דער מחבר שרייבט (סימן תרפז, א) "מבטלים תלמוד תורה לשמוע מקרא מגילה, קל וחומר לשאר מצוות של תורה שכולם נדחים מפני מקרא מגילה, שאין לך דבר שנדחה מקרא מגילה מפניו חחוץ ממת מצוה שאין לו קוברים, שהפוגע בו קוברו תחלה ואח"כ קורא".
די הלכה איז אז מגילה ליענען קומט פאר אלעס, חוץ פאר באגראבן א מת מצוה וואס האט נישט ווער ס'זאל אים באגראבן. אין דעם ענין איז דא א גרויסע מחלוקת הפוסקים. דער רמ"א אויפן פלאץ שרייבט" אבל אם אי אפשר לעשות שתיהן, אין שום מצוה דאוריתא נדחית מפני מקרא מגילה". עס איז א פשיטותא פארן רמ"א אז קיין מצוה דאורייתא קען נישט נדחה ווערן פאר א מצווה דרבנן. דערפאר זאגט דער רמ"א אז די גאנצע שאלה איז נאר אויב ער האט צייט פאר ביידע, וועלכער קומט קודם. אויב האט ער אבער נאר צייט פאר איינס פון צוויי, אודאי קומט די מצוה דאורייתא פארן מצוה דרבנן.
דער ט"ז אבער, אויפן פלאץ, איז מחדש א גרויסן חידוש. לויטן ט"ז איז מצות מגילה אנדערש פון סתם א מצוה דרבנן צוליב דעם וואס עס איז א מצוה "מדברי קבלה". די גמרא אין מסכת ראש השנה (יט, א) זאגט אז דברי קבלה כדברי תורה. וויבאלד זיי זענען ביידע גלייך,טענה'ט דער ט"ז, קומט מגילה פאר אנדערע מצוות דאורייתא.
די חידוש פונעם ט"ז איז זייער גרויס. ווייל אפילו מיר נעמען אן אז עס דברי קבלה זענען אייניג מיט דברי תורה, פון וואו נעמט אבער דער ט"ז אז דאס זאל גאר מדחה זיין די דאוריתא?! עס איז אמת אז מיר טרעפן ענליכס אין שולחן ערוך, נעמליך, אין סימן תרצו (סעיף ז) שרייבט דער מחבר "יש מי שאומר שאונן מותר בבשר ויין דלא אתי עשה דיחיד דאבילות, ודחי עשה דרבים דאורייתא, דלשמוח בפורים דברי קבלה נינהו שהם כדברי תורה", אבער למעשה דארט ביי די פאל פון אונס געט דאך דער מחבר אן דעם סיבה פארוואס שמחת פורים איז דוחה, וויבאלד עס איז א מצוות עשה וואס איז נוגע צו א רבים. אבער אין אזא פאל וואס דער מצוה דאוריתא וועט אויך זיין נוגע צו א רבים, פארוואס זאלן מיר אנעמען אז מגילה וועט דאס אויך דוחה זיין?
אן אינטערעסאנטע אריכות אוי דעם שאלה איז דא אין שו"ת חות יאיר סימן ח', ט', י' און י"א. למעשה נעמט ער אן די שיטה פונעם רמ"א. דער גר"א אין די הגהות ברענגט אבער שטארקע ראיות אנטקעגן די שיטה פונעם ר"ן אויף וועמען די רמ"א'ס שיטה איז באזירט, און דער גר"א פירט אויס "ודבריו תמוהין".
מגילה און א מצוות עשה דאוריתא, וועלכע קומט קודם
Re: מגילה און א מצוות עשה דאוריתא, וועלכע קומט קודם
אין חוות יאר איז דא א שאלה איינער וואס ווערט נשתחרר פון טורמע פאר איין טאג, ועלכע טאג זאל ער כאפן, איז אויך דא א קלער אז פורים, משום מחיית עמלק, מגילה ושאר מצוות היום