משה געציל האט געשריבן:מיר קריכט אויף די געהירן ווי ניקס פראבירן צו דעמאנסטרירן ווי פרום זיי זענען מיטן צוטרין גאנצטע שטיקלך פון דא צולייגענדיג; ״דאס פאלגענדע איז פון ק״ש באקומען אין אימעיל״.
ח״ו! איך אויף קאווע שטיבל?! קיינמאל! פערצאפאל האב איך עס באקומען פון איינעם...
אדער; ״דאס האט איינער געשריבן אויף קאווע שטיבל איך לייג דירעקט נישט קיין לינק ח״ו נישט מכשיל צו זיין קיינעם״.
איך פארשטיי... דער פאסט, טיימס, דעלי ניוס, וכו׳ מיט אלע זייערע שומציגע קאמענטס מעגסטו לינקן, קאווע שטיבל?! ח״ו! דער שאץ מאץ וועט דיר נאך מאצשאצן פון אלע וועלטן...
ועוד כהנה וכהנה, איך האב נאר געשריבן צוויי דוגמאות וואס איז מיר יעצט דורכגעלאפן אין קאפ.
איך אגריע מיט דיר אז ס'עקלט עט טיימס צו ליינען אזעלכע מיחזא כיוהרא'דיגע קאממענטס, נישט אז ס'מוז זיין אז זיי האלטן נישט דערביי, ס'נאר וויזוי מ'האלט עס אין איין פאמפן און זיך קלאפן אין די רוקן מיט חנופה איינער דעם צווייטן. אבער איך קען לשטתם פארענטפערן די שטיקל וואס איך האב גע'היילייטעד לגבי לינקען צום פאוסט אד"ג יא אבער ח"ו נישט צו דא. היימישע אניטיסעמיטן קען מען ווייניגער טאלערעיטן ווי גויעשע וואס שרייבן ווי דער הלכה בידוע. פאר די זעלבע ריזען (לגבי אן אנדערן נושא) פלעג איך אריינעמען אין שטוב גויאישע צייטונגען אבער ח"ו נישט דער המודיע אד"ג.