למען דעת- נעסט אויף קעפ

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
[NAMELESS]

למען דעת- נעסט אויף קעפ

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין וועלכע לאנד מאכן פייגעלעך נעסט אויף די קעפ פון די מענטשן?

אין די ספר ערוך לנר שטייט (יו"ד רצ"ב) אז די ווילדע מענטשן וועלכע וואוינען אין די לאנד הודו (אינדיע) און וואוינען אליינס אין וואלד, וויבאלד עס פארמערט זיך די זאמד אויף זייער קאפ און עס איז דא אסאך פייגעלעך דארט אין די וועלדער, מאכן די פייגעלעך צומאל א נעסט אויף זייער קאפ!!!!!.
און מיט דעם איז ער מסביר די גמרא מסכת חולין דף קלט:, וואס עס שטייט דארט, אויב מען האט געטראפן א נעסט אויף די קאפ פון א מענטש.
און די ספרי הלכה ברענגן זיי אראפ די גמרא אלץ א שאלה פון שילוח הקן... (אפשר פון דא שטאמט די אויסדריק "האסט פייגלעך אין קאפ"...)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ערגעצוואו האב איך געזען א הסבר אז עס פלעגן זיין פילאזאפן וועלכע האבן זיך אריינגעזעצט אין וואלד פאר עטליכע טעג אין א נישט רירנדיג קיין אבר צו דורכטראכטן קאמפליצירטע ענינים, און ביני לביני האט א פייגל געקענט מאכן א נעסט אויפ'ן קאפ.
פארשטייט זיך אז דער פשוט'ער פשט איז אז די גמרא נוצט דאס נאר טעארעטיש, עס מוז נישט זיין במציאות מעגליך, כמבואר בכמה מקומות.
אגב, די גמרא אליין פרעגט די שאלה לגבי שילוח הקן, עס איז נישט קיין ערפינדונג פון די היינטיגע ספרי הלכה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

אין אינדיע זיינען דא א סאך מענטשען וואס גייען אוועק אין די פעלדער אין וועלדער און זעצען זיך אוועק אדער שטייען אין א געוויסע פאזיציע לאורך ימים, אלץ סיגוף, איך האב אמאל געזעהן א גאנצע בוק מיט בילדער וועגען דעם, דוק ותשכח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

משכיל מיינט מסתמא א געוויסע פארעם פון מעדיטאציע. (http://en.wikipedia.org/wiki/Meditation)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מזל טוב יידל פאר דיין 3000׳סטע הודעה. דיינע הערות גיבן זייער אסאך צו צום שטיבל און עס לייגט זייער אסאך צום לעוועל. שירבו כמותך בקהלתינו!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ייש"כ, והמברך יתברך בכפלי כפליים! כ'האב בכלל נישט באמערקט אז כ'בין דורך דעם מיילסטאון.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט