צוויי ווערטער מיט איין באדייט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 246
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
- האט שוין געלייקט: 245 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
צוויי ווערטער מיט איין באדייט
איך האב אריינגעקלערט אז דער אונטערשיד צווישן "יוהך" און "זופ" איז ווארשיינליך, אז יוהך מיינט בעיקר א "הינדל-זופ" וועלכע ווערט אין אלעגמיין סערווירט די קלארע זאפט (רוטב) מיט בלויז עטליכע זאכן - ווי לאקשן, קניידל און עטליכע גרינצייג - דערין. ווידער זופ באדייט א "גרינצייג-זופ" וועלכע קומט מער געדעכט מיט די גרינצייג און אנדערע זאכן. (וידוע המעשה בלובלין אודות השם יוהך, ואכמ"ל)
וואס איך וויל נאך וויסן איז: וואס איז דער חילוק צווישן "צוויקל" און בוריקעס". און אויך צווישן "טרעפ" און "שטיגן".
ווען כ'וועל האבן א ענטפער אויף דעם וועט מען בל"נ גיין ווייטער...
וואס איך וויל נאך וויסן איז: וואס איז דער חילוק צווישן "צוויקל" און בוריקעס". און אויך צווישן "טרעפ" און "שטיגן".
ווען כ'וועל האבן א ענטפער אויף דעם וועט מען בל"נ גיין ווייטער...
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
אידיש איז א קיבוץ גליות צאמגענומען פון אסאך שפראכן, ווי למשל דויטש יודיש, פויליש יודיש, אינגעריש אא"וו, אזויווי מ'קען זאגן פאנטאפלען, שטעקשוך, און פאפוטשען, זיי מיינען אלע די זעלבע זאך, נאר שטאמען פון אנדערע מקומות.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 246
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
- האט שוין געלייקט: 245 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
אין אזא פאל גלייך איך צו וויסן פון וואו יעדע אויסדרוק קומט...
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
- לאדיך אפ
- ידיד ותיק
- הודעות: 659
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
קרעמער1 האט געשריבן:אין אזא פאל גלייך איך צו וויסן פון וואו יעדע אויסדרוק קומט...
טרעפ קומט פון דייטש. איך ווייס נישט פון וואו "שטיגן" קומט. ס'קען זיין אז ס'איז מלשון שטייגען (געשטיגן) וואס איז אויך א גערמאנישער ווארט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 246
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
- האט שוין געלייקט: 245 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
שכוח הרב לאדיך אפ, אייער הסבר אויף "שטיגן" לייגט זיך אויפן שכל.
יעצט וועט מען גיין ווייטער: "סאָפע", "קאַנאַפּע" און "דיוואַן" (דאכצעך אז דיוואן איז אונגאריש)
"בּאַלקאָן" און "טעראַסע"
און "פאַנקע" און "פּאָנטשקע"...
(איך האב אייביג געהאלטן אז פאנטשקע איז א אמעריקאנע ווארט, אבער כ'בין נישט זיכער אז כ'בין גערעכט)
יעצט וועט מען גיין ווייטער: "סאָפע", "קאַנאַפּע" און "דיוואַן" (דאכצעך אז דיוואן איז אונגאריש)
"בּאַלקאָן" און "טעראַסע"
און "פאַנקע" און "פּאָנטשקע"...
(איך האב אייביג געהאלטן אז פאנטשקע איז א אמעריקאנע ווארט, אבער כ'בין נישט זיכער אז כ'בין גערעכט)
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
קרעמער1 האט געשריבן:שכוח הרב לאדיך אפ, אייער הסבר אויף "שטיגן" לייגט זיך אויפן שכל.

סאפע איז אויך אן ענגלישער ווארט. עס איז גראדע אינטערעסאנט אנצומערקן אז די מקור פונעם ווארט ווערט אנגעגעבן אלץ דער אראבישער סופפא, וואס קומט פון דער אראמישער ווארט צפא וואס מיינט א mat. זע דא http://en.wiktionary.org/wiki/sofa#Etymology
דיוואן איז היינט א ווארט אין ענגליש, און קומט פון פראנצויזיש וועלכער האט עס גענומען פון טערקיש וועלכער האט עס גע'לקח'נט פון פערסיש. זע דא http://en.wiktionary.org/wiki/divan#Etymology
א סאפע איז א קאוטש - אזא באקוועמע פאטעל וואס שטייט אויף פיר פיס און האט אנלאנער. א דיוואן איז מער א נידעריגער סאפע, און קען צומאל זיין אן פוס. אינעם טערקישען און פערסישען מקור צייכנט עס אן אזא מאטראץ:
קאנאפע קומט פון דער טשעכישער ווארט "קאנאפע" http://cs.wikipedia.org/wiki/Kanape וועלכער קומט אויך פון א טערקישן ווארט. ווי איך פארשטיי איז א קאנאפע און א סאפע די זעלבע, בעת א דיוואן איז ווי אויבן דערמאנט מער נידעריג און מ'זיצט נענטער צו די ערד.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
פאנטשקע וכן פאנקע ווערט אזוי גערופן על שם הפאן pan וואס אין דעם פרעגלט מען אים. ובדומה לו איז די ענגלישע ווארט pancake. לפי זה דארף מען זאגן פאנטשקע מיט א פ"א רפה. סיי פאנקע און סיי פאנטשקע ווערן אויך גערופן לאטקעס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 246
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
- האט שוין געלייקט: 245 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
יידל: אין ענגליש וואס איז דער חילוק צווישן "קאוטש" און "דיוואן"?
--------------
איך האב אייביג געוואוסט אז לאטקעס מיינען די קארטאפל אדער קעז וואס מען פרעגלט אין א פאן, און פאנקעס זענען געמאכט פון טייג; דאס הייסט די א.ג. "דאונאטס".
אבער פילייכט האב איך זיך טועה געוועזן.
--------------
יידל האט געשריבן:פאנטשקע וכן פאנקע ווערט אזוי גערופן על שם הפאן pan וואס אין דעם פרעגלט מען אים. ובדומה לו איז די ענגלישע ווארט pancake. לפי זה דארף מען זאגן פאנטשקע מיט א פ"א רפה. סיי פאנקע און סיי פאנטשקע ווערן אויך גערופן לאטקעס.
איך האב אייביג געוואוסט אז לאטקעס מיינען די קארטאפל אדער קעז וואס מען פרעגלט אין א פאן, און פאנקעס זענען געמאכט פון טייג; דאס הייסט די א.ג. "דאונאטס".
אבער פילייכט האב איך זיך טועה געוועזן.
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 246
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
- האט שוין געלייקט: 245 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
קארל האט געשריבן:טרעפ און שטיגן זענען ביידע דייטש.
וואס איז פארט דער אונטערשיד צווישן זיי?
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
- שמואל שלום שלמה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 179
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:14 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
קרעמער1 האט געשריבן:יידל: אין ענגליש וואס איז דער חילוק צווישן "קאוטש" און "דיוואן"?
איך מעג אויך ענטפערן? לויט וויקיפעדיע ארמאגט נישט קיין דיוואן קיין אנלאנער פארן ריקן, נאר מ'דארף עס צוריקען צו די וואנט, מה שאין כן א סאפע/קאוטש.
קרעמער1 האט געשריבן:יידל האט געשריבן:פאנטשקע וכן פאנקע ווערט אזוי גערופן על שם הפאן pan וואס אין דעם פרעגלט מען אים. ובדומה לו איז די ענגלישע ווארט pancake. לפי זה דארף מען זאגן פאנטשקע מיט א פ"א רפה. סיי פאנקע און סיי פאנטשקע ווערן אויך גערופן לאטקעס.
איך האב אייביג געוואוסט אז לאטקעס מיינען די קארטאפל אדער קעז וואס מען פרעגלט אין א פאן, און פאנקעס זענען געמאכט פון טייג; דאס הייסט די א.ג. "דאונאטס".
אבער פילייכט האב איך זיך טועה געוועזן.
ניין איר האט קיין טעות נישט געהאט. לאטקעס מיינט געפרעגלטע מאכלים. אבער די שאלה איז וועלכע געפרעלגטע מאכלים... אויב פרעגלט מען קארטאפל, איז עס קארטאפעל לאטקעס. פרעגלט מען מעל איז עס פאנטשקעס!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 246
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
- האט שוין געלייקט: 245 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
די מעהל פאנטשעקס\דאונאטס פרעגלט מען נישט אין קיין פאן, עס איז מער אויף אן אופן פון קאכן\פרעגלען אין א טאפ אויל אזוי ווי פריטלעך
--------------
וואס איז דער חילוק צווישן א "שניפסל" און "קראוואטל"?
--------------
וואס איז דער חילוק צווישן א "שניפסל" און "קראוואטל"?
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 246
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
- האט שוין געלייקט: 245 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
וואס איז דער אונטערשיד צווישן "שנויצן" און "וואנצע"?
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
שוואנץ/וויידעל
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
אין לשה"ק איז אויך דא זייער אסאך ווערטער מיט די זעלבע באדייט, למשל: לכם/אליכם
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
קרעמער1 האט געשריבן:שכוח הרב לאדיך אפ, אייער הסבר אויף "שטיגן" לייגט זיך אויפן שכל.
יעצט וועט מען גיין ווייטער: "סאָפע", "קאַנאַפּע" און "דיוואַן" (דאכצעך אז דיוואן איז אונגאריש)
"בּאַלקאָן" און "טעראַסע"
און "פאַנקע" און "פּאָנטשקע"...
(איך האב אייביג געהאלטן אז פאנטשקע איז א אמעריקאנע ווארט, אבער כ'בין נישט זיכער אז כ'בין גערעכט)
דיוואן ווערט אפשר אפטער באנוצט אין אידיש מיט'ן זעלבן באדייט ווי טעפיך/טעפעך - א קארפעט, ראג.
דא האסטו א הסבר אויף טעראסע:
https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q=&esrc=s&source=web&cd=2&ved=0CEYQFjAB&url=http%3A%2F%2Fwww.thefreedictionary.com%2Fterrace&ei=7ACXT6TZMonh0QGi6bm_Dg&usg=AFQjCNECbSwtmrCb29de_jZqk4jqqIU43w
גאניק ווערט אויך באנוצט.
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
קרעמער1 האט געשריבן:
(דאכצעך אז דיוואן איז אונגאריש)
לאו-דווקא. אפשר אויך.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
שמואל הלוי האט געשריבן:קויליטש/בארכעס
קוילעטש איז א געפלאכטענע חלה. אין טייל מקומות האבן עס גענוצט פאר עפעס אזוי ווי א געפרעגלטער קניש צי קרעפל, פליישיג אדער מילכיג, דהיינו געפילט מיט פלייש אדער מיט קעז וכדומה און געפרעגלט אין שמאלץ (פליישיג), אדער אין פוטער (מילכיג).
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
ישובניק האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:קויליטש/בארכעס
קוילעטש איז א געפלאכטענע חלה. אין טייל מקומות האבן עס גענוצט פאר עפעס אזוי ווי א געפרעגלטער קניש צי קרעפל, פליישיג אדער מילכיג, דהיינו געפילט מיט פלייש אדער מיט קעז וכדומה און געפרעגלט אין שמאלץ (פליישיג), אדער אין פוטער (מילכיג).
און בארכעס מיינט אומגעפלאכטן?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 310
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
שמואל הלוי האט געשריבן:ישובניק האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:קויליטש/בארכעס
קוילעטש איז א געפלאכטענע חלה. אין טייל מקומות האבן עס גענוצט פאר עפעס אזוי ווי א געפרעגלטער קניש צי קרעפל, פליישיג אדער מילכיג, דהיינו געפילט מיט פלייש אדער מיט קעז וכדומה און געפרעגלט אין שמאלץ (פליישיג), אדער אין פוטער (מילכיג).
און בארכעס מיינט אומגעפלאכטן?
א בארכע איד די שלש סעודת טייגל וואס מ'האט געפלאכטן מיט א שלש סעודות גיסטע. נישט צום עסן און נישט צום שפייען