זענען מיר הפקר??!
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
זענען מיר הפקר??!
לאור פון די געשאפענע לאגע, נאך וואס ג׳ט געלויבט זיין נאמען האט אונז מפני חטאינו אריינגעיאגט אין גלות, און ביז צום איצטיגן מאמענט איז זיין ווילן אונז אויסצולייזן נאך.ליידער נישט געקומען לידי זאכליכע מעשים וויל איך מיר אריינבליקן אינעם מצב אין וואס מיר געפונען זיך...
אנדערע האבן דורכאויס די לאנגע גלות רייזע גע׳טענהט דא און דארט סימני גאולה, נאך אנדערע גאולה ממש, און גאר לעצטענס אתחלתא דגאולה׳דיגע התנוצצת׳נס
סוף פסוק איז אז אידישע קינדער זענען נאך אלס בין האומות זרויים בין מכעיסיה, כבושה בגולה. אין לאנד צווישן זרע מריעים בנים משחיתים, אינדרויסן פון לאנד ביי דעם כלה שעיר וחותנו פארשוינען
און די שטייגער פון פרעמדע געסט איז אז מען פרובירט זיך אויפצופירן זייער העפליך, עס זענען דא א רייע קאפיטלען אין עטיק וואס אנבאלאנגט בשייכות צו געסטעריי, כל מה שיאמר לך בעל הבית עשה, אין אורח מכניס אורח, און נאך פיל שכל׳דיגע פירונגען וואס פארלאנגט זיך פון א גאסט
און ג׳ט האט טאקע על ידי נביאיו אונז אנגעזאגט פאר די רייזע, פירטס ענק אויף נארמאל, ׳ודרשו את שלום העיר׳ וועט מען ענק האלטן, זייט׳ס אונטערטעניגטע אונטערטאנען ווי אימער עט׳ס וועט׳ס לאנדן
די פעלקער זענען אויך שטארק פארבעטן געווארן, פייניגטס נישט צו שטארק, באלעסטיגט׳ס נישט דאס פאלק, פירט׳ס ענק מענטשליך מיט אייערע געסט, עט׳ס קענט׳ס נאך אמאל פון זיי געניסן
און אזוי קען מען אויפמישן בלעטער אין די דיקע היסטאריע ביכער און מיטרייזן מיט אונז און באמערקן אינטערעסאנטע אנעקדאטן...פעלקער וואס האבן זיך שיין און העפליך באנומען האבן קיינמאל קיין חרטה נישט געהאט, פארקערט, ווי יידן זענען געגאנגען האט זיי אלס די הצלחה געשיינט, אידן האבן אלס שיין געזינגן דעם ׳הרחמן הוא יברך את בעל הבית הזה׳ ויהי נכסיו מוצלחים׳ זינט יוסף האט פארשיינט אן הצלחה בבית פוטיפר זיין גאסטגעעבער ׳ויהי ה׳ את יוסף, וכל אשר הוא עושה ה׳ מצליח׳....אפשר נאך פאר דעם ביים כל אשר אירע ליעקב ווען ביי לבנ׳ן האט געבליהט די געשעפטן מיט יעקב׳ס אנקום...גאנץ עגיפט׳ן האט גע׳צלחנ׳ט ווען יוסף דרייט אן א עקאנאמישע וואוקס און די עגיפטן ווערט א גרויסמאכט אויף די וועלט׳ס מאפע
שפעטער, אין גלות׳ן חזר׳ט זיך איבער און איבער די פענאמענאן ווען יידן זענען אלס גאסט אין שפאניע בבל, פערסיע....נאך שפעטער אין שפאניע ווען זיי זענען די וועלט׳ס גרויסמאכט און בליט עקאנאמיש ביז זיי ווערן מיטאמאל אנגעלייגטע געסט און זיי פארהאקן די טיר און דון יצחק אברבנאל די פינאנץ מיניסטער שפאנט ארויס מיט׳ן וואנדער שטעקן, אום תשעה באב בראש הגולים
און אזוי ווייטער און ווייטער אין מזרח אייראפע ביז צענטראל און מערב אייראפע, פון מאנטיפיורי ביז די בארימטע ראטשילד באראנען זענען פילע מלחמות פינאנסירט דורך יידישע בענק...די פריצים פון פוילן מאכן בעלער און יאגד׳ס מיט די געפאשעטע בייכער פון יידישע קרעטשמעריסטן, האט איר אמאל באגעגנט א גוי׳ישע קרעטשמע אין די פוילישע פארשטעט פאר הונדערט יאר צוריק, יידן ברענען ברוינפן און מען גיבט דעם גוי א גוטן משקה און פארן פריץ די געמאכטע רובל
יידן פירן זיך גאנץ שיין מיט זייערע גאסטגעבער, זיי שטעלן צו פאר די געזעלשאפט גאנץ וויכטיגע געברויכן...דאקטוירים, פראפעסארן, אדוואקאטן און אינדוסטריאלע ווירטשאפטן, זיי פירן אן די פארנומענע פארט׳ן, זיי פירן סחורה איבער רהיין און איבערן אקעאן....זיי זענען טאקע נעשו אינדערהיים אבער זיי פרובירן צו טון דעם עבדך שבע שנים ברחל...זיי שטייען נישט איין בחנם
טו בי קאנטיניוט

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעמאן דזשוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 197
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
הציץ ונפגע האט געשריבן:אזוי צו פארפלאטשיגן די היסטאריע אז עס איז א שרעק.
איך בין נישט אויסן צו שרייבן א בריייטע האסטארישן עסיי
איך וויל אנקומען צו א פונקט
און אז דו האסט הערות....ביזט אויף א פארום ווי מען קען מגיב זיין, ליינסט נישט קיין היסטארי בוק וואס דו ברויכסט אפשאצן דעם שרייבער׳ס קענטעניש
שרייב צו ווי דיר געפעלט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 197
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
איין זאך בעט איך דיר ,אז דאס פונקט זאל נאר נישט זיין וועבערמאן אדער נחום, אלעס אנדערש איז פעיר געים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
איך אויך האט געשריבן:איין זאך בעט איך דיר ,אז דאס פונקט זאל נאר נישט זיין וועבערמאן אדער נחום, אלעס אנדערש איז פעיר געים.
איך ווייס נישט פארוואס, אבער דעם קעפל מיט די פארווארט מאכט מיר דייקא יא טראכטן אז מר. לעמאן דזשוס פלעכעט עפעס ארום ווב״מ.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
הציץ ונפגע האט געשריבן:אזוי צו פארפלאטשיגן די היסטאריע אז עס איז א שרעק.
וואס ווילסטע! ער (ל.דזש.) זאל שילדערן אלע הריגות,רציחות און השמדות וואס אינז זענען אדורך פון חורבן ביהמ"ק דורך די קרייצצוגן פון מיטלאלטער און די גזירת ת"ח ות"ט דורך די פארשאלטענע קאזאקן און די אלע פאגראמען און ראיאטן, אריינגערעכנט דעם קרוינהייטס ראיאט, שוין אפגערעדט פון די נאצישע פארמעסטונג צו פארטיליגן אונדער פאלק, ביז דעם אויסברוך פון די פראסטע פוילישע , רוסישע אן אונגארישע אנטיסעמיטן וואס האבן געשפיגן אויף, און נאכגעשריגן פאר דעם יוד יעדער אויף זיין שפראך, ווי "זשיד" אדער "זשידאו" מיט אלע גרויזאמע און שרעקליכע איינצלהייטן. דאן וועסטו זיך פילן בעסער. דיין לאנטש וועט זיך בעסער פארדייען? כ'פריי מיך אז ער האט דאס אלעס אויסגעלאזט און פארשפארט איבריגע צער און עגמת נפש.