קורץ און שארף האט געשריבן:אסאך מאל זעה איך דא בין קאווע לקאווע, ובין אשכול לאשכול, ובין תגובה לתגובה. אז אפילו ווען איינער האט הנאה פון א צווייטען'ס תגובה, גיבט ער נישט א 'לייק'.
לכאורה ווייל מען וויל האבן מער לייקס פון אנדערע ווי וואס מען גיט פאר א צוייטן?
שעמט אייך נישט, לאמיר הערן דיין סיבה.......
כ'קלער ס'קען זיין לקיים מה שנאמר 'תמחה את זכר אמאללייק'
למעשה זע איך יעצט דעם אשכול צום ערשטן מאל, כהאב נישט געוויסט אז ס'איז אזא הייקעלע נושה, ווען איך ווייס ווען.... שוין יעצט דארף איך לויפן אראפנעמען איינע פון די לייקס וואס כ'האב לעצטענס געשאנקן איינעם סתם פאר ליצאנות, און איבערגיין די גאנצע היסטאריע פון ק"ש צו טיילן פאר די וואס מוזן דאס האבן צום לעבן.
כ'האב יעצט באמערקט אז כ'האב 500 לייקס, האב איך אזוי אריינגעטראכט, קיין גרויסע פראפעשינעל שרייבער בין איך נישט, סך הכל לייג איך צו הערות אויף דיבאטעס, אינטערסאנטע בילדער, אדער הייסע נייעס, איז די שאלה וואס איז די קארגשאפט צו לייקן? כ'האב נאר געלייקט 165 מאל, ווען ס'דרייען זיך דא גוטע און קליגע בעלי דעת שרייבער'ס ווי איז די הכרת הטוב און מענטשליכקייט?
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID