מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
גלעזעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל

מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן

שליחה דורך גלעזעלע »

א מאדנע ערשיינונג:

איך ערהאלט א בריוו פון מיין קינד'ס מוסד ווי פאלגענד: אזוי ווי מיר האבן באשלאסן איינצופירן געוויסע תקנות, בעטן מיר אייך איר זאלט אנצייכענען אין דעם בייגעלייגטן פראגע בויגן וועלכע פון די תקנות איר פילט איז וויכטיג איינצופירן פארן וואוילזיין פון אייערע קינדער און לויט וואס די מערהייט וועלן פארלאנגען וועט אי"ה ווערן איינגעפירט אין דעם מוסד.

מאדנע, הא? אייגענטליך פיקטיוו. דאס קען נישט ווירקליך פאסירן, אז אייערע קינד'ס מחנכים זאלן אייך ערלויבן א ווארט האבן ווי אזוי צו ערציען אייער קינד.

איז דאס נאך אייער קינד? איר האט געזוכט צו לעזען א פראבלעם, אז איר קענט זיך נישט אפגעבן מיטן קינד דורכאויס אייער ארבעטס שעה'ן. האט מען בסך הכל געדינגען דעם מוסד אלס שטעלפארטרעטער פאר די פאר שעה. אבער ערגעץ אונטערוועגנס האבן זיי ערקלערט אונזערע קינדער אלס זייערס אן אייגנטום. עפעס א רכוש מיט וואס עס איז זייער וויכטיג צו קענען שטאלצירן מיט. עפעס וואס מען דארף קנעטן און פארעמען און טוען וואס אימער עס פעהלט אויס זיכער צו מאכן אז זייער מוסד קוקט נישט אויס אויף א שוואכערע סטאנדארד ווי זייער קאנקורענץ. און פאר אט די גאר וויכטיגע צוועק דארפן מיר אויפגעבן אונזערע געבורטס-רעכטן אלס אונזערע קינדער'ס ווארט-זאגער.

נו, אז מען לאזט כאפן רעכטן, פארוואס זאל זיין א פראבלעם אז זיי ערקלערן מיין פריוואטע שטוב אויך זייער טערעטאריע. האבן זיי אפיציעל ערקלערט אז מיין שטוב איז געווארן איינע פון זייערע פילע דארמיטאריעס וואו זיי קענען איינטיילן מיט א פונקטליכקייט א יעדע ריר, וואס מען קען האלטן אין שטוב, וואס מען עסט, וויאזוי מען גייט אנגעטוען, און אויך וויפיל אזייגער עס ווערט נאכט. עס קוקט אויס פון זייער צוגאנג ווי עס וואלט בעסער געווען אז דאס קינד זאל זיין אונטער זייער השגחה 24/7, נאר אזוי ווי עס איז נישט פראקטיש און נישט מעגליך, איז בלית ברירה געטרויעט מען אונז צו אויפזעהן אויף די קינדער פאר די פאר שעה. אבער פארשטייט זיך אז נאר נאכן אהיימשיקן כסדר פונקטליכע און שטרענגע היים אנווייזונגען, כדי די השפעה פון דערהיים זאל נישט צוגרינד לייגן די "שווערע ארבעט" וואס די מחנכים לייגן אריין.

איך שפיר ווי איך האב א שטוב מיט אדאפטירטע קינדער. ווי נאר א קליינע פירונגס אדער ערציאונגס פראגע קומט אויף, און איך וויל מיר אנטאן דעם טאטע הוט צו דן זיין דערויף, גלייך קומט דערויף אן ענטפער פונעם פוסק אחרון, די מנהל/מנהלת האט געזאגט יא אדער ניין. איך האב איינגעזעהן אז דער איינציגסטער החלטה וואס מען האט איבערגעלאזט פאר מיר איז אין וועלכע ערציאונגס פאבריק זיי אריינצושטעלן. פון דארט און ווייטער איז שוין אלעס אויף אויטא פיילעט.

כדי צו בארעכטיגן אריינצורעדן און אריינצוקלעטערן אין א יעדן דעטאל נוצט מען דעם ברייט-פארשפרייטן תירוץ אז מיינע קינד'ס רעכטן וועלן האבן אן השפעה אויף אנדערע קינדער. נעמליך, דער מוסד דינט נישט מער ווי דער הויכהילכער ווי די עלטערן פון מיין קינד'ס חברים וועלכע שרייען בקול אחד אז מען קען נישט ערלויבן: אז מיין קינד זאל פארן מיט א בייציקל, די ברילן וואס ער טראגט, די שיך וואס זי טראגט, די פלעיס וואס מען גייט צו. די לעכערליכקייט פון די טענה איז קלאר בולט ווען מען מאכט תקנות וואס רוב פון די קינדער האלטן נישט איין, וואס דאס מיינט אז די עלטערן ווילן דאס נישט. און די מוסדות שטופן דאס ווייטער, און זיי באקלאגען זיך גאר אז דער עולם קאאפערירט נישט, מען שטעלט זיך נישט צו. און דאס איז די סיבה פארוואס מען שיקט נישט אהיים פאר די עלטערן א פראגע בויגן, ווייל דער מוסד קען נישט לעבן מיט וואס די מערהייט וועט זאגן.

אלא מאי זיי האבן פשוט מחליט געווען אז מען קען אונז עמך-אידן נישט געטרויען. מיר פארשטייען נישט וואס עס איז וויכטיג פאר אונזער קינד'ס חינוך. און מן הסתם איז פאבריצירט געווארען עפעס אן אראמיש לשון עס זאל קלינגען ווי עס קומט במסורה גלייך פון מר בר רב אשי'ן אז מען קען זיך אויף אונז נישט פארלאזן. אבער גאט האט אונז יא געטרויעט מחנך צו זיין אונזערע קינדער. א קינד ביים געבורט האט גאט צוגעשטעלט צום בעטל א טאטע, מאמע, און טאקע נאר דאס. ס'לעצטע מאל איך האב געקוקט האב איך נישט באמערקט דארט קיינע מנהלים און מחנכים. איז פארוואס זאל איך פארלירן מיינע רעכטן צו איבערלאזן א שטיקל חותם, אן איינדרוק אין מיין קינד, אז איך האב אמאל געלעבט? אז איך האב גענוצט גאט-געשאנקענע כוחות צו מאכן אייגענארטיגע אויסגעהאלטענע חינוך החלטות?

און צוגאב צום אומרעכט צום יחיד, איז דאס אן ערנסטן סאציאלע פארלוסט פאר דעם כלל. מיר פארלירן די שיינע אייגענארטיגקייט פון א יעדע משפחה, מיט זיינע אייגענע חומרות און קולות, סטיילס און משוגעת'ן. דאס איז די שיינקייט פון א ציבור וואס איז פילפארביג. אבער מיר טוען דאס שטייטעלעך איינטוישן אין א "מאסן-פראדוקציע חינוך סאסייעטי". און אנשטאט וואס מען פלעגט דערקענען אז דאס איז א קינד פון משפחת קליין, שפיטצער, גרין, אדער שטיין , ווערן אלע קינדער אויסגעפארעמט אויף עטליכע משפחה שניטן: "סאטמאראוויטש, פאפאוויטש, נייטראוויטש, קאשויוויטש, מונקאטשאוויטש, א.א. וו. אנשטאט האבן א געשמאקע געמיש פראבירט מען צו פאבריצירן הונדערטער קארבען קאפיס פונעם זעלבן פראדוקט. און לכבוד דעם ליידט דאס קינד אויך, אז מען פארעמט זיי מיט איין קיכל שניידער, אונטערדרוקט מען זייערע אמת'ע פאטענציעל.

לעצנטס האט די עפעדעמיע באקומען נייע פיס. עס איז גאר געווארן וויכטיג אז נישט נאר די מנהלים נאר אויך די רבנים זאלן מייקרא מענעדשען דעם ברייטן ציבור. א גוטער ביישפיל פון די וואקסענדיגע פראבלעם איז דער "שטערן/שפאקטיוו שערוריה". אן נעמען קיינע זייטן צו עס איז גוט פאר א קינד אדער בעסער אז נישט, זעהט יעדע רעכט-דענקיגער מענטש אז מען רעדט אין ערגסטען פאל פון דקות'דיגע לפנים משורת הדין'דיגע חינוך פראגעס. גענוג דקות'דיג אז איין רב קען גאר האלטן אז עס גוט און איינער אז נישט. וואלט דאס נישט געווען נארמאל אז מען זאל אונז כאטש געטרויען אויף אזעלכע קליינע טעמעס אז מיר וועלן מחליט זיין וואס עס איז ריכטיג פאר אונזער קינד? איז עס נישט לכתחילה אז אין איין שטוב זאל דאס זיין בבל יראה און ביים חבר'ס שטוב זאל מען עס פארלערנען ביים שבת טיש? און אויב איז איינער פערזענליך צומישט וועגן דעם ענין קען ער דאס איבערשמועסען מיט זיין פריוואטן רב. ברויך איך האבען א חתימה פון 20 רבנים מיט 4 טיטלען פאר זייער נאמען צו מיין קינד זאל ניצן א ציין בערשטל אדער דענטעל פלאסס?

ע"כ אונזערע חשוב'ע ארבעטערס, מיר זענען אייך באמת מכיר טובה פאר אייער שווערע ארבעט. אבער מיר בעטן אייך, ארבעטס אייך נישט איבער. לאזט איבער אונזער פריוואטן חינוך אינדערהיים צו וועם גאט האט עס געשאנקען, אויב מיר וועלן זייער ליב האבן אייער פריוואטען חינוך וועלן מיר אייך נעמען אלס מחותן. און אויב איר וועט נישט ליב האבן אונזער פריוואטן היים חינוך, דאן זאגט הויך מיט כוונה ברוך שפטרני אז ווען כלל ישראל האט אייך אויפגענומען איז דאס נישט געווען א חלק פון די דזשאב דעסקריפשאן.

.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך זר זהב »

שלומאלייכעם זיי דיר מכבד, נעם א גלעזעלע... האסט א גוטע פענע און ברענגסט ארויס שטארקע פוינטס, איך זעה דא פאר אן אקטיווער אשכול!

לעט איט בעגין....!!!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

כיהודה ועוד לקארל. עס איז באקאנט אז ווען סאטמארע רב זצ"ל האג געעפנט די סאטמארע מוסדות האט ער פארלאנגט מען זאל אננעמען יעדע קינד וואס קומט פון א משפחה שומרי תורה ומצוות, און אזוי איז טאקע געווען. ער איז געווען גענוג קאנפידענט אין די כוח פון די מוסדות און די מחנכים, אריינצוגעבן ווארימקייט און אידישקייט אפילו אין די קינדער וועלכע קומען פון א.ג. "שוואכערע" היימען. איז אבער היינט ליידער מציאות אז ביידע פון די צוויי סאטמארע מוסדות (אין וויליאמסבורג) קלויבן זיך און זאגן אפ אויף רעכטס און אויף לינקס. ווי איך פארשטיי, האבן די מוסודות איינגעזעהן אז זייער חינוך איז ווערד אויף כפרות און יעדעס קינד וואס קומט פון א שטוב ווי דער טאטע גייט רח"ל אינדערוואכן מיט קורצע ארבל איז אומשטאנד צו איבערדרייען די גאנצע "שווערע ארבעט" וועלכע די מחנכים לייגן אריין אין די קינדער...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
nescafe
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 28, 2012 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך nescafe »

4
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום nescafe, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך קאווע טרינקער »

גלעזעלע.... מער לייקס ווי הודעות?...................
נו, לא תחמוד.
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בד"וו
פאר עטליכע מינוט צוריק האב איך מרמז געווען דעם ענין פון one size fit all אינעם אשכול פון שלום בית. א כמעט-טויטע אשכול, זעהט אויס מ'האט מורא צו רעדן איבערדעם. און טאקע דערפאר לינק איך אהין, כדי ס'זאל נתברר ווערן הלכה למעשה.
Under influence
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך נולד מאוחר »

גלעזעלע
דארפסט פארשטיין סאיז סאך גרינגער פאר א מוסד אהיים צושוקען תקנות פאר אינדערהיים ווי צו קער נעמען פין אן עכטע פראבלעם וואס גייט פאר אין חדר.
סאיז גרונגער פארן הנהלה איינציטיילן מיין ווייבס קלאזעט, ווי איינטיילן פארן מלמד ווען ער זאל זיך לייגן, ווי גיט ער זאל זיך פארקוקן, אין אויך ווי אפט ער זאל וואשן זיין טלית קטן. (מיין זינ'ס מלמד טלית קטן איז שרעקליך)

איין פראבלעם איז יא דא מיט לאזן די עלטערן אליינס מחנך זיין זייערע קינדער,
ס'ווערט א הפקר וועלט, דאס איז כמעט די איינציגסטע מיטל צו האלטן פרום די שטאט,
סטראשנען מיט דו מוסדות. ביים עירוב איז שטארק צינוץ געקימען, ביים היימישן עקטער, אין אפי' ביים שטערן אסיפה .


והא ריאה נחום ראזנבערג. ווייל ער האט נישט קינדער אין מוסד איז שווער עם שטיל מאכן.

דערפאר טראכט איך אז די מוסדת אליין ווערן אויך קאנטרילט פון די עסקני העיר.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך נולד מאוחר »

BTW if you dont like the school where u send your child, dont send him there .
The school has all the rights to make rules how your home,car,phone, and even wife should look.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך שמואל הלוי »

יאנקל האט געשריבן:איך האב נארוואס גערעדט מיט א חבר מיינעם, א טעראפיסט, דערציילט ער מיר אז די וואך איז געקומען צו אים א קינד וועלכער האט דערציילט אז זיין מלמד אין סאטמארער ת"ת אין בארא-פארק האט צוגעזאגט א ספר פאר יעדן קינד וואס וועט נישט עסן קיין "פאטעיטא סטארטש" דורכאויס פסח!

איך גלייב עס נישט...
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך נולד מאוחר »

יאנקל האט געשריבן:איך האב נארוואס גערעדט מיט א חבר מיינעם, א טעראפיסט, דערציילט ער מיר אז די וואך איז געקומען צו אים א קינד וועלכער האט דערציילט אז זיין מלמד אין סאטמארער ת"ת אין בארא-פארק האט צוגעזאגט א ספר פאר יעדן קינד וואס וועט נישט עסן קיין "פאטעיטא סטארטש" דורכאויס פסח!

כמיין אז ער האט געזאגט וועמענס טאטע עסט נישט פאטעטא סטארטש.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך משה געציל »

נולד מאוחר האט געשריבן:BTW if you dont like the school where u send your child, dont send him there .
The school has all the rights to make rules how your home,car,phone, and even wife should look.

בארוהיגט אייך... איך פאנג ערענסט אהן טראכטען אז איר שלעפט אייך נאך ארום מיט אייער מאוחרשאפט, פון געבורטס אהן עד היום הזה..., זאגט נאר, איר זענט אפשר ארויס געקומען פון אונטערן אייזענעם פורהאנג ווען קאמיניזאם האט צוזאם געבראכען? איז נאך אייער מח אינטערן קאנטראל פון די קאשמארישע קעי. דזשי. בי. אגענטען? וואספארא סארט גערעדאכט'ס איז דאס אז די הנהלה האט פילע רעכט ווי אזוי די קאר, היים, וכדו' זאל אויס קוקען, אפשר דארף מען זיי מודיע זיין וואסערע סארט אינטער העמעדער מען טראגט, אדער גאר וואס פארא גאטשעס רש"י צו ר"ת? ... איך מיין קאָם אַן! יעֶיק אָפ די לעבסט שוין היינט אינעם פרייען אמעריקע...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
[NAMELESS]

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'פאנגט זיך שוין אהן.....
בילד
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך געפילטע פיש »

ראשעקאל האט געשריבן:ס'פאנגט זיך שוין אהן.....
בילד

כתבו לכם על קרן השור...
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך נולד מאוחר »

משה געציל האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:BTW if you dont like the school where u send your child, dont send him there .
The school has all the rights to make rules how your home,car,phone, and even wife should look.

בארוהיגט אייך... איך פאנג ערענסט אהן טראכטען אז איר שלעפט אייך נאך ארום מיט אייער מאוחרשאפט, פון געבורטס אהן עד היום הזה..., זאגט נאר, איר זענט אפשר ארויס געקומען פון אונטערן אייזענעם פורהאנג ווען קאמיניזאם האט צוזאם געבראכען? איז נאך אייער מח אינטערן קאנטראל פון די קאשמארישע קעי. דזשי. בי. אגענטען? וואספארא סארט גערעדאכט'ס איז דאס אז די הנהלה האט פילע רעכט ווי אזוי די קאר, היים, וכדו' זאל אויס קוקען, אפשר דארף מען זיי מודיע זיין וואסערע סארט אינטער העמעדער מען טראגט, אדער גאר וואס פארא גאטשעס רש"י צו ר"ת? ... איך מיין קאָם אַן! יעֶיק אָפ די לעבסט שוין היינט אינעם פרייען אמעריקע...

all jokes a side why do send your child to a school which you dint agree to their polices?
?and pkease you tell me if we live in america or in Russia
גלעזעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך גלעזעלע »

ראשעקאל האט געשריבן:ס'פאנגט זיך שוין אהן.....
בילד


אונזערע קינדער וועלן פון אונז שוין א מענטש מאכן. לאמיר זיי וואונטשו אסאך אידיש נחת פון זייערע עלטערן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך נולד מאוחר »

קודם וועלן זיי דארפן האבן קינדער וואס זאלן זיי אויסמענשלען.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך נולד מאוחר »

זיידעטשקע האט געשריבן:א נייע ווערסיע
בילד

Is this a joke or its real?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך יידל »

יאנקל האט געשריבן:איך האב נארוואס גערעדט מיט א חבר מיינעם, א טעראפיסט, דערציילט ער מיר אז די וואך איז געקומען צו אים א קינד וועלכער האט דערציילט אז זיין מלמד אין סאטמארער ת"ת אין בארא-פארק האט צוגעזאגט א ספר פאר יעדן קינד וואס וועט נישט עסן קיין "פאטעיטא סטארטש" דורכאויס פסח!


איך גלייב עס נישט און אויב איז עס אמת דארף מען שרייען און אלע גאסן, ארויסווארפן דעם מלמד, און אים פארבאטן צו עוסק זיין אין חינוך עד ביאת ינון.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך יידל »

נולד מאוחר האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:BTW if you dont like the school where u send your child, dont send him there .
The school has all the rights to make rules how your home,car,phone, and even wife should look.

בארוהיגט אייך... איך פאנג ערענסט אהן טראכטען אז איר שלעפט אייך נאך ארום מיט אייער מאוחרשאפט, פון געבורטס אהן עד היום הזה..., זאגט נאר, איר זענט אפשר ארויס געקומען פון אונטערן אייזענעם פורהאנג ווען קאמיניזאם האט צוזאם געבראכען? איז נאך אייער מח אינטערן קאנטראל פון די קאשמארישע קעי. דזשי. בי. אגענטען? וואספארא סארט גערעדאכט'ס איז דאס אז די הנהלה האט פילע רעכט ווי אזוי די קאר, היים, וכדו' זאל אויס קוקען, אפשר דארף מען זיי מודיע זיין וואסערע סארט אינטער העמעדער מען טראגט, אדער גאר וואס פארא גאטשעס רש"י צו ר"ת? ... איך מיין קאָם אַן! יעֶיק אָפ די לעבסט שוין היינט אינעם פרייען אמעריקע...

all jokes a side why do send your child to a school which you dint agree to their polices?
?and pkease you tell me if we live in america or in Russia

קאם אן נולד, דו ווייסט וואס די מצב איז אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק. ווי זאל ער שיקן זיין זון? אין פובליק סקול?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פינטאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:44 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך פינטאו »

נולד מאוחר האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:BTW if you dont like the school where u send your child, dont send him there .
The school has all the rights to make rules how your home,car,phone, and even wife should look.

בארוהיגט אייך... איך פאנג ערענסט אהן טראכטען אז איר שלעפט אייך נאך ארום מיט אייער מאוחרשאפט, פון געבורטס אהן עד היום הזה..., זאגט נאר, איר זענט אפשר ארויס געקומען פון אונטערן אייזענעם פורהאנג ווען קאמיניזאם האט צוזאם געבראכען? איז נאך אייער מח אינטערן קאנטראל פון די קאשמארישע קעי. דזשי. בי. אגענטען? וואספארא סארט גערעדאכט'ס איז דאס אז די הנהלה האט פילע רעכט ווי אזוי די קאר, היים, וכדו' זאל אויס קוקען, אפשר דארף מען זיי מודיע זיין וואסערע סארט אינטער העמעדער מען טראגט, אדער גאר וואס פארא גאטשעס רש"י צו ר"ת? ... איך מיין קאָם אַן! יעֶיק אָפ די לעבסט שוין היינט אינעם פרייען אמעריקע...

all jokes a side why do send your child to a school which you dint agree to their polices?
?and pkease you tell me if we live in america or in Russia

נולד רעדט צו דער זאך. קיינער צווינגט קיינעם נישט אריינצולייגן זייערע קינדער אין קיין שום מוסד. עס איז א פריוואטע ארגעניזאציע וועמענ'ס סערוויס איר זוכט דא.

איך פארשטיי נישט וואו קאמוניזם קומט דא אריין אין בילד. עס איז ממש דאס פארקערטע. וויבאלד עס איז א פריוואטע ארגעניזאציע, פאר וועמען איר באצאלט פרייוויליג פאר דער פריווילעגיע צו מחנך זיין אייערע קינדער, האבן זיי אלע רעכטן צו מאכן וואספארא געזעצן זיי ווילן. דאס איז דער אפטייטש פון א פרייע-לאנד. אויב איר האט נישט ליב זייער ווערטשאפט, טרעפט א צווייטן מוסד, אדער עפענט אייער אייגענעם מוסד וואו איר קענט איינפירן אייער אייגענע געזעצן.
nescafe
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 28, 2012 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך nescafe »

פינטאו האט געשריבן:נולד רעדט צו דער זאך. קיינער צווינגט קיינעם נישט אריינצולייגן זייערע קינדער אין קיין שום מוסד. עס איז א פריוואטע ארגעניזאציע וועמענ'ס סערוויס איר זוכט דא.

איך פארשטיי נישט וואו קאמוניזם קומט דא אריין אין בילד. עס איז ממש דאס פארקערטע. וויבאלד עס איז א פריוואטע ארגעניזאציע, פאר וועמען איר באצאלט פרייוויליג פאר דער פריווילעגיע צו מחנך זיין אייערע קינדער, האבן זיי אלע רעכטן צו מאכן וואספארא געזעצן זיי ווילן. דאס איז דער אפטייטש פון א פרייע-לאנד. אויב איר האט נישט ליב זייער ווערטשאפט, טרעפט א צווייטן מוסד, אדער עפענט אייער אייגענעם מוסד וואו איר קענט איינפירן אייער אייגענע געזעצן.

און אנדערע ווערטער מיינסטו צו זאגן, אז איינמאל איך שיק אריין מיין קינד אין א מוסד, מיינט דאס אז איך האב איבערגעגעבן מיין אחריות פאר'ן מוסד, און אויב איך האב געוויסע טענות אדער איך האלט מ'דארף זיך באנעמען מיט אים אביסל אנדערש, דעמאלטס קענען זיי מיר זאגן 'קענסט ארויסנעמען דיין יונגעל' ???
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: מאסן פראדאקציע ערציאונגס פארבריקן

שליחה דורך שמואל הלוי »

יאנקל האט געשריבן:ער האט מיר אויך דערציילט אז א קינד האט אים לעצטנס דערציילט אז דער מלמד פון זיין וויליאמסבורגער חדר (ער האט נישט געדענק וועלכער) האט צוגעזאגט מתנות פאר די קינדער וועלכע וועלן זיך אנטון גרעסערע קאפלעך.

דאס קען איך שוין גלייבן היות א גרעסערע קאפל איז מסוגל אויף יראת שמים, אבער פטעיטא סטארדזש איז שוין צופיל געמישט אין א פרעמדע טאפ.
nescafe
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 28, 2012 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן

שליחה דורך nescafe »

"אין ספר "מסגרת חינוכית נאמנה
http://www.zbermanbooks.com/Page.asp?ID ... oryID=7502
:ברענגט ער א געוואלדיגע סיפור וואס ער האט געהערט פון הגאון רבי שמואל אוירבאך.
שמעתי מהגאון רבי שמואל אוירבאך שליט"א,שבילדותו שלחו אביו לתלמוד תורה עץ חיים בירושלים. בתחילת כל שנה בא אביו, הגאון רבי שלמה זלמן זצ"ל, לחדר, לראות מי המלמד ומה מתכוננים ללמוד
בשנה אחת כששוחח רבי שלמה זלמן עם המלמד אמר המלמד שילמדו מסכת מסוימת. ניסה רבי שלמה זלמן לשכנע אותו שישנה למסכת אחרת כי זה לא מתאים לרמה של ילדים בגיל הזה והמלמד לא הסכים לשנות. לקח רבי שלמה זלמן את בנו והשאירו אצל המלמד מהשנה הקודמת כי שם ילמד ברמה המתאימה לו
פארשפארט