די אמת'ע סיבה פון די קרייציגלער מלחמה

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1431 מאל

די אמת'ע סיבה פון די קרייציגלער מלחמה

שליחה דורך ממי_שאמרו »

די יארן אנגעהויבן פון 1000 ביז בערך 1500 למספרם (אין געוויסע לענדער האט זיך דאס נאך אביסל געצויגן שפעטער) איז געווען זייערע ביטערע יארן פאר'ן אידישן פאלק אין אייראפע, די שחיטה פון די אידן אין די שטאט יארק (ענגלאנד) אין יאר 1190, די קרייציגלער (די דריי גרעסטע- ערשטע אין 1099 למספרם, דריטע 1192, און 6'סטע אין 1228), גירוש שפאניע 1492 למס', גירוש פארטוגאל 1497, גירוש פון די אידן פון ענגלאנד אין 1290, פאגראמען אין יעדע צווייטע שטאט, און נאך פיל באקאנטע און ווייניגער באקאנטע צרות יגון ואנחה וואס די אידן האבן זיך דאן צוזאמגעליטן פון די קריסטן.

ווייניג ווייסן דעם אמת'ן סיבה וואס איז געליגן אונטער דעם אז ספעציעל אין די תקופה איז געווען אזוי שווער פאר די אידן (פארשטייט זיך חוץ פון די הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב). דאס איז נישט געקומען סתם אין די וועלט אריין, דאס איז געווען אן אויסגערעכנטע האנט וועלכע האט זיכער געמאכט צו מישן די קאשע אגאנצן צייט, דא איז געווען איינער וועלכע איז געזיצן יומם ולילה און געטראכט ווי אזוי ארויפצוברענגען די אידן אויפן טיש ווען און ווי עס איז נאר מעגליך.

כדי צו קענען מסביר זיין ווער דאס איז געווען, דארפן מיר קודם מאכן אן הקדמה ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן יענע תקופה ביי די גוים, און פון דעם וועלן מיר קענען פארשטיין וואס עס האט פאסירט. פון ווען דאס קריסטינטום איז אנגעקומען קיין אייראפע ביז די תקופה פון 1000 למספרם האט דער פויבסט געוועלטיגט אן קיין גרעניצן, ער איז געווען דער ממליך מלכים, א קעניג האט גארנישט געקענט טוהן אהן דעם וואס דער פויבסט גיבט אים רשות אדער הייסט אים. חוץ פון די רעליגיע אפטיילונג וואס דער פויבסט האט געפירט, האט ער געפירט פשוט גאנץ אייראפע, אויפגענומען און אראפגעווארפן קעניגן, אויפגענומען און אראפגעווארפן פירשטן וכו'. דער פויבסט האט געהאט א בישאפף אין יענע לאנד וואס ער איז געווען דער אמת'ע בעל הבית אינעם לאנד, און קיין איין קעניג האט זיך נישט דערוואגט זיך אנטקעגן שטעלן צו וואס דער בישאפף האט געזאגט, אפגערעדט אפילו צו טראכטן צו טוהן פארקערט פון וואס דער פויבסט האט געזאגט. אזוי איז אנגעגאנגען פאר יארן וואס דער פויבסט האט געפירט אייראפע מיט אן אייזענעם האנט, ביז עס איז אנגעקומען די תקופה פון 1000 למספרם ווען די קעניגן האבן מחליט געווען אז עד כאן אומרים בשבת הגדול, עס האט זיך גע'ענדיגט די תקופה ווי זיי זענען פאפירענע טיגערס, פון יעצט גייט זיך אנפאנגען א נייע תקופה וואס זיי גייען איינטיילן פאר'ן פויבסט וואס צו טוהן און נישט פארקערט.


אנגעהויבן האט זיך דאס אין דייטשלאנד און אזוי האט זיך עס פארשפרייט פון איין לאנד צום צווייטן, און איין שיינעם טאג האט זיך דער פויבסט געזעהן אז ער איז געווארן אויס קאפעליטש-מאכער, די קעניגן פייפן אים פשוט אן און ער קען גארנישט טוהן, ער האט נישט א מיליטער וועלכע קען גיין אייננעמען די אלע לענדער, ער איז געבליבן מלך בלא עם. אין די זעלבע פראבלעם האט זיך געטראפן דער בישאפף פון דייטשלאנד זייער שנעל ווי ער האט געזעהן ווי אזוי דייטשלאנד גליטשט זיך ארויס זייער שנעל פון צווישן זיינע פינגערס, ער איז געזיצן און זיך געבראכן קאפ ווי אזוי ער קען צוריקדרייען דאס רעדל ווי שנעלער ווייל וואס שפעטער פארלירט ער מער און מער. דא איז ער אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע פלאן (וועלכע עס האט אים ליידער זייער געלונגען) און ער איז אראפגעפארן צום פויבסט אורבאן דעם צווייטער ימ"ש קיין רוים און ער האט אים פארגעשלאגן זיין פלאן:

ווער זאגט אז די קירכע האט נישט קיין מיליטער? זיי האבן די שטערקסטע מיליטער וואס עס איז נאר דא אין די וועלט! און מ'קען מסדר זיין דעם קעניג איינגעטיילט אין אפאר שטאפלן.

שטאפל 1) די גלחים גייען פרעדיגן פאר אפאר חדשים יעדן טאג איבער די גרויסע מצווה וואס ליגט אויף יעדע ערליכע קריסט צו פארן איין מאהל אין זיין לעבן עולה רגל זיין קיין ארץ ישראל (דארט איז יאשקע פאנדראק געבוירן און געפייגערט) און מסביר זיין אז ווער עס פארט נישט, גייט אריינגיין אין גיהנום, און ווער עס פארט יא, קען אפטוהן אלע עבירות שבעולם און וועט נאך אלס אריינגיין אין גן עדן.

שטאפל 2) דערנאך פאר אפאר חדשים גייט מען רעדן פון די שטארקע יסורים וואס יאשקע האט אויף יענע וועלט אז ירושלים איז אונטער די הערשאפט פון די אראבערס.

אזוי גייט אויסקומען אז דער עולם גייט ווערן זייער אנגעהעצט ארויפצופארן קיין ירושלים מלחמה צו האלטן און באפרייען זייערע הייליג לאנד פון די אראבער, און די קירכע גייט פארדינען אפאר זאכן איינס בעסער פונעם צווייטן. איינס, די לאנד גייט זיך אויסליידיגן פון אלע מלחמה-פעאיגע מענער און האפענדליך וועלן זיי אויסשטארבן אויפן שווערע וועג, אזוי וועט דער קעניג בלייבן אן א מיליטער וועלכע זאל אים געבן דאס געפיל פון שטארקייט און מעכטיקייט.

צווייטענס- דער קעניג וועט זיך טרעפן מיט א פאקט אז עס וועט דא זיין א מלחמה צווישן זיין לאנד מיט די אראבער צו ער גייט יא מיט, אדער ער גייט נישט מיט. וועט ער נישט וועלן בלייבן דער חוזק אינדערהיים און ווייזן פאר יעדעם אז ער גלייבט נישט אין קריסטינטוהם וועט ער דאך דארפן מיטפארן, אזוי וועט זיין קאפ זיין פארנומען מיט אנדערע וויכטיגערע זאכן ווי זיך שלאגן מיט'ן פויבסט.

דריטענס- דער פויבסט ווייסט אים וואספארא כוח די קירכע האט, אז אויב דער פויבסט איז מחליט, לאזן איבער טויזענטער און טויזענטער, קליגע ווי טיפשים, רייכע ווי ארעמע, שטארקע ווי שוואכע, אלע לאזן איבער זייער האב און גוטס און פארן קיין ארץ ישראל מלחמה צו האלטן מיט די אראבער, אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען, סתם ווייל אזוי האט דער פויבסט מחליט געווען.

פערטנס- ביי א זמן מלחמה הערשט נישט אן ארדענונג אין לאנד, ווייל רוב מענער זענען דאך ווייט אוועק פון דערהיים, במילא וועט זיך דער קעניג טרעפן זייער שנעל מיט א לאנד וועלכע איז טיף אין א כאאס צושטאנד, און אויב ער וועט שוין יא אהיימקומען מיט אפאר מענטשן פון ארץ ישראל זאל ער טרעפן א לאנד וועלכע איז איבער געדרייט פון קאפ ביז פיס, אזוי עס זאל אים נעמען יארן צוריק אויפצובויען זיין לאנד און עס זאל אים מער נישט שמעקן זיך אנצופאנגען מיט'ן פויבסט.

וכך הוה, די גלחים האבן פארשטייט זיך אויפגעהעצט די פויערן ווי עס באדארף צו זיין, און די ערשטע קרייציגלער זענען ארויס אויפן וועג. אבער דא האבן זיך די גלחים געטראפן מיט א נייע פראבלעם, דאס צולאזטקייט וואס זיי האבן באקומען ביי די פויערן קען דאך אויסוועפן און זיי וועלן שיינערהייט מאכן א בואי בשלום און אהיימגיין און דאן וועט דאך ווערן אויס פלאן, אויפן וועג צום קרעטשמע דארף מען דאך אויך א טרינק, וואס טוט מען? זענען זיי אויפגעקומען מיט א רוצח'ישע פלאן, און די עצה דערצו איז- די אידן. יעדע פויער האט שוין געוואוסט פון אלס קליין אינגל אז די אידן זענען שולדיג און אלע זייערע פראבלעמען, די אידן זענען די מקור פון אלע שלעכטס, האט מען זיי א גאנצן טאג אריינגעבאקן אין קאפ אריין. האט זיך אויפגעשטעלט א גלח מיט'ן נאמען פעטער און אנגעהויבן צו דינערן מיט א דרשה: מורי ורבותי! אונז אלע האבן איבערגעלאזט אונזערע קינדער און פרויען אין שטוב, אונז האבן איבערגעלאזט אונזער פרנסה אויף הפקר, און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א ווייטע וועג אויסצולייזן ארץ ישראל פון די אראבער. ברודער! דא ביי אונז אין לאנד וואוינען אויף אונזער חשבון די אידן וועלכע זענען נאך אסאך ערגער ווי די אראבער, זיי האבן גע'הרג'ט יאשקע פאנדראק, זיי וואוינען דא ביי אונז און לאכן פון אונז. לאמיר קודם אויסרייניגן אונזער אייגענע לאנד איידער מיר פארן אויף א ווייטע וועג אויסלייזן א ווייטע לאנד פון די נישט-גלויבעדיגע.

איבעריג צו זאגן אז די ווערטער האט אנגעצינדן א פייער וועלכע האט ליידער געקאסט אסאך אידיש בלוט, טויזענטער אידן פון דייטשלאנד און פראנקרייך זענען אומגעקומען מיט א שטאלץ אבי נישט צו טוישן זייער אידישע אמונה, קליינע קינדער האבן געלאכט דעם טויט אין פנים און ניטאמאל געהאט די מינדעסטע ספק צו טראכטן בכלל פון טוישן אונזער אידיש'ן גלויבן מיט אט די רציחה'דיגע גלויבן. אזוי איז אנגעגאנגען פאר א שטיק צייט ביז זיי האבן זיך ארויסגעלאזט קיין ארץ ישראל.

פארשטייט זיך אז די פלאן איז ליידער זייער גוט געלונגען פאר די קירכע, און זייט דעמאלס פאר די קומענדיגע פינף הונדערט יאר, ווען א קעניג האט נאר אנגעהויבן צו האבן מחשבות זרות האט מען געמאכט א פרישע קרייציגלער, אזוי איז געווען עטליכע מאהל וואס די קרייציגלער זענען ארויף (די חילוק פונעם ערשטן ביז צום לעצטן איז געווען איבער צוויי הונדערט יאר). נאכדעם וואס עס האט שוין אנגעהויבן אויס צו וועפן ביי די גוים די גאנצע געדאנק פון די קרייציגלער האבן די גלחים יעדעס מאהל וואס זיי האבן געהאט א פראבלעם פשוט אויפגעהעצט די גוים צו מאכן א גירוש אויף די אידן אזוי אנצוזעצן די לאנד פינאנציעל, אזוי וועט דער קעניג נישט האבן קיין צייט זיך צו שלאגן מיט די קירכע. אדער סתם מאכן א כאאס אין א שטאט-געגענט כדי דאס לאנד זאל אביסל אנהייבן צו פארן אויף רעדער און דער קעניג וועט באקומען זיין ווינק און פארשטיין אז מיט די קירכע הייבט מען זיך נישט אן.

לאמיר צוריקגיין צום ערשטן קרייציגלער נסיעה, נאך צוויי ביטערע און שווערע יאר וואס די גוים זענען געפאלן ווי די פליגן פון די שווערע נסיעה און די מלחמות וואס זיי האבן געהאט אויפן וועג, איז געלונגען פאר די קריסטן איינצונעמען ירושלים פון די אראבער און אויפגעשטעלט א רעגירונג מיט'ן נאמען "דאס קעניגרייך פון ירושלים". און במשך פון א תקופה פון צוויי הונדערט יאר האבן זיך די קריטסן מיט די אראבער זיך געשלאגן איבער ארץ ישראל, געווען תקופות וואס די אראבער זענען געווען שטערקער, און עס איז געווען תקופות וואס די קריסטן זענען געווען שטערקער. ביז עס איז אנגעקומען דער מצרישע און סורישע קעניג מיט'ן נאמען צלאח אלדין יוסף בן איוב, און ער האט אריינגעגעבן פאר די קריסטן א מנה אחת אפים, ביז זיי האבן איינגעזעהן אז זיי קענען אים נישט געווינען האבן זיי זיך שנעל אפגעטראגן פון דארט, און אזוי האט זיך גע'ענדיגט די קרייציגלער עפאכע.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר