די וועבערמאן סומאטאכע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

איך אויך האט געשריבן:ווייל דו נעמסט די זעלבע שטעלונג ווי עם, צו פארטיידיגען ו. בכל מחיר און ווארפן חוזק נעמען אויף סיי ווער עס זאגט אנדערש.

........
יא זיכער בעסער צו זיין איינס מיט יואליש ווי שנים שהן ארבע מיט זר.


איך פארטיידיג בכל מחיר

זינט ווען??!

קוק איבער מיינע תגובות....איך פארטיידיג נישט, איך זוך נאך פשוט זיין קטיגור....דערווייל מיט יענקל, יואליש ביניך נישט אנגעקומען מיט קיינע סיבות אנצונעמען זיין שולד
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

לעמאן, ביי זיי יעדער וואס קוועשטענט די מקטריגים איז אויטאמאטיש א סניגור.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

איך אויך האט געשריבן:ווייל דו נעמסט די זעלבע שטעלונג ווי עם, צו פארטיידיגען ו. בכל מחיר און ווארפן חוזק נעמען אויף סיי ווער עס זאגט אנדערש.

........
יא זיכער בעסער צו זיין איינס מיט יואליש ווי שנים שהן ארבע מיט זר.


איך וואלט ענדערש געטרינקן א קאוק מיט זר׳ל ווי א קאווע מיט דיינע כעוורע,

מ׳קען מאכן אן עקסטער אשכול אויף מיט וועם מען וואלט געוואלט ארויסגיין פאר א לאנטש...

צוריק צו פרידלענדער פון די לאבי פי אר גרופ
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

גאנץ א גוטע פלאן מע מאכט טיעמס און מע געט לײקס אײנער פאר דער צװײטער קיפ אפ דהא גאאד פײט

:like
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

זיי אויף מיין טיעם וועסטע האבן לייקס
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך האלט אז וואסער טרעגער-זר זהב-מר. דזשוס, און איחוד פעלד-יאנקל-יואליש זענען אלעס איינס, זיי האבן אפגעמאכט צו מאכן א צירקוס שפיל און אונטערהאלטן דעם עולם לכבוד חנוכה.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יאסי געשטעטנער רעפארט אז עמי מעגעזין האט א אינטערוויא מיט וועבערמאןס לאיער פארקאש
http://gestetnerupdates.com/2012/12/18/ ... rs-and-da/

ציטאטען

I firmly believed when the case started, as I believe now Nechemya Weberman is innocent. Nothing that happened during the trial convinced me otherwise. In 40 years or so of doing this I’ve been saddled with an innocent client maybe three or four times, and I’ve represented a lot of people. The pressure on a lawyer who represents an innocent guy is tremendous, because he feels for the soul of the person. A guilty guy deserves representation just as much. But if I know the guy really did it, and I can’t convince the jury of a reasonable doubt, I can sleep at night.

I got to know Nechemya. I got to know his family. I saw what happened. I have a number of reasons why I doubted that he did this. Specifically, he never fit the pattern of a child abuser or monster. The entire case began on the say-so of one person, and it ended on the say-so of one person. There wasn’t one shred of physical evidence. All there was, was her testimony. There are others from the same family who came up with other allegations once the case started to germinate that were basically nonsense. It was all rumors and innuendo.

Who spread these rumors and innuendos? Bloggers. In a case of such importance, my feeling is that if you want to tell your story, come forward and tell it in court! If you’re too afraid, don’t tell it to bloggers. I do know that there were allegations made by certain people that we would be ready to defend a moment’s notice. If you’re talking about a guy who’s been doing this to his therapy patients for who knows how long, I would expect an army of victims to come forward, as happened with other cases. It’s a pattern. I’d expect to see something physical, something on his computer, some proof that he’s a monster, and it’s not there.

This was bigger than Weberman. The way [DA Hynes presented] the case, the entire community was put on trial.

Listen, the idea that a Chasidic Jew has the same shot with a jury as anyone else is not true. That’s not sour grapes. That’s just a fact of life. If an average defendant starts out with a presumption of innocence, it’s like a one run lead. A Chasidic Jew is two runs behind even before starting the game. There are preconceptions. There are stories told in a way that make Chasidic Jews look bad, like the story about the separate buses.”
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך געוואלד געשריגן »

wow..very profound words coming from someone who's getting paid to defend him. surprise!
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

עס איז נאך געבליבן איינער דא וואס רעדט אידיש ?
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך שטעל צאם יאסעלע וואסער טרעגער און פריינדליך פארן זעלבן מענטש.
וירח ה' את ריח הניחוח
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

ראשעקאל האט געשריבן:יאסי געשטעטנער רעפארט אז עמי מעגעזין האט א אינטערוויא מיט וועבערמאןס לאיער פארקאש
http://gestetnerupdates.com/2012/12/18/ ... rs-and-da/

ציטאטען

I firmly believed when the case started, as I believe now Nechemya Weberman is innocent. Nothing that happened during the trial convinced me otherwise. In 40 years or so of doing this I’ve been saddled with an innocent client maybe three or four times, and I’ve represented a lot of people. The pressure on a lawyer who represents an innocent guy is tremendous, because he feels for the soul of the person. A guilty guy deserves representation just as much. But if I know the guy really did it, and I can’t convince the jury of a reasonable doubt, I can sleep at night.

I got to know Nechemya. I got to know his family. I saw what happened. I have a number of reasons why I doubted that he did this. Specifically, he never fit the pattern of a child abuser or monster. The entire case began on the say-so of one person, and it ended on the say-so of one person. There wasn’t one shred of physical evidence. All there was, was her testimony. There are others from the same family who came up with other allegations once the case started to germinate that were basically nonsense. It was all rumors and innuendo.

Who spread these rumors and innuendos? Bloggers. In a case of such importance, my feeling is that if you want to tell your story, come forward and tell it in court! If you’re too afraid, don’t tell it to bloggers. I do know that there were allegations made by certain people that we would be ready to defend a moment’s notice. If you’re talking about a guy who’s been doing this to his therapy patients for who knows how long, I would expect an army of victims to come forward, as happened with other cases. It’s a pattern. I’d expect to see something physical, something on his computer, some proof that he’s a monster, and it’s not there.

This was bigger than Weberman. The way [DA Hynes presented] the case, the entire community was put on trial.

Listen, the idea that a Chasidic Jew has the same shot with a jury as anyone else is not true. That’s not sour grapes. That’s just a fact of life. If an average defendant starts out with a presumption of innocence, it’s like a one run lead. A Chasidic Jew is two runs behind even before starting the game. There are preconceptions. There are stories told in a way that make Chasidic Jews look bad, like the story about the separate buses.”

Evrybody can buy it & read it by themself "its only the defense lawyer explaining the defense role. Lol
באשטעטיגט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

שליחה דורך באשטעטיגט »

ווען מנעמפט זיך אהן פאר קרויס דארף מען שרייבען ענגליש ?
פארווע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:57 pm
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך פארווע »

געוואלד געשריגן האט געשריבן:wow..very profound words coming from someone who's getting paid to defend him. surprise!

געוואלדיג! אבער ווער איז די אנדערע צד? אויך א לויער וואס זיצט אויף א באצאלטע פאזיציע צו פארטיידיקן יעדער וואס קומט זיך באקלאגן צו עם אין ענגליש הייסט ער district attorney

דעריבער אז פאר 2 וואכן צוריק האט די עמי געהאט א עקסקלוסיוו אינטערוויא מיטן קלעגער'ס לויער דער DA, איז א אינטערוויא מיטן אנגעקלאגטער'ס לויער פונקט אזוי אינטערסאנט.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

פארווע קלער נישט אויףדי וואס זענען אין די באקס... פארדארבט זיי נישט
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

א מאנדע זאך:

איינער וואס איז פאר וועבערמאן, מיינט אז ער איז און די באקס!
איינער וואס איז פאר קרויס מיידל, מיינט אז ער איז "נישט און די באקס" ער איז קליג, און אויפגעקלערט!

און אנדערע ווערטער. עס איז נישט קיין נ''מ צו עס איז יא געשען צו נישט געשען, עס איז נישט קיין נ''מ וואס דער שכל הישר זאגט,

אויב קויפט איר נישט אפ די מעשה וואס קרויס מיידל מיד אירע ידידים די נאז רינגל באנדע, מיט זייער גרויסען מנהיג דער שלאנג אנגעטאן מיטן קוטשמע, האבן אויפגעבאקען, צו צו פיקסען חעמיען כלשנום, דאן זאלט וויסן קלאר אז איר זענט און די באקס, און איר זענט אויסדריקליך נישט קליג, און איר פאלט אויטאמאטיש אריין און די קאטאגאריע פון לאו חכים טובא, ולאו טיפוש זוטא,

אויב אבער איר קויפט איר יא די מעשה, דאן זענט איר פון די קליגע, אויפגעקלערטע, פארגעשריטענע, אפי' איר גייט מיט א נאז רינגל, אדער מיט א כתובות קעקע, פון א 7 קעפיגער שלאנג, אזוי גרויס וואו א פיינעפל!

הפלא ופלא! וואו שטיפט מען אריין אזא "ריזען סברא" און אזא קליינשיגע קעפעלע?????
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

באקומען אויף אימעיל ,ווייס נישט ווער ס'איז די שרייבער, כ'האב נישט קיין צייט צו ענטפערערן ווער ס'קען למצוה גדולה יחשב.

לעצטענס דרייט זיך דער עולם ארום צובראכן און פארשטייט נישט בכלל וואס דא גייט פאר—ווי אזוי קען א מענטש באשולדיגט ווערן אויף א שרעקליכע פאברעך וואס ער איז קלאר נישט באגאנגען בלויז ווייל א צווייטער האט אים באשולדיגט? איז דאס יושר? איז דען דאס שכל'דיג? און אז איינער פאלט יא אדורך פארוואס דארף מין לויפן צו די פאליציי? פארוואס קען אים בית דין נישט ב'קנס'ען און שטארק אנווארענען ער זאל עס מער נישט טון? איז עס דען נישט ערגער צו ראונירן א אידישע משפחה? וואס גייט דא פאר, לעבן מיר אין צארישע רוסלאנד?
איר פרעגט גוט און מיט רעכט און פאר דעם וויל איך נעמן אפאר מינוט און רעדן צו אייך אפן ווי איין ברידער צום צווייטן און אייך אביסעל פארשטיין געבן וואס דא גייט פאר. מיינע ווערטער זענען נישט געצילט צו די חיות, שרייערס, און קאפ-פארדרייערס, איך רעד צו מיינע ציוויליזירטע ערליכע אידישע ברידער און שוועסטער וואס ווילן באמת פארשטיין וואס דא גייט פאר. אויב זענט איר גרייט ווייטער צו לייענען מיט אן אפענע מח און גיין מיט די אמת בין איך זיכער אז אלע אייערע פראגעס וועלן פארענטפערט ווערן און איר וועט באקומן גאר א נייע בליק איבער דעם גאנצע ענין.

איך הייב אן מיין בריוו מיט די פולן פארשטענדיגונג אז עס איז מעגליך אז אן אומשולדיגע מענטש איז שרעקליך ב'עולה'ט געווארן מיט א בלבול. איך וויל אבער אוועק שטיין פון די פרשה פאר עטליכע מינוט און רעדן צו אייך בכלל איבער די קאנצעפט פון "טשיילד אביוס."

די ערשטע זאך דארפט איר וויסן אז "טשיילד אביוס" איז ליידער זייער א פאקטישע מציאות ביי אונזער היימישע עולם. לאמיך עס אייך נאכאמאל איבערזאגן מיט רש"י, עס איז ליידער פארהאן "אסאך" קינדער וואס ווערן צו'מזיק'ט פיזיש און גייסטיש דורך די הענט פון היימישע מענטשן—פיל מאל דורך א באקאנטע ווי א פעטער אדער א מלמד. מען רעדט דא פון כל מיני רשעות אנגעהויבן מיט דברים שבקדושה און געענטדיגט מיט טאטעס וואס שפארן איין קינדער אין די קלאזעטס. די זאכן זענען פאקטישע קעיסעס וואס עסקנים וועלן אייך מעיד זיין שטילערהייט אז עס איז ליידער מעשה בכל יום ביי אונזער היימישע ציבור דורך אידן וואס אין ביהמ"ד זענען זיי איידעלע אדער געשמאקע אידן.

יעצט לאמיר אייך אביסעל מסביר זיין וואס "אביוס" טוט צו א קינד.

ווען א קינד ליידט חלילה אויף א ביטערע מחלה אדער ווערט אראפגעקלאפט דורך א קאר און איז אין שפיטאל פאר אפאר וואכן, אפילו נאך דעם וואס די קינד ווערט אויסגעהיילט פיזיש איז דא נאך גייסטישע פארבלעמן וואס קען זיך מאכן. יעדער פארשטייט אז ווי ערנסטער און לענגער די טראומע איז אלץ גרעסער קען זיין די גייסטישע פראבלעמן. למשל ווען א יונגעל פארלירט א מאמע איז דא א גרעסערע שאנס אז ער וועט ווערן א מחוצף צו זיין מלמד און אוועקפאלן פון זיינע לימודים ווי זיין חבר וואס לעבט א גוטן טאג. און ווען א מיידעל וואקסט אויף אין א שטוב ווי די עלטערן רייסן זיך ביי די קעפ און די מאמע וויינט יעדן טאג הייסע טרערן און זאגט אז זי קען שוין נישט אויסהאלטן די צרות, איז קלאר אז די מיידעל וועט אדער בארירט ווערן אדער ווערן ברוגז מיט די גאנצע וועלט (אריינגערעכנט ג-ט). מען זאל נישט געפראובט ווערן אבער דאכט זיך אז יעדער פארשטייט דאס אלץ א פשוטע זאך. קוקט ארים אייך, די פאקט ווייזט אז קינדער פון פראבלעמאטישע שטיבער האבן א גרעסערע שאנס אוועקצופאלן.

איך קען א אינגערמאן א יודע ספר וואס הייסט זייער אן איידעלע איד אבער אינדערהיים פלעג ער שלאגן די ווייב און איר נישט געלאזט רעדן צו אירע געשוויסטער. איך קען א צווייטער איד וואס אין גאס הייסט ער זייער א געשמאקע פרייליכע איד און אינדערהיים פלעג ער איינשפארן די ווייב אין צימער און פלעג איר ריפן מאוס'ע נעמן אין פארענט פון די קינדער. איך קען א זיידע וואס ווען זיינע יתומים אייניקלעך זענען געקומן וואוינען צו אים האט ער זיי ארויסגעזארקעט פון זיין הויז. און דער זיידע פירט א בית המדרש! וואס קען מען ערווארטן פון אזעלכע קינדער?

יעצט שטעלט אייך פאר אז אזא קינד קומט אריין אין די הענט פון א געלונגענע מלמד אדער אן איבערגעגעבענע פעטער, זיי האבן די כח צו ראטעוועט דאס קינד. רוב מאל וויל די קינד פשוט הערן פון איינעם אז ווען עס איז דא א איד וואס פירט זיך שלא על פי תורה פארטרעהט ער נאך נישט אידישקייט. דאס קינד וויל הערן אז ג-ט כביכול וויינט מיט מיט זיין פיין. גאר אסאך צובארעכענע נשמות זענען געראטעוועט געווארן פון בלויז איין גוט ווארט. וואס טוט זיך אבער אזא אינגל וואס האט נישט קיין איבערגעגעבענע מלמד וואס פארשטייט זיין מצב? וואס טוט אזא מיידעל אויב אלע ארים אים טייטלן אויף אז זי איז א מחוצפת? וואס טוט אזא בחור'ל אויב זיין טאטע איז א מזרח-וואנט איד וואס באקומט כבוד מלכים אין שיל? איך גלייב אז עס איז גרינג צו פארשטיין אז דאס קינד שפירט זיך גענצליך אויסגעשפיגן פון סוסייעטי. עס איז גרינג צו דערהערן פארוואס אזא קינד זאל זיך נישט שפירן באקוועם מיט אזא לעבן.

ריכטיג, צווישן אינז דרייען זיך ליידער אסאך בחורים און מיידלעך וואס זענען "ברוגז" מיט אידישקייט וואס קומן יא פון נארמאלע פיינע גוטע געשמאקע שטובער, און איך בין נישט דא זיי צו פארטיידיגן. פארשטייטס אבער טייערע ברידער און שוועסטער אז פיל פון זיי זענען נעבעך לעבעדיגע יתומים. א חלק פון זיי זענען אדורך שבעה מדורי גיהנום און מיר ווייסן נישט ווי מיר וואלטן אויסגעקוקט איז זייער מצב. ריכטיג, עס מאכט זיך אמאל אז א קינד האט א סיעתא דשמיא און ער פארשטייט אז די באשעפער איז א א-ל רחום וחנון וואס וויינט מיט מיט אים און שפירט זיין צער, אבער ווי אפט מאכט זיך אזא סיעתא דשמיא?

יעצט שטעלט אייך פאר אויב די קינד מאכט מיט עפעס מער פערזענליך—ער ווערט געטשעפעט בעניני צנועות. עס כאפט א פחד ווען מען פראבירט אריינצוגיין אין די מח פון אזא אנגעפאלענע קינד. ער איז צומישט. ער איז צוטומלט. וואס גייט דא פאר? דער וואס טשעפעט אים איז דאך אן ערליכע איד, מן הסתם מעג מען עס טון, אבער פארוואס האט מיין רבי געזאגט אז מען טאר נישט? און צו די זייט געט אים די איד א מתנת שכרו בצידו, אפאר דאלער אדער א נאש (און צימאל נאך א ספר) און אין צוגאב צו דעם ווארענט ער אים אן מיט'ן לעבן אחת דתו אויב רעדט ער איין ווארט, און די רעזולטאט איז א צומישט יונגעל וואס קען שוין נישט לערנען-עסן-שלאפן-שפילן געהעריג.

אויב העלפט דער באשעפער (זכות אבות, תפלות, סיעתא דשמיא, חינוך שיעורים) און דער קינד האט קלוגע עלטערן אדער א מלמד מיט א געניט אויג דאן קען מען דאס כאפן גאנץ פריצייטיג און דערגיין וואס דא גייט פאר און מען שיקט די קינד פאר ריכטיגע פראפעשענעל הילף דאן איז דא א שאנס צו ראטעווען די קינד. ווי איז אבער אויב די רשעות גייט פאהר צוויי-דריי יאהר? דאן איז שוין גאר א צווייט געשעפט. דער קינד פאלט אריין אין א יאוש אז קיינער וועט אים שוין נישט גלייבן, און אויב יא וועט מען אים פאהרהאלטן פארוואס ער האט עס באהאלטן ביז יעצט. און די ערגסטע פון אלעם איז ווען די קינד הייבט זיך אן צוצוכאפן דערצו און האט עס ליב. דאן ווערט ער שוין אזוי משוגע און הייבט זיך אליין אן פיינט צו האבן. ער קוקט זיך אן ווי די גרעסטע היפאקריט און שגץ. און איינמאל די קינד האט דאס ליב דעלמאס קען דער פעטער-שכן-מלמד טון זיין רשעות אן קיין גרעניצן. דאן קען ער סטראשן די קינד אז ער וועט אויפהערן און די קינד בעט אים פאר נאך! אזא קינד איז גאראנטירט בארירט צו ווערן. אזא מיידעל קען זיך שפעטער נעמן דאס לעבן. אזא בחור'ל קען שפעטער פיינט האבן די צורה פון א איד. אזא מיידעל קען באקומן מיט די נערוון און זיך וואלגערן פון איין טעראפיסט צום צווייטן ווייל זי איז נישט גרייט חתונה צו האבן. זי איז נישט גרייט צו געטרויען נאך א מאן. אזא בחור'ל קען שפעטער חתונה האבן און אינמיטן שבע ברכות זעהט מען שוין אז ס'איז צרות. א צווייטע בחור'ל קען יא אויפשטעלן א שטוב און הערשט צעהן יאהר שפעטער כאפט ער אן אטאק און גייט אריין אין א דעפרעשן. מען לויפט צו דאקטוירים און קיינער דערגייט נישט וואס מיט דעם אינגערמאן איז געשען ביז פסיכעלאגן דערגייען אז ער לעבט שוין צען יאהר מיט אן אפענע "גייסטישע" וואונד.

רבותי! מען היילט זיך נישט פון דעם מיט א בענד-עיד. מען היילט זיך נישט פון דעם מיט'ן חתונה האבן און זיך "סעטלען". מען קען זיך קיינמאל נישט גענצליך היילן פון דעם. איינער וואס זאגט אייך אנדערשט ווי דעם האט אין זיין לעבן נישט געהאנדעלט מיט דו נשמות. עס איז פשוט אז מען קען זיך קיינמאל נישט גענצליך היילן פון דעם. וואס מען קען יא מיט סיעתא דשמיא און פיל פראפעשענעל הילף איז זיך לערנען צו לעבן מיט דעם. דאס פארלאנגט זיך אבער יארן (אפט מאל איבער 10 יאהר) פון טערעפי און אפט מאל יאהרן פון מעדיקעישן.

נאיווע מענטשן פרעגן פארוואס א קינד וואס ווערט געטשעפעט זאגט נישט אויס פאר א טאטע? אדער פארוואס א פרוי וואס מאכט אזויפיל מיט פון אן אביוסיוו מאן זאגט גארנישט פאר איר שוועסטער? פארוואס א קינד וואס מאכט אזויפיל מיט אינדערהיים זאגט גארנישט פאר א מלמד? עס איז פארהאן עטליכע פשוטע תירוצים אויף דעם און די פלאץ איז נישט דא אריינצוגיין אין די פסיכעלאגיע פון דעם אבער אפאר סיבות אויפ'ן שפיץ גאפל וועל איך יא אויסשמועסן:
1. איינער וואס איז אין אזא מצב שעמט מען זיך זייער און וויל נישט אז מען זאל געוואר ווערן. אזא פרוי וויל נישט אז די גאס זאל וויסן אז דאס איז א "דיספאנקשענעל" שטוב, און אזוי אויך וויל נישט א קינד מאכן קיין טומל.
2. פונקט ווי א טאטע איז נישט באקוועם צו שמועסן מיט זיין קינד בעניני צניעות שעמט זיך די קינד פילפאכיג מער צו רעדן מיטן טאטען דערוועגן. ספעציעל ווען מער רעדט לאחר המעשה.
3. מען באשילדיגט זיך אליין. מען גלייבט באמונה שלימה אז מען האט אליינס פארדינט די אלע צרות ווייל מען איז שלעכט אדער נישט ערליך.
4. מען איז נישט זיכער אז מען וועט אים גלייבן! קיינער וויל נישט קומן אויסזאגן די טאטע אדער מנהל און דערנאך ווערן אנגעריפן א ליגנער.
5. מען האט מורא פאר נקמה! נישט אלעמאל שטעלט זיך אויס אז דער פעטער אדער עסקן קען העלפן און דערנאך איז אך-און-ווי פאר דער וואס האט דערציילט.
6. ווי שטארק מען איז אנגעווייטוגט אויפ'ן טאטע-מאן-פעטער-מלמד וויל מען נישט ער זאל זיצן אין תפיסה אדער זיין אין צרות וועגן מיר.
7. דער קינד אדער פרוי פיהלט א נאענטשאפט צום אכזר און וויל אים נאר שיצן! אפט מאל ווען א קינד ווערט געקידנעפט וועט די קינד נישט אויסזאגן פאר קיינעם אפילו ווען ער שפאצירט אליין לעבן א פאליס. דאס הייסט סטאקהאלם סינדראם און איז א פאקט.

רבותי! יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס פון יעדע 100 פארברעכן בעניני צנועות אין די גוי'שע וועלט ווערן נאר 46 אריינגעגעבן צו די פאליציי? יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס די היימישע עולם איז די נומער קרוב צו 100%? יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס אזוי פיל אויסווארפן דרייען זיך פראנק און פריי און דער "סוד" בלייבט באגראבן?

יעצט שטעלט אייך פאר אז דער קינד וואס האט אזויפיל מיטגעמאכט און פראבירט זיך צו שטעלן אויף די פיס און מען שפענדעוועט צענדליגע טויזענעטער דאלארן אויף טערעפי און אין די זעלבע צייט דרייט זיך דער פעטער-מלמד-שכן פראנק און פריי און באקומט כבוד מלכים, זעהט איר א פראבלעם דא? איך וועל אייך מסביר זיין די ריכטיגע פארבלעם. די ריכטיגע פארבלעם איז אז א חלק פון די היילונג פון דעם קינד איז געוואנדן אין דעם ווען ער פארלירט זיין שרעק פאר דעם אויסווארף. און ווילאנג דער אויסווארף איז דער שיינע איד וואס די קהילה שטייט אונטער אים איז דאס א צירוק האלט פון אובערקומן די טראומע. א יעדע מאל מען זעט דעם פארשוין בקומה זקופה כאפט מען א פחד און שרעק און מען פאלט אריין אין דעפרעשן. בלויז א בייזע בליק פון דעם פארשוין איז געניג צו מאכן די אומשילדיגע נשמה'לע זאל צורינען פאר שרעק און ענקזייעטי. און על פי רוב כאפן די אויסווארפן גענוי וואס צו זאגן אדער טון וואס וועט אריינכאפן די געטראפענע אין אן אייביגע נעץ. און עס נעמט געוועליך יאהרן ביז זיי שפירן זיך געניג פעסט צו קענען אריין קוקן אין פנים פון די אויסווארף און טייטלן אויף אים מיט די פינגער און זאגן "נא-מאר! די וועסט מיך מער נישט קאנטרעלירן!"

די פראבלעם איז אז געוועליך ווען מען האלט שוין דא האט די אומשילדיגע מיידעל אדער בחור'ל שוין א נייע לעבן און אפאר מאל א שטוב מיט קינדער און זיי זענען ווייניג אינטרעסירט יעצט צו עפנען א פרישע דראמאטישע געשיכטע און לויפן צום רבי'ן אדער צו די פאליציי און זאגן אז פלוני בן פלוני איז א שגץ. מען וויל עס נישט טון ווייל אין צוגאב צו די פריער-דערמאנטע סיבות איז פארהאן נאך סיבות צו נעמן אין באטראכט שפעטער אין לעבן. פון יעדע 100 פארברעכן בעניני צנועות אין די גוי'שע וועלט וועלן נאר אין 12 קעיסעס די פאליציי מאכן אן ארעסט און נאר 9 וועלן גיין צום געריכט און נאר 5 וועלן ווערן געפינען שילדיג מיט "עפעס", און בלויז 3 פון די 100 וועלן זיצן פאר דעם פארברעך. ממילא האבן זיי מורא אז...
1. די פאליציי אדער עסקנים וועלן איר נישט גלייבן!
2. אויב יא איז נישט זיכער אז די דיסטריקט אטורני-פראסעקיוטער וועט האלטן אז די געטראפענע איז געניג שטארק זיך צו קענען קעגן שטעלן איר אטאקירער אין געריכט און ממילא וועלן זיי נישט וועלן נעמן די קעיס אויף צו פארלירן.
3. די מלמד-עסקן-פעטער וועלן ווייטער בלייבן אויף זייער אמט ווייל חלילה מען זאל צוברעכן א אידישע שטוב.
4. סימפאטיזירער פונ'ם שרץ וועלן אפט מאל אטאקירן די געטראפענע און אפשר וועט מען נאך ארויס טראסקענען זייער קרובים פין די מוסד.
5. אויב האבן זיי שוין אייגענע קינדער וויל מען נישט אז די קינדער זאלן מיטהאלטן די טראומע אדער וויל מען בכלל נישט אז די קינדער זאלן וויסן פון דעם.
6. מען וויל פשוט פארגעסן פון די גאנצע עפיזאד און בויען א נייע לעבן.
און לכבוד די אלע סיבות, טייערע אידן, וואקן ארום צווישן אונז שלענג און עקדיסן און פארפוילן אונזער הייליגע מוסדות. זיי שחט'ן נשמות און באסמאקעווען זיך מיט טרינקן אידיש בלוט.

קיינער זאגט נישט אז די קעיס אדער יענע קעיס איז אמת צו נישט. דער באשעפער איז די איינציגסטע וואס איז א יודע מחשבות און ווייסט צו נבלה נעשתה בישראל צו דאס איז בלויז א טיסה-אסלר בלוט בלבול. אבער וואס איז זיכער א נאיווקייט איז צו זאגן "וועם וועסטו גלייבן דעם אנגעזעהנעם איד צו די פרעכע בחור-מיידעל?" דאס איז אזא "אמעראצישקייט" און קינדערישקייט וואס טאטעס וואס האבן ליידער פארלוירן קינדער צוליב אזעלכע אויסווארפן שטייען אין די זייט און רייסן שטיקער פון זיך ווי אזוי דער עולם גולם קען זיין אזוי קליין-קעפיג און נאיוו. די עלטערן האלטן זיך איין מיט קייטן זיך נישט אויפצושטעלן אויפן בימה און שרייען עד כלות הנפש. זיי זענען מסכים אז א יעדע "אפשר" רשע זאל האבן א רעכט זיך צו פארטיידיגן אבער טעראר פאר די "אפשר" באטראפענע? זיי קענען עס נישט צוקוקן. זיי קענען עס נישט אויסהאלטן ווי אפאר שמענדריק אינגעלייט וואס האבן אין זייער לעבן נישט געהאט מער ווי א ציין-ווייטאג זענען פארנומן שיסן פסקים און אויסריפן נעמן ווי "יוסף" און "אשת פוטיפר", ס'איז לעבעדיג! די קאווע שטיבלעך פאהרן אויף רעדער און יעדע סמארקאטש געט זיך די לייסענס צו האבן אן עקספערט אפיניען בדיני נפשות ממש.

איך האב נייעס פאר אייך, יעדע יאר זענען דא אפאר פון די שוויצערס וואס ווערן שטיל. איר ווייסט פארוואס? ווייל יעדע יאר זענען דא נאך וואס ווערן אויפגעקלערט. זיי ווערן אויפגעקלערט די ביטערע וועג. ווען זי קוקן אן זייער זון אדער טאכטער ווערט זייער וועלט איינגעפאלן.

יעצט לאמיר פראבירן צו ענטפערן עטליכע "באמבע" קשיות וואס דער עולם האט ארים געווארפן דורכאויס די לעצטיגע פרשה:

1. ווי אזוי קען מען באשילדעגן איינעם אן קיין שפור פון "עווידענס"?
רוב שטעט לאזן נישט מען זאל ניצן אלץ עווידענס א פאליגראף (ליי דיטעקטער) טעסט ווייל זיי האלטן אז עס איז דאך דא א קליין פראצענט פון אומשילדיגע מענטשן וואס קענען אדורכפאלן די טעסט. דאס מיינט אז מען נעמט זייער ערענסט די טעמע פון באשילד און באווייז. נו, אויב אזוי ווי אזוי קען מען זיך פארלאזן בלויז אויף איינעמס ווערטער? איר מיזט פארשטיין די פאלגאנדע: 1. ווי פריער דערמאנט, א פראסעקיוטער מיז נישט נעמן א קעיס בלויז ווייל איינער האט באשילדיגט א צווייטן. ווען א פראסעקיוטער איז שוין גרייט צו גיין אין געריכט איז כמעט ווי הינדרעט פראצענט אז די מעשה איז אמת, און גלייבט מיר א פראסעקיוטער האט די בעסטע מיטלען אויף אינוועסטיגעישענס. רוב מאל וואס א דעפענס געווינט איז עס וועגן א טעקניקעליטי אין געזעץ, נישט ווייל די מעשה איז נישט אמת. 2. עס איז זייער זייער זייער שווער צו קענען אויפבאקן א זאפטיגע מעשה מיט הינדערטע איינצעלהייטן און עס דערציילן איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל פאר אינוועסטיגעיטערס און נישט געכאפט ווערן ביי קליינע ליגענטל. און עס איז אוודאי כמעט אומדערהערט אז איינער זאל קענען אדורכגיין א קרייץ-פארהער אין געריכט וואס דויערט אפאר טאג און און נישט געכאפט ווערן ביי קליינע ליגענטל. 3. נישט צופיל מענטשן (איבערהויפט אידן—נישט קיין חילוק ווי פרום) זענען אינטרעסירט צו באקומן עטענטשן אויף אזא נידערטרעכטיגע וועג. געווענליך ווען איינער איז גרייט זיך צו לאזן אזוי פארשמירט ווערן איז "עפעס" פארגעגאנגן.
2. אויב עס איז אמת פארוואס האט עס גענומן דריי יאר ביז זי האט אים באשלידיגט?
דער אמת איז איך שטיי און שטוין (נאכאמאל, אויב עס איז אמת) ווי אזוי איינער אין איר יונגע עלטער האט געהאט די דרייסטקייט און שטארקייט ארויסצוקומן אזוי "פרי". דריי יאהר הייסט שפעט? ניטאמאל הייסט 10 יאהר שפעט! פאוואס מיינט איר פיל שטעט האבן אינגאנצן אלימענירט די "סטעטשוט אוו לימיטעישן" ביי אזעלכע פעלער?
3. פארוואס האבן אנדערע אים נישט באשולדיגט?
ראשית דבר רוב מערדערערס האבן נאר גע'הרג'ט איינעם נישט 15, דאס מאכט זיי נישט אויס מערדער. צוויטענס, די דיסטריקט אטורני ווייסט פון כאטש נאך איין פאל אבער די מיידעל איז נישט גרייט צו שטיין אין געריכט (צו ווייל זי איז נישט געניג שטארק, צו ווייל די עלטערן האבן איר געווארענט, צו ווייל די מוסד האט זיי געסטראשעט), און אזוי אויך איז דא נאך עטליכע פרויען וואס רעדן יעצט מיט עסקנים און זענען נישט געגאנגן צו די פאליציי.,

יעצט איז מיין רייע אייך צו פרעגן דריי פראגעס:
1. קיין יודע מחשבות בין איך נישט אבער העלפט מיר ארויס דא אביסעל. די פאקט איז אז מען רעדט דא פון צוויי מאל א וואך פאר דריי יאהר וואס די צוויי האבן פארברענגט צוזאמן ביי א "סעשען", דאס קומט אויס צו 300 סעשענס. לאמיר אפילו אראפ נעמן 100 פאר ימים טובים און אפשר קעמפ, האלט מען ביי 200 סעשענס. יעצט במה נפשך, רעדט מען דא פון א מיידעל וואס מען האט געקענט ארבעטן אויף איר אידישקייט פראבלעמן דאן צו וואס באדארף מען 200 סעשענס צו ראטעווען איר נשמה? דאגעגן אויב האט מען נישט געקענט מאכן קיין פארשריט מיט איר, נו פארוואס דארף מיין טאכטער זיין געצווינגן צו זיצן מיט איר אין איין קלאס פאר דריי יאהר? שיק איר צו עפעס א סעמינערי ערגעצווי און זאל זי דארט זעהן איינער וואס וועט איר העלפן מיט איר "אישוס". מיז זי בלייבן א פארדארבענע סאטמערע וויליאמסבורגע מיידעל ווי איידער א פשוטע אידישע מיידעל אין פלעטבוש וואס ארבעט אויף איר אידישקייט? וואס איז די חשבון פון 3 יאהר וויליאמסבורגע טערעפי? צו בין איך משוגע?
2. לו-יצויר אז עפעס א "מהלך" האט ער יא געהאט מיט 3 יאהר טערעפי, דאן לאזט מיר אייך עפעס אריין רוימן אין אויער: איך קען אסאך רבנים, צדיקים, גאונים וירא שמים און אסאך עמך אידן. איך קען אסאך טערעפיסטס, פסיכעלאגן, און דאקטוירים. איך קען אייך זאגן קלאר בפה מלא אז קיין איינער פון זיי וואלטן נישט עומד בנסיון געווען ווען זיי זיצן מיט א יפת תואר צוויי מאל א וואך פאר דריי יאר. עס איז קיין מציאות שבעולם (חוץ אפשר אויב עס איז דא סערוועילענס קאמערעס). דער וואס וויל זיך אויף דעם טענה'ן איז א שקרן און האט קיין שייכות נישט מיט יראת שמים. אדרבא, איר פארשטייט אנדערשט?
3. דער גרויסער שאלה איז צו "ער" איז אליין שילדיג צו זענען שילדיג די אלע וואס האבן זיכער געמאכט אז ער האט פת בסלו ווען קיין ראקעט-סייענטיסט דארף מען נישט זיין אז "עפעס" האט דא נישט געשמעקט גוט. ווער האט ערלויבט אז אזא סיסטעם זאל קענען ווערן איינגעפירט? וויפיל מענטשן האבן געדארפט פארמאכן די אויגן כדאי דאס זאל קענען פאהרגיין אזוי לאנג?

צום שלוס וויל איך זאגן צו מיינע ברידער און שוועסטער (צו איר זענט מסכים מיט מיינע ווערטער 100 פראצענט צו נאר 30 פראצענט) אז איך האף אז איר וועט דערהערן מיט א קלארקייט אז אויב אין די גוי'שע וועלט ווערט 54% פון צנועות פארברעכן נישט איינגעגעבן צו די פאליציי, קענט איר זיכער זיין אז ביי ארטאדאקסישע אידן איז די נומער פיל העכער און ביי אונז חסידישע אידן איז די נומער קרוב צו 100%. דאס מיינט אז ארום אייך דרייען זיך נשמה-פרעסערס מיט א שמייכל, אזוי אויך דרייען זיך ארום אייך אויסגעלאשענע נשמות וואס לעכצן פאר אביסעל פארשטענדעניש און איינזעהניש. מיר זענען רחמנים בני רחמנים, לאמיר זיך פרעגן צו ידינו לא שפכו את הדם הזה ווען מיר זענען גרייט צו שרייען " זיכער זכאי" פאר אן אפשר רשע און מיר זענען ניטאמאל גרייט צו זאגן "אפשר זכאי" פאר די אפשר באטראפענע. לאמיר זיך פרעגן צו ידינו לא שפכו את הדם הזה ווייל מיר רעדן זיך איין אז מיר זענען מבינים דארט ווי מיר באלאנגן בכלל נישט? לאמיר זיך פרעגן צו ידינו לא שפכו את הדם הזה ווען מיר פארמאכן די אויגן ווען מיר ווייסן אז איינעמס בלוט גיסט ווי וואסער?

לאמיר זיך נישט האלטן אזוי אין גרויסן אז מיר ווייסן אלץ אויף דער וועלט ווען איך זאג אייך אז מיט דעם בריוו האב איך אייך בלויז געעפנט א קליין פענסערל איבער וואס עס גייט פאר. זאגטס א תפלה צו ג-ט און געטט אכטונג אויף אייער קינדער און הערט אויף צו פראווען מבינות ווי איר באלאנגט נישט. לאזט עס איבער פאר די "עכטע" טעריפיסטן און פאר די אומפארטייאישע עסקנים וואס זענען עוסק בצרכי ציבור באמונה און מיט א צובראכן הארץ.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

די ערשטע האלב פון דעם אימייל באלאנגט נישט דא

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

אין די ערשטע העלפט ערקלערט ער נאר עניני מאלעסטעישן באורך, וואס באלאנגט אין ׳איך בין מאלעסטעד געווארן׳ אשכול

דערנאך מאכט ער זיכער בערך אכצן מאל אריינצולייגן אינעם ליינער׳ס קאפ אז איינער וואס ספק׳ט אין עפעס וואס ער זאגט איז פשוט דום....ווער וויל דען זיין פוו די טיפשים

כ׳זוך די צוויי שעה אין טאג, אפצושרייבן א ריספאנס, קען מיר איינער פארקויפן צוויי שעה...
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

לעמאן דזשוס, דער שרייבער האט מיר גארנישט מחדש געווען, אבער אויב דו האסט א ענטפער אויף דעם וועסטו מן הסתם יא מחדש זיין אסאך, אפשר טוסטו אזויפיל פאר די סאסייעטי און טרעפסט דיך צוויי שעה צו ענטפערן בטוטו"ד
איך קען דיר טרעפן א היתר עס צו טון אנשטאט דאווענען, אויב האסטו וואס צו ענטפערן צו די זאך
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

I'm working on a response to this long fuzzy post of outspoken stay tuned....
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

הארעי יענקל......דו ביזט דיך מתייצב על דרך טוב

איך גראטוליר דיין דרייסטקייט עטוואס מודה צו זיין

אנדערע זענען אנטלאפן פון ק״ש (קרעדיט קופערניקוס) בכלל, און פון די סא-מא-טו-כע בפרט, מיינענדיג אז עס דאמירן בעלמא...און מען רעדט צום לאמפ

איך האב מעולם אינטערגעשטיצט די געדאנק אז צוויי ערוואקסענע מענטשן רעדן איז דא מעגליכקייטן פאר פראגרעסיע, בפרט אז אזוינע חכמים ווי לעמאן דזשוס (כ׳מיין צו זאגן ׳אני הקטן) און יענקל רעדן זיך צונויף קומט מען ערגעץ אן.....

סוכ״ס איז דאך מותר אדם מן הבהמה כיתרון החכם מן הטיפש

און דו רעב יענקל באווייזט אז איך האב רעכט, יעדע דריי צווייגן(דפים) פונעם געהענגל(אשכול) גייסטו אראפ א טאן פון דיין רעטאריק אנטקעגן נ״וו

לאמיר סך הכל׳ן; איצט האלט עס ביי א ׳נטיית הלב׳ און ׳ווארשיינליך׳ און ׳עפעעעס שולדיג׳

מער נישט פינעף און זעכציג פראצענט מער נישט די אלע אומבאגרינדעטע באשלוסן

איצט דארף מען צועמען דאס הארץ און אולי אפשר טוישן ׳נטיית הלב׳ סא שווערע מעשה מיין איך, אבער איך מיין אמת׳דיג אז מיטן זוכן דעם אמת קען מען עס טרעפן...מים עמוקים עצה בלב איש, ואיש תבונה-בינה איז דאס הארץ-ידלנה

איצט א ווארט וועגן די וויקיפידיה סטאטיסאיקס. איז דאך דא א שרעקעדיגע סתירה צו די וואס איך צייכן צו, ברויך מען דאך עס פארענטפערן....נא איך גיב דיר די כבוד..אין וויסנשאפטליכע זאגן ווייסטו דאך זייער גוט
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

יאנקל האט געשריבן:די ווערטער "נטיה", "ווארשיינליך" און "עפעס שולדיג" האב איך גענוצט דורכאויס דעם גאנצן אשכול. מיין מיינונג האט זיך נישט געטוישט, נאר נאכ'ן איבערזאגן אזויפיל מאל פאנגסטו אן כאפן וואס איך זאג.


וירא הקהל וישפוט....מען קען עס נאכקוקן אפאר דפים צוריק

חוץ טאמער דו האסט אומנאטורליכע כוחות צו מעקן אומבאמערקטערהייט

די שארפע טאן, די שפיזיגע רעטאריק, די איבערצייגנדע שפראך האט זיך זעכער גערוקט אין א צופרידנשטעלנדע ריכטונג
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

יענקל, איי לאוו יו, יא אר מיי מען
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

יענקל לעבן,

איך זעה דיר אלס איש חכם ונבון, איך האב אויף מיר געקלערט צו נעמען די מיה און ענטפערן דעם לאנגן אימעיל וואס אוטספאוקן ברענגט ארונטער

אפשר העלפסטו מיר ארויס, איך דארף הילף מיט צייט, שרייבן און רעדאגירן

די געדאנקן וועל איך מסדר זיין
פארשפארט