מצב"פ ווען יעדער קוקט אויף דיר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל

מצב"פ ווען יעדער קוקט אויף דיר

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ווי תמיד, פראביר איך נישט צו זיין איינזייטיג ווען די צוויי "פאקטען" זענען מחוץ מיינע ד' אמות. וואס ווייס איך? איינער שרייט ס'איז טריפה, דער צווייטער שרייט "וואו איז דא צומות ממכירה ואילך?" צו דען בין איך געווען דערביי ווען א טעראפיסט האט געטראפט חלב (מיט א צירי) במקום חלב (קמוצה)? שיטה מקובצת און מו"ר ר' הערשל שעכטער ווילען זעהן גרויסע כלים אויפן סנדק'ס שויס, אויף די אנדערע זייט שטייען רבנים פון גאנץ נארט-אמריקה און פארלאנגען זייערע בירגער-רעכטען (יידל איז דאס שוין מסביר במקומו). און איך שטיי אינדערמיט, ווער וויל דען אריינלייגן זיין קאפ צווישען צוויי בערג ? סא סכנה! איר קענט דאך די מעשה ווי צוויי בערג זענען זיך צוזאם-געקומען, א בילד דערפון איז דא אין יואלי לעבאוויטשע'ס שווער'ס "הילף פאר די קינד".

איך ווייס נישט וואספארא נייעס די היינטיגע געריכט איבער מצב"פ וועט ברענגען. קאורט ריזאלטס זענען פשוט-קאמפליצירט פאר מיר, איך קען נאר ליינען פשוטע ווארע. – טאקע אין אישי שיקט מיר א גוט הארציגע ניק, כ'וועל נישט פורש בשמו זיין, נאר ברמיזה ********: "איך האב דיך געלייקט. ווען איך עס מיטאג, האב איך ליב פלאטשיגע סחורה, ביסט גוט, שכועך" (סארא נועם המידות...)
וואס דען? לאמיר דעבאטירען סתם, אלץ חברים וואס האבן זיך פונקט אריינגעבאמפט אין קאווע שטיבל.
לאמיר זאגן, אז דאס מאל איז נישט געווען "והיא לא תצלח", און די שטאט פירער פירען איין א געזעץ וואס אסר'ט מציצה בפה. פארשטייט זיך אז מענצער-און-גאלדבערגער, וואס די הייליגע מצוה ברענט אין זיי, וועלען נישט איינרוהען, אבער לעת עתה, שוועבט א געלט/תפיסה עונש אויף די טאטע/מאמע/מוהל וואס וועלן נישט הארכען.

והנה און און (קרעדיט: קופורניקוס אין ק"ש), מ ז ל ט ו ב ! א נייע קינד אויף די קוויטעל, נישט סתם א קינד, נאר א יונגעלע! א בן זכר! האסט משקיע געווען? יעצט עס די פירות! איך בין זייער פרייליך פאר דיר און דיין ווייב, זאלען ענק טאקע נחת שעפן ביז דער 120.
דו ווייסט פון גארנישט, קומסט אריין אין ס'מדרש צו מעריב (יא, ס'נאך דא אידן וואס דאווענען מנחה מעריב טעגליך) חיים שלמה גיט דיר א ברייטע מזל טוב, און דער אלעמען באקאנטע אויפגעקלערטע נחמן דערנענטערט זיך צו דיין אויער איז זאגט בלחישתא: דו ווייסט אז דעם טאג פון דעם ברית איז פונקט דער טאג וואס מציצה בכלי גייט אריין אין קראפט. הא?

דו ווערסט רויט, פארשעמט, וואס טוט מען?

    א - כ'וועל רופען א מוהל וואס האט דער כלי. מיין טאטע און שווער לעבן שוין נישט, סאו קיינער קען מיר נישט הייסן וואס צו טוען. – און די ברית וועט טאקע מוזן זיין א שוהל אינדערויסען פון ברוקלין. כ'וועל בעהטן ניקלשבורג רבי פון ב"פ צו עפענען זיין שוהל אין די בערג.

    ב - אלץ מיר אויס גייט מיר נישט אן, אבער מיין טאטע סטראשעט מיט די ירושה.

    ג - כ'וואלט געמאכט בכלי בפרהסיא, און איבער געמאכט בפה אין קעלער.

    ד - כ'וואלט געמאכט בפה, און געווארן כלל ישראל'ס צדיק.

איך פרעג נאר
Under influence

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר