אויב ווי דער משפט פראגרעסירט ווערט קלאר פאר דעם אידישן דזשוריסט אז דער איד איז שולדיג. זאל ער מסכים זיין מיט די איבריגע דזשוריסטן אז ער איז שולדיג? אויב יא, וועט דאך אים די משפחה ממית'ן, און גענוג "ערליכע" אידן וועלן אים באשולדיגן אין "מסירה". אויב נישט, באגייט ער דאך אן אוממאראלישן אקט. ובנוסף לזה, אויב אידישע דזשוריסטן וועלן אייביג זאגן אז אידן זענען אומשולדיג וועט מען טאקע נישט אויפנעמען קיין אידישע דזשוריסטן ביי אידישע אנגעקלאגטע, און מ'וועט נישט קענען פארזיכערן א יושר'דיגן משפט.
אלזא, וואס איז דער ציל פון פרובירן אז אידן זאלן ווערן אויפגענומען אלץ דזשוריסטן ביי אידנ'ס משפטים?
אין ליכט פון אלבערט'ס "וועבערמאן" עדיטאריעל אונטערן קעפל "אבל אשמים אנחנו" וואו ער באוויינט די פאקט אז היימישע אידן גייען נישט צו דשורי דוטי האט איינער אריינגעשיקט צו אלבערט'ן אן ענליכע פראגע צו קארל'ס פראגע, און איך גיב קרעדיט פאר מר. פרידמאן פארן דרוקן א בריוו מיט אזא האקעלע אינהאלט. אלבערט איז גלייך מודה אינעם אנהייב פון זיין ענטפער אז ער האט שווער צענזורירט דעם בריוו, "ארויסגעשניטן דעם שקלא וטריא" ווי ער רופט עס. למעשה גיבט ער גאר א פארוואלקנטע תשובה, בעיסיקלי זאגט ער אז ווען ס'קומט למעשה און מ'דארף זיצן אויף א איד'ס טרייעל און ס'שמעקט פון א גילטי ווערדיקט זאל מען פרעגן פון א רב. סיי וויי זאגט ער איז נישט די פוינט מ'זאל זיצן אויף אידן'ס טרייעל, נאר אז מ'זאל זיך באטייליגן אינעם סיסטעם אין אלגעמיין.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
דער "עורך" שרייבט אזוינע שטותים מיט לאקשן אז איך ווייס נישט וויאזוי איהם אפצופרעגן.
דער שווארצער ביפאר ער גייט הרג'ן גייט ער קלערן, העי, "איינער פון זיי" גייט מעגליך זוצן אויף דעם דשזורי, פארגעט איט - איך הרג'ע נישט!
ביי אונז אין לאנדאן זאגט מען: "אטטער נאנ-סענס!"
א בושה אויף אונזער קאמיוניטי אז דאס איז שוין אונזער אינטעליגענסיע...

"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"