ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167 זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
שליחה
דורך קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:09 pm
יידל האט געשריבן: וואס איז ר' וואלף היידענהיים'ס ראיה אז ר' אליעזר הקליר האט געלעבט בזמן הגאונים?
יש אומרים שחי בתקופה שקידשו את החודש
כ'האב נישט געוואוסט, גוגל איז מיר מגלה.
ער האט א פייט "אאנין תשע מאות ועוד"
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167 זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
שליחה
דורך קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:10 pm
לעמאן דזשוס האט געשריבן: כ׳מיין אז נישט קאווע און נישט יידל האבן עס ריכטיג האליין איז א שטעטל אין עסטרייך ביים גרעניץ פון דייטשלאנד וואס איז נאכ׳ן קריג געוועהן א דיפי לאגער אבער פארן קריג איז ער נישט געוועהן קיין רב
יאקע רב?
Under influence
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
הודעות: 837 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
שליחה
דורך לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:11 pm
ווייל ער ברענגט רב האי גאון..אזוי שטייט אין א ספר בשמו און ווייל אין די קינות אויף ת״ב שרייבט ער תשע מאות שנה וזה מכוון לתקופות הגאונים אבער ער גייט דערמיט קעגן תוס׳ חגיגה י״ג, ושאר ראשונים וכבר נדחו דבריו בכמה ספרים ותשובות ובתוכם עי׳ בשדי חמד אות אל״ף
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167 זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
שליחה
דורך קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:14 pm
אגב, ווען נישט אונזער חתם סופר שרייבט אז ווען נישט רוו"ה וואלט פארגעסען געווארן כמה גופי תורה, וואלט מען אין אייוועלט נישט געמעגט דערמאנען זיין נאמען
Under influence
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
הודעות: 837 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
שליחה
דורך לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:20 pm
ווי שרייבט דער הייליגער חתם סופר אזוי אויף אים. אין תשובות אויף חו״מ שרייבט ער בנוגע פיוטים אז אלמלא הוא וואלט נשתכח געווארן, כידוע שעשה הרבה מאד בשביל פיוטים אין זיינע מחזורים שהוציא לאור, וואס אגב, דארט אין די מבוא קומט ער מיט זיין באמבע בנוגע דעם קליר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
הודעות: 837 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
שליחה
דורך לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:26 pm
וועלכע גרויסע, אנגענומענע רב בישרא׳ שספריו מאד נפוצים אין אלע רייען פון כלל ישרא׳ איז פון די ערשטע שזכו ללמד באניווערסיטעט לימודים אקדמיים
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
הודעות: 837 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
שליחה
דורך לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:33 pm
קאווע טרינקער, גאנץ גוט אבער ער איז דוקא נישט אזוי מקובל בכל תפוצות היימישע ישראל סופר, איך רעש פון גאר גאר א באקאנטן מיט גרויסע ספרים, אויף ש״ס, תשובות, און א גרויסע חיבור אויף הלכה
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167 זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
שליחה
דורך קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:34 pm
ער מיינט עפעס א רב וואס ספריו נפוצים מאוד. ר' י''ד הארפנעס / סענטס סטריט איניווערסיטעט?
Under influence
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
הודעות: 837 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
שליחה
דורך לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:35 pm
לץ, פון די ערשטע
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167 זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
שליחה
דורך קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:43 pm
אין ספר חכמי ישראל כרופאים, מוסד הרב קוק, געקויפט 2 חדשים צוריק. איז ער מוכיח אזוי, אז שמואל האט געלערנט רפואה אין איניווערסיטעט אין די זעלבע תקופה ווי גליל (יידל, פאריכט מיר, כ'דענק נישט זיין נאמען פונקטליך) מיט דעם איז ער מסביר עטליכע שוועריקייטן אין ש''ס, למשל מ'זעהט שמואל קריגט זיך מיט א משנה בענין רפואה בשבת און מ'נעמט אן כמותו להלכה, וה''ה בעניני טריפות מהאי טעמא
Under influence
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
הודעות: 837 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
שליחה
דורך לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:49 pm
עניוועי, איך מיין מורינו הרב יעקב עטלינגער רבה של אלטונא, בעל מחבר ערוך לנר, שו״ת שיבת ציון, ביכורי יעקב על הל׳ סוכה זיין תלמיד איז געוועהן ר׳ שמשון רפא׳ לבית הירש ער האט שטודירט אין ווירצבורג אין א מאדערנע אוניווערסיטי
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167 זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
שליחה
דורך קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:55 pm
גראדע, כ'דענק אלץ קינד, מיין זיידע האט מיך פארהערט גמרא, און כ'האב "אויסגערעדט" א ערוך לנר..... מיין זיידע האט מיר איבערגעפרעגט און געזאגט אז ער האט פון דעם ספר קיינמאהל געהערט. כ'האב זיך געוואנדערט מיט מיין קינדערישען שכל. אבער דער אמת איז, פון ווי זאל א פשוט'ע (לאפוקי א ת''ח) אונגערישע איד וויסען פון דעם דייטשע גדול. יא, היינט איז שוין 70 יאר פון זיין ארויסגיין פון אונגארין, אבער דאן איז געווען קוים 50 יאר.....
Under influence
אויס מענטש
ידיד ותיק
הודעות: 832 זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
שליחה
דורך אויס מענטש » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:43 pm
וועלכע רביס האבן נישט געהאט קיין בארד ?
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
שליחה
דורך משה געציל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:50 pm
קאלוב/קראסטין
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
הודעות: 837 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
שליחה
דורך לעמאן דזשוס » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:56 pm
די הייליגע רוזינער צדיק
לאדיך אפ
ידיד ותיק
הודעות: 660 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל
שליחה
דורך לאדיך אפ » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:58 pm
בעלזע רב ביים קריג
טעפל
חבר ותיק
הודעות: 2048 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
שליחה
דורך טעפל » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:34 am
איך וועל פרעגען מעין הראשונה: אונטער וועלכע אומשטענדן האט משה גאלדמאן פארפאסט דעם הערליכע ניגון אויף די ווערטער "אלוקי נשמה"?
לעיקוואד
שריפטשטעלער
הודעות: 3911 זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:40 am
לעמאן דזשוס האט געשריבן: די הייליגע רוזינער צדיק
?
יידל
שריפטשטעלער
הודעות: 4922 זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
שליחה
דורך יידל » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 1:13 pm
קאווע טרינקער האט געשריבן: איז ער מוכיח אזוי, אז שמואל האט געלערנט רפואה אין איניווערסיטעט אין די זעלבע תקופה ווי גליל (יידל, פאריכט מיר, כ'דענק נישט זיין נאמען פונקטליך)
מיינסט אודאי
גלינוס/גאלען .
(גאלינוס איז געבוירן געווארן 129 למספרם און שמואל איז געבוירן געווארן בערך 165 למספרם.)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.