די לעגאלע קאמף איבער מציצה בפה אין נ.י. סיטי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

האמיר א פרישען דעפענישן פאר נוגע בדבר...
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א פרישע? איך קען שוין דעם דעפינישאן פון אלס בחור... ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יעצט אז ביידע צדדים – די קלעגער און די אנגעקלאגטע – האבן שוין אריינגעגעבן זייערע פאפירן צו די געריכט, איז צייט אביסל איבערצוקייען די טענות. די יסוד הדברים האט מען שוין געשמועסט אויבן, אבער אין די פאפירן זענען דא פילע אינטערעסאנטע איינצעלהייטן וועלכע ווארפן א ליכט אויף די שאנסן פון די צדדים און אויף די שטארקייט פון די טענות. לאמיר אנהייבן מיט די קלעגער'ס טענות.

די לויערס פאר די קלעגער זענען מייקעל א. קארווין, שי דבורעצקי, יעקב ראטה און טאד ר. דזשערעמיע, פון די פרעסטישזפולע אדוואקאטן פירמע "דזשאונס דעי". אט איז וואס זיי שרייבן:

זיי הייבן אן מיט די פשוט'ע טענה אז מציצה בפה איז אן אינטעגראלער חלק פון די מצות מילה וואס אידן האבן א רעליעגעזן פליכט צו דורכפירן. זיי ברענגן ארויס אז מוהלים זענען באוואוסטזיניג אז מצב"פ קען זיין א פראבלעם און דערפאר, אויב האבן זיי סימנים פון הוירפיס אין זייער מויל מל'ן זיי טאקע נישט, און אזוי אויך מינימיזירן זיי די צייט ווילאנג ס'נעמט מצב"פ – אינגאנצן איין סעקונדע – און בעפאר די ברית שווענקן זיי אויס זייער מויל מיט אנטיסעפטיק וואס פארמיידט די אריבערפירונג פון הוירפיס.

די שטאט האט זיך אריינגעמישט אין דעם רעליעגעזן פליכט, און וויל אפהאלטן אידן פון אויספירן דעם חלק פון מצות מילה. די לויערס ברענגן ארויס אז פון די מידיא באריכטן האט מען קלאר געקענט אנזען אז די שטאט'ס רעגולאציע האט געטון צילעווען מצב"פ דירעקט.

די רעגירונג פארלאזט זיך אויף מעדעצינשע ראיות אז מצב"פ האט א ריזיקע, אבער עס איז דא גאר שוואכע ראיות אז דאס איז טאקע אזוי, און מ'דארף מער אינוועסטיגעיטן צו קענען וויסן אויב מצב"פ שטעלט טאקע דעם קינד אין א ריזיקע.

די פאפיר ברענגט ארויס אז לויט פיל רבנים איז מצב"פ די לכתחילה'דיגע וועג (proper way) צו גאר די איינציגסטע וועג וויאזוי צו מקיים זיין מצות מילה. זיי טענה'ן אז למעשה טוט מען שוין מצב"פ פאר טויזענטע יאר און גארנישט האט פאסירט. און זיי טענה'ן אז די מוהלים ווילן נישט אננעמען די רעגירונג'ס פארלאנג צו איבערגעבן פאר עלטערן'ס די רעגירונג'ס אפיניען אז מצב"פ איז א סכנה, ווייל זיי האלטן אז עס איז נישט קיין סכנה און וועט נאר אפהאלטן מענטשן פון מקיים זיין זייער רעליגיע כדבעי'.

פרידאם אף ספיטש פארלעצונג
נאך די הקדמה גייט מען צו צו די פלייש פון די טענות. קודם הייבן זיי אן מיט די טענה פון פרידאם אף ספיטש. א חלק פון פרידאם אף ספיטש איז אז די שטאט קען נאר פארשלאגן וואס צו זאגן, די שטאט קען אבער נישט צווינגען צו זאגן. און אויב די דעפארטמענט אף העלטה וויל עפעס מודיע זיין פאר די פובליק, זאלן זיי מוחל זיין דאס אליינס זאגן, און נישט נוצן מענטשן וואס זענען נישט מסכים צו די שטאט'ס מעסעדזש אז זיי זאלן עס מוזן זאגן. און מ'קען נישט ברענגן קיין ראיה פון דעם וואס דאקטוירים דארפן צומאל צו וויסן טאן פאר זייערע פאציענטן איבער די פאצעדורן וואס זיי גייען דורכגיין, ווייל א דאקטאר איז א לייסענסד פראקטעצירער וועלכער גיבט א קאמערציאלע סערוויס (דאס הייסט זיי בעטן געלט פאר זייער סערוויס), אבער א מוהל דארף בכלל נישט האבן קיין לייסענס, און מל'ט אין קאנטעקסט פון א רעליעגעזע סערוויס און בעט נישט קיין געלט אויף זיין סערוויס, איז ווי קען די שטאט פארלאנגען ער זאל איבערגעבן זייער עדווייס פאר די עלטערן?

אויף דעם אז די שטאט קען נישט צווינגן מענטשן צו זאגן עפעס וואס די מענטשן ווילן נישט זאגן, ברענגן זיי ראיות פון א פסק דין אז מ'קען נישט צווינגן קינדער אין שולע צו זאגן די פלעדזש אף עלידזשענס ווייל דארט שטייט "איין פאלק אונטער גאט", און נאך א פסק אז די שטאט ניו העמפשיר קען נישט הייסן מענטשן ארויפלייגן אויף זייערע קארן די סטעיט לייסענס פלעיט אויף וועלכע די סטעיט מאטטא "לעב פריי אדער שטארב" ערשיינט, ווען די מענטשן זענען נישט מסכים צו די פילאזאפיע.

דערנאך שרייבן זיי אז א געזעץ וואס טוט הייסן מענטשן זאגן עפעס, מוז דורכגיין גאר שטארקע סקרוטיני צו פארזיכערן אז דאס וואס די שטאט וויל מען זאל זאגן איז טאקע אמת און איז נישט קאנטראווערסיאל. דאס רופט זיך "סטריקט סקרוטיני". אויב טוט מען דא סקרוטינייזען וואס די שטאט וויל מ'זאל זאגן, זעט מען אז עס איז בכלל נישט פאקטועל, און עס איז נישט אומקאנטראווערסיאל.

קודם כל, די מעסעדזש וואס די שטאט וויל אז די מוהלים זאלן איבערגעבן – "מאך נישט מציצה בפה ווייל עס האט ריזיקעס" - איז נישט קיין "פאקט", נאר א עצה טובה. עס איז אלזא נישט פאקטועל.

צווייטענס, דריי דאקטוירים (דר. בערמאן, דר. ברויער און דר. פעדערגרין, ווי זיי ברענגן אין די עפידעוויטס) האלטן אז עס איז בכלל נישט קיין סכנה. עס איז אלזא נישט "אומקאנטראווערסיעל"

זיי ברענגן אויך ארויס אז די שטאט מוז נוצן א מהלך וואס טוט די ווייניגסטע פארלעצן די רעכטן פון מענטשן. אין דעם פאל, טענה'ן זיי, וואלט די מהלך וואס טוט די ווייניגסטע פארלעצן רעכטן געווען אז די שטאט זאל אליינס פובליצירן זייער מיינונג אז מצב"פ איז א סכנה און נישט נוצן מענטשן דאס צו טון פאר זיי.

פרידאם אף רעלידזשען פארלעצונג
דערנאך גייען זיי אריבער צום צוויטן טענה. די שטאט טוט פארלעצן פרייהייט פון רעליגיע, וויבאלד עס טוט פארשווערערן פאר מענטשן מקיים צו זיין די רעליעגעזע פליכט פון מצב"פ. ווען די דעפארטמענט אף העלטה וואלט ווען ארויסגעגעבן א אלגעמיינע רעגולאציע אויף אלע מיני דיזיסעס, מילא. אבער דא טוט דאך די דעפארטמענט אף העלטה צילעווען דירעקט נאר קעגן מצב"פ, דאס הייסט אז די גאנצע רעגולאציע איז אפצושטעלן א רעליעגעזע געפיראכטס, וואס באדייט אז די שטאט מישט זיך אריין דירעקט אין רעליעגעזע איינגעהייטן.

די לויערס זענען מדגיש אז עס איז נישט קיין נפק"מ וואס די כוונה פון די סיטי איז, און אפילו אויב זייער כוונה איז יא נאר מעדעציניש, און בכלל נישט אנטי-רעליגיעז, אבער וויבאלד דאס טוט דירעקט צילעווען א רעליעגעזע געפיראכטס איז עס אומקאנסטיטוציאנעל.

און דא חזר'ן זיי נאכאמאל איבער, אז למעשה נעמען דאך מענטשן ריזיקעס פאר זייערע קינדער טעגליך און די שטאט פארלאנגט בכלל נישט אז דאס זאל ווערן רעגולירט, און פונקט דא ווי עס איז דא גאר שוואכע ראיות אז דאס איז ריזיקאליש, טוט מען דאס רעגולירן?

ועוד, אויב וויל מען דא אפשטעלן מענטשן פון מאכן מצב"פ טוט די שטאט גארנישט אויף מיטן פארום, ווייל מענטשן וועלן סיי ווי ווייטער אנגיין מיטן טון זייער רעליעגעזע פליכטן, וויבאלד זיי ווייסן אויך אז מעדעציניש איז נישט דא פון וואס מורא צו האבן.

דא האט איר דעם מעמורענדום (קרעדיט הב"ש):
Memorendum.pdf


די סיטי'ס ריספאנס וועט אי"ה נאכפאלגן.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יידל, א הארציגן דאנק פארן אראפברענגען שיין קלאר אין אידיש די טענות.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נישט גיטע נייעס אין די מערכה. דריי גרויסע מעדעצינישע ארגענעזעישענ׳ס זענען ארויס קעגן מציצה בפה
http://www.thejewishweek.com/news/new-y ... ed-consent
משולם טענענבוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך משולם טענענבוים »

האלט איינער אז עס איז א צופאל ?! בלומבערג האט גענוג געלט עס צי ערלעידיגען, אבער ס'וועט מסתם נישט קיין סאך אויסמאכען אין קאורט ווייל ס'איז מסתם הוילע פראפעגאנדע, אין אין קאורט דארף מען פאקטען,
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

לויט ווי עס שטייט דארט גייט דער הירינג זיין נעקסטע וואך מיטוואך, ווייסט איינער ווער די שופטים זענען?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איין שופטת, נעמי בוכוואלד. http://en.wikipedia.org/wiki/Naomi_Reice_Buchwald
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

משולם טענענבוים האט געשריבן:האלט איינער אז עס איז א צופאל ?! בלומבערג האט גענוג געלט עס צי ערלעידיגען, אבער ס'וועט מסתם נישט קיין סאך אויסמאכען אין קאורט ווייל ס'איז מסתם הוילע פראפעגאנדע, אין אין קאורט דארף מען פאקטען,

עס איז נישט קיין פרישע נייעס, דאס איז איינע פון די עפידעיווידס וואס די סיטי האט אריינגעגעבן אין געריכט (איבער צוויי וואכן צוריק). אינטערעסאנט איז אז די דריי ארגעניזאציעס האבן גענוצט דעם אויבנדערמאנטען אדוואקאט עקיבא שפירא ער זאל רעפרעזענטירן זייערע ארגומענטן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

יידל, א הערצליכע דאנק מעומקא דליבי פארן אזוי הערליך און קלאר ארויסברענגן די געריכטליכע טענות וואס די אדוואקאטן לטובת משמרת הברית האט אריינגעגעבן אין געריכט. מיר ווארטן צו ליינען די שטאט׳ס ריספאנס

אגב, מארגן איז די ריזיגע יום תפלה וואס די וועד האט פאררופן,

היכל תהילים כולל איז איינע פון די פלעצער ווי מען גייט תהילים זאגן


נאך אזא שטורמישע וואך אין רעזולטאט פון די "וועבערמאן סומאטוכע" ווייס איך נישט וויזוי א ניו יארקע שופט/ת קוקט אן א חסיד'ישן יוד וואס בעט פאר רעליגיעזע רעכטן.

ולשם הישועה. ואין עצה ואין תבונה.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דעם קומענדיגען דינסטאג וועט פארקומען די ערשטע הירינג אין געריכט איבער די מציצה בפה געזעץ. איך האב שוין אויבן געברענגט די לעגאלע טענות פון התאחדות הרבנים ודעימיה, יעצט לאמיר א בליק טאן אויף די ענטפערס פון די סיטי.

די שטאט'ס לויער'ס זענען גבריאל טויסיג, מישעל גאלדבערג-קאהן און רחל מאסטאן, אלע דריי פון מייקל א. קארדאזא'ס קארפארעשאן קאונסיל וועלכע באדינט שוין ניו יארק סיטי אין אירע לעגאלע אנגעלגנהייטן זינט 2002.

זיי הייבן אן זייער מעמארענדום מיט די טענה אז וויבאלד עס זענען דאן שטארקע ראיות אז מצב"פ קען גורם זיין נעאנעטעל הוירפיס (HSV-1) האט די שטאט א פליכט זיך אריינצומישן און אויפמערקזאם מאכן עלטערן אז דער פראצעדור האט א מעגליכע ריזיקע. זיי ברענגן ארויס די נקודה אז לויט רעפארטס איז מצב"פ געמאכט געווארן אויך אויף קינדער פון עלטערן וועלכע באלאנגן צו קהילות ווי מצב"פ איז נישט קיין חיוב, אן די עלטערן'ס וויסן. זיי טענה'ן אז כאטש בעצם האבן זיי די אויטאריטעט צו פארבאטן גענצליך מצב"פ טוען זיי אבער דאס נישט פארבאטן ווייל זיי ווילן מינימיזירן דאס זיך אריינמישן אין רעליעגעזע אנגעלעגנהייטן.

דערנאך שרייבן זיי בקיצור די טענות וואס ווערן דערמאנט באריכות אין די קומענדיגע 40 בלעטער. מיר וועלן אבער קוקן אויף די טענות באריכות.

פרידאם אף רעלידזעשן
נאך דעם קורצען הקדמה גייען זיי צו צו די טענות. קודם זענען זיי דן איבער די פרידאם אף רעלידזשען טענות. ערשטנס, זאגן זיי, איז קלאר אז כאטש די רעגירונג טאר זיך בשום פנים ואופן זיך אריינמישן אין א מענטשנ'ס גלויבן, האט די רעגירונג אבער רעכט אין געוויסע פעלער זיך אריינצומישן אין די הנהגה פון מענטשן. די סופרים קאורט האט שוין פון לאנג צוריק אפגעווארפן דעם געדאנק אז אויב א געוויסע אקט שטאמט מכוח רעליגיע טאר די רעגירונג נישט אריינרעדן דערין.

ווען מעג זיך די שטאט אריינמישן? אויף דעם ברענגן זיי א פסק דין אז אויב איז דא א נייטראלע געזעץ וואס איז שייך פאר יעדעם און נישט נאר פאר די וואס פראקטיצירן די רעליגיע, דאן טוט דער געזעץ מחייב זיין אויך די וואס פראקטיצירן די רעליגיע. אזעלכע סארט געזעצן מוזן ניטאמאל זיין וויכטיגע געזעצן. ווילאנג די געזעצן זענען נייטראל און צילען נישט קיין ריליגיע, נאר בדיעבד קומט אויס אז א געוויסע רעליעגעזע געפיראכטס איז פארבאטן אונטער דעם געזעץ, טוט דער געזעץ גובר זיין אויפן רעליעגעזן פרייהייט. דא אין אונזער פאל, טענה'ן זיי, וויבאלד דער געזעץ איז כולל סיי ווער עס טוט מאכן "ארעל סאקשען" (מצב"פ) אויף א קליין קינד נאך א "סירקומסיזשען" (ברית מילה) איז נכלל אין דעם געזעץ. לויט דעם קומט אויס אז דער געזעץ איז נייטראל און דארף דעריבער גובר זיין אויף די רעליעגעזע פרייהייט.

דערנאך לייגן זיי צו נאך צוויי נקודות. ערשטנס, וויבאלד די געזעץ טוט נישט דירעקט פארבאטן דעם רעליעגעזען געפיראכטס, עס טוט עס נאר מינימיזירן דורך פארלאנגן א קאנסענט צעטל (כאטש ווי זיי טענה'ן האבן זיי די לעגאלע אויטאריטעט דאס גענצליך צו פארבאטן), טוען זיי דערמיט גענוג השתדלות נישט צו צילעווען דעם רעליעגע דירעקט. צווייטנס, ברענגן זיי פון אנדערע פעלער ווען די בעקגראונד דעטאלען וואס האבן געפירט צום פארבאט זענען גענומען געווארן אין באטראכט כדי צו זען וואס איז געווען די מאטיוו פון דעם פארבאט. אין אונזער פאל, אז מ'קוקט זעט מען אז די מאטיוו איז געווען בלויז א מעדעצינישע, און פארמאגט בכלל נישט קיין אנטי רעליעגעזע שטריכן, אנדערש פון אנדערע פעלער פון וואס התאחדות האט געהאט געברענגט א ראי'.

דערנאך ברענגן זיי פון היסטארישע לעגאלע פסקי דין ברענגן זיי אז ווען ס'קומט צו געזונט, פארמאגט די רעגירונג א שטערקערע מאכט וואו אין א געווענליכן פאל, אפילו במקום ווי עס טוט מעגליך פארלעצן קאנטיטוציאנאלע רעכטן.

התאחדות' טענה איז געווען אז דריי דאקטוירים (דר. בערמאן, דר. ברויער און דר. פעדערגרין, ווי זיי ברענגן אין די עפידעוויטס) האלטן אז עס איז בכלל נישט קיין סכנה. אין דעם נקודה האבן זיי גאר א גרינג פעלד, וויבאלד ריזיגע און פרעסטיזשפולע דאקטוירים און מעדעצינישע ארגעניזאציעס טוען שטיצן די באהויפטונג אז מצב"פ איז נישט אויסגעהאלטן פון א מעדעצינישען שטאנדפונקט. פארשטייט זיך אז אין די עפידעיווידס זענען דא א געוואלד מיט סחורה מחזק צו זיין דעם נקודה. נישט נאר דאס טענה'ן זיי, נאר דר. בערמאן בכבודו ובעצמו האט צוריקגעצויגן פון זיין באהויפטונג אז מצב"פ איז "בכלל נישט קיין סכנה", און ער האט דערקלערט אז צומאל קען עס יא זיין א סכנה. וואס דארפן מיר מער ווי דעם, פרעגן זיי, אז דער דאקטער פון די קלעגער האט אויך מודה געווען צו אונז?

אבער בר מן דין, טענה'ן זיי. נניח עס איז יא דא אן אנגייענדע מעדעצינישע ויכוח איבער מצב"פ, ווי התאחדות האט גע'טענה'ט, אעפ"כ האט די שטאט די פולסטע רעכט אנצונעמען דעם צד אז עס איז יא א סכנה. דאס הייסט, די שטאט איז נישט מחוייב זיך אריינצולייגן אין די סייענטיפישע מחלוקת צו זען ווער עס איז גערעכט, נאר וויבאלד עס זענען דא גענוג א גרויסע נומער פון דאקטוירים און מעדעצינישע ארגעניזאציעס וועלכע האלטן אז עס איז א סכנה, מעג די סיטי שוין ארויפלייגן רעגולאציעס אויף דעם געפיראכטס.
זיי שרייבן אויך אז התאחדות' טענה אז אין איין פאל איז די הוירפיס אויפן קינד'ס אבר געקומען פון א געשוויסטער'ס צומי איז לעכערליך וויבאלד אויב וואלט דאס געווען אמת וואלט די הוירפיס געדארפט זיין אינעם קינד'ס מויל, נישט אויף זיין אבר.

אויף התאחדות' טענה אז די רעגולאציע טוט גארנישט אויף וויבאלד חסידישע אידן וועלן סיי ווי ווייטער מקיים זיין מצב"פ, פרעגן זיי אזוי: קודם כל, מהיכי תיתי? אפשר זענען יא דא חסידישע אידן וואס ווילן מאכן מציצה בכלי? צווייטנס, ווי דערמאנט זענען אויך געווען מענטשן פון אנדערע קרייזן אויף וועמענס קינדער מ'האט געמאכט אן זייער וויסן מציצה בפה.

פרידאם אף ספיטש
דערנאך זענען זיי זיך מטפל מיט די טענה פון פרידאם אף ספיטש, אז די שטאט קען נישט צווינגען צו זאגן. אויף דעם נקודה שרייבן זיי אז עס זענען דא פעלער ווען די שטאט מעג יא הייסן מענטשן, און אפילו פריוואטע מענטשן, צו זאגן געוויסע פאקטן. אין אונזער פאל, וויבאלד מ'רעד פון די געזונטהייט פון קינדער, האט די שטאט פולע רעכט צו פארלאנגן ספיטש.

דערנאך שרייבן זיי אז דאס איז בכלל נישט קיין פארלעצונג פון פרידאם אף ספיטש, וויבאלד דער מוהל מיז בכלל נישט רעדן ביים איבערגעבן די קאנסענט פארעם. ער קען בלייבן גענצליך שטיל. קען מען דען זאגן אז איבערגעבן א געשריבענע צעטל וואס אויף דעם שטייט קלאר אז דאס איז פון די שטאט, הייסט געצוויגען צו רעדן?

אויף די טענה אז אין להביא ראיה מדאקטוירים וויבאלד א דאקטאר איז א לייסענסד פראקטעצירער וועלכער גיבט א קאמערציאלע סערוויס (דאס הייסט זיי בעטן געלט פאר זייער סערוויס), אבער א מוהל דארף בכלל נישט האבן קיין לייסענס, און מל'ט אין קאנטעקסט פון א רעליעגעזע סערוויס און בעט נישט קיין געלט אויף זיין סערוויס, איז ווי קען די שטאט פארלאנגען ער זאל איבערגעבן זייער עדווייס פאר די עלטערן, ענטפערן זיי אז דאס אז א מוהל דארף נישט קיין לייסענס, מיינט נישט אז ער קען יעצט גיין טון וואס ער וויל. הגה בעצמך, שרייבן זיי, בלויז וויבאלד זיי זענען ווייניגער פראפעסיאנאל זאלן זיי מעגן טון וואס זיי ווילן? פונקט פארקערט! א לייסעסנד פראפסיאנעל איז אסאך מער פארזיכטיג און דאך פארלאנגט מען א קאנסענט פארעם פון אים!

אויף דעם ראיה פון א פסק דין אז מ'קען נישט צווינגן קינדער אין שולע צו זאגן די פלעדזש אף עלידזשענס ווייל דארט שטייט "איין פאלק אונטער גאט", און נאך א פסק אז די שטאט ניו העמפשיר קען נישט הייסן מענטשן ארויפלייגן אויף זייערע קארן די סטעיט לייסענס פלעיט אויף וועלכע די סטעיט מאטטא "לעב פריי אדער שטארב" ערשיינט, ווען די מענטשן זענען נישט מסכים צו די פילאזאפיע, טענה'ן זיי אז עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך, וויבאלד דארט איז די רעדע פון א פילאזאפיע, בעת דא איז די רעדע פון א פאקטועלע סטעיטמענט. נישט נאר דאס, נאר די שטאט פארלאנגט בכלל נישט אז דער מוהל זאל אננעמען די שטאט'ס מיינונג (אנדערש ווי ביי די פלאדזש אף עלידזשענס און די לייסענס פלעיט). דא פארלאנגט די סיטי נישט מער ווי אז מ'זאל איבערגעבן פאר די עלטערן אז כך וכך איז די סיטי'ס מיינונג לגבי די געזונטהייט ריזיקעס פון מצב"פ.

אויף די טענה אז א געזעץ וואס טוט הייסן מענטשן זאגן עפעס, מוז דורכגיין גאר שטארקע סקרוטיני, "סטריקט סקרוטיני", און דא אויב טוט מען דא סקרוטינייזען וואס די שטאט וויל מ'זאל זאגן, זעט מען אז עס איז בכלל נישט פאקטועל, און עס איז נישט אומקאנטראווערסיאל, אויף דעם טענה'ן זיי א דאפעלטע טענה. קודם כל, עס פארלאנג זיך דא בכלל נישט קיין סטריקט סקרוטיני, און אפילו ווען יא טוט די געזעץ באשטיין סטריקט סקרוטיני. פארוואס פארלאנגט זיך נישט קיין סטריקט סקרוטיני? ווייל דאס דארף מען נאר ווען די סיבה פארן געזעץ איז נישט אבוויעס. אין אונזער פאל, וויבאלד די געזונטהייט מאטיוו איז קלאר, פעלט בכלל נישט אויס קיין סטריקט סקרוטיני, וויבאלד די געזונטהייט פונעם ציבור איז וויכטיג און די שטאט האט רעכט צו האלטן דעם עולם געזונט. אזוי אויך, וויבאלד די שטאט הייסט נישט דעם מוהל עס זאגן ווי כאילו עס איז זיין אייגענער מיינונג נאר ער מעג זאגן אז דאס איז די סיטי'ס מיינונג און אז ער אליין איז זיך מתנגד דערצו און אז עס איז שטותים, פארלאנגט זיך בכלל נישט קיין סטריקט סקרוטיני.

דערנאך שרייבן זיי אז אפילו לו יצוייר עס פארלאנגט זיך יא סטריקט סקרוטיני, קען נאך אלץ דער געזעץ שטיין. סטריקט סקרוטיני פארלאנגט אז די סטעיטמענט זאל זיין פאקטועל און אומקאנטראווערסיאל. התאחדות האט געהאט געטענהט אז די געזעץ איז נישט פאקטועל וויבאלד די סטעיטמענט "מאך נישט מציצה בפה ווייל עס האט ריזיקעס" - איז נישט קיין "פאקט", נאר א עצה טובה. עס איז אלזא נישט פאקטועל. די סיטי מאכט אבער אוועק דעם טענה, שרייבענדיג, אז אויב וויל דער מוהל מעג ער קלאר צולייגן אז איך בין נישט מסכים צו די שטאט'ס באהויפטונג אז עס איז א סכנה, ער מעג אפילו זאגן אז גרויסע דאקטוירים האלטן אז עס איז נישט קיין סכנה. די שטאט פארלאנגט פון אים בלויז צו זאגן אז די שטאט האלט אז עס איז א סכנה.

אויף די צווייטע טענה אז עס איז נישט אומקאנטראווערסיעל, ברענגן זיי ווידער א פאק מיט מעדעצינישע עפידעיווידס אז עס איז יא א סכנה לויט כמעט אלע סייענטיפישע און מעדעצינישע מומחים.

אויף די טענה פון התאחדות אז די שטאט מוז נוצן א מהלך וואס טוט די ווייניגסטע פארלעצן רעכטן געווען, דהיינו אז די שטאט זאל אליינס פובליצירן זייער מיינונג אז מצב"פ איז א סכנה און נישט נוצן מענטשן דאס צו טון פאר זיי, טענה'ן זיי אז אין טעאריע איז דאס טאקע די מינימאלסטע וואס די שטאט קען טון אבער אין מציאות וועלן זיי פיל ווייניגער אויפטון וויבאלד זייער קריטיש וויכטיגער מעסעדזש וועט נישט אנקומען צו די אויערן פון אומוויסנדע עלטערן. נישט נאר דאס, נאר אייגענטליך טענה'ן זיי אז די שטאט האט שוין פרובירט אנדערע מיטלן וואס זענען נישט געווען צו עפעקטיוו. זיי שרייבן אז צווישן אנדערע, האט די שטאט געהאט פארעפנטליכט אן "אפענע בריוו" צו די קהילה וואס מאכט מצב"פ, די שטאט האט געהאט געמאכט מיטינגס מיט רבנים איבער דעם אישו, די שטאט האט געמאכט אן אניציאטיוו צו פארטיילן ליטעראטור אין די שפיטעלער וועלכע ווארענען איבער די מצב"פ ריזיקעס, און נאך. די איניציאטיווען, שרייבן זיי, איז טיילווייז געלונגען, אבער צו זייער באדויער האבן הוירפיס פעלער געטון ממשיך זיין צו פאסירן. חוץ מזה, שרייבן זיי, וויבאלד געוויסע עלטערן האבן גע'טענה'ט צו זיי אז זיי האבן בכלל נישט אז דער מוהל וועט מאכן מצב"פ אויף זייער קינד, פעלט זיך אויס דער קאנסענט פארעם וואס וועט צווינגן דעם מוהל מודיע צו זיין פאר די עלטערן אז ער גייט מאכן מצב"פ.

אין דעם ענין ברענגן זיי גאר אן אינטערעסאנטע עפידעיוויד פון א חסידישער מוהל אין בארא פארק וועלכער שרייבט אז ער וויל נישט מאכן מציצה בפה אבער זייענדיג א חלק פון די חסידישע קהילה קען ער נישט זאגן פאר זיינע קליענטן אז ער גייט מאכן מציצה בכלי. אויב וועט אבער זיין א קאנסענט פארעם, וועט אים זיין אסאך גרינגער צוצורעדן עלטערן צו מאכן מציצה בכלי.

מ'קען דאונלאודן די סיטי'ס מעמארענדום דא, קרעדיט הב"ש. (נ.ב. היות עס ליגט אויף פרי-פידיעף-האוסטינג וועט עס ווערן אויסגעמעקט נאך 30 טעג. כ'האב פרובירט עס אפצולוידן דא אין קאווע שטיבל, אבער עס איז צי גרויס)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אגב, דרך ארץ פון אייוועלט האט געפאוסט בשם SatmarW פון טוויטער אז וועד משמרת הברית האט א סייט ווי זיי שרייבן זייער שיין זייער צד פון די געפעכט און מ'קען דארט אויך זען טייל פון די קאורט דאקומענטן. http://protectmilah.org/

מיך איז בעיקר אינטערעסאנט דעם דאקומענט http://protectmilah.org/wp-content/uplo ... -filed.pdf ווי די לויערס מטעם התאחדות ודעימיה ענטפערן אפ די ענטפערס פון די שטאט. אויב כ'וועל האבן צייט פאר דינסטאג וועל איך עס אי"ה לייענען און שרייבן דא די תוכן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

יישר כח ר׳ יידל, נאכאמאל א הערליכע ארבעט

איך וויל באמערקן עטליכע נקודות

א׳ די שטאט קען אויב זיי האבן א פראבלעם צו געווינען די געריכט, פארלאנגען מוהל׳שאפט לייסענס

ב׳ אסר׳ן מציב״פ מכל וכל, פארמיידן די פרידאם אף ספיטש טענה

ג׳ סטראשען אז המן מיט טערקוועמאדע וועט נישט בכלל העלפן, קאשויע רב זזג

ד׳ איך פארשטיי אבער נישט ווי קען זיין אז טראץ די אלע שטודיעס און אפידעיוויד׳ס איז אבער אין פאקט נישט געוועהן קיין פאטאליטעטן אינעם מאס וואס די שטודיעס באשטימען, אויב אזוי פארוואס איז נישט די קלאגע געוואנדן אין דעם ריכטונג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נקודה א' איז אן אינטערעסאנטע באמערקונג, כ'האב נאך אין ערגעץ נישט געזען אין דעם ריכטונג.
אן ענליכע נקודה צו נקודה ב' איז דערמאנט געווארן אויבן בשם דעם לויער עקיבא שפירא. ער טענה'ט אז ווען מ'איגנארירט די רעגירונג גענצליך וואלט די געזעץ געבליבן ביי א קאנסענט פארום וואס די שטאט קען ניטאמאל אינפארסירן. יעצט אז מ'טראגט עס אין געריכט און די רעגירונג געווינט (ער האלט אז די רעגירונג וועט געווינען) וועט די רעגירונג מער נישט האבן קיין אפהאלט דאס גענצליך צו פארבאטן. למעשה ביזטו אבער גערעכט אז די זעלבע איז פארקערט, אויב די רעגירנוג פארלירט צוליב די פרידאם אף ספיטש טענה אבער נישט צוליב פרידאם אף רעלידזשען טענה, דאן קען די שטאט עס גענצליך פארבאטן.

דיין נקודה ד' האב איך נישט פארשטאנען. די שטאט טענה'ט אז עס איז דא א ריזיקע איינס פון דוכט זיך 4000 און לויט די CDC'ס סטאטיסטיקס פאסירט טאקע א הוירפיס פאל ביי איינס פון 4000 מצב"פ פעלער. פאטאליטעטן פאסירן כמעט נישט ווייל געווענליך כאפט מען עס גענוג פרי ווען מען קען עס נאך אויסהיילן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

די פרידאם אף רעלידזשאן איז לכאורה די שוואכסטע טענה, אין פאל זיי ווילן עס אסר׳ן מכל וכל, ווייל איך גלויב אז אויב די רעגירונג קען אסר׳ן טאטעס פון פארברענען קינדער אלס א וועג פון אפפערן פאר אן אפגאט, העברת בן או בת למולך, קענען זיי פונקט אזוי יעדע זאך וואס רעליגיע באצווינגט עלטערן אריינצושטעלן קינדער אין מעגליכע סכנות, עפ״ל פארשטייטזיך

מיין נקודה ד׳ איז אז אויב ברענגט עס למעשה נישט קיין פאטאליטעטן בלויז א היילבארע קורצע מחלה, דאן מה כל הרעש...כ׳מיין טשולענט ברענגט מיר אויך יעדע וואך זונטאג א מאגן מחלה און אין פוצה פה ומצפצף. כ׳מיין ארויסצוברענגן אז היות צו האבן די מחלה אליינס איז נישט קיין סכנה דאן מכלעראש
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ווייל אויב מ'כאפט עס א משהו צו שפעט קען עס פאראורזאכן ברעין-דעמעדזש.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

דאס איז מיין שאלה טאקע,

וויפיל פאטאליטעטן, אדער ברעין דעמעדזשעס האט זיך שוין אין סך הכל געמאכט
שימעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 12, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך שימעלע »

די טענה אז ס׳הייהסט נישט פרידאם אף ריליגען ווייל זי זאגען עס פאר יעדעם, פארשטיי איך נישט. ווייל אזוי קענען זיי יעדע זאך אסר׳ן/הייסען און זאגען אונץ מיינען יעדעם (אפילי עס אפעקט נאר די רעליגעזע)?
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:מיין נקודה ד׳ איז אז אויב ברענגט עס למעשה נישט קיין פאטאליטעטן בלויז א היילבארע קורצע מחלה, דאן מה כל הרעש...כ׳מיין טשולענט ברענגט מיר אויך יעדע וואך זונטאג א מאגן מחלה און אין פוצה פה ומצפצף. כ׳מיין ארויסצוברענגן אז היות צו האבן די מחלה אליינס איז נישט קיין סכנה דאן מכלעראש

ווי איך הער האט אונזער מעיאר שוין אנגעהויבן אסר'ן טשולענט...
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:דאס איז מיין שאלה טאקע,

וויפיל פאטאליטעטן, אדער ברעין דעמעדזשעס האט זיך שוין אין סך הכל געמאכט

2 פאטאליטעטן אין ניו יארק סיטי אין די לעצטע 10 יאר (זע די סיטי'ס מעמארענדום, בלאט 9). אין די פידיאטריקס שטודיע ווערט רעפארטעד איין ערנסטע ברעין דעמעדזש, און נאך פיר וואס האבן געהאט א רייע קאמפליקאציעס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

טענקס יידל פארן נאכזוכן...

יעצט לאמיר פרובירן צו מאכן דעם חשבון

אין ניו יארק סיטי אליינס איז לכאורה סעיף צו זאגן אז עס ווערן געמאכט צוואנציג מציצה בפה׳ס א וואך דאס מיינט בערך טויזענט מציב״פ א יאר טיימס צעהן, נמצא 7 פראבלעמען פון צווישן צעהן טויזענט. דאס איז ווינציגער ווי איין פראצענט, פונקטליך, עס איז פוינט זיבעציג פון איין פראצענט

טאקע הימל שרייענד...און דאס איז די סיטי אליין אויסער מאנסי, לעיקוואד, קר״י והגלילות, אויסער ירושלים, ב״ב און אין אלע אנדערע חרדישע שטעט ווי מען מאכט דעם סוקציע מיט׳ן מויל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעמאן דזשוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אויב געדענק איך גוט, טענה'ט די סיטי אז עס איז א ריזיקע איינס פון 4000. לויט דיך איז עס פיל מער. כ'מיין אז צוואנציג מצב"פ'ס א וואך איז אונטערגעשאצט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

איך גלויב אויך אז עס איז א ריזיקע פון איבער זיבן טויזענט אריינרעכנדיג אלע יידישע שטעט

אבער אפילו לויט די ברייטסטע שאצונג איז די חשש ווינציגער ווי א געלעכטער

ביי וועלכע נאך העלט אישו זארגט זיך די סיטי ביי א איינס פון פיר טויזענט פראצענט, הייסט דען דאס נישט זיך געשטעלט אויף גראדע ווענט

איינס פון פיר טויזענט איז פוינט זירוי צוויי פון א פראצענט, ווער לאכט

0.02%
פארשפארט