קופערניקוס האט געשריבן:טעפל האט געשריבן:אינטערסאנט ר' קופערניקוס, וועלעכע ספרים מיינסטו? וועלכע האסטו געליינט אלץ קינד, און וואס ביסטו מציע עפעס בעסער?
איך האב געליינט וואס עס איז געווען אין די ארימע ספרים שאנק, אנגעהויבן פון די מסעות ביכלעך: מסעות ירושלים די נסיעה פון מנחת אלעזר קיין ארץ ישראל, , מסע הבד"צ די נסיעה פון ר' אברהם דוד הורוויץ מיט זיינע חברים צום קרן צלה, מסע המלכות די נסיעה פון ברך משה קיין ישראל, דאן די קלאג ביכלעך: שקיעת החמה, די הספדים אויפן סאטמאר רבי'ן, הספדים אויף רבי משה ארי' פריינד און אויף אנדערע פיינע אידן. דאן קנאישע ביכלעך ווי תיקון עולם פון עסטרייכער, די ביכל קעגן סקול דיסטריקט פון האלצער, די ביכל פאר סקול דיסטריקט פון לישע הורוויץ.
אלטע לשון קודש ביכלעך האב איך געליינט זוכר הברית איבער ברית מילה'ס.... יאושר בארץ פון מענדלאוויטש, די בעסטע איז געווען די ווילדע ביכער פון ר' עקיבא יוסף שלעזינגער. וואס האבן מיר דען געהאט בעסער?
פארשטייט זיך אז אין אידיש האב איך שוין געהאט אויסגעליינט וואס די ארימע אידישע ליטעראטור האט צוגעשטעלט.
יא, כ'האב געלערנט גמרא תוספות, חסידישע ספרים, תשובה ספרים אבער נישט אייביג האלט מען ביים לערנען, די טאג איז משוגע גרויס, קיין אינטערנעט איז נישטא, איך ליין שנעל, והנפש לא תמלא!
ווען איך האב ווען ספרי מחשבה ווי דעסלער, נתיבות שלום, עלי שור און כדומה וואלט איך זיך מחיה געווען. די ביכער פון ר' אייזיק הלוי זענען גוט, די ספרים פון ר' שלמה יוסף זווין וואלטן מיר מחיה געווען, די ביכלעך פון ר' דוד זאריצקי, ר' אביגדור מילער זענען גוט, ווען מען געט מיר ווען אלי' וויזל, קצטניק און אנדערע אויפן קריג, איך וואלט זיך מחיה געווען מיט אהרן מארקוס, ווער רעדט שוין ווען מען געט מיר רבי יאשע בער, הרב שטיינזאלץ, קורמאן. וכדומה.
און וואס איז מיט ענגליש? איך האב גארנישט געליינט אין ענגליש, וואלט געווען שלעכט ווען איך ליין מאטעמאטיק, וויסנשאפט, היסטאריע, וכדומה וואלט איך זיך מחיה געווען.
בקיצור א שאד מיינע פארשפילטע טעג און חדשים און ב"ה אז היינט ווייס איך וואס איז קוואליטעט און וואס איז טפשות