נייע פאום / דער טונקעלע מארגן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

נייע פאום / דער טונקעלע מארגן

שליחה דורך קאווע טרינקער »

פרייטאג נאכמיטאג, פיל איך פלוצלינג ווי מיין הארץ גייט אויס פון יסורים מבית ומבחוץ.
כ'האב זיך אראפגעזעצט שרייבן אן ארטיקל פאר'ן קומענדיגען שבת בלעטל. פלוצליג זעה אז ס'גראמט'זיך עפעס אזוי. נאך צוויי שעה האב איך זיך געטראפן מיט א פואם. ס'געפעלט מיר זייער. איך שרייב עס יעצט איבער אין לשון המדינה מיט א ביאור אינדערזייט. כ'וואלט הנאה געהאט אויב איר קענט אנווייזען וועלעכע שורה כאפט אייך דאס מערסטע.
אז איהר פארשטייט עפעס נישט, שעמט אייך נישט, פרעגט.

וזהו:
דער טונקעלער מארגן

1. ווי נאר די זון שיינט אויף אין די מארגען
2. זעה איך די וועלט טונקעלער ווי נעכטן,
3. שטיינער, שמוץ אין די נייע ווינטען
4. די נעכטיגע שיין, טוהען זיי פארדעקן

5. פון איין טאג אויפן צווייטען
6. אן אונטערשייד שווער צו באמערקן,
7. אבער איך דענק און איך ווייס
8. שווארץ היינט איז אמאל געווען ווייס

9. נארמאל, שיין, פיין, ערליך און פרום
10. ליינט זיך היינט שלעכט און קרום
11. אלץ טיפער אין גלות
12. פארדרייט די משמעות

13. ווען עלטערע זאגן: ס'איז נייע מנהגים
14. לאכט מען אויס די באים בימים
15. אבער פראקטיק פון קיין-לעקטער צייטען
16. אדאפטירט מען, מ'טוט זיי אפירקראצען

17. מנהיגים, אדמורי"ם און עסקנים
18. פראנצויז'שע און מצרי'שע מקובלים,
19. חסידים, אשכנזים און ספרד'ישער
20. דער פרומער איז דער געווינער

21. שטיי ווייט פון די אלטע מקורות
22. וואס שטימען נישט מיט די מסורות,
23. דו ווייסט אפשר נישט, דו כופר?
24. ס'איז אלץ א טעות סופר!

25. קהילות און מוסדות קאנקורירן מיט התבדלות
26. הא הא, מיר האבן שטרענגערע תקנות, א גדלות!
27. און די יונגע תינוקות?
28. אומשולדיגע קרבנות

29. מסיני איז נאר מקובל
30. הייסע לאקשען קוגעל,
31. גלייבן דארף מען אינעם רבי'ן שליט"א
32. דער גרעסטע בארג שכיחא

33. אומנות איז יווניש
34. פונקטליך איז נאציש
35. פארשטיין איז ליטוויש
36. פרעגן איז משכיליש

37. א קולא? א פירצה
38. אהבה? א פריצה
39. רשות? פונעם רבי'ן
40. געלט? פארן רבי'ן

41. א היתר? פאר יענעם בדיעבד
42. פאר מיר לכתחילה,
43. מחאות קשיות און היתכן
44. איז נאר כלפי דעם שכן

45. פון די היינטיגע מוסרים כאפט מען שיריים
46. און די אלטע מחלוקת'ן ווערן לשם שמים
47. ווען א יעדע עובדא ווערט אן הלכה-למעשה
48. און יעדע הלכה אוועקגעמאכט מיט א מעשה

49. נואפים זענען מקורבים
50. דיסארדערס ווערן מנהגים
51. שקרנים זענען עדות
52. קַטנות ווערן קפידות

53. ס'איז גוט אז דו ביסט מוחה
54. אזוי ווייס איך אז ס'איז תורה
55. די רבי מעג פארן, צום ים, צום בארטן
56. חסידים חלילה, אלע מוזן הארכן

57. אין די הייעך קענסטו מיר צווינגען צו שטיין
58. ווען דו טאנצט מיט דיין טאכטער אליין
59. ווייסטו פארוואס איך טאנץ און קלאטש?
60. איך זעה דיך אין גיהנום, א שטיק אש

61. די וועלט ווערט אלץ אפען און ברייטער
62. אבער טראכטן? חשוב'ער ווי שמעלער,
63. ס'איז מיר געבליבען נאר צו זארגען
64. ווי מער טונקעל קען שוין זיין מארגן?
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די גראמען דא זענען טאקע נישט פונקטליך

ייש"כ,

גיוו מי עי טשענס
ס'איז דאס ערשטע פאום וואס כ'שרייב
Under influence
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ער האט נישט געמיינט צו קריטיקר'ן. אדרבה!
וג"א מצטרף לדברי ש"מ.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

דאס האט מיר געכאפט:

33.אומנות איז יווניש
34.פונקטליך איז נאציש
35.פארשטיין איז ליטוויש
36.פרעגן איז משכיליש

איך בין אבער נייגעריג וואס חסידיש איז?
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

חסידיש איז יאפטשיק
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק ®


זיי מקיים.
Under influence
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

קאווע טרינקער טויגסט דאך יא! וואס מיינט "איך שרייב יעצט איבער אין לשון המדינה מיט א ביאור"?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

writing the more/less same poem in English
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אגב. מיין פואם זינגט זיך זייער גוט מיט'ן ניגון "רחם"...

וועלכע רחם?
איך ווייס נישט, פראביר אלע 10
Under influence
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
די גראמען דא זענען טאקע נישט פונקטליך

ייש"כ,

גיוו מי עי טשענס
ס'איז דאס ערשטע פאום וואס כ'שרייב


שיין געשריבן.

גראמען איז נישט מער ווי נאך א מהלך אין פאעזיע. א שטיקל שירה מוז אויסדריקליך נישט גראמען.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קאווע, עי וואן!
לדעתי וועט א פירוש נאר קאליע מאכן, ווייל געוויסע שורות זענען משתמעי לשני פנים, אזוי אז איין ווארט קען מיינען פילע פירושים.

49. נואפים זענען מקורבים
50. דיסארדערס ווערן מנהגים
51. שקרנים זענען עדות
52. קַטנות ווערן קפידות

ועל הבית הגדול והקדוש, רחם... רחם.. רחם.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

מר' קאווע טרינקער אייזען שטארק! קיפ איט אפ!!!!! ווי וואנט מאר!!!!!!!!!
real jew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 23, 2012 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך real jew »

הערליך!!!!!!!!!!!!!!

33. אומנות איז יווניש
34. פונקטליך איז נאציש
35. פארשטיין איז ליטוויש
36. פרעגן איז משכיליש
47. ווען א יעדע עובדא ווערט אן הלכה-למעשה
48. און יעדע הלכה אוועקגעמאכט מיט א מעשה
49. נואפים זענען מקורבים
50. דיסארדערס ווערן מנהגים
51. שקרנים זענען עדות
52. קַטנות ווערן קפידות
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

37. א קולא? א פירצה
38. אהבה? א פריצה
39. רשות? פונעם רבי'ן
40. געלט? פארן רבי'ן

41. א היתר? פאר יענעם בדיעבד
42. פאר מיר לכתחילה,
43. מחאות קשיות און היתכן
44. איז נאר כלפי דעם שכן

אוי ווי געוואלדיקע רייד! ווי א בת קול מהר חורב. מיר בעטן זיך שרייבט מער און מער.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געט מיר דעם ליד אום שמחת תורה, כ'על טאנצן מיט אים הקפות
געט מיר דעם ליד אום תשעה באב, כ'על זאגן מיט אים קינות
געט מיר דעם ליד ביים סדר, כ'על אים עסן מיט די מצות

אוי, געוואלדיג, יורדים ונוקבים חדרי בטן!
עס זינגט זיך מיר אונטער:
אומנות איז יווניש
פונקטליך איז נאציש
פארשטיין איז ליטוויש
פרעגן איז משכיליש
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

גם אני מצטרף דער ליד איז דארף מען חזר'ן מיט די קינדער. יורד לחדרי בטן איז דער ריכטיקער אויסדריק.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

real jew האט געשריבן:הערליך!!!!!!!!!!!!!!

33. אומנות איז יווניש
34. פונקטליך איז נאציש
35. פארשטיין איז ליטוויש
36. פרעגן איז משכיליש

47. ווען א יעדע עובדא ווערט אן הלכה-למעשה
48. און יעדע הלכה אוועקגעמאכט מיט א מעשה
49. נואפים זענען מקורבים
50. דיסארדערס ווערן מנהגים
51. שקרנים זענען עדות
52. קַטנות ווערן קפידות


Brilliant!
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

יואליש האט געשריבן:
real jew האט געשריבן:הערליך!!!!!!!!!!!!!!

33. אומנות איז יווניש
34. פונקטליך איז נאציש
35. פארשטיין איז ליטוויש
36. פרעגן איז משכיליש

47. ווען א יעדע עובדא ווערט אן הלכה-למעשה
48. און יעדע הלכה אוועקגעמאכט מיט א מעשה
49. נואפים זענען מקורבים
50. דיסארדערס ווערן מנהגים
51. שקרנים זענען עדות
52. קַטנות ווערן קפידות


Brilliant!

יא יא ר' קאווע זעהט אויס די שורות זענען די מערסטע געפאלען פאר'ן עולם.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

לזכות את אחב"י יושבי ארה"ק שאינם בקיאים בשפת האידיש, תירגמתי את השיר הנפלא הזה לעברית.
איך האב אביסעל געשפילט מיט די ווערטער עס זאל גראמען און זיך ליינען אויף לשוה"ק. איך לייג עס ארויף דא יעדער שורה קעגן זיין תרגום, צו באקומען הערות פונ'ם מחבר און דער ציבור. איך האף קאווע טרינקער וועט מיר נישט אנקלאגען אויף זיינע רעכטן.

דער טונקעלער מארגן/ המחר החשוך

1. ווי נאר די זון שיינט אויף אין די מארגען / כל בקר החמה זורחת
2. זעה איך די וועלט טונקעלער ווי נעכטן, / ועולם חשוך מאתמול עלי נוחת.
3. שטיינער, שמוץ אין די נייע ווינטען / אבנים, לכלוך, ורוחות חדשים,
4. די נעכטיגע שיין, טוהען זיי פארדעקן / את ברק האתמול מכסים.

5. פון איין טאג אויפן צווייטען / מיום אחד לשני,
6. אן אונטערשייד שווער צו באמערקן, / קשה לעמוד על השינוי.
7. אבער איך דענק און איך ווייס / אבל זוכר אני ויודע,
8. שווארץ היינט איז אמאל געווען ווייס / השחור היום פעם לבן היה.

9. נארמאל, שיין, פיין, ערליך און פרום / הנורמלי, טוב, יפה, וישר,
10. ליינט זיך היינט שלעכט און קרום / נקרא היום עכור וזר.
11. אלץ טיפער אין גלות/ בכל יום נוסף בגלות,
12. פארדרייט די משמעות / אנו שוכחים את המשמעות.

13. ווען עלטערע זאגן: ס'איז נייע מנהגים / כאשר מבוגרים טוענים: אלו מנהגים חדשים,
14. לאכט מען אויס די באים בימים / מגחכים עליהם, על הבאים בימים.
15. אבער פראקטיק פון קיין-לעקטער צייטען / אחרי נוהגים מימים פרימיטיביים,
16. אדאפטירט מען, מ'טוט זיי אפירקראצען / מחפשים חופרים ומאמצים.

17. מנהיגים, אדמורי"ם און עסקנים- / מנהיגים, אדמורי"ם, ועסקנים
18. פראנצויז'שע און מצרי'שע מקובלים, /מצרפת ומצרים, מקובלים.
19. חסידים, אשכנזים און ספרד'ישער / חסידים, אשכנזים, ספרדים
20. דער פרומער איז דער געווינער / יד המחמיר על העליונה.

21. שטיי ווייט פון די אלטע מקורות / תתרחק מן המקורות
22. וואס שטימען נישט מיט די מסורות, / שאינם מתאימים עם המסורת.
23. דו ווייסט אפשר נישט, דו כופר? / אינך יודע אולי, אתה הכופר?
24. ס'איז אלץ א טעות סופר! / הכל הרי טעות סופר.

25. קהילות און מוסדות קאנקורירן מיט התבדלות / קהילות ומוסדות מתחרים על התבדלות
26. הא הא, מיר האבן שטרענגערע תקנות, א גדלות! / אצלנו התקנות יותר מחמירות, הנה הגדלות.
27. און די יונגע תינוקות? / והצעירים, אלו התינוקות.
28. אומשולדיגע קרבנות / על לא עוול- קרבנות.

29. מסיני איז נאר מקובל / מסיני לבד מקובל
30. הייסע לאקשען קוגעל, / לאכול הרבה קוגל.
31. גלייבן דארף מען אינעם רבי'ן שליט"א / להאמין יש ברבי שליט"א
32. דער גרעסטע בארג שכיחא / ההר הגדול -?

33. אומנות איז יווניש / אמנות- זה משהו יווני.
34. פונקטליך איז נאציש / דיוק- משהו נאצי.
35. פארשטיין איז ליטוויש / להבין - משהו ליטאי.
36. פרעגן איז משכיליש / לשאול- משהו משכילי.

37. א קולא? א פירצה / קולא? פירצה.
38. אהבה? א פריצה / אהבה? פרוצה.
39. רשות? פונעם רבי'ן / רשות? מהרבי.
40. געלט? פארן רבי'ן / כסף? עבור הרבי.

41. א היתר? פאר יענעם בדיעבד / היתר? לזולת בדיעבד,
42. פאר מיר לכתחילה, / בשבילי לכתחילה.
43. מחאות קשיות און היתכן מחאות קושיות והייתכן,
44. איז נאר כלפי דעם שכן / הם רק כלפי השכן.

45. פון די היינטיגע מוסרים כאפט מען שיריים / ממוסרים חוטפים שיריים.
46. און די אלטע מחלוקת'ן ווערן לשם שמים / והמחלוקות היו לשם שמים.
47. ווען א יעדע עובדא ווערט אן הלכה-למעשה / כל עובדה - הלכה למעשה.
48. און יעדע הלכה אוועקגעמאכט מיט א מעשה / וכל הלכה - נדחית על ידי מעשה.

49. נואפים זענען מקורבים / נואפים נהיו מקורבים,
50. דיסארדערס ווערן מנהגים / תסמונות נהיו מנהגים.
51. שקרנים זענען עדות / שקרנים נהיו לעדות.
52. קַטנות ווערן קפידות / קטנות נהיו לקפידות.

53. ס'איז גוט אז דו ביסט מוחה / טוב שאתה מוחה,
54. אזוי ווייס איך אז ס'איז תורה / כך אני יודע שהוא תורה.
55. די רבי מעג פארן, צום ים, צום בארטן/ לרבי מותר לנסוע לים, לחוף.
56. חסידים חלילה, אלע מוזן הארכן/ לחסידים נשאר רק לדחוף.

57. אין די הייעך קענסטו מיר צווינגען צו שטיין / על הפארענצ'עס תוכל לאלץ אותי לעמוד.
58. ווען דו טאנצט מיט דיין טאכטער אליין / כאשר עם בתך לבדך תרקוד.
59. ווייסטו פארוואס איך טאנץ און קלאטש? / היודע הנך למה אני רוקד מוחא כפיים
60. איך זעה דיך אין גיהנום, א שטיק אש / אני רואה אותך בגיהנום, פניך כשוליים.

61. די וועלט ווערט אלץ אפען און ברייטער/ העולם מתפתח ומתרחב
62. אבער טראכטן? חשוב'ער ווי שמעלער, / אבל החשיבה? רק להצטמצם יותר.
63. ס'איז מיר געבליבען נאר צו זארגען /דאגה אחת נשארה לי,
64. ווי מער טונקעל קען שוין זיין מארגן? / מהו החושך שהמחר יביא?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

טעות- אשמת הפילטער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[center]לכבוד לעיקוואוד / מן החכמים

עיני נוהרים / בקריאת התרגום

יודיך אחיך וחבריך / על מעשה ידיך

קפה שטיבל מתגאה בך / ובכשרונותיך

ולא קטן אנכי / ובחינם כקפדן שמת אותי

ועוד טעם לשבחך / כי שפת עברית הטמאה

אבותינו הקדושים משתמשים בה זה שנים מאה

דברי מעריצך שותה קאווע / בקרן זוית שותק ושומע

באהבה[/center]
Under influence
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

קאווע אפשר קען מען שיין אפטייפן דעם שיר מגיה זיין די גראמען אביסל אין אידיש און לשון קודש און מאכן א PDF? דער ליד איז א מייסטער שטיק.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

אפשר ארויפפאסן דערויף א ליד, דוגמת טרעק פייוו, און כ׳וויל זיין א רעבע
פארשפארט