הולכי בחירות מוותר אויף הונדרעט טאלער פון סאטמר

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

הולכי בחירות מוותר אויף הונדרעט טאלער פון סאטמר

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

סאטמאר האט געגרייכט א נייע נידעריגקייט ביים פרובירן אויפצוטרייבן שטיצע צו זייער פארטיי אין הייליגן לאנד וואס פארארדנט אלע אנהענגער נישט צו גיין שטימען אין די אלגעמיינע כנסת וואלן

ווי באקאנט איז אנדערש ווי אלע פאליטישע פארטייען אינערהאלב א לאנד וואס זוכן צו קריגן ווי מער דעפוטאטן צום פארלאמענט, זוכט די פארטיי סאטמאר ווי מער מענטשן וואס ברויכן דוקא נישט קיינע רעפרעזענטאטן אינעם כנסת, בער אנדערש ווי ביי יעדע וואל סעזאן ווי זיי האבן בלויז מיט פארשידענע ליטעראטור און פאמפלעטן אויפגעטריבן שטיצע צו זייער פארטיי, דעקט די דזשערוסעלעם פאוסט אויף אז דאס מאל געפונען זיי א הארטע באדן און א שווער פעלד, דעריבער האבן די פירער פון די פארטיי געפאסט די באשלוס אז מען וועט פשוט קויפן די שטימען, אנשטאט קויפן שטימען דורך לויפן רעקלאמעס אין די ״החומה״ ״העדה״ און די ״ירושלים׳ע ווענט״ וועט מען פאר יעדע שטימע צאלן א מאה׳לע

איי, פון ווי וועט זיין די נויטיגע סכום געלט, דאס האבן שוין די לאקאלע ישיבות זיך געזארגט און פראקלאמירט פאר די בחורים א ״שקל הקדש״ קאמפיין וואס איז די פינאנציעלע פליגל פונעם פארטיי

עס איז אבער נישט גרינג, גיבן די עסקנים איבער, און דערווייל הייסט עס אז זיי האבן קיין שום איד נאכנישט איבערגערעדט צו זיך, און עס הערשט א באלדיגע סכנה אויף די הויפענעס הונדערטערס וואס וועט בלייבן אין די רענצלעך פונעם רבי׳ן ווען ער וועט אנקומען קיין ישראל, אויף דערווייל ווארט מען נאך אויפ׳ן פארטיי׳ס ספאוקספערזאן זאל ערקלערן ווי מען וועט קענען צוריקקריגן די פולע קוואדערס וואס מען האט פארטיילט דעם פארלאפענעם חנוכה ביים דאווענען

די דשזערוסעלעם פאוסט מערקט אן אז עס איז דא א מעגליכקייט אז די מדינה וועט זוכן צו ארעסטירן דעם רבי׳ן באלד ווי ער וועט באטרעטן דאס לאנד און אנקלאגן מיט עלעקשאן פראוד, אבער ווייס פון סאטמאר זאגט אז די רבי איז באשיצט דורך אומבאקאנטע סענאטארן פון אמעריקא וואס וועלן מיטפארן מיט׳ן רבי׳ן און אזוי ארום שרעקט זיך די רבי פאר גארנישט ווייל אמעריקא האט דעם רבינ׳ס רוקן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סענאטארן???? מסתמא איז עס עפעס א איבערזעצונג מיסטעיק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האלט איר אז אויב די מדינה וועט יא ארעסטירן דעם רבין וועט קומען צו א וועלט מלחמה?
כ'מיין, דער רבי וועט דאך נישט גיין מיט קיין שמאטע סענאטארן, דער רבי וועט דאך גייט דאך גיין אנגעכאפט מיט דזשאן מקעין, טשאק שומער, יוסף ליבערמאן, דזשאן קערי סענטארום, רוביא, און אזוי ווייטער. שטעל זיך פאר אינאיינעם מיטן רבי'ן ארעסטירט מען זי אלע, און נאכדערצו שיקט מען אונטער א פרוי פאליציאנטקע...
אמעריקע וועט ווארשיינליך דערקלערן קריג קעגן די מדינה, אבער וואס וועט למשל קאנאדע, ענגלאנד און אנדערע טון?
איר מיינט אז די אמעריקאנער-סאטמארער סענאטארן וועלן איינגיין אויף א וואפן שטילשטאנד מיט מדינת ישראל?
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

ראשעקאל האט געשריבן:סענאטארן???? מסתמא איז עס עפעס א איבערזעצונג מיסטעיק


אולי הטעות במקור.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפשר וועט יאסי געשטעטנער באגללייטן די רבי
(יאסי איז נאך נישט קיין סענאטאר??!!, נע, זאג נישט קיין ליגנט)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יאסי איז א קאמענטאטאר. די חילוק איז אז א סענאטאר פארטרעט איין סטעיט, א קאמענטעיטער פארטרעט גאנץ אמעריקע .
נאך א זאך, א סענאטאר פארשטייט נישט אלעס, א קאמענטעטאר פארשטייט א-ל-ע-ס!
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך פיינע קאווע »

א פלא די פריערדיגע סאטמארע רבי'ס איז נישט בייגעפאלן אזא געלונגענע שריט. פשוט צו פארטיילן געלט מען זאל נישט שטימען. איז דער אפנויגונג אזוי הארב ווי זאגן תורה אים שושן פורים ?
בכל אופן אויב איינער ווייסט ווי מען קען זיך איינשרייבן פארן הינדערטער ביטע זייט מודיע דעם עולם. וועל איך קענען איינמעלדן מיינע קרובים אין ארץ ישראל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א שאד אז עס איז נישט איינגעפאלן פאר אברהם אבינו קעגן די געצנדינער, משה רבינו קעגן עדת קורח, און אזוי ווייטער די תנאים קעגן די צדוקים, די ארטאדאקסן קעגן די נעעלאגן. געלט איז דאך א גרויסע כח, מיר קענען מחזיר בתשובה זיין די גאנצע וועלט מיט געלט. איך בין גרייט צו זיין א חסיד פון אהרן\זלמן לייב\ליפא\שלום אליעזר פאר א הונדערטער!
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

סתם א גיט שטיקל פראפאגאנדע אנדעדרייט דורך דעם ווייס, נאכדעם מאכט מען א גליון וואסערע קידוש השם דאס איז, עס איז נישטו קיין רעדע צו טיילן געלט פאר מענטשן פערזענליך, די געלט וועט מען נאר טיילן פאר 'מוסדות' וואס נעמען נישט קיין געלט אין וואס וועלן רופן דעם רבין אין מקבל פנים זיין
אניהקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

שליחה דורך אניהקטן »

אלע חסידות'ן היינט זענען שקר ע"ג שקר אבער קיינער נישט אויף אזא פארנעם ווי סאטמאר.

דער סאטמאר רבי זי"ע האט געהאט א הייליגע שיטה, אבער זיינע חסידים האבן עס נאר אדאפטירט ווען ס'האט זיך געלוינט און דאן האבן זיי מוסר געזאגט פאר אנדערע וועלכע האבן זיך נישט געהאלטן דערצו און ווען ס'האט זיך זיי נישט געלוינט זענען זיי געווען די ערשטע צו טרעטן דערויף, אנגעפאנגען פון גרינדן אן אייגענע לאקאלע ממשלה אין קרית יואל, מיט אלע פיטשעווקעס פון אן אייגענע רעגירונג, אינקלודינג התגרות באומות אויף א גרויסן פארנעם, ווי ס'איז שיין דאקומענטירט דורך ר' שלמה יאנקלען און ר' סענדר'ן און דאן מיט'ן נעמען א הלוואה פאר דעם מקח, פון די "גע'אסר'טע" באנק לאומי ווייל זייערע טוירמס זענען געווען בעסערע ווי דאס וואס די אמעריקאנער בענק האבן געאאפערט.

גייענדיג ווייטער במשך די יארן ווען מען האט געגרינדעט דעם סקול דיסטריקט וואס איז זיכער א גרויסער בדיעבד, צו האבן א בילדינג אינערהאלב א הייליג שטעטל וואו מען טאר קיין מזוזות נישט ארויפלייגן, אלעס וויבאלד מען קען באקומען גרויסע סכומים געלטער פון די גאווערמענט, וואס משום מה איגנארירן די סאטמארער דארט אינגאנצן דעם כח הפועל בהנפעל, ווען מען רעדט פון א ממשל וואס שטיצט חוקי תועבה און האט געזעצן וועלכע אסר'ן צו דיסקרימינירן קעגן פארדארבענע עלעמענט.

במשך די יארן האבן די סאטמארער געפירט א דאבל סטענדערד אויף טריט און שריט. ברצותו אוסר וברצותו מתיר. אזעלכע זאכן ווי רעדן צו די ציוני'סטישע פרעסע און גיין אין בד"ץ אא"וו, איז געווען אסור ווען יענער האט עס געטאן און מותר ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט פאר די אייגענע פראפאגאנדע. במשך די יארן ווען סאטמאר איז פון צוויי געווארן דריי איז דער חוכא וטלולא געווארן נאך גרעסער, ווען יעדער צד דרייט מיט דער שיטה לויט ווי ס'איז גוט פאר די אייגענע פראפאגאנדע און שלעכט פאר'ן צד שכנגד'ס פראפאגאנדע.

איז יעצט האט צד מהרז"ל באשלאסן אז מען פארט קיין ארץ ישראל און מען מאכט עס מיט'ן גאנצן טראסק כדי צו ווייזן אז זיי זענען דער אמת'ער סאטמאר זענען א סעריע פון איסורים וועלכע זענען פאר לאנגע יארן פראקטיצירט געווארן דורך דעם צד פון סאטמאר כדי צו האקן אויף די אנדערע זייט סאטמאר, אראפגעפלאשט געווארן אין טוילעט. "ברבבותינו" איז געווארן אויס פראבלעם, לעקטערלעך און סיינס זענען געווארן א הייליגער וועג פון קעמפן קעגן די ציונים. מען פארט קיין ארץ ישראל מכלומר'שט צו באקעמפן די מדינה אבער אלעס גייט מיט'ן ציל צו ווייזן "מלכות" און אני ואפסי. א ספעציעלע ליפערונג פון עסקעלעידס קיין ארץ ישראל, נישט ווייל מען וויל נישט רח"ל געניסן פון די מדינה, נאר ווייל די מדינה מיט אירע קליינע אייראפעאישע קארעלעך קען נישט אהערשטעלן די לוקסוריעזע קארס, סיירינס און לעמפעלעך וועלכע מען דארף האבן כדי צו "האבן א מאטארקעיד מיט אן עסקארט" וכו', וואס וועט אגב די גאנצע צייט באשיצט ווערן דורך די ציוניסטישע זיכערהייטס קרעפטן, די זעלבע רשעים און רוצחים וועלכע פייניגן און שלאגן אונזערע ברידער אין ארץ ישראל.

מען פארט מכלומר'שט צו באקעמפן די מדינה און מען לאזט איבער א 5 מיליאן דאלאר אין די ארטיגע עקאנאמיע, אריינגערעכנט די אויסגאבן פאר פאמפע, און די געלטער וואס די פילע נגידים וועלן ספענדן אין די ארטיגע געשעפטן און פארוויילונגס ערטער. בעלי דרשנים וואס האקן כסדר אז מען טאר נישט פארן קיין ארץ ישראל אפילו נאר אויף ל"ג בעומר האבן געמאכט א 360. יאקאבאוויטשס, בראווערס, ענגלס, טירנויערס, בירנבוימס אא'וו, וואס זענען קיינמאל אין זייער לעבן נאכנישט געווען אין הייליג לאנד פארן יעצט צום ערשטן מאל אין זייער לעבן. מען האט נישט געטארט פארן ווען דער ברך משה האט עס געטון אבער היינט איז עס קיין פראבלעם, ווייל היינט טוט מען עס דאך פאר די הייליגע מערכה קעגן ציונות.

און כדי איינצורעדן די קעלבער אז די ציונים פלאצן אוועק אז א "מלכות" וואס ברענגט מיט אן עקאנאמישן סטימולוס פאר ארץ ישראל און מוז געבן אנערקענונג פאר די ממשלה אויף טריט און שריט, קומט אויף א באזוך, פארקויפט מען אז די ציוניסטישע פאליציי ווארט אפ דעם רבי'ן מיט קייטעלעך אים צו ארעסטירן ווי נאר ער קומט אן, ווייל חוץ פון אכמעדינידזשאד איז נישטא קיינער וואס איז אזא געפאר פאר מדינת ישראל'ס זיכערהייט ווי סאטמארער רבי.

מען קען גיין ווייטער און ווייטער מיט די היפאקריטיע און קיינמאל נישט פארטיג ווערן, אבער איין זאך איז זיכער, אויב איז דא איינער וואס האלט זיך צו די שיטה פון סאטמארער רבי זי"ע איז עס הרה"צ ר' משה בער בעק. ער איז טאקע אביסל צו עקסטרעם פאר סאטמאר'ס אפעטיט, אבער כאטש פליפ פלאפד ער נישט מיט די אישוס
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

אניהקטן האט געשריבן:אלע חסידות'ן היינט זענען שקר ע"ג שקר אבער קיינער נישט אויף אזא פארנעם ווי סאטמאר.

דער סאטמאר רבי זי"ע האט געהאט א הייליגע שיטה, אבער זיינע חסידים האבן עס נאר אדאפטירט ווען ס'האט זיך געלוינט און דאן האבן זיי מוסר געזאגט פאר אנדערע וועלכע האבן זיך נישט געהאלטן דערצו און ווען ס'האט זיך זיי נישט געלוינט זענען זיי געווען די ערשטע צו טרעטן דערויף, אנגעפאנגען פון גרינדן אן אייגענע לאקאלע ממשלה אין קרית יואל, מיט אלע פיטשעווקעס פון אן אייגענע רעגירונג, אינקלודינג התגרות באומות אויף א גרויסן פארנעם,.

אז דער גוי דיסקרימינירט מיך, מעג איך זיך נישט פארטיידיגען?
ווען א גוי רופט דיך אין קארט אדער ווען גיבט דיך נישט קיין פערמיט שרייסטו אויך התגרות באומת?
אין לשיטתך וויאזוי מעג מען וואוטען אין די לאקאלע 'בחירות' אין קרית יואל????

אניהקטן האט געשריבן:גייענדיג ווייטער במשך די יארן ווען מען האט געגרינדעט דעם סקול דיסטריקט וואס איז זיכער א גרויסער בדיעבד, צו האבן א בילדינג אינערהאלב א הייליג שטעטל וואו מען טאר קיין מזוזות נישט ארויפלייגן, אלעס וויבאלד מען קען באקומען גרויסע סכומים געלטער פון די גאווערמענט, וואס משום מה איגנארירן די סאטמארער דארט אינגאנצן דעם כח הפועל בהנפעל, ווען מען רעדט פון א ממשל וואס שטיצט חוקי תועבה און האט געזעצן וועלכע אסר'ן צו דיסקרימינירן קעגן פארדארבענע עלעמענט.

סיי מיר מסביר פארוואס העדסטארט, דעי קער, UPK מעג מען יא
ביידע זענען סעקולארע קלאסען ווי מען טאר לויט די געזעץ נישט דערמאנען דעם אייבירשטנס נאמען
אויב זאל יוסל וואלדמאן לויפן מסר'ן די העדסטארט אין וויליאמסבורג דארף מען דארט אויך אראפנעמען די מזיזות

נעמען געלט פין די אמעריקאנער רעגירונג איז א פראבלעם פין כח הפועל?
פארוואס מעג מען נעמען לאנטש,קאלעזש, וואטשער פראגראמען?

אניהקטן האט געשריבן:במשך די יארן האבן די סאטמארער געפירט א דאבל סטענדערד אויף טריט און שריט. ברצותו אוסר וברצותו מתיר. אזעלכע זאכן ווי רעדן צו די ציוני'סטישע פרעסע און גיין אין בד"ץ אא"וו, איז געווען אסור ווען יענער האט עס געטאן און מותר ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט פאר די אייגענע פראפאגאנדע. במשך די יארן ווען סאטמאר איז פון צוויי געווארן דריי איז דער חוכא וטלולא געווארן נאך גרעסער, ווען יעדער צד דרייט מיט דער שיטה לויט ווי ס'איז גוט פאר די אייגענע פראפאגאנדע און שלעכט פאר'ן צד שכנגד'ס פראפאגאנדע.

איז יעצט האט צד מהרז"ל באשלאסן אז מען פארט קיין ארץ ישראל און מען מאכט עס מיט'ן גאנצן טראסק כדי צו ווייזן אז זיי זענען דער אמת'ער סאטמאר זענען א סעריע פון איסורים וועלכע זענען פאר לאנגע יארן פראקטיצירט געווארן דורך דעם צד פון סאטמאר כדי צו האקן אויף די אנדערע זייט סאטמאר, אראפגעפלאשט געווארן אין טוילעט. "ברבבותינו" איז געווארן אויס פראבלעם, לעקטערלעך און סיינס זענען געווארן א הייליגער וועג פון קעמפן קעגן די ציונים. מען פארט קיין ארץ ישראל מכלומר'שט צו באקעמפן די מדינה אבער אלעס גייט מיט'ן ציל צו ווייזן "מלכות" און אני ואפסי. א ספעציעלע ליפערונג פון עסקעלעידס קיין ארץ ישראל, נישט ווייל מען וויל נישט רח"ל געניסן פון די מדינה, נאר ווייל די מדינה מיט אירע קליינע אייראפעאישע קארעלעך קען נישט אהערשטעלן די לוקסוריעזע קארס, סיירינס און לעמפעלעך וועלכע מען דארף האבן כדי צו "האבן א מאטארקעיד מיט אן עסקארט" וכו', וואס וועט אגב די גאנצע צייט באשיצט ווערן דורך די ציוניסטישע זיכערהייטס קרעפטן, די זעלבע רשעים און רוצחים וועלכע פייניגן און שלאגן אונזערע ברידער אין ארץ ישראל.

מען פארט מכלומר'שט צו באקעמפן די מדינה און מען לאזט איבער א 5 מיליאן דאלאר אין די ארטיגע עקאנאמיע, אריינגערעכנט די אויסגאבן פאר פאמפע, און די געלטער וואס די פילע נגידים וועלן ספענדן אין די ארטיגע געשעפטן און פארוויילונגס ערטער. בעלי דרשנים וואס האקן כסדר אז מען טאר נישט פארן קיין ארץ ישראל אפילו נאר אויף ל"ג בעומר האבן געמאכט א 360. יאקאבאוויטשס, בראווערס, ענגלס, טירנויערס, בירנבוימס אא'וו, וואס זענען קיינמאל אין זייער לעבן נאכנישט געווען אין הייליג לאנד פארן יעצט צום ערשטן מאל אין זייער לעבן. מען האט נישט געטארט פארן ווען דער ברך משה האט עס געטון אבער היינט איז עס קיין פראבלעם, ווייל היינט טוט מען עס דאך פאר די הייליגע מערכה קעגן ציונות.

יעצט האסטו א פוינט
די קלאגע אין בג''ץ איז טאקע עפעס וואס קיינער האט נישט געגלייבט ביז עס איז געשעהן
אז די רעדסט פין יענע ראלי קאסטער קען מען ממשיך זיין אין צימעס
די U TURN דרשה פין ישעי ווייס האט אלעס געוויזן

אניהקטן האט געשריבן:

און כדי איינצורעדן די קעלבער אז די ציונים פלאצן אוועק אז א "מלכות" וואס ברענגט מיט אן עקאנאמישן סטימולוס פאר ארץ ישראל און מוז געבן אנערקענונג פאר די ממשלה אויף טריט און שריט, קומט אויף א באזוך, פארקויפט מען אז די ציוניסטישע פאליציי ווארט אפ דעם רבי'ן מיט קייטעלעך אים צו ארעסטירן ווי נאר ער קומט אן, ווייל חוץ פון אכמעדינידזשאד איז נישטא קיינער וואס איז אזא געפאר פאר מדינת ישראל'ס זיכערהייט ווי סאטמארער רבי.

:like
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 659
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

שטעלט זיך ארויס אז אנשטאט סענעטארס זאלן מיטפארן האט מען גאר געפריסקט דעם רבי'ן אנגעטון און זיין ווייסע וועסטל ווי אין מקוה.
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

מה זאת געפריסקט??
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

מ גפני האט געשריבן:מה זאת געפריסקט??

Frisking אויף וויקיפידיע
SHWONTS
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 8:22 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך SHWONTS »

כ'מיין אז דאס איז א ליגענט.
איך קען ליעב האבען סאטמאר (וועלכע סאטמאר?), און איך קען זיי פיינט האבען, אבער די פפאקטין דארפין זיין ריכטיג.
יעדער 4 יאהר, ווען ס'קומט פאהר די וואלען אין ארץ ישראל, ערשיינט די פראפאגאנדע אז סאטמאר וועט געבין 100$ פאר יעדערער וואס וועט פארזיכערין זיין אום-וואלען און וועט איינשטעלין זיין "תעודת זהות" אין זייער אפיס.
יעדר 4 יאהר ווערט קלאהר אז דאס איז נישט געפלויגין און נישט געשטויגין, לא היה ולא נברא.
קענען מיר אלע קאייען און איבער קאייען דעם ליגענט אזוי פהיל מאל?
... א קליינע קאפ, א גרויסע בויך, און א לאנגע SHWONTS
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך פיינע קאווע »

ליגענט. עס איז נאך קיינמאל נישט געווען בעפאר אז מען זאל טיילן געלט פארן נישט גיין צו די בחירות. וואס איז נעקסט? א הינדערטער אויב מען גייט נישט אין בג"ץ ? אה כאב פארגעסן דאס מעג מען
פארשפארט