ברעקינג: 2 פרויען לערערינס דערשיסען אדם לאנדזא אין שולע
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 115
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
ברעקינג: 2 פרויען לערערינס דערשיסען אדם לאנדזא אין שולע
ניוטאון, קאנעטיקוט.
ווי באריכטען געבען איבער פין קאנעטיקוט, האט אדאם לאנדזא, א גייסטיש אומסטאבילע אין אביסעל אוטיסטיטישע מאן, געגנבעט א סעמי אוטומאטישע רייפעל פין זיין מוטער, אין אריין שפאצירט אין א שולע אין ניוטאון, אין זיך גענומען שיסען רעכטס אין לינקס,
צוויי באוואפענטע לערערינס וואס האבען דאס דערזעהן האבען אים דערשאסען אויפען ארט, פארמיידענדיג וואס וואלט געקענט זיין א מאסען מערדעריי, אין ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דא איין קינד טויט אין 4 פארוואונדעטע איין טיטשער אין דריי קינדער,
אבאמא האט נאר וואס אפגעהאלטען א פרעסע קאנפרענץ זאגענדיג אז חאטש ס'איז קלאר אז די גאנס האבען אפגעהאלטען א מאסען מערדער פין הארגענען צענדליגע אןומשולדיגע קינדער, דאך איז אבער דא איינער טויט אין ווען גאנס וואלטען געווען אומלעגאל וואלט דאס אויך נישט געווען,
אין אבאמא האט אויסגעפירט מיט פאטאס אז טאמער ער האט זיין וועג דאן דארף מען מאכען געזעצען אז ס'זאל זיין אומלעגאל צי באזיצען קיין שום גאנס, אין אזוי אויך זאל זיין אומלעגאל צי באזיצען מעסער'ס לענגער ווי צוויי אינטשעס, אין אזוי אויך נעגעל שניידער'ס, פלאכע סקראל דרייווער'ס,אין דזשילעט'ס,
אזוי אויך האט אבאמא געזאגט אז מען וועט נעמען לעגאלע שריט קעגען די לערערינס פארען ערמארדען אדאם לאנדזא נאכדעם וואס ס'איז נישט זיכער אז ער האט געוואלט שיסען מער וויפעל ער האט שוין געשאסען, באצייכענענדיג אדאם אלץ א אומשולדיג אין גייסטיש אומסטאביל אין אז ס'וואלט געווען אנדערע וועגען זיך צי באגיין מיט די סיטואציע,
די פאראיין פאר באזיצען וואפען איז ארויס געקומען מיט א סטעיטמענט אז אבאמא האט ערענסטע פסיכיאטישע פראבלעמען אין דארף גאר ערענסטע פסיכיאטישיע הילף,
אנטקענעס גענומען נאך די געשעעניש ווייזען אז מער אין מער מענטשען זענען אין שטיצע פין די רעכט צי באזיצען וואפען אין צייכענען אן אז אין מדינת ישראל זעהט מען אז צענדליגער טעראר אקטען זענען שוין פארמיטען געווארען ווייל דאס פאלק איז באוואפענט אין קען גלייך רעאגירען, אנשטאט דארפען ווארטען אויף די פאליציי וואס קומען אן געווענטליך נאך די ערשטע קריטישע מינוטען ווען מען קען פארמיידען קאטאסטראפעס.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משולם טענענבוים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 115
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו משולם טענענבוים
דיין שילדערונג פון די סצענע וויאזוי ס'וואלט אויסגעזען די סיטואציע ווען די רעגירונג ערלויבט די אומבאגרעניצטע באוואפענונג פון ציווילע בירגער איז וואונדערבאר. ס'איז נאר דא איין ערנסטער פראבלעם מיט דעם אנטוויקלונג פון די פאקטן. די אורזאך פון'ם באשאפענעם מצב (מקור פון די צרות) שטאמט פון דעם פאקט אז דער מערדער, אדאם לאנזא האט געהאט צוטריט צו זייער שטארקע וואפן און אומבאגרעניצטע אמוניציע וואס זיין פארשטארבענע מאמע האט געקויפט געזעצליך.
נ.ב: פאר דעם וואס האט שוועריגקייטן צו פארשטיין דאס אויבנגעשריבענע קענען מיר דאס איבערזעצן אויף א היימישן יודיש אדער אונגאריש.
.
נ.ב: פאר דעם וואס האט שוועריגקייטן צו פארשטיין דאס אויבנגעשריבענע קענען מיר דאס איבערזעצן אויף א היימישן יודיש אדער אונגאריש.

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 115
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:דיין שילדערונג פון די סצענע וויאזוי ס'וואלט אויסגעזען די סיטואציע ווען די רעגירונג ערלויבט די אומבאגרעניצטע באוואפענונג פון ציווילע בירגער איז וואונדערבאר. ס'איז נאר דא איין ערנסטער פראבלעם מיט דעם אנטוויקלונג פון די פאקטן. די אורזאך פון'ם באשאפענעם מצב (מקור פון די צרות) שטאמט פון דעם פאקט אז דער מערדער, אדאם לאנזא האט געהאט צוטריט צו זייער שטארקע וואפן און אומבאגרעניצטע אמוניציע וואס זיין פארשטארבענע מאמע האט געקויפט געזעצליך.
נ.ב: פאר דעם וואס האט שוועריגקייטן צו פארשטיין דאס אויבנגעשריבענע קענען מיר דאס איבערזעצן אויף א היימישן יודיש אדער אונגאריש..
יא, אבער די פראבלעם איז נישט די וואפען די פראבלעם איז אז ער איז געווען גייסטיש אומסטאביל, ווען די טיטשער וואלטען געווען באוואפענט וואלטען זיי עים געקענט אפשטעלען, אין חוץ פין דעם וואלט ער געקענט שאפען וואפען פין ערגעץ אנדרעש,
אין קאנאדא אין אנדערע לענדער איז דא געזעצען קעגען גאנס אין די קרימינאלען האבען עניוועי גאנס, רוב פין מאסען מערדערייען זענען געווען פין מענטשען וואס זענען געווען אויך SSRI פילען, פארוואס הערט מען נישט קיין וויי געשריי פין די מעין סטרים מידיא קעגען די SSRI דראגס, פארוואס נאר קעגען גאן'ס, אין נישט קעגען די עכטע גורם.....
- ניו יארק
- ידיד ותיק
- הודעות: 815
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
- געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל
משולם טענענבוים האט געשריבן:לאדיך אפ האט געשריבן:אין היסטאריע האבן סיוויל מענטשן מיט גאנס כמעט קיינמאל נישט אפגעהאלטן קיין מאסן מערדער.
קוק אין ארץ ישראל וועסטע זעהן, כ'ווייס נישט פין ווי די נעמסט דיין אינפארמאציע, אפשער פין פלעצער ווי די המון עם איז "נישט" באוואפענט,
אין היסטאריע האבן מאסן מערדער זיך צענדליגע מאל אפגעהאלטן פון א אויסברוך, ווייל עס קען אז סיוויל מענטשן האבן גאנס, און ער קען פאלן א טויטער נאך פאר ער וועט קענען מיטנעמען אנדערע. (אן קאמפעני וויל קיינער נישט גיין....)
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק
®

- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
משולם טענענבוים האט געשריבן:לאדיך אפ האט געשריבן:אין היסטאריע האבן סיוויל מענטשן מיט גאנס כמעט קיינמאל נישט אפגעהאלטן קיין מאסן מערדער.
קוק אין ארץ ישראל וועסטע זעהן, כ'ווייס נישט פין ווי די נעמסט דיין אינפארמאציע, אפשער פין פלעצער ווי די המון עם איז "נישט" באוואפענט,
כ'ווייס נישט פון וואו לאדיך אפ נעמט זיין אינפארמאציע, אבער דאס איז זיכער אז ריסוירטש טוט שטארק שטיצן זיין באהויפטונג אז פארגרינגערטע גאן קאנטראל וועט נישט מאכן מענטשן מער סעיף. http://www.popsci.com/science/article/2 ... nt-tragedy
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- ניו יארק
- ידיד ותיק
- הודעות: 815
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
- געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל
איך האב געטראפן וואס איך האב געשריבן נאך די שיסעריי אין קאלאראדא בערך א האלב יאר צוריק:
נוי יארק האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז גאנ'ס גאר א וויכטיגע זאך, עס איז קלאר אז קיין פארברעכער וואלט נישט געמאכט קיין האלד-אפ ווען ער האט ווען נאר א ספק אז זיין קרבן האט גאן, און ער האט די מעגליכקייט אים צוריקצושיסען אויפן פלאץ.
נאר וואס דען? עס דארף זיין גאר שטרענגע רעגעלאציעס ווער, ווען און וואס ער מעג האבן, עס טאר נישט זיין ווי יעצט, אז עס איז שווערער צו בייקומען א מעדיקעשן פון א פארמעסי (אן א פערסקריפטשען) ווי א גאן און א וואל-מארט אדער א יעדע גאן געשעפט אין די סטעיט'ס ווי עס איז ערלויבט.
און וועגן דעם וואס מען זאגט אז פארברעכער'ס וועלן עס במילא האבן, עס איז אמת אז נאך גרויס פלאג און ארבעט וועט ער אפשר קענען דערווישען איינס, אבער עס וועט אים נעמען אסאך מער צייט ווי דרייווען צו א לאקעל געשעפט און כאפען די גאן וואס אים געפעלט. איך ווייס נאכנישט די דיטעילס פון די איצטיגע שיסעריי, אבער אויב געדענק איך גוט האט דער שיסער פונעם (אידישע) סענעטאר/קאנגרעספרוי גיפערדס (געדענק נישט וואס זי איז געווען, איך טייפ פון א פאון עס איז שווער צו פרעגן וויקי) געקויפט זיין "מערדערליכען רעוואלווער" יענעם אינדערפרי.
און לויט ווי עס שטעלט זיך געווענליך ארויס נאך די אלע שיסערייען אז די שיסער איז געווען "גייסטיש צורידערט" וואס ווי באקאנט איז די בעסטע זאך פאר אזא איינעם צו געווינען צייט! ער זאל נישט קענען קויפעם א גאן 5 מינוט נאכדעם וואס ער כאפט זיים אטאקע!!!
און איין ווארט: עס איז א גוטע זאך אבער מיט א שיעור.
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק
®

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
משולם, האסט א פוינט מיט דעם אז ווען סקול סטעף וואלט ווען געווען באוואפענט, און אויך געהאט טרעינינג ווי אזוי זיך אומצוגיין אין אזא פאל, נישט אריינצופאלן אין א פאניק, און אויך קענען שיסן צום ציל, וואלט די הויכע נומבער פון קרבנות מעגליך פארמיטן געווארן, אבער דאס וואס דו שרייבסט
האב איך נאכנישט געהערט דערפון, ביטע ברענג א לינק צו די אנקעטע אז "צענדליגע" אטאקעס אין א"י זענען פארמיטן געווארן דורך "ציווילע", היינטיגע צייטן איז אין א"י דא אינגאנצן 10,000 גאנס אין פריוואטע באזיץ, רוב דערפון אין די שטחים, זיי האבן נישט קיין צווייטע אמענדמענט אז זיין באוואפענט איז א "רעכט", נאר איינער וואס קען צוצייגן פארוואס ער דארף דאס האבן קען דאס האבן.
שטודיעס ווייזן (כ'האב נישט די לינק, אבער איך קען עס אפירזוכן) אז ציווילע מענטשען ווערן פארלוירן אין א פאל פון א שיסעריי, און לויפן זיך באהאלטן ווען ס'געשעט אזא מעשה, אפילו אויב זיי זענען באוואפענט, און אן די ריכטע טרעינירינג איז גאר מעגליך אז די טיטשערס אין ניוטאון וואלטן זיך אויך באהאלטן אפילו ווען זיי וואלטן ווען געווען באוואפענט.
גערעכט, איך מיין אז די פעלער אין א"י ווי ציווילע מענשען האבן געשאסן טעראריסטן איז עס געווען עקס-מיליטערי.
סטאטיסטיקס ווייזען אז אין לענדער ווי ס'דא וויינגער גאנס, ווי למשל רוב לענדער אין יוראפ, איז דא ווייניגער מענשטען וואס ווערן געהארגעט מיט גאנס. ווי אויך זענען דא סטאטיסטיקס אין אמעריקא וואס ווייזען אז די פראבאביליטי פון ווערן געהארגעט מיט א גאן גייט ארויף מיט דרייסיג פראצענט אויב איז דא א גאן אינדערהיים. אוודאי איז דאס טרוקענע נומבערס וואס מ'קען בייגן ביידע וועגן, אין ס'דא אסאך זיך צו טענה'ן אין דעם.
משולם טענענבוים האט געשריבן:אנטקענעס ווייזען אז מער אין מער מענטשען זענען אין שטיצע פין די רעכט צי באזיצען וואפען אין צייכענען אן אז אין מדינת ישראל זעהט מען אז צענדליגער טעראר אקטען זענען שוין פארמיטען געווארען ווייל דאס פאלק איז באוואפענט אין קען גלייך רעאגירען, אנשטאט דארפען ווארטען אויף די פאליציי וואס קומען אן געווענטליך נאך די ערשטע קריטישע מינוטען ווען מען קען פארמיידען קאטאסטראפעס.
האב איך נאכנישט געהערט דערפון, ביטע ברענג א לינק צו די אנקעטע אז "צענדליגע" אטאקעס אין א"י זענען פארמיטן געווארן דורך "ציווילע", היינטיגע צייטן איז אין א"י דא אינגאנצן 10,000 גאנס אין פריוואטע באזיץ, רוב דערפון אין די שטחים, זיי האבן נישט קיין צווייטע אמענדמענט אז זיין באוואפענט איז א "רעכט", נאר איינער וואס קען צוצייגן פארוואס ער דארף דאס האבן קען דאס האבן.
שטודיעס ווייזן (כ'האב נישט די לינק, אבער איך קען עס אפירזוכן) אז ציווילע מענטשען ווערן פארלוירן אין א פאל פון א שיסעריי, און לויפן זיך באהאלטן ווען ס'געשעט אזא מעשה, אפילו אויב זיי זענען באוואפענט, און אן די ריכטע טרעינירינג איז גאר מעגליך אז די טיטשערס אין ניוטאון וואלטן זיך אויך באהאלטן אפילו ווען זיי וואלטן ווען געווען באוואפענט.
לאדיך אפ האט געשריבן:אין היסטאריע האבן סיוויל מענטשן מיט גאנס כמעט קיינמאל נישט אפגעהאלטן קיין מאסן מערדער.
גערעכט, איך מיין אז די פעלער אין א"י ווי ציווילע מענשען האבן געשאסן טעראריסטן איז עס געווען עקס-מיליטערי.
סטאטיסטיקס ווייזען אז אין לענדער ווי ס'דא וויינגער גאנס, ווי למשל רוב לענדער אין יוראפ, איז דא ווייניגער מענשטען וואס ווערן געהארגעט מיט גאנס. ווי אויך זענען דא סטאטיסטיקס אין אמעריקא וואס ווייזען אז די פראבאביליטי פון ווערן געהארגעט מיט א גאן גייט ארויף מיט דרייסיג פראצענט אויב איז דא א גאן אינדערהיים. אוודאי איז דאס טרוקענע נומבערס וואס מ'קען בייגן ביידע וועגן, אין ס'דא אסאך זיך צו טענה'ן אין דעם.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 115
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
געפילטע, די עקס מיליטערי סטאטיסטיק איז פון אמעריקע. די סטאטיסטיק איז אז רוב מאל וואס א ציווילער מענטש האט באוויזן צו שיסן א מערדער - גאר א קליינע פראצענט, אבער דאך די געציילטע מאל - איז עס געווען אן עקס-פאליס אדער עקס-מיליטער וואס איז געטרעינט געווארן זיך נישט צו פארלירן און איז געטרעינט געווארן וויאזוי צו שיסן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
גערעכט, און דאס האב איך געזאגט פאר משולם'ן, אז אין א"י זענען רוב ערוואקסענע מענער געווען אין קאמבאט אפטיילונגען אין מיליטער, און זענען געשולט זיך נישט צו פארלירן און ווי אזוי צו שיסן, און מ'קען דאס נישט צוגלייכן צו אמעריטשקע ווי רוב מענטשען גייען נישט אין מיליטער און אפילו ווען זיי זענען באוואפענט וואלטן זיי נישט פארמיטן קיין מאסן מערדער פון טוהן כאוות נפשו.
איך ווייס אליין נישט ווי איך שטיי אין דעם, ס'דא אזוי סאך דאטא וואס מ'קען בייגן לכאן ולכאן, למשל דאס אז א household וואס פארמאגט א גאן גייט ארויף די probability געשאסן צו ווערן מיט 30 פראצענט, האט מיר לכתחילה איבערגעוויזן אז ס'טאקע א סכנה צו האלטן אזא זאך אין שטוב, אבער די אמת איז אז Correlation does not imply causation, דאס הייסט אז ס'מוז נישט זיין אז די סיבה פארוואס די שאנסן געשאסן צו ווערן זענען העכער איז ווייבאלד ס'דא א גאן אין שטוב, ס'קען זיין א דריטע פאקטאר וואס ברענגט ביידע, למשל מענטשען וואס האבן מורה פאר זייער לעבן משום איזה סיבה שהוא, אדער ווייל זיי האנדלען מיט מסוכנדיגע מענטשען, אדער ווייל איינער סטראשעט זיי, פארמעגליכע מענטשען מיט אסאך געלט אינדערהיים, מענטשען מיט שונאים, אא"וו, די מענטשען האבן א העכערע שאנס געשאסן צו ווערן, ווי אויך האבן זיי א העכערע שאנס צו האלטן א גאן אין שטוב, אבער לאו דוקא א' איז גורם ב'.
אזוי קען מען דרייען ביי אסאך סטאטיסטיקס, ווענדט זיך וועמען דו פרעגסט.
איך ווייס אליין נישט ווי איך שטיי אין דעם, ס'דא אזוי סאך דאטא וואס מ'קען בייגן לכאן ולכאן, למשל דאס אז א household וואס פארמאגט א גאן גייט ארויף די probability געשאסן צו ווערן מיט 30 פראצענט, האט מיר לכתחילה איבערגעוויזן אז ס'טאקע א סכנה צו האלטן אזא זאך אין שטוב, אבער די אמת איז אז Correlation does not imply causation, דאס הייסט אז ס'מוז נישט זיין אז די סיבה פארוואס די שאנסן געשאסן צו ווערן זענען העכער איז ווייבאלד ס'דא א גאן אין שטוב, ס'קען זיין א דריטע פאקטאר וואס ברענגט ביידע, למשל מענטשען וואס האבן מורה פאר זייער לעבן משום איזה סיבה שהוא, אדער ווייל זיי האנדלען מיט מסוכנדיגע מענטשען, אדער ווייל איינער סטראשעט זיי, פארמעגליכע מענטשען מיט אסאך געלט אינדערהיים, מענטשען מיט שונאים, אא"וו, די מענטשען האבן א העכערע שאנס געשאסן צו ווערן, ווי אויך האבן זיי א העכערע שאנס צו האלטן א גאן אין שטוב, אבער לאו דוקא א' איז גורם ב'.
אזוי קען מען דרייען ביי אסאך סטאטיסטיקס, ווענדט זיך וועמען דו פרעגסט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 115
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
לכאורה אבער די פאקט אליינס אז דער מערדער ווייסט אז דער עולם איז באוואפענט וועט ער טראכטען צוויי מאל פאר ער טוט עס,
למעשה די סיבה פארוואס ס'גוט אז דער המון איז באוואפענט איז נישט וועגען קרימינאלען, נאר אז די גאווערמענט זאל נישט ארויס פין קאנטראל, אוועקנעמען וואפען איז אלעמאל די ערשטע טריט צי אונטערדריקען א באפעלקערונג, פין די ערשטע זאכען וואס די נאציס ימ"ש האבען געטוהן צי די אידען איז געווען צי קאנפיסיקירען די וואפען,
וואפען איז א וויכטיגע זאך פאר פרייהייט, ס'איז איינע פין די גרונדען פין די פאראייניגטע שטאטען, אין אויך איינע פין די גרונדען פין פרייהייט, טאמער די FDA לאזט צי מען זאל אנדראגען דעם המון מיט סכנה'דיגע דראגס וואס פארברענט דעם מוח, אין ברענגט אז מענטשען זאלען זיך נייעשט קענען קאנטראלירען, איז עס זייער פראבלעם זאלען זיי פיקסען די פראבלעם דארט ווי עס איז, נישט קומען אוועקנעמען וואפען,
ס'אמת אז מען קען הארגענען מיט וואפען, ס'אמת ס'קען זיין א סכנה, אבער אויב דער המון איז נישט באוואפענט, איז דא אנדערע פראבלעמען וואס קענען ווערען דערפין, א באוואפענטע המון איז ווי א שוץ קעגען א פאליס סטעיט, האסט א פראבלעם אז ס'ברענגט שיסערייען, געב זיך א עצה א אנדערע וועג אין ס'דא נאך וועגען,
למעשה די סיבה פארוואס ס'גוט אז דער המון איז באוואפענט איז נישט וועגען קרימינאלען, נאר אז די גאווערמענט זאל נישט ארויס פין קאנטראל, אוועקנעמען וואפען איז אלעמאל די ערשטע טריט צי אונטערדריקען א באפעלקערונג, פין די ערשטע זאכען וואס די נאציס ימ"ש האבען געטוהן צי די אידען איז געווען צי קאנפיסיקירען די וואפען,
וואפען איז א וויכטיגע זאך פאר פרייהייט, ס'איז איינע פין די גרונדען פין די פאראייניגטע שטאטען, אין אויך איינע פין די גרונדען פין פרייהייט, טאמער די FDA לאזט צי מען זאל אנדראגען דעם המון מיט סכנה'דיגע דראגס וואס פארברענט דעם מוח, אין ברענגט אז מענטשען זאלען זיך נייעשט קענען קאנטראלירען, איז עס זייער פראבלעם זאלען זיי פיקסען די פראבלעם דארט ווי עס איז, נישט קומען אוועקנעמען וואפען,
ס'אמת אז מען קען הארגענען מיט וואפען, ס'אמת ס'קען זיין א סכנה, אבער אויב דער המון איז נישט באוואפענט, איז דא אנדערע פראבלעמען וואס קענען ווערען דערפין, א באוואפענטע המון איז ווי א שוץ קעגען א פאליס סטעיט, האסט א פראבלעם אז ס'ברענגט שיסערייען, געב זיך א עצה א אנדערע וועג אין ס'דא נאך וועגען,
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 115
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
יידל האט געשריבן:whoops, כ'האב נישט געטראכט אז דו וועסט נוצן קאנספיראציע-טעאריע-סטיל טענות.
ס'נישט קאנספיראציע טעאריע'ס, ס'איז פלעינע היסטאריע, ס'מיז נישט זיין אז ס'איז א קאנספיראציע אין אז ס'איז א אויסגערעכענטע פלאן, אבער אזוי צי אזוי, אפשוואכען די המון מיינט שטארקער מאכען די גאווערמענט, אין אזוי ווי די גאווערמענט זענען אויך פלעינע מענטשען מיט אלעס וואס דאס מיינט, ממילא קען מען זיי נישט טראסטען מיט צי שטארקע מאכט,ווייל ווען מען האט מאכט ניצט מען עס גערעכט צי נישט, דאס איז די מציאות אויף די וועלט, אין היסטאריע האט דאס שוין אסאך מאל געוויזען,
אמעריקע איז געווען דאס וואס עס איז געווען וועגען די קאנסטיטוציע וואס האט באשיצט די רעכטען פין דעם המון קעגען די רעגירונג, נאכדען וואס די מענטשען זענען געקומען פין יוראפ אין געווען זאט פין די רעגירונגען וואס האבען אינטערדריקט דעם המון, ווי מער אמעריקע פארלעצט אין איגנארירט איר קאנסטוטוציע אלץ מער ווערט עס אויס אמעריקע, איטס אז סימפעל אז דעט,
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יידל האט געשריבן:קוק אהער, מיליטערישע געווער וועט סיי ווי קיינמאל נישט ערלויבט ווערן אין אמעריקע, נישט מיליטערישע געווער איז גארנישט ווערד אין פאל די רעגירונג נוצט די מיליטער צו דערשטיקן די המון עם.
פון דעם איז טאקע א ראי' אז די וועלכע טייטשן אויס דעם צווייטן אמענדמענט וועלכער זאגט אז די רעכטן פון די בירגער צו האלטן געווער זאל נישט באשרענקט ווערן כדי צו קענען שאפן א מיליציע, מיינט אז מ'זאל קענען האלטן קאנטראל אויף די רעגירונג, זענען זיך טועה, אדער פארדרייען זיי דעם מיין במכוון. ווייל אנטקעגן די געווער וואס די רעגירונג באזיצט קענען ציווילע בירגער קיינמאל נישט קעמפן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו משולם טענענבוים
אויף דיין תגובה פון 4:49 פ.מ. האב איך צוויי הערות: א) דער אויסטייטש פון צווייטן אמענדמענט אין די קאנסטיטושן, וועלכער ערלויבט פאר ציווילע בירגער צו האלטן געווער כדי צו שאפן א מיליציע איז נישט כדי צו קענען האלטן קאנטראל אויף די רעגירונג, נאר פשוט פאר שמירה. ווייל אמעריקע איז אריבער צוויי הונדערט יאר צוריק נאכנישט געווען געדעכט באוואוינט, נאר א לאנד פון מדבריות און וועלדער מיט צושפרייטע יישובים. האט זיך אויסגעפעלט אז די בירגער זאלן זיין באוואפנט. ב) דו ברענגסט ארויס דעם פוינט אז איינס פון די ערשטע זאכן וואס די נאציס ימ"ש האבן אדורכגעפירט איז געווען אוועקצונעמען דאס געווער פון די יודישע בירגער. איך האב שוין געהערט אנדערע אויך באוויינען דעם פאקט. כאילו ס'וואלט עפעס אויפגעטון די איינפאכע רעוואלווערס (הענדגאנס) וואס א פאר יודן האבן געהאט אנטקעגן די שטארקע און סאפיסטיקירטע געווער און טרעינינג פון די נאציס ימ"ש.