אלכסנדר מוקדון- חלק ב'

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
[NAMELESS]

אלכסנדר מוקדון- חלק ב'

שליחה דורך [NAMELESS] »

פאר די ערשטע חלק, ביטע קוקט אין אלכסנדר מוקדון חלק א'.

המשך:
דאן, ווען יעדעמס אטעמט איז געווען פארכאפט צו זעהן ווי אזוי אלכסנדר וועט רעאגירן צו די צוריקווייזן פון ווייזן שטיצע ווען ער האט דאס געדארפט, האט פאסירט די אומגלויביגע. אלכסנדר איז אראפ פון זיין פערד, און האט זיך געביקט מלוא קומתו פאר'ן אידישן פירער. די ווינדער האט מען געקענט זעהן אין יעדעמס אויגן, קיינער האט נישט געקענט פארשטעלן וואס אזאנס האט דא פאסירט, יעדער איז געווען זיכער אז ער שלאפט יעצט אין א טיפן זיסן שלאף און וועט זיך אויפוועקן אין א מינוט. די טויזענטער בראווע סאלדאטן האבן גוט געקענט זייער שטייפער און שטאלצער פירער, זיי האבן געוואוסט אז קיינמאל אבער קיינמאל האט ער נישט געוויזן קיין טראפ כבוד פאר אן אנדערע פירער, ווער רעדט נאך פון זיך א נייג טוהן פאר א פרעמדן קעניג, און דא ביקט ער זיך פאר א פירער וועלכע האט צוריקגעוויזן זיין בקשה פאר הילף אין צייט פון נויט???

נאר פארמניון, זיין רעכטע האנט, האט גענומן די קוראזש צו פרעגן: אדוני המלך, וואס איז פשט פאר'ן זיך ביקן פאר'ן אידישן כהן גדול, בשעת יעדער איינער ביקט זיך צו דיר?

"ער איז נישט א סתם א מענטש" האט אלכסנדר געזאגט מיט א יראת הכבוד אין זיין שטימע "די געשטאלט פון דעם כהן גדול באגלייט מיט אין יעדע מלחמה וואס איך האב נאר געוואונען".

אזוי האט זיך גע'ענדיגט איין תקופה, און א נייע תקופה האט זיך אנגעהויבן אויפן וועלט. די יוונישע צייטן האבן זיך אנגעהויבן.

דאס ארויפגיין פון אלכסנדר אין די בימה פון אלטוועלטליכע פירער, און גלעצענדע מלחמה קעפ, ווייזט אויף די נייע תקופה וואס האט זיך דאן אנגעהויבן אויפן וועלט, א נייע ווינט האט אנגעהויבן צו בלאזן און די וועלט נאך דעמאלס וועט קיינמאל נישט זיין די זעלבע ווי פאר דעם. עס האט זיך גע'ענדיגט די תקופה פון די גרויסע אימפעריעס פון מזרח, ווי אשור, בבל, און פרס. פון יעצט אין ווייטער האט זיך אנגעהויבן די מערב טייל פונעם וועלט צו הערשן. קודם איז געווען יוון, דערנאך איז געווען רוים (וועלכע האט אויך זיך געהאדעוועט אויף די יוונישע וויגעלע).

נישט נאר א פיזישע טויש איז געקומען אויפן וועלט, נאר אויך א גייסטישע טויש איז געקומען. אלכסנדר האט זיך נישט באטראכט ווי א לאנד גייציגע פירער וועלכע וויל פשוט פילן די כוח פון פירן די גאנצע וועלט און זיין דער מושל בכיפה. ער האט זיך באטראכט ווי איינער וועלכע קומט באפרייען די וועלט פון זייער צוריקגעשטאנענקייט און זיי אריינברענגען צו הענעלזים און יוונישע חכמה. ער האט עס געשפירט פאר א שליחות, און זיין הצלחה איז געווען פיל פאכיג גרעסער פון וואס ער האט נאר אמאל גע'חלומ'ט, די גאנצע ציוויליזאציע אין די מערב וועלט שטאמט פון הענעליזם.

אלכסנדר מוקדון האט זוכה געווען צו גאנצע מאמרים אין חז"ל וועלכע איז עוסק אין אים און אין זיין מהלך המחשבה. א גאנצע דף אין גמרא איז עוסק אין אים (מסכת תמיד דף לב). זיך צו באקענען מיט זיין לעבן קען אונז געבן א בעסערע פארשטאנד אין די מאמרים און אין אנדערע מאמרי חז"ל וועלכע זענען עוסק אין אים.

אלכסנדר איז געבוירן אין א שטאט מיט'ן נאמען פלה, די הויפטשטאט פון מקדוניה (http://en.wikipedia.org/wiki/Republic_of_Macedonia) אינעם יאר ג אלפים ת"ד (356 פאר די גויאישע יארגאנג). מוקדוניה איז א לאנד פול מיט בערג צפון פון יוון, אין די אויגן פון די יוונים איז געווען א צוריקגעשטאנענע און צוריקגעבליבענע געגענט, וואס די איינוואוינער זענען געווען היבש בארבאריש געשטימט. וואס איז אינטערעסאנט אז דווקא די געגענט האט אזוי פארשפרייט די יווינישע חכמה אין די וועלט.

אלכסנדר'ס טאטע, פיליפ דער צווייטער, האט געמאכט די ערשטע שריט צו פארשפרייטן די חכמה אין די וועלט ווען ער האט איינגענעמען גאנץ יוון און געמאכט אן ענדע צו די לאנג-יעריגע בלוט סיכסוכים וועלכע די שבטים דארטן זענען געווען פארמישט, און ער האט פאראייניגט דעם גאנצן פאלק אז זיי זאלן קענען אפשלאגן די פרסים.

ווען פיליפ איז דער'הרג'ט געווארן אדורך זיין לייב וועכטער, האט דער יונגער אלכסנדר וועלכע איז בסך הכל געווען 21 יאר אלט, גענומען די לייצעס אין האנט אריין, און האט זיך באטיטלט אלס קעניג פון מוקדוניה. נאכדעם וואס ער האט שטארק באזעצט דארט זיין קעניגרייך נאכן אפשלאגן עטליכע ווידערשטענדלער, האט ער איינגענומען גאנץ יוון. זומער פון יאר תכ"ו האט ער דעקלערט קריג אויף די פרסישע קעניגרייך און האט איינגעפירט די סאלאמי שיטה, דאס הייסט איינגענומען לאנד נאך לאנד און עס אפגעריסן פונעם פרסישן קעניגרייך, אבער ער האט קודם זיכער געמאכט אז ער האט פולע קאנטראל אויף יענע לאנד איידער ער איז אריין אינעם נעקסטן לאנד.

דריווש דער דריטער איז געווען שאקירט פונעם אינגן קעניג וועלכע דערוואגט זיך צו פארמעסטן מיט זיין מעכטיגע מיליטער. דריווש'ס מיליטער איז געווען די שטערקסטע וואס א לאנד האט זיך דעמאלס געקענט ערלויבן. ער האט געוועלטיגט אויף גאנץ אזיע און אפריקע, זיין מיליטער איז געווען א צוזאמשטעל פון 24 לענדער וועלכע האבן געשיקט זייערע אינגן צום פרסיש'ן מיליטער. די מיליטער איז געווען אויסגעשטאט מיט די בעסטע וואפן, די שטערסטע פערד און רייטוועגענער, און בעסטע רייטער. געלט האט ממש נישט געפעלט פאר די פרסישע מלוכה צו קענען ערצייגן דאס בעסטע וואפן וואס זיי האבן נאר געוואלט. דאס איז א שטייגער ווי א קליין אפריקאנישע לענדעל זאל דערקלערן קריג אויפ'ן יו. ען. און אירע מיטגלידער.

וואס דריווש האט נישט איינגעזעהן איז געווען עטליכע פאקטן:

• די געוואלדיגע קוראזש מיט וואס אלכסנדר איז באשאנקן געווארן
• זיין גלענצענדע מלחמה טאקטיקן
• די Motivation וועלכע אלכסנדר האט אריינגעלייגט אין זיינע זעלנער, ער פלעגט האלטן א דרשה פאר אלע זעלנער פאר יעדע קריג, און ער האט אריינגעבלאזן כוח און Energy אין זיי. ער פלעגט נאך יעדע קריג ארומגיין צווישן די פארווינדעטע סאלדאטן און מחזק זיין און זעהן ווי אזוי ער לינדערן זייערע שמערצן.
• ער פלעגט נישט זיצן אין א פאלאץ אין שיקן ארדערס, ער פלעגט זיך משתתף זיין כאחד הילדים בתוך המחנה, און לייגן זיין לעבן אין א סכנה פונקט ווי די אנדערע סאלדאטן, א זאך וועלכע איז געווען זייער אויפפאלנד בימים ההם.
• פאר די משפחה פון א גע'הרג'טע סאלדאט פלעגט ער שיקן א פטור פון צאלן די שטייערן
• די אויסגעצייכנטע סאלדאטן פלעגן באקומען מאדאלן (ער איז געווען דער ערשטער וועלכע האט דאס איינגעפירט)
• די אויסגעצייכנטע סאלדאטן פלעגן באקומען אן אויסגעצאלטע וואקאציע אין וועלכע לאנד זיי האבן אויסגעוועלט (אויב עס איז געווען אינטער זיין קעניגרייך).
זיין חכמה און פקחות און שכל הישר איז געווען להפליא. לדוגמה: ווען ער איז אריבער די דארדאנעלעס (http://en.wikipedia.org/wiki/Dardanelles) , איז אים אנטקעגן געקומען די הערשער פון יענע ראיאן מיטן באקאנטן Gordian Knot (http://en.wikipedia.org/wiki/Gordian_Knot), וועלכע די וועלט האט דאן געגלייבט אז ווער עס וועט קענען עפענען די שווער פארקניפטע קניפ וועט איינעמען גאנץ אזיע. אלכסנדר האט זיך נישט פארלוירן, און ער האט ארויסגענומען זיין שווערד און צושניטן די קניפ אין צוויי....

די וועלט פארציילט (איך קען נישט טרעפן דעם מקור, אדרבה) אז ווען אלכסנדר איז געווען אין ארץ ישראל האט ער געוואלט זעהן ווי אזוי די דיני תורה גייט צו, האט ער זיך געזעצט איין טאג ביי א דין תורה, זעהט ער ווי עס קומן צוויי בעלי דינים און הייבן אן אראפצולייגן זייערע טענות. ראובן זאגט: איך האב געקויפט א פעלד פון שמעון, ווען איך האב זיך גענומען צו גראבן האב איך געטראפן אן אוצר, איך האב געקויפט די פעלד און נישט די אוצר, די אוצר געהערט צו שמעון.

שמעון האט געזאגט: איך האב פארקויפט די פעלד און אלעס וואס עס איז אינעווייניג. במילא געהערט די אוצר פאר ראובן.

האט בי"ד גע'פסק'נט אז אזוי ווי ראובן האט א טאכטער און שמעון האט א זוהן אין די יארן, זאלן זיך ביידע משדך זיין און די געלט גיין צו די פאר פאלק. האט דער ראש בי"ד געפרעגט פאר אלכסנדר, ווי אזוי וואלט אדוני המלך גע'פסק'נט? האט אים אלכסנדר געזאגט: איך וואלט גענומען א שווערד און ביידע גע'הרג'ט און גענומען די געלט פאר די אוצר המלך.

פון ווען איך האב געהערט די מעשה האב איך זיך אייביג געוואונדערט, אלכסנדר איז דאך געווען באקאנט פאר א פארגעשריטענע מענטש פון פארשפרייטער פון הענעליזם. וואס איז פשט פון זיי ביידע הרג'נען? זיי דארפן דאך ווערן באלוינט פאר זייערע אויסערגעווענדליכע בין אדם לחבירו. זיי הר'גנען? פארוואס? פארווען?

נאר איך בין געקומען צום מסקנא זייער פשוט: די וועלט קען נישט האבן קיין קיום אן קיין תאוות הממון. שטעלט ענק פאר אז מר. פארקאש גייט באשליסן אז ער האט שוין גענוג געלט און ער גייט פארמאכן JJ און מהדרין, ווייל ער האט שוין גענוג געלט. דער בעה"ב פון פראנצויז בעקעריי און אלע אנדערע בעקערייען גייען באשליסן אז זיי האבן שוין גענוג געלט צו לעבן דאס יאר בהרחבה גדולה, און זיי גייען פארמאכן זייער ביזנעס ביז די געלט גייט זיך אויסניצ. און אזוי ווייטער GG און GB. די וועלט וועט אונטערגיין אויב וועט זיך עס אנכאפן פון מעכל צו רעכל. די אייבערשטער האט געמאכט א תאוות הממון אזוי אז יעדער דארף מער און מער געלט, עפענט מען אויף מער און מער פאבריקן וכו'. דו"ק ותשכח

אלכסנדר האט זיך געכאפט אז די מענטשן האבן נישט קיין תאוות הממון, און אויב וועט דאס ארויסגיין אויפן גאס, וועט ווערן א חורבן איום ונורא, מענטשן וועלן דאס וועלן נאכמאכן און עס ווערן די נייע חינוך סטייל. ער האט געזאגט אז ער וועט אפהאקן זייער קאפ אזוי וועט עס זיך נישט פארשפרייטן ווייטער.

על כל פנים, די פרקי דרבי אליעזר (פ"י) שרייבט: "אלכסנדר מוקדון וועלכע האט געקעניגט פון איין עק וועלט ביז צום צווייטן איז נאך נישט געווען צופרידן, ער האט געוואלט וויסן פינקטליך וואס עס גייט פאר אין הימל און אינטער די ערד, ער האט אפילו געוואלט ארויפגיין אין הימל צו קענען זעהן מיט זיינע אייגענע אויגן וואס עס טוט זיך דארט, און וואס עס טוט זיך אינטער די ערד. ער איז קיינמאל נישט געווען צופרידן מיט וואס ער האט געזעהן און איינגענעמען, נאר ער האט אייביג געוואלט גיין מער און מער צום עק וועלט".

דאס קומט נישט פון פשוט מאכט גלייציקייט, דאס איז געקומען פון זיין מורא'דיגע נייגעריגקייט וואס ער האט פארמאגט. עס איז נישט געווען קיין זאך וועלכע האט געקענט שטילן זיין נייגער און פארש. ער האט דאס געמאנט פון זיינע סאלדאטן, ער האט געוואלט האבן א קליגע און זייער נייגעריגע ארמיי, ווייל ער האט געהאלטן אז עס איז נישט דא א גרעסערע כוח פון נייגער וועלכע קען טרייבן א מענטש צו טוהן די אומגלויביגע און נישט מעגליכע.

דאס האט אים זייער באליבט ביי זיינע סאלדאטן און עס האט זיי געמאכט שפירן ווי "א זאך", און נישט עפעס סתם א סאלדאט וועלכע קריגט פאר זיין קעניג פאר גארנישט און פארנישט.

דאס אלעס האט דריווש זיך פארעכנט, און דאס האט אים געקאסט זיין מלוכה.

מער איבער די מלחמות פון אלכסנדר, די מאמרי חז"ל איבער אים און עס מסביר זיין און פארענטפערן, די אידן מיט די שומרונים, און נאך וועלן דארפן נאכקומען און די פאלגענדע ארטיקלן. איך האף אז די ליינער וועלן הנאה האבן. ואתכם הסליחה פאר דאס וואס איך צוטייל עס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזוי אויך האף אי"ה צו באשרייבן מער איבער אלכסנדר און זיין לעבן, ווי למשל זיין ליבשאפט פאר מענער און פרויען צוגלייך. זיין שייכות מיט זיין טאטע און מאמע, זיין שוכרות, וכו'
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סופר ומונה האט געשריבן:הערלעכע באשרייבונג, ממי. א גרויסן דאנק.

ממי_שאמרו האט געשריבן:אלכסנדר איז געבוירן אין א שטאט מיט'ן נאמען פלה, די הויפטשטאט פון מקדוניה (http://en.wikipedia.org/wiki/Republic_of_Macedonia) אינעם יאר ג אלפים ת"ד (356 פאר די גויאישע יארגאנג). מוקדוניה איז א לאנד פול מיט בערג צפון פון יוון, אין די אויגן פון די יוונים איז געווען א צוריקגעשטאנענע און צוריקגעבליבענע געגענט, וואס די איינוואוינער זענען געווען היבש בארבאריש געשטימט. וואס איז אינטערעסאנט אז דווקא די געגענט האט אזוי פארשפרייט די יווינישע חכמה אין די וועלט.

אינטערעסאנט צוצולייגן אז דאס ווארט 'בארבארן' שטאמט פון א חוזק-לשון אז זיי רעדן נישט קיין געהעריקע שפראך, נאר 'בא בא בא'... אזוי האבן די גריכן גערופן די וועלכע האבן גערעדט נישט-גריכישע לשונות.

ממי_שאמרו האט געשריבן:די וועלט פארציילט (איך קען נישט טרעפן דעם מקור, אדרבה) אז ווען אלכסנדר איז געווען אין ארץ ישראל האט ער געוואלט זעהן ווי אזוי די דיני תורה גייט צו,

די מעשה ווערט דערציילט אין בראשית רבה, אבער נישט אויף א דין-תורה אין ארץ-ישראל, נאר ביי מלך קציא.
אייער געדאנק איבער דער וויכטיקייט פאר קאנקורענץ איז א שיינער.
נאך איז אינטערעסאנט צוצולייגן, אז לויט דער לעגענדע האבן אידן אנגענומען דעם נאמען 'אלכסנדר' דאן ביים באזוך פון אלכסנדר אין ארץ-ישראל.

א גרויסן יישר כוח!!!!!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ממי-, נאך פליז
Under influence
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

אז מ'רעדט שוין פון בארבארן, די אלטע נאמען פון די גערמאנישע (דייטשן ועוד) פעלקער, איז געווען בארבארן.
אין צפון אפריקע איז אויך דא א מינאריטעט פאלק וואס ווערן נאך ביז היינט גערופן בערבערן.
פארוואס? אפשר איז דאס וואו מ'האט פריער דערמאנט, זיי זענען געווען אנדערש וואו די יוונים, איך ווייס נישט.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געוואלדיג, גיי ווייטער אן, אייערע ארטיקלען זענען די מעט מן האור וואס מיר דארפן אזוי וויכטיג אין טעג פון חושך און טפשות!
לך בכחך זה והושע את ישראל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געוואלדיג, גיי ווייטער אן, אייערע ארטיקלען זענען די מעט מן האור וואס מיר דארפן אזוי וויכטיג אין טעג פון חושך און טפשות!
לך בכחך זה והושע את ישראל
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

ממי שאמרו הערליך שיין
גיי אן מיט דיין ארבערט
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ר' ממי שאמרו, הערליך שיין, כראוי וכיאות לחכם כמותך. כמותך ירבו בקאווע שטיבל!.

איך וועל נאר מעיר זיין איין נקודה. עס איז מיר א פלא אז דו לאזט אויס די חלק אז אלכסנדר איז געווען א תלמיד מובהק פון אריסטו און אסאך פון זיינע פילאזאפיעס (בפרט איבער איינעמען די וועלט כדי עס צו באפרייען פון די "חשכות") האט ער קונה געווע פון אריסטו.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יידל האט געשריבן:ר' ממי שאמרו, הערליך שיין, כראוי וכיאות לחכם כמותך. כמותך ירבו בקאווע שטיבל!.

דאס האב איך געשריבן אין חלק א'

ממי_שאמרו האט געשריבן:
די היסטאריע באטיטלט אלס איינע פון די העלדישע און געוואגטע און גאר בראוו, און אויסערגעווענדליך קלוגע גענעראל, וועלכע האט געפירט זיין לאנד פון איין העלדישע נצחון צום צווייטן. אלכסנדר וועלכע האט ביז די 16 געלערנט ביי אריסטו, האט זיך ענדערש באטראכט ווי א וויסענדשאפטלער און א געלערנטע וועלכע פארשפרייט הענעליזם אין די וועלט, ווי א קאלט בלוטיגע רוצח וועלכע נעמט איין דריי פערטל וועלט און זייט אן א חורבן (דערמאנט עפעס פון בוש?).

איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

, ווי א קאלט בלוטיגע רוצח וועלכע נעמט איין דריי פערטל וועלט און זייט אן א חורבן (דערמאנט עפעס פון בוש?).

פירוש המילות ביטע.

און בוש?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איחוד פעלד האט געשריבן:
, ווי א קאלט בלוטיגע רוצח וועלכע נעמט איין דריי פערטל וועלט און זייט אן א חורבן (דערמאנט עפעס פון בוש?).

פירוש המילות ביטע.

און בוש?

בוש האט אויך געהאלטן פון זיך אז ער וויל פשוט פארשפרייטן דעמאקראטיע אינעם גארער וועלט, און ער נעמט נישט איין לענדער פאר כבוד און מאכט אישוס. די זעלבע איז געווען מיט אלכסנדר, די חילוק איז נאר, דא האט מען עס גערופן דעמאקראטיע און דא האט מען עס גערופן העלעניזם
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ממי_שאמרו האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ר' ממי שאמרו, הערליך שיין, כראוי וכיאות לחכם כמותך. כמותך ירבו בקאווע שטיבל!.

איך וועל נאר מעיר זיין איין נקודה. עס איז מיר א פלא אז דו לאזט אויס די חלק אז אלכסנדר איז געווען א תלמיד מובהק פון אריסטו און אסאך פון זיינע פילאזאפיעס (בפרט איבער איינעמען די וועלט כדי עס צו באפרייען פון די "חשכות") האט ער קונה געווע פון אריסטו.

דאס האב איך געשריבן אין חלק א'

נישט באמערקט דעם שורה דארט. כ'האב זיך פארגעשטעלט אז אזא ידען ווי דיר וואלט נישט אויסגעלאזט אזא וויכטיגער פרט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א הערליכער מאמר. איך האב נאר איין נקודה צוצולייגן. אלכסנדר איז געווען א גרויסער שטיצער פון diversity. דאס מיינט אז ער האט ליב געהאט א מישמאש פון אלע סארטן קולטורן, און אלע גלויבנס זענען געווען וועלקאם, ער האט נישט געזוכט צו אויסרייסן די קולטור פון אלע לענדער און עס ערזעצן מיט העלעניזם, נאר צו אריינברענגען נייע געדאנקען אין צוגאב צו די ביז איצטיגע. דערפאר האט ער אויך חתונה געהאט מיט די פרינצעסינס פון פארשידענע לענדער, כדי אז אלעס זאל ווערן איין גרויסע צוזאמענשמעלצונג, און דערפאר האט אים אויך נישט געשטערט אז די אידן האלטן אן זייער רעליגיע.
אגב, איך בין מחולק מיט דעם צושטעל פון בוש צו אלכסנדר. אלכסנדר האט געזוכט צו זיין בעל הבית אויף די לענדער וואס ער האט איינגענומען און עס פירן לויט ווי אזוי אים שמעקט. בוש האט אינוואדירט איראק פאר א פונקט פארקערטע סיבה, כדי צו אראפווארפן א דיקטאטור און לאזן דאס פאלק פירן דאס לאנד לויט ווי אזוי זיי שמעקט. העלעניזם איז אפשר געווען באטראכטן אלס א דעמאקראטיע אין יענע יארן, אבער עס איז לגמרי דאס פארקערטע ווי די היינטיגע דעמאקראטיע.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך וויל נישט אריינגיין אין די גאנצע דעמאקראטיע נושא, עס איז רחבה מני ים, אפשר א צווייט מאהל אי"ה. אבער טשערטשיל האט דאך געהאט זיין גאלדענעם און אייזענעם שפראך. איך וועל נאכברענגען צוויי פון זיינע גאלדענע מאמרים אויף דעמאקראטיע:
The best argument against democracy is a five-minute conversation with the average voter

און די:
It has been said that democracy is the worst form of government except all the others that have been tried
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ממי_שאמרו האט געשריבן:פון ווען איך האב געהערט די מעשה האב איך זיך אייביג געוואונדערט, אלכסנדר איז דאך געווען באקאנט פאר א פארגעשריטענע מענטש פון פארשפרייטער פון הענעליזם. וואס איז פשט פון זיי ביידע הרג'נען? זיי דארפן דאך ווערן באלוינט פאר זייערע אויסערגעווענדליכע בין אדם לחבירו. זיי הר'גנען? פארוואס? פארווען?

נאר איך בין געקומען צום מסקנא זייער פשוט: די וועלט קען נישט האבן קיין קיום אן קיין תאוות הממון. שטעלט ענק פאר אז מר. פארקאש גייט באשליסן אז ער האט שוין גענוג געלט און ער גייט פארמאכן JJ און מהדרין, ווייל ער האט שוין גענוג געלט. דער בעה"ב פון פראנצויז בעקעריי און אלע אנדערע בעקערייען גייען באשליסן אז זיי האבן שוין גענוג געלט צו לעבן דאס יאר בהרחבה גדולה, און זיי גייען פארמאכן זייער ביזנעס ביז די געלט גייט זיך אויסניצ. און אזוי ווייטער GG און GB. די וועלט וועט אונטערגיין אויב וועט זיך עס אנכאפן פון מעכל צו רעכל. די אייבערשטער האט געמאכט א תאוות הממון אזוי אז יעדער דארף מער און מער געלט, עפענט מען אויף מער און מער פאבריקן וכו'. דו"ק ותשכח

אלכסנדר האט זיך געכאפט אז די מענטשן האבן נישט קיין תאוות הממון, און אויב וועט דאס ארויסגיין אויפן גאס, וועט ווערן א חורבן איום ונורא, מענטשן וועלן דאס וועלן נאכמאכן און עס ווערן די נייע חינוך סטייל. ער האט געזאגט אז ער וועט אפהאקן זייער קאפ אזוי וועט עס זיך נישט פארשפרייטן ווייטער.

איינער האט מיר דאס געשיקט אין הודעה פרטית. ברוך שכוונתי
"דער ביאור שטייט אין מכתב מאליהו להרב דעסלער ז"ל, ועיי"ש אז די חז"ל האבן אים מסביר געווען אז כח הנתינה איז נאך שטערקער"
אריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך אריק »

ממי_שאמרו האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:פון ווען איך האב געהערט די מעשה האב איך זיך אייביג געוואונדערט, אלכסנדר איז דאך געווען באקאנט פאר א פארגעשריטענע מענטש פון פארשפרייטער פון הענעליזם. וואס איז פשט פון זיי ביידע הרג'נען? זיי דארפן דאך ווערן באלוינט פאר זייערע אויסערגעווענדליכע בין אדם לחבירו. זיי הר'גנען? פארוואס? פארווען?

נאר איך בין געקומען צום מסקנא זייער פשוט: די וועלט קען נישט האבן קיין קיום אן קיין תאוות הממון. שטעלט ענק פאר אז מר. פארקאש גייט באשליסן אז ער האט שוין גענוג געלט און ער גייט פארמאכן JJ און מהדרין, ווייל ער האט שוין גענוג געלט. דער בעה"ב פון פראנצויז בעקעריי און אלע אנדערע בעקערייען גייען באשליסן אז זיי האבן שוין גענוג געלט צו לעבן דאס יאר בהרחבה גדולה, און זיי גייען פארמאכן זייער ביזנעס ביז די געלט גייט זיך אויסניצ. און אזוי ווייטער GG און GB. די וועלט וועט אונטערגיין אויב וועט זיך עס אנכאפן פון מעכל צו רעכל. די אייבערשטער האט געמאכט א תאוות הממון אזוי אז יעדער דארף מער און מער געלט, עפענט מען אויף מער און מער פאבריקן וכו'. דו"ק ותשכח

אלכסנדר האט זיך געכאפט אז די מענטשן האבן נישט קיין תאוות הממון, און אויב וועט דאס ארויסגיין אויפן גאס, וועט ווערן א חורבן איום ונורא, מענטשן וועלן דאס וועלן נאכמאכן און עס ווערן די נייע חינוך סטייל. ער האט געזאגט אז ער וועט אפהאקן זייער קאפ אזוי וועט עס זיך נישט פארשפרייטן ווייטער.

איינער האט מיר דאס געשיקט אין הודעה פרטית. ברוך שכוונתי
"דער ביאור שטייט אין מכתב מאליהו להרב דעסלער ז"ל, ועיי"ש אז די חז"ל האבן אים מסביר געווען אז כח הנתינה איז נאך שטערקער"

שקויעך פארן דערמאנען. איך האב געדענקט דעם געדאנק פון ערגעץ.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזוי ווי עטליכע חברים האבן מער געפרעגט אין פריוואט ווען חלק ג׳ וועט מופיע זיין לאור עולם, וויל איך זיך אנטשולדיגן, איך בין פשוט געווען פארנומען די לעצטע וואך. איך האף אי״ה די וואך ארויפצולייגן חלק ג וד׳.
ואתכם הסליחה
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

האלו ממי שאמרו עס איז שוין דורך צווי וואכן נישט איינס
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
פארשפארט