ווער האט פארפאסט אכלו משמנים?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

ווער האט פארפאסט אכלו משמנים?

שליחה דורך יאיר »

אין פילע רבי'שע הויפן פירט מען זיך צו זינגען דעם זמר אכלו משמנים אום שבת חנוכה. דער זמר ווערט לויט טייל נתייחס צום אבן עזרא, אבער פיל זענען מפקפק דערין. אנגעהויבן פון דעם מהר"י ברונא, האט מען געהאט טענות אויפ'ן מחבר אז ער קען נישט זיין קיין תלמיד חכם ווייל עס איז משמע אז מען איז מחוייב צו עסן א סעודת חנוכה, וואס איז לויט רוב דעות נישט אמת. אנדערע ווילן דאס פארענטפערן אז אבן עזרא גייט לשיטתו ווייל אויפ'ן פסוק וביום שמחתכם שרייבט אבן עזרא אז דאס איז כולל די אכט טעג חנוכה, ממילא איז משמע אז עס איז דא א חיוב שמחה. דער מונקאטשער רב איז גאר ברוגז אויף דעם פיוט און שרייבט אז דאס האבן געמאכט לצים ופוחזים.
דאס איז מער ווייניגער דער אויבנאויפיגער משא ומתן בנוגע דעם זמר. אין אייוועלט האב איך געטראפן אן אלטער דיון דערויף וואו דער עולם טאפט אין דער פינסטערניש, איינער ברענגט אפילו א "ראיה" אויף דעם כשרות פון דעם פיוט, ווייל ווען מען האט געזען א געוויסן צדיק עס זינגען האט מען געזען "בחוש" אז עס קומט פון א מקור קדוש. א צווייטער איז מעתיק א גאנצער פירוש גג על גג, וואס איז מפרש דעם פיוט אז עס רעדט זיך פון חנוכת בית המקדש, מיט טיפע פשט'לעך צו אריינשטופן בדוחק דעם פשט, מסתמא כדי צו מסביר זיין אז דאס איז יא אן ערליכער פיוט און אלעס איז "העכערע זאכן".
איך וויל דא צונעמען דעם פיוט אליין און זען פארוואס עס איז אוממעגליך אז אבן עזרא זאל עס האבן פארפאסט, און פארשטיין די כונה פון דעם פיוט.
כדי מען זאל בעסער ארויסהאבן דעם ענין, וויל איך קודם מעתיק זיין עטליכע חרוזים פון דער באקאנטער זמר "צמאה נפשי לאלקים" פון אבן עזרא, און דורך דעם וועט מען פארשטיין די קאפ און מח וואס אבן עזרא האט אריינגעלייגט אין זיינע שירים, און פארוואס אכלו משמנים איז אינגאנצן נישט פון דעם סארט.
צמאה לך נפשי איז פארפאסט געווארן אלס א פתיחה און א הקדמה פאר נשמת. דער פיוט הייבט זיך אן מיט די גרויסקייט פונ'ם באשעפער:
אֵל חָי בְּרָאָנִי / וְאָמַר חַי אָנִי / כִּי לֹא יִרְאַנִי / הָאָדָם וָחָי

דער משורר גייט ווייטער מיט די גרויסקייט פונ'ם באשעפער, ווי ער האט אלעס באשאפן מיט חכמה אויף א וועג וואס איז פארהוילן פונ'ם מענטש'נס אויג. ער קען נישט איינהאלטן זיינע הרגשים און ער רופט אויס:
כָּל פֶּה יְחַוה הוֹדוֹ/ בָּרוּךְ אֲשֶר בְּיָדוֹ / נֶפֶש כָּל חָי!

דערנאך דערציילט עס ווי דאס אידישע פאלק איז געווארן אויסדערוועלט, באזירט אויף פסוקים:
הִבְדִּיל נִינֵי תָם / חֻקִּים לְהוֹרוֹתָם / אֲשֶר יַעֲשֶׂה אוֹתָם / הָאָדָם וָחָי
אויף אידיש:
די אייניקלעך פון יעקב איש תם האסטו אויסדערוועלט / זיי צו לערנען דיינע געבאטן האסטו באפעלט / דער וואס וועט טון דאס וואס דיר געפעלט / וועט לאנג לעבן.

ווייטער שילדערט דער פייטן ווי דער מענטש איז אזוי נישטיג קעגן די גרויסקייט פונ'ם באשעפער, און וואספארא יצר הרע ער האט, און ווי שווער עס איז עס צו ביישטיין, אבער דער באשעפער איז שטענדיג גרייט צו מקבל זיין די תשובה און אים ווייטער געבן זיינע געברויכן, ווי עס שטייט אין פסוק, פותח את ידיך ומשביע לכל חי.
מִי זֶה יִצְטַדָּק / נִמְשַׁל לְאָבָק דָּק / אֶמֶת כִּי לֹא יִצְדַּק / לְפָנֵיךָ כָּל חָי
אויף אידיש:
ווער איז דען פאר דיר גערעכט, מיר זענען דאך ווי שטויב צוגערעכט, קיינער איז קיין צדיק עכט, פון אלע לעבעדיגע באשעפענישן.

דערנאך קלאגט דער פייטן אויף דאס נידריגקייט צו וואו דער אויסדערוועלטער פאלק איז געפאלן, און די גוי'אישע פעלקער לאכן ווי די אידן זענען אזוי פארווארפן, באזירט אויף די מעשה פון שלמה המלך ווי די פאלשע מאמע האט גע'טענה'ט אז איר קינד איז די לעבעדיגע:
רְאֵה לִגְבֶרֶת אֱמֶת / שִׁפְחָה נוֹאֶמֶת / לֹא כְּי בְנַךְ הַמֵת / וּבְנִי הֶחָי
אויף אידיש:
די אמת'ע הערנטע פארשעמט זי ווערט/ ווען די דינסט רייד פארמערט / דיין זון איז אפגעקערט / און מיינס איז דער לעבעדיגער.

דער פייטן בעט זיך אויף תחיית המתים ווען דער באשעפר וועט ערוועקן די פארשטארבענע אידן, און וועט ברענגען די טעג וואס דוד בן ישי וועט לעבן. דערנאך ענדיגט ער צו:
אֶקּוֹד עַל אַפִּי / וְאֶפְרוֹשׁ לְךָ כַפִּי
עֵת כִּי אֶפְתַּח פִּי / בְּנִשְׁמַת כָּל חָי
און דא הייבט מען אן נשמת כל חי...

יעצט לאמיר צוריקגיין צום ערשטן שורה:
אֵל חָי בְּרָאָנִי / וְאָמַר חַי אָנִי / כִּי לֹא יִרְאַנִי / הָאָדָם וָחָי

אזא שורה ווערט גערופן א "בית". דער בית איז צוטיילט אויף פיר חלקים. דער ערשטער חלק (אל חי בראני) ווערט גערופן "דלת" ווייל דאס עפנט דעם שורה, דער צווייטער חלק (ואמר חי אני) ווערט גערופן "סוגר", ווייל דאס ענדיגט און שפארט צו דעם ערשטן האלב. דער דריטער חלק (כי לא יראני) איז דער דלת פונ'ם צווייטן האלב, און דער פערטער חלק (האדם וחי) איז דער סוגר פונ'ם שורה.
לאמיר יעצט נעמען איין טייל אויפאמאל: אֵל חָי בְּרָאָנִי. מערקט ווי עס זענען פארהאן פינף "תנועות" וואס מען זאגט ארויס, למשל "אֵל" איז איין תנועה, ווייל מען זאגט עס אויף איין מאל. אזוי אויך "חָי" איז איין תנועה. אבער "בְּרָאָנִי" איז דריי עקסטערע תנועות, ווייל "רָ", "אָ" און "נִי" זאגט מען ארויס עקסטער. (דעם ב' רעכנט מען נישט ווייל עס איז א שוא און מען כאפט עס צוזאם מיט'ן ר'). באמת איז דאס מער קאמפליצירט, און די תנועות טיילן זיך אויף צוויי סארטן, אבער דאס וועל איך לאזן אויף א צווייטן מאל.
יעצט נעמט די איבריגע דריי חלקים פונ'ם "בית", וועט איר זען אז זיי האבן אויך פינף תנועות יעדע איינע. "וְאָמַר חַי אָנִי" האט פינף תנועות, און אזוי אויך "כִּי לֹא יִרְאַנִי" האט פינף תנועות. "הָאָדָם וָחָי" איז מיט איין תנועה מער, עס האט זעקס תנועות, אבער דאס קען מען פארגיטיגן מיט דעם וואס "כי לא יראני האדם וחי" איז באזירט אויף א פסוק, און דער מחבר האט נישט געוואלט צולייגן אדער אראפנעמען צו די שיינע ווערטער פונ'ם פסוק. דאס גיבט אסאך צו צו דער קונסט פונ'ם פיוט ווען מען לייגט אריין פסוקים, אזוי ווי ער ווארפט אויך אריין דעם פסוק "ואמר חי אני".
אויסער דעם פונקטליכן אויסשטעל פונ'ם בית, איז דער מיינונג דערפון זייער פאעטיש און עס ליינט זיך לייכט, עס פילט בכלל נישט ווי דער מחבר האט דא אריינגעקוועטשט ווערטער נאר כדי דער גראם אדער דער צאל תנועות זאל שטימען, אדער כדי צו אריינווארפן פסוקים וועלכע האבן נישט עכט קיין שייכות.
אויסער דעם פונקטליכן צאל תנועות, גראמט יעדער חלק פונ'ם בית איינע מיט די אנדערע, דער דלת, דער סוגר, און דער צווייטער דלת. אויסער די לעצטע סוגר, וואס דאס גראמט מיט די איבריגע לעצטע חלקים פון אלע אנדערע בתים וואס ענדיגן זיך מיט חי.
און אזוי אויך דער חרוז, וואס איז א צוזאמענשטעל פון צוויי פסוקים אין תהלים וואס דריקן אויס די געגועים צום אל חי, און האבן ביידע כמעט די זעלבע צאל תנועות:
צָמְאָה נַפְשִׁי / לֵאלֹהִים לְאֵל חָי
לִבִּי וּבְשָׂרִי / יְרַנְּנוּ אֶל-אֵל חָי

דער קונסטליכער ארבעט ליגט נישט נאר אין דעם ערשטן בית, נאר אין יעדן איינציגסטן בית פון די זעכצן בתים, וואו איר קענט זען אין דעם גאנצן פיוט.

יעצט איז גאנץ גרינג צו זען דער חילוק פון צמאה לך נפשי ביז אכלו משמנים, אבער איך וועל דאס לאזן פאר די קומענדיגע געלעגנהייט. המשך יבא.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

הערליך יאיר! יעצט שטיי איך מיט א פארכאפטן אטעם און ווארט אויפן המשך. ווי לאנג וועסטו אונז לאזן ווארטן?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ייש"כ יידל. נישט געזארגט, עס וועט נישט געדויערן לאנג. איך האב באמת געוואלט מאכן קורץ די הקדמה און גלייך גיין צום ענין, נאר מיין אהבה צו אבן עזרא האט זיך אביסל צעשפילט...
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יא, כ'האב באמערקט...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ייש"כ יאיר, פאר דיין שרייבעכטס,

נאר א שנעלע לינק להשלמת הענין, וואס איז דארט אין דער אייוועלט ארטיקעל,

מען קען דא זעהן א שטיקעל פירוש אויף דעם זמר.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

[tag]יאיר[/tag]
יעצט איז גאנץ גרינג צו זען דער חילוק פון צמאה לך נפשי ביז אכלו משמנים, אבער איך וועל דאס לאזן פאר די קומענדיגע געלעגנהייט. המשך יבא.

איך ווארט פאר די המשך!
פארשפארט