איך וויל דא אין דעם אשכול אויסשמועסן א זאך וואס קוועטשט מיר שוין א שטיק צייט, און איז ווי א זייטיגע נקודה אריינגעקומען ביי די "סומטחה" פון וו"ב.
דער עולם האט געשימפן, און זאגאר גע'טענה'ט אז ס'איז א רשעות צו טשארדזשן $250 א שעה, און אפילו בלויז $150 איז א רויבעריי, פאר טעראפי, קאוטשעס, אדער אנדערע הילף מיטלען.
און היות איך האב ידידים וועלכע טוען אביסל אין דעם פעלד, וויל איך אביסל מרחיב בדיבור זיין אין דעם ענין, כאטש מען האט עס שוין בארירט אין אנדערע אשכולות.
כדי א יונגערמאן זאל קענען קאווערן זיינע פשוט'ע הוצאות - נאך בעפאר וועלכע לוקסוס - דארף מען ארבעטן א גאנצע פולע וואך. לאמיר נעמען א פשוט'ן משל, א גראסערי מאן. ער פאקט די שעלווס, אדער א קעשיער וועכער שטייט ביים רעזשיסטער. אז ער ארבעט 40-50 שעה א וואך, און באקומט 20 דאלער א שעה, קען מען קוים אדורכלעבן דעם וואך (זעלבסטפארשטענדליך ס'ווענדט זיך וואו מען וואוינט און וויפיל קינדער מען האט, אבער איך רעד בכלליות, כמובן).
ווייניג מענטשן באקומען אזויפיל באצאלט, אבער אפילו אויב באקומט מען יא, איז עס א מצומצמ'דיגער וועידזש, נאכן רעכענען אלעס וואס א איד לאזט זיך קאסטן פאר פשוט'ע הוצאות.
דאס אלעס רעדט מען פון א פשוט'ן דזשאב, וועלכע פאדערט נישט קיין שום אינוועסטמענטס, טרעינינג (כ'מיין אוטסייד טרעינינג, נישט אז דער באלעבאס לערנט דיר אויס וואס צו טון בשעת ער צאלט שוין).
לאמיר נעמען א משל פון א לאיער אדער א דאקטאר. זיי לאזן זיך קאסטן אלפים ורבבות ביי יעדן סעסיע, און בפרט ביי שווערערע קעיסעס, וואס איז א ריזיקע. קיינער קוקט זיי נישט אן ווי רשעים. יעדער פארשטייט אז זיי האבן זיך אויך געלאזט קאסטן רבבות זיך צו לערנען דעם פאך, און במשך די יארן האט מען בכלל נישט געארבעט נאר געלעבט אויף בארג און הלוואות, מיטן חשבון צו באצאלן לכשירחיב (חוץ א קינד פון א עושר).
איך פערזענליך האלט אז עכ"ז רוב לאיערס און דאקטוירים טשארדזשן א געוואלד, זייער אסאך. לעבן אין שוואוילטאג. בשעת דאקטוירים האבן נאך אפשר פארשידענע שווערע הוצאות שפעטער אויכעט, ווי די אינשורענסעס ווי מאלפראקטיס און כלים מכלים שונים, און דארפן כסדר לערנען נייע לימודים צו זיין אפ-טו-דעיט מיט די מעדיצינישע וועלט, אבער לאיער'ס האבן דאס אויך נישט (כמעט). און אפילו ביי היימישע, האב איך שוין געפרעגט אויף זינגערס וועלכע קענען טשארדזשן ממון ודמים פאר א 2-3 שעה זינגען, און די איינציגסטע אינוועסטמענט איז אפשר וואויס-לעסאנס און א מיקראפאן (אה, און א "דילעי" מאשינדעלע), און איז נישט מער ווי א סייד-דזשאב.
יעצט איז מיין שאלה, פארוואס איז א טעראפיסט (איך רעד יעצט פון לייסענסד) נישט נכלל אין דעם קאטעגאריע? ער האט דאך געלערנט, אוועקגעגעבן טעג און נעכט, אלפים ורבבות (אזויפיל קאסט עס!) זיך צו לערנען זיינע מיטלען, און אפילו מען זאגט "יא, ער הערט נאר אויס" וואס איז אפשר אמת למחצה ולשליש ולרביע, איז אויסהערן אויך א פאך וואס מען לערנט אויס ווי אזוי צו טון, ווי אזוי צו לייענען צווישן די שורות, און ווי אזוי ארויסצונעמען יענעמ'ס שוואכקייטן און שטארקקייטן כדי צו וויסן אויף וועלכן דירעקציע אים צו פירן!
און חוץ מזה, בשעת דער פשוט'ער ארבייטער גייט נישט אן צי עס איז ביזי צי נישט, ער פאנטשט זיין קארטל יעדן אינדערפרי 9:00 און פאנטשט ארויס 6:00, און ער ווייסט אז זיין וועידזשעס גייט ער באקומען, איז א דזשאב פון געבן הילף פאר אנדערע גענצליך אנדערש. עס קען אדורכגיין טעג און ער זאל בכלל נישט האבן א קליענט! און אפילו ער האט יא א ביזי טאג, קען ער דען אויפנעמען קליענטן פון 9-5?? מען דארף דאך קאפ און מח פאר יעדן באזונדער?
איך האב שוין געספענדט געלטער פאר הילף אין געוויסע ענינים, און איך ווייס ווי שווער עס איז צו באצאלן די פעימענטס פאר זיי. אבער איך האלט אז עס קומט זיך זיי ערליך!
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס נישט?
פרייזן פאר טעראפי אדער ספעציעלע הילף - א רשעות?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
לייסענסד? ביסטו כשר גערעכט. אבער ס'דא א שטיקל פראבלעם, א אינגערמאן וואס האט א פראבלעם גייט צו א טעראפיסט זאל אים היילן די פראבלעם, קען דער טעראפיסט שלעפן דעם אינגערמאן יארן לאנג ביז דער טעראפיסט דערקלערט אז דער אינגערמאן איז שוין "אויסגעהיילט" און אזוי ארום ארויסשלעפן דעם אינגערמאן פון טאש עפרות זהב און קיינער קען אים נישט פארהאלטן דערויף וויבאלד ער האלט נאך "אינדערמיט" פון זיין דזשאב. ביי א דאקטער פון פיזישע קרענק אדער ביי א לויער איז דאס נישט שייך צו טון.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
ואפשר להוסיף עוד שני נימוקים אז טעראפי מוז דווקא יא קאסטען געלט.
און ווי שמעקעדיג, רעד איך אויף פון וואס איך האב מיטגעלעבט.
אז טעראפי וואלט געווען ביליג וואלט יעדער כלי-קודש געהאט שעות קבלת קהל. אזוי אז מ'בעט 150 דאללער נאר צו נעמען דיין קאנטאקט אינפא, פארשטייט ער אז ער דארף שטיין אביסעל ווייט.
נאך א זאך, אז טעראפי וואלט געווען בחינם, - ס'וועט נאך זיין אזא ארגון וואס צאלט אויס טעראפיסטן קאסטן, כ'קען קוים ווארטן צו הערן דעם "סיפור אישי" ביים "ערשטען-יערליכער" דינער. - וואלט דאס גארנישט געהאלפן. - ערגעץ דא אין שטיבל האב איך שוין קובע געווען מיין שיטה אינדעם, און איך האלט נאך אלץ אזוי. דער פאציענט וואס צאלט פון זיין טאש געלט, וויל נישט פילען אז ער ספענד געלט אין די וועלט אריין, און בלא יודעים וויל ער פילען ווי ער טוט עפעס אויף.
וואס מיינסטו? פארוואס נעמען רבי'ס קוויטל געלט? מהאי טעמא, אז דו לייגסט אראפ א 100'ער ווילסטו נישט פילען ווי א חוזק, ע"כ איז דער לב שולט אויף די מוח צו טראכטען אז ביסט יעצט זיך מקשר צום צדיק וואס האט OPEN DNS צום בי"ד של מעלה.
איין זאך יא, וואס יידל האקט ממש דעם רגע. ס'איז דא טעראפיסטן זענען רשעים גמורים. נאך עטליכע וויזיטס, וואס יעדע איינע איז באצאלט געווארן אויפ'ן פלאץ, און ער דארף לכאורה זיין טיף אריינגעטוהן אין די פרשה, עכ"ז - א טייל פון זיי - האבן ניטאמאל די מינדערסטע געפיל, הן צו די פרשה והן צו דיין געלט הוצאה, און אז מ'בעט דיך צו כאפן א קורצע שמועס מיט'ן דיין/רב, ווערן זיי ניטאמאל פינק דיר צו געבן א בילל!!
רבש"ע וויפיל איז די שיעור צו מאכן געלט אין איין קעיס. - ווען די ריבוי השעות וואלט געווען מלא עצות ותושיה, מילא, אבער סך הכל האסטו גערעדט צום רב כדי דו זאלסט קענען האבן א בעסערע פיקטשאר פון די משפחה וכדו'.

Under influence