די לעגאלע קאמף איבער מציצה בפה אין נ.י. סיטי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דערפאר האט עס די סיטי נישט פארבאטן, נאר פארלאנג א קאנסענט פארום. וויפיל קינדער דארפן שטארבן אז דו זאלסט מסכים זיין אז עס יא אן ערנסטע העלט אישו? (אגב, ווען ס'קומט צו מעדעצין איז מען געווענדליך מחמיר ביי פיל קלענערע ריזיקעס ווי איינס פון 4000).
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

הונדערט פראצענט,

איך האב טאקע ממש גארנישט קעגן דעם קאנסענט

און טאקע דערפאר נישט אהינגעגעבן די פארלאנגטע הונדערט טאלער וואס מען האט ארויפגעלייגט אויף יעדן קאפצאל

כאב נאר געמאכט א באמערקונג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דזשוס, דא האסטו נאך (פון ניו יארק טיימס)

Between 2004 and 2011, the city learned of 11 herpes infections it said were most likely caused by the practice. Two of those babies died; at least two others suffered brain damage.
...
The city believes about 3,600 male infants are circumcised with direct oral suction each year and estimates their risk of contracting herpes at roughly 1 in 4,000. The Centers for Disease Control and Prevention has called the procedure unsafe and recommended against it.


אזוי ווי כ'האב געדענקט, 1 פון 4000. גענוג צו רעקאמאנדירן דערקעגן און מאכן זיכער אז די עלטערן ווייסן פונעם ריזיקע בעפאר מ'מאכט די באשלוס צו דאס טון פארן קינד.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א גרויסן ייש"כ יידל פאר'ן מיטטיילן די פרטים פון די טענות פון ביידע צדדים. אין דעם ענטפער פון התאחדות האב איך געליינט ווי פאלגנד:
[left]the violation is all the more egregious when
the Department, lacking any real proof of causation, proffers only a single, thoroughly debunked
statistical study and casual, misinformed speculation about a few individual cases.[/left]

אפשר קעסטו ערקלערן פארוואס זיי שרייבן אז עס איז אן אפגעווארפענע שטודיע, און אויב איז עס טאקע אזוי, פארוואס זענען דא לדבריך אזויפיל מעדיצינישע פראפעסיאנעלן וואס שטימען צו מיט דעם שטודיע?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

כ׳יאיר ועוד אשמח לתשובה,

אויסער דעם, קענט איר ר׳ יידל ערקלערן פארוואס התאחדות און אגודה האבן אזוי מורא פאר דעם נייעם קאנסענט איינפירונג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:כ׳יאיר ועוד אשמח לתשובה,

אויסער דעם, קענט איר ר׳ יידל ערקלערן פארוואס התאחדות און אגודה האבן אזוי מורא פאר דעם נייעם קאנסענט איינפירונג

1. איינמאל די רעגירונג הייבט אן זאגן דעות, קענען זיי אויך מעגליך אינגאנצן אסר'ן מציצה בפה, און אפשר אויך פריעה וואס קומט אויך נישט פון איבריגע היגיענע.
2. פיל מענטשן,אסאך מער ווי דו מיינסט, וועלן אויפהערן מאכן מציצה בפה, און אויפהערן צו נעמען מוהלים וואס מאכן מציצה בפה.
3. דאס גייט מאכן ערנסטע פראבלעמען, דערשראקענע מאמעס וועלן מורא האבן צו חתמ'נען, אדער מען וועט נישט חתמ'נען און שפעטער וועט זיך מאכן א קאמפליקאציע וכדו'.
4. נצחון.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאיר האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ יידל פאר'ן מיטטיילן די פרטים פון די טענות פון ביידע צדדים. אין דעם ענטפער פון התאחדות האב איך געליינט ווי פאלגנד:
[left]the violation is all the more egregious when
the Department, lacking any real proof of causation, proffers only a single, thoroughly debunked
statistical study and casual, misinformed speculation about a few individual cases.[/left]

אפשר קעסטו ערקלערן פארוואס זיי שרייבן אז עס איז אן אפגעווארפענע שטודיע, און אויב איז עס טאקע אזוי, פארוואס זענען דא לדבריך אזויפיל מעדיצינישע פראפעסיאנעלן וואס שטימען צו מיט דעם שטודיע?

כ'האב עס נאכנישט געליינט, אבער כ'מיין אז זיי באציען זיך צו די שטודיע וואס די דעפארטמענט אף העלטה האט דורכגעפירט. צוויי עפידעיווידס (פון דר. אבי פעדערגרין און - דוכט זיך - דר. דניאל בערמאן) פרעגן קושיות אויף די סטאטיסטיקס און דעם שטודיע. (או י"ל אז זיי מיינען דעם פידיאטריקס שטודיע, איך מיין אז אויך אויף די שטודיע האט דר. בערמאן געהאט קאמענטירט).

די סיבה פארוואס עס זענען דא אזויפיל פראפעסיאנאלן וואס שטימען צו אז מצב"פ איז פראבלעמאטיש איז ווייל אפילו אויב עס איז נישט פארהאן א שטודיע וועלכע איבערצייגט די שייכות פון מצב"פ צו HSV טוט אבער די מעדעצינישע וויסנשאפט איבער אינפעקציעס און דיזיסעס באשטעטיגן אז אזא קשר איז שטארק מסתבר.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

א׳ זיי קענען יעצט אויך, כמבואר לעיל, און נאך זיי פארלירן די קעיס הערשט עי׳ לעיל.

ב׳ מען געטרויעט הייסט די אידישע טאטעס שנתגדלו על ברכי תורה המסורה לנו למשה מסיני מער נישט מיט אזוינע יסודות׳דיגע מצוות שיש חיוב מסי״נ, קען מען דאך פאר די צוזאמגענומענע געלט אנשטאט דינגן געניטע אדוואקאטן, דינגן געניטע מחנכים וואס זאלן מחנך זיין דעם עולם אויף מצוות מציצה בפה

ג׳ איז תלוי אין ב׳

ד׳ נצחון אין וועם, פארוואס
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:ב׳ מען געטרויעט הייסט די אידישע טאטעס שנתגדלו על ברכי תורה המסורה לנו למשה מסיני מער נישט מיט אזוינע יסודות׳דיגע מצוות שיש חיוב מסי״נ, קען מען דאך פאר די צוזאמגענומענע געלט אנשטאט דינגן געניטע אדוואקאטן, דינגן געניטע מחנכים וואס זאלן מחנך זיין דעם עולם אויף מצוות מציצה בפה

מען האט דאך שוין געדינגען אזעלכע געלונגענע בעלי דרשנים ווי הרב י. מ. סופר ודומיהן וואס ארבעטן אויף דעם געביט מסביר צו זיין דעם עולם פון וואו מען דרינגט ארויס דעם חיוב מסירת נפש אויף אזעלכע יסודות'דיגע מצוות ווי מציצה בפה, כמון ואספלנית, און חמין דאשתפיך, שנתגדלו על ברכי הסנדקאים המסורה לנו מרופאים של ימי הביניים. מען ארבעט אויף אלע פראנטן.
האדם לא נברא אלא להתענג
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

איך האב געהערט אז בערך זיבן יאר צוריק האבן די רבנים ציגעזאגט פאר די גאװערמענט אז די מוהלים װעלן זיך אלײנס טעסטן איך װײס נישט פינקליך װאס סמײנט קען אײנער קאנפירמען?
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

היות היינט גייט פארקומען די הירינג אין געריכט איבער די מצב"פ געזעץ האב איך נעכטן נאכט דורכגעליינט התאחדות' ענטפער צו די שטאט'ס טענות, און אפגעשריבן די תמצית הדברים (כ'לאז אויס די הקדמה ווייל די טענות וואס ווערן דערמאנט דארטן ווערן ברייטער אויסגעשמועסט שפעטער).

די טענות איז געשריבן געווארן דורך שי דבורצקי, דער לויער פון דזשואנס דעי מטעם די קלעגער. ער הייבט אן מיטן איבער'חזר'ן די טענה אז הייסן מוהלים צו זאגן די שטאט'ס דעה איז א פארלעצונג פון די פרידאם אף ספיטש (פרייהייט פון רעדן) וויבאלד א חלק פון די פרייהייט פון רעדן איז אויך די רעכט צו בלייבן שטיל. דערנאך צונעמט ער די שטאט'ס 5 טענות פארוואס די קאנסענט פארום איז נישט בכלל פרידאם אף ספיטש.

די שטאט'ס טענה נומער 1 איז געווען אז וויבאלד די שטאט'ס מעסעדזש איז נישט אידיאלאגיש אדער פאליטיש נאר ריין פאקטועל, איז עס נישט קיין פארלעצונג פון רעדן-פרייהייט. אויף דעם זאגט ער אז אפילו לו יצוייר עס איז איז ריין פאקטועל, דאך קען די שטאט נישט הייסן דאס זאגן, און ער ברענגט פרעצעדענטן פון פסקים ווי עס ווערט קלאר געשריבן אז פרידאם אף ספיטש נעמט אויך אריין פאקטן וואס א רעדנער וויל נישט דערמאנען, דאס הייסט אז די שטאט קען אים נישט הייסן זאגן עפעס אפילו עס איז נישט מער ווי פאקטן. אבער נאכמער פון דעם, עס איז בכלל נישט ריין פאקטועל וויבאלד די סיטי פארלאנגט אויך אז אין קאנסענט פארום זאל שטיין אז "די סיטי רעקאמאנדירט אז מען זאל נישט מאכן מצב"פ" וואס איז נישט קיין פאקט נאר אן עצה. אויף דעם נקודה ברענגט ער ווידער א לעגאלע פרעצעדענט אז די שטאט האט נישט קיין רעכט צו הייסן מאכן רעקאמענדאציעס.
די סיטי'ס טענה נומער צוויי איז געווען אז די נייע רעגולאציע צווינגט נישט צו רעדן נאר צו טון עפעס וויבאלד דער מוהל קען בלייבן שטיל בשעת'ן דערלאנגן דעם קאנסענט פארום. פרעגט אויף דעם דבורצקי "צו וויל די שטאט זאגן אז געשריבענע קאמיוניקאציע איז נישט פראטעקטעד אין די קאנסטיטוציע?" אויף דעם ברענגט ער א ראיה פון די קעיס מיט די לייסענס פלעיט ווי די קאורט האט געפסק'נט אז מענטשן וואס זענען נישט מסכים צום שטאט'ס מאטא "לעב פריי אדער שטארב" צוליב רעליגיעזע סיבות, מוזן נישט ארויפלייגן די לייסענס פלעיט. וואס איז דאס אויב נישט געשריבענע קאמיוניקאציע, און דאך זעט מען אז דאס איז באשיצט אונטער פרידאם אף ספיטש. נאך צוויי ענליכע פרעצעדענטן ווערן געברענגט.

סיטי'ס טענה נומער 3 איז אז די קאנסענט פארום הייסט נישט "געצווינגענע רייד" וויבאלד דער מוהל האט רעכט צוצלייגן וואס ער וויל און ער קען קלאר ארויסברענגן אז ער איז נישט מסכים צום דעה וואס ווערט ארויסגעברענגט אינעם פארום. אויף דעם טענה'ט דבורצקי אז דאס אז דער מוהל האט אן אפציע וויאזוי צו מינימיזירן די אפעקט פון די געצווינגענע רייד, נעמט נישט אוועק פונעם פאקט אז די רייד זענען געצווינגען. און דערנאך אפאר פרעצעדענטן אויף דעם נקודה.

סיטי'ס טענה נומער 4 איז אז וויבאלד די קאנסענט פארום טוט אינדענטיפיצירן דעם רעדנער אלץ די רעגירונג, און קיינער וועט זיך נישט טועה זיין אז דאס איז דער מוהל וואס רעדט, הייסט דאס נישט געצווינגען צו רעדן. דבורצקי טענה'ט אויף דעם אז די סיטי מעג נוצן זייער אייגענע געלט, שטחים און אגענטן צו פארשפרייטן זייערע דעות, אבער זיי קענען נישט נוצן מוהלים אלץ זייער מויל-מאכער. ווי נישט ווי - שרייבט ער - איז דאך הא גופא וואס די ערשטע אמענדמענט פארבאט: די רעגירונג זאל צווינגן מענטשן צו זאגן עפעס וואס די רעגירונג שרייבט פאר! אויף דעם ברענגט ער ווידער דעם "לעב פריי אדער שטארב" פרעצעדענט און נאך.

סיטי'ס טענה נומער 5 איז אז די דעפארטמענט אף העלטה האט רעכט צו רעגולעיטן מעדעצינישע פראצעדורן. א חלק פון די רעגולאציעס זענען "געצווינגענע רייד", און די רעגירונג האט פולע רעכט אויף דעם. אבער, חזר'ט ער איבער די אלטע טענה, וויבאלד מוהלות איז א רעליגיעזע ריטועל, נישט קיין מעדעצינישע, קען עס נישט ווערן רעגולירט. אזוי אויך, וויבאלד – אנדערש פון דאקטוירים – איז מוהלות נישט קיין קאמערציאלע סערוויס נאר א רעליגיעזע סערוויס, קען די רעגירונג דאס נישט רעגולירן.

אויף די רעגירונג'ס טענה אז דאס אז זיי זיינען נישט לייסענסד גיט זיי נישט די רעכט צו טון ככל העולה על רוחם ענטפערן זיי אפ אז דאס איז נישט אמת וויבאלד הא גופא איז די סיבה פארוואס מוהלים דארפן נישט קיין לייסענס, טאקע וויבאלד די שטאט האט איינגעזען אז מוהלות איז נישט קיין מעדעצינישע סערוויס נאר א רעליגיעזע. און די זעלבע סיבה פארוואס די סיטי פארלאנגט נישט קיין לייסענס צו פראקטעצירן מוהלות, צוליב אט די סיבה קען די סיטי נישט ארויפלייגן רעגולאציעס אויף מוהלים. אין פאקט, שרייבן זיי, קען די סיטי נישט צושטעלן קיין איין(!) קעיס ווי די שטאט האט געקענט צווינגן צו רעדן מכוח "פראפעסיאנאלע ספיטש" (דאס הייסט אז מ'דארף נישט קיין סטריקט סקרוטיני אויף די פארלאנגטע ספיטש ווי כ'האב שוין ערקלערט אויבן אין די אריגינעלע טענות).

דאן גייט ער אריבער צו די פרידאם אף רעלידזשען טענות.

די סיטי האט געשריבן אז ווען איינער טוט עפעס צוליב א רעליגיעזע סיבה מיינט דאס נישט אז ער איז פטור פון געזעצן וועלכע טוען פערצופאל פארבאטן דעם געפיראכטס. למשל, אז איינער רייכערט דראגס פאר רעליגיעזע סיבות פארלעצט ער נאך אלץ די אנטי-דראג געזעצן. אזוי אויך, די וואס שטעלן זיך אנטקעגן וואקסינאציעס צוליב רעליגיעזע סיבות זענען נאך אלץ מחוייב זיך צו וואקסינירן אויב די שטאט פארלאנגט עס. אבער אויף דעם טענה'ט דבורצקי אז דא איז אנדערש וויבאלד די נייע געזעץ טוט נישט "פערצופאל" פארבאטן א רעליגיעזע געפיראכטס, נאר עס טוט צילען און איז געשטעלט דירעקט אנטקעגן מצב"פ. וויבאלד עס טוט דירעקט צילען א רעליגיעזע נוהג, דארף עס דורכגיין סטריקט סקרוטיני, און דבורצקי טענה'ט אז עס פאלט דורך אזא סקרוטיני.

סיטי'ס טענה נומער 1 פארוואס עס פארלעצט נישט רעליעגעזע פרייהייט איז וויבאלד די רעגולאציע איז "נייטראל" און אויך "מחייב יעדען" וויבאלד עס איז נישט מחייב נאר איינער וואס מאכט מצב"פ מטעם רעליגיע, נאר סיי ווער עס מאכט מציצה בפה פאר סיי וואספארא סיבה. אבער דבורצקי טענה'ט אז אין די לשון פון די נייע רעגולצאיע שטייט קלאר " direct oral suction as part of a circumcision ". נאכמער, די דעפארמענט איז קלאר מסכים אז מציצה בפה איז די סיבה פארוואס מ'האט געמאכט די רעגולאציע. אויך טענה'ט ער אז דאס אז טעארעטיש איז עס יעדן מחייב איז סתם ליצנות געמאכט פון פרידאם אף רעלידזשאן. למעשה איז די איינציגסטע אפליקאציע פונעם געזעץ שייך נאר ביי א רעליעגעזע מאטיווירטע אקט, און איז דערפאר נישט נייטראל.

סיטי'ס טענה נומער 2 איז אפילו לו יצוייר די נייע רעגולאציע טוט יא צילען דירעקט אויף מצב"פ איז עס נישט "וויבאלד" מצב"פ איז רעליגיעז, נאר "כאטש" מצב"פ איז רעליגיעז. דאס הייסט, ווען וואלט דאס געווען א סעקולארע אקט וואלט די סיטי עס פונקט אזוי רעגולעיטעד. דעריבער טוט די מעדעצינישע וויכטיגקייט נעמען פרעצעדענץ איבער די פרייהייט פון רעליגיע. אבער דבורצקי מאכט דאס אוועק וויבאלד "ריין-הארציגקייט" (דאס הייסט ריינע כוונות) איז נישט גענוג א גוטע סיבה צו מאכן א געזעץ וועלכע צילט דירעקט אויף רעליעגעזע פראקטיקן.

דערנאך פרעגט ער אזוי. 90% פעלער פון הוירפיס קומען פון די מוטער און נישט פון מציצה בפה, אויב אזוי פארוואס טוט די רעגירונג מקדיש זיין אלע זייערע כוחות צו פארמיידן די 10% און טוט גארנישט צו פארמיידן הוירפיס וואס קומט פון די מאמע? למשל, ער שרייבט אז א קייזער-שניט געבורט פארמיידט גענצליך די מעגליכקייט אז א קינד זאל באקומען די וויירוס פונעם מאמען. אויב אזוי, פרעגט ער, פארוואס האט די שטאט נישט באפוילן דאקטוירים צו מודיע זיין פאר מאמעס פארן גיבן געבורט אז די נאטורליכע וועג טראגט מיט זיך א ריזיקע פון גורם זיין הוירפיס און אז אפשר זאלן זיין קאנסידערן א קייזער-שניט געבורט?... די תירוץ איז ווייל די שטאט האלט אז די ריזיקע איז גאנץ קליין און אז די בענעפיטן פון א נאטורליכען געבורט איז גרויס. אמת, זאגט ער. אבער די זעלבע איז אמת פאר מצב"פ. די חילוק איז נאר אז ביי מצב"פ זענען די בענעפיטן רעליגיעזע און דערפאר טוט די דעפארטמענט אף העלטה עס איגנארירן! אין אנדערע ווערטער, א קלארע פארלעצונג פון רעליגיעזע רעכטן.

דערנאך גייען זיי איבער נאך פארשידענע טיעונים וואס די סיטי האט דערמאנט. די טענה אז די שטאט האט פרובירט אנדערע וועגן וויאזוי צו מסדר זיין דעם פראבלעם און איז טיילווייז דורכגעפאלן ווערט אפגעפרעגט מיט דעם אז די שטאט האט נאך נישט געהאט קיין שאנס צו זען צו די פאמפלעטן וואס זיי פארטיילן און די שפיטעלער העלפט צו נישט. אייגענטליך, שרייבט ער, די גאנצע פאמפלעטן געטיילאכטס האט זיך אנגעהויבן די זעלבע צייט וואס די רעדע איבער די נייע רעגולאציע האט זיך אנגעהויבן! און אפילו אויב מ'וואלט געזען אז די ראטע פון הוירפיס פאלט נישט, איז עס נישט קיין ראיה אז די פאמפלעטן העלפן נישט, וויבאלד די גאנצע מטרה פון די פאמפלעטן איז נישט צו פרעווענטן הוירפיס, נאר צו מאכן עלטערן אויפמערקזאם פון די ריזיקעס פון מצב"פ.

איבער די סיטי'ס טענה אז מצב"פ איז א סכנה גייען זיי איבער די מעדעצינישע דעטאלן. זיי זאגן אז די גאנצע געזעץ איז באזירט אויף א שטודיע (די CDC'ס שטודיע) וועלכע איז פובליצירט געווארן אין א נישט-איבערגעקוקטע זשורנאל (non peer-reviewed), און די שטודיע איז שוין העפטיג אפגעפרעגט געווארן. קודם כל שרייבן זיי האט די סיטי קיינמאל נישט באוויזן צו מאכן א ד.נ.א לינק צווישן מצב"פ און הוירפיס. ער טענה'ט אז רבנים האבן שוין מסכים געווען צו ד.נ.א טעסטינג פון מוהלים וועלכע ווערן באשולדיגט מיט טראנזמיטן הוירפיס אבער די שטאט איז נישט געווען אינטערעסירט. און וויבאלד עס איז נישטא קיין ד.נ.א ראיה, איז די גאנצע מצב"פ-הוירפיס קשר נישט מער ווי א מעגליכקייט, נישט קיין אויפגעוויזענע זאל און איז דערפאר נישט גענוג צו מאכן א געזעץ וואס מינמיזירט רעליגיעזע פרייהייט. איי, אויב איז עס מעגליך וויאזוי קען זיין אז עס פאסירט נישט במציאות? אויף דעם שרייבט ער אפאר טעאריעס. מעגלי, אז וויבאלד מצב"פ דויערט בלויז א סעקונדע איז עס צו א קורצע צייט פאר די באקטיריע צו אריבערשפאצירן צום קינד. אדער מעגליך וויבאלד די מוהלים נוצן אנטיסעפטיק, הרג'ט דאס די באקטיריעס.

דערנאך איז דא נאך א לאנגע דיסקוסיע פון סטאטיסטישע טעותים אין די דעפארמענט'ס שטודיע. לדוגמא ברענגט ער אז אין קרית יואל איז נאר געווען איין פאל פון הוירפיס נאך 10,000 בריתים מיט מצב"פ, און דער מוהל האט נישט געהאט קיין הוירפיס.

ער כאפט זיך ארויף אויף די סיטי'ס ווערטער ווי זיי האבן געשריבן אז אפילו אויב די געזעץ וועט ראטעווען איין קינד פון שטארבן פון הוירפיס וועט עס זיך שוין האבן געלוינט. "שיינע רעטאריק", שרייבט ער, "אבער עס איז אומלעגאל".

ער פירט אויס אז צוליב די אלע אויבענדערמאנטע סיבות בעט ער די געריכט זאל געבן א צייטווייליגער באפעל אפצושטעלן די דעפארטמענט'ס רעגולאציע ביז די געריכט וועט ענדגילטיג באשטימען די לעגאליטעט פונעם רעגולאציע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

דאכט זיך אז דזשאנס דעי, און טאקע דברוצקי (א איד), האבן געארבייט אויפן רובאשקין אפיעל. דבורצקי הייסט א אינגע גאון.

יישר כח פאר יידל, ביי די לעגאל דעסק, פארן קלארע סיכום.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

יואליש האט געשריבן:דאכט זיך אז דזשאנס דעי, און טאקע דברוצקי (א איד), האבן געארבייט אויפן רובאשקין אפיעל. דבורצקי הייסט א אינגע גאון.

יישר כח פאר יידל, ביי די לעגאל דעסק, פארן קלארע סיכום.


ג"א מצטרף. ייש"כ יידל.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

זייער א שיינע ארבעט יידל
משולם טענענבוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך משולם טענענבוים »

יישר כוח יודל, דיין ארבעט איז אפרישיעיטעד,
שטערן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:04 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך שטערן »

NEW YORK: Hearing on Metzitza B'peh ended; Judge extended the hold on NYC written consent law till decision is made which may take few weeks
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דאס מיינט אז ראונד 1 האט התאחדות געווינען.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

הודו לשם כי טוב

ברוך שמסר עולמו לשומרים

אשרי תבחר ותקרב ישכון חציריך, נשבעה בטוב ביתך קדוש היכליך
Ben-Shishim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

שליחה דורך Ben-Shishim »

יידל האט געשריבן:דאס מיינט אז ראונד 1 האט התאחדות געווינען.


First i would like to join those that thanked you for your amazing work in explaining all details pertant to this cause.

What makes you think that Hisachdes is the winner?
אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ווי דערמאנט אויבן איז התאחדות' אימידיעט פארלאנג געווען א טעמפארערי סטעי ביזן ענדגיטליגן באשלוס פון געריכט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

ניו יארק טיימס באשרייבט נעכטן אין קאורט
http://www.nytimes.com/2012/12/19/nyreg ... ivity.html
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אויב איז די ניו יארק טיימס' באריכט ריכטיג און נישט בייעסד, דאן זעט אויס ווי התאחדות איז אויף געהאקטע צרות. אין דעם באריכט שטייט אז די בייסיגע שאלות האט דזשאדזש בוכאוואלד געפרעגט פון שי דבורצקי, דער לויער מטעם התאחדות ודעימם.

אויף די טענה אז די געזעץ צילט דירעקט אנטקעגן א רעליעגעזע געפיראכטס האט בוכוואלד געפרעגט, "און ווען עס איז דא א רעליעגעזע געפיראכטס אפצוהאקן די פינקי פינגערס פון ניי-געבוירענע קינדער, וואלט די שטאט אויך נישט געקענט עס פארבאטן?" דבורצקי האט געענטפערט אז יא, נאר די חילוק צווישן דעם און מצב"פ איז ווי ערנסט די שאדן פארן קינד איז. ביי מצב"פ איז דא זייער קליינע שאנסן פון שאדן.

דערנאך האט זי אים געפרעגט פארוואס ער פארשטייט אז מוהלים זענען אנדערש פון דאקטוירים וועלכע דארפן געבן א קאנסענט פארום פאר זיי מל'ן. "דאס איז עפלעך און מאראנצן! (דאס הייסט: א פארגלייך הודו און כוש) וויבאלד דאקטוירים מאכן נישט מציצה בפה" האט דבורצקי געענטפערט. די דזשאדזש האט אבער צוריקגעענטפערט אז דאקטוירים דארפן א קאנסענט פארום אויפן מילה גופא און נישט נאר אויף מצב"פ.

אזוי אויך האט די דזשאדזש אפגעווארפן דבורצקי'ס טענה אז די שטאט דארף אונטערנעמען א עדיוקעישאן קאמפעין איבער דאס ענין פון הוירפיס און ארויסלאזן די מוהלים פונעם ענין.

אויבנאויף, זעט עס אויס ווי ס'גייט נישט גוט פאר התאחדות.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
אריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך אריק »

יידל, א וואונדערבארער ארבעט! אזוי קלאר צו שרייבן א געריכטליכער געפעכט איז א געוואלדיגער טאלאנט.
פארשפארט