מיטן איבערשרייבן די ענינים מיט מער קלארקייט האף איך אז עס ווערט פארענטפערט די שאלות וואס איז געפרעגט געווארען אויף מיין ערשטע פאוסט.
והנה,
קודם וויל איך נאכאמאל איבער'חזר'ן דאס וואס איך האב געשריבען פריער. אז איך קום נישט דא פסק'נען בנוגע נ. וו. איך קום פשוט זאגן אז מען קען נישט סתם רודפ'ן די קרויס ווייבעל מיט איר משפחה. דעמאלט ווען עס איז דא רגלים לדבר און א קול פון חשוד על העריות.
איך האב (ליידער) נישט גענוג מיטלייד מיט א קרבן אז איך זאל אפי' האבן א נסיון פין נקמה געפילן. ממילא קום איך אינגאנצן נישט צו פרובירן באשולדיגן נ. וו. אדרבא עס באדערט מיך אז די איינציגע וועג וואס איך קען ארויסברענגען אונזער חיוב פין רחמנות אויף א אידישע נשמה וואס עס איז ליידער דא רגלים לדבר אז זי האט נעבעך געפערליך געליטן פאר א פאר יאר, (און ליידער ראנגעלט מען זיך מיט אומגעהויערע צער א גאנץ לעבן) איז אדורך אנרירן חשדות אויף נ. וו.
עס קענען מאנכע טענה'ן אז מיט דעם אליינס בין איך א מרחם על האכזרים. נו, וואס זאל איך טוהן, איך לאז איבער די מצווה פאר א צווייטן. אז דער אייבערשטער זאגט אויף גוים רשעים מצריים, מעשי ידי טובעים בים ואתם אומרים שירה, איז דאך אוודאי אויף נ. וו. דארף מען האבען שטארקע רחמנות געפילן. אוודאי באופן ווי עס איז נוגע למעשה דארף בי"ד טוהן וואס עס פעלט אויס, אבער אפי' דעמאלטס איז עס וויסענדיג אז א יעדע איד איז דעם אייבערשטענס בן יחיד.
אבער דאס נעמט נאך נישט אוועק די עוולה נוראה פין באשמוצען א אידיש קינד וואס עס איז דא רגלים לדבר אז מען האט איר באלעסטיגט מיט דאס ארגסטע אינעם אינגן עלטער פין צוועלעף יאר פאר א משך פין דריי יאר צייט. אויב וואלטן די עסקנים כסדר געזאגט מיט א קלארקייט אז "מיר באשולדיגען נישט מרת דייטש/קרויס פארן גיין עדות זאגען, מיר באשמיצען איר נישט אז זי איז א מרשעת ח"ו אז זי איז גרייט איינצוזעצן א מענטש פאר לעולם ועד על לא דבר, און מיר פארשטייען איר צער, נאר מיט דעם אלעם האבן מיר נישט גענוג ברורות אויף צו באשולדיגען נ. וו. און אים נישט צו העלפן, ממילא גייען מיר צאמשטעלן געלט פאר אים", אז החרשתי. (חאטש איך בין מסופק צו איז דאס טאקע די מהלך צו העלפן איינעם בכגון דא, אבער וועגן דעם בין איך דאך נישט קיין עסקן ליידער).
אבער ווען איך זעה ווי מען באשמוצט איר מיט איר גאנצע משפחה בו בשעה וואס עס קוקט אויס ערנסטע רגלים לדבר אז עס איז נעבעך געשען וואס עס איז געשען. דארט שריי איך געוואלד.
דארט פרעג איך, איז דיר ר' יעקב האראוויץ וואס שרייבט
דא אז ער ווייסט פין פיר קעיסעס פין ערשט-האנטיגע אינפא פין די קרבנות אדער נאנטע משפחה מיטגלידער, נישט גענוג פאר א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות?
איז מרת ענגעלמאן וואס
דערציילט בפרטיות א פאון קאלל פון א מאמע פון א קרבן נישט גענוג א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות? אדער ווען זי פארציילט בפרטיות ווי א פרוי איז צוגעקומען צו איר אויפן גאס און געזאגט אז ליידער בדידי הוה עובדא אין אז זי וויינט נעבעך א גאנצן טאג אויף דעם אז מען שאפט נאך געלט פאר אים, איז דאס נישט גענוג א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות? אדער אז זי שרייבט אז זי האט א טאטעל פון אכט וויקטימס וואס זענען צו איר געקומען, איז דאס נישט גענוג א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות?
מען האט דאך דא אליינס גערעדט פון איינעם מיט'ן נאמען פ. וואס שרייט אז מען האט מאלעסטעט זיין טאכטער. (איינער פין די גרויסע עסקנים ביים עלילות 75 קאמפיין האט מיר פערזענליך געזאגט אז עס איז אמת אז די טאטע טענה'ט דאס, נאר מען רעכענט זיך נישט דערמיט ווייל ר' ע. זאגט אז עס איז נישט אמת).
ר' פרידלענדער טענה'ט אז איינער איז אים געקומען זאגען אז צו זיין טאכטערס פרענד איז דאס געשעהן.
די פראסעקיוטער זאגט אז אפאר קעיסעס זענען געקומען צו אים.
עס איז דא א פארפאלק אינעם בנין וואו ער וואוינט וואס די פרוי טענה'ט אז זי איז געגאנגען צו קאונסלינג און ער האט געטוהן מיט איר מעשים אשר לא יעשו. ועוד רבות.
ניין, איך בעט נישט צו באשולדיגן נ. וו. איך בעט מען זאל אבער אויך נישט באשולדיגן מרת דייטש/קרויס. יא מען דארף האבן דעם דעת פון הבדלה און פון פלגינן דיבור.
איינמאל מיר זענען גאנץ קלאר אז די אויבענדערמאנטע עובדות הייסט א קול, דארפן מיר מברר זיין וואס אזא קול מיינט להלכה.
מיר וועלן זעהן אז איינער וואס איז דא אויף אים א קלא דלא פסיק, (קלא דלא פסיק מיינט אז די קול גייט אהן פאר מער ווי א טאג אין א האלב) הייסט א חשוד על העריות וואס דאס איז כשמו כן הוא, מען נעמט אהן אז ער איז נחשד לדבר. די הלכה איז אז אין געוויסע פעלער וועט בי"ד מעניש זיי אין אפי' הרגענען על קלא דלא פסיק, בצירוף רגלים לדבר (בזמן שביהמ"ק קיים ולמיגדר מילתא)
באופן אז עס מען האט נאר א קלא דלא פסיק אבער נישט קיין רגלים לדבר, איז די הלכה אז בי"ד איז מלקין אותו ומבזין אותו.
דאס זאגט דאך אונז פשוט אז א קלא דלא פסיק האט גאר א שטארקע נאמנות (נאכאמאל, נישט גענוג אויף מחייב צו זיין צו יעדער צייט אבער דאך א שטארקע דרגא פין נאמנות).
טור חושן משפט הלכות דיינים סימן ב':
אף ע"פ שלא הי' דנין בחוצה לארץ דיני נפשות ודיני מכות ולא קנסות אם ראו בית דין שצורך שעה הוא שהעם פרוצים בעבירות דנין בין מיתה בין ממון בין כל מיני עונש. ואם הוא אלם חובטים אותו על ידי עכו"ם ואומרים לו עשה מה שישראל אומר לך. וכתב רב אלפס בפרק הגוזל בהא דקנסיה רב נחמן לההוא גברא דגזלן עתיקא הוה ש"מ דקנסינן בכי האי גוונא אפילו בח"ל. ודוקא גדול הדור כמו רב נחמן דחתניה דבי נשיאה הוה וממונה לדון ע"פ הנשיא או טובי העיר שהמחום רבים עליהם אבל דייני דעלמא לא ע"כ.
ונראה שאפי' אין בדבר עדות גמורה שהיה מתחייב על פיהם בדין בשעה שהיו דנין דיני נפשות אלא שיש רגלים לדבר וקלא דלא פסיק אם נראה לדיין שיש צורך השעה לדונו בכך הרשות בידו: וכן יראה מדברי הרמב"ם שכתב יש לב"ד להלקות למי שאינו חייב מלקות ולהרוג למי שאינו חייב מיתה ולא לעבור על דברי תורה לעשות סייג לתורה וכיון שרואין בית דין שפרצו העם בדבר יש להם כח לגדור ולחזק הדבר כפי מה שיראה להם הכל הוראת שעה ולא שיקבעו הלכה לדורות.
וכן יש להם [בכל מקום ובכל זמן (כך הוא לשון הרמב"ם וגם דפו"ר שבטור עם ב"ח]
להלקות אדם ששמועתו רעה והעם מרננין אחריו שהוא עובר על העריות והוא שיהא קול שאינו פוסק ולא יהיו לו אויבים שמוציאין עליו דבה רעה וכן מבזין את מי ששמועתו רעה ומבזין את יולדיו בפניו.
לערנען מיר פין דא אז "שאפי' אין בדבר עדות גמורה וכו' אלא שיש רגלים לדבר וקלא דלא פסיק, אם נראה שיש צורך השעה לדונו בכך הרשות בידו." ד.ה. אז בעצם איז דא גאר א שטארקע נאמנות פין א קול אין פין רגלים לדבר אפי' אויף צו הרגענען במקום צורך השעה. אין נאך שטייט, אז אפי' מכח קלא דלא פסיק אליינס (בלי צירוף רגלים לדבר) זאל בי"ד געבן מלקות. הרי מבואר דרגת הנאמנות של קלא דלא פסיק.
הרי לנו אז אויב זענען מיר גערעכט מיט אונזער פשוטע הנחה אז די אויבענדערמאנטע עובדות געבט אונז א דין קלא דלא פסיק, קענען מיר פארשטיין אז פאר אזא זאך איז די נאמנות פינעם קול גענוג אויף מעניש צו זיין נ.וו מיט הכאה אין מיט אים מבזה זיין. דארף דאך דאס לכה"פ גענוג זיין אויף נישט צו באשמיצען אין באשולדיגען מרת דייטש/קרויס ומשפחתה.
דערנאך איז כדאי צו זען די לשון פינעם נימוקי יוסף בשם הריטב"א יבמות כח. בענין נאמנות אשה לומר מת בעלי, שהקשה איך מאמינים לאשה שהרי אשה אינה כשרה להעיד וגם שהרי היא עד אחד וכו'. עיין שם דמביא בשם הריטב"א "דקים להו לרבנן דממילתא דעבידא לגלויי ושהחמרת עליה בסופה כל כך ודאי קושטא קא מסהיד וכי דייקא ומנסבא שפיר מנסבא
ואנן סהדי במלתא ופרסום כזה נחשב בכ"מ כעדות גמורה ואפי' מדאורייתא והכתוב מסרו לחכמים לדעת אי זהו דבר מפורסם וניכר דברי אמת שיהא חשוב כעדות.
זעהן מיר פין דעם די גרויסע דרגא פין נאמנות פין אומדנא, אז עס קען זיין ממש אן אנן סהדי. אין אזא דרגא פין אומדנא וואס איז דא אין דעם פאל (מכח החומרא שהחמרת בסופה, ומילתא דעבידא לגלויה, וגם גודל פרסום הדבר) האט א דין עדות גמורה
בכל מקום מדאורייתא. ד.ה. אפי' מיר רעדן דאך דא פון א עדות פין א אשה וואס זאגט עדות אויף זיך אליין לטובתה. (זי זאל קענען חתונה האבען) קען מען מיט אומדנא איר גלייבן. אין אזא דרגא אומדנא הייסט עדות גמורה בכל מקום.
אוודאי דארפן מיר געדענקען אז דער ריטב"א איז מוסיף אז הכתוב מסרו לחכמים איזהו דבר מפורסם וניכר דברי אמת אז דאס זאל זיין נחשב כעדות. און משא"כ דא האבן מיר נישט קיין חכמים מברר צו זיין וואס די דרגא פון אומדנא איז דא. די חקירות ודרישות אין אונזער פאל זענען נאר געווען ביי א גוי'שע ערכאות וואס מאן יימר אז זייער אפטייטש פין אומדנא איז בכלל מאסגעבנד. אבער איך ווייז נאר אהן אז א שטארקע אומדנא האט א דין עדות בכל מקום אין אויך אויף איסור אשת איש החמורה. איז אויב אזוי אויב מיר וועלען פארשטיין אז דא אין אונזער פאל איז דא אן ערנסטע אומדנא, דארף עס עכ"פ זיין גענוג נישט צו באשולדיגן מרת דייטש/קרויס.
יעצט ברענג איך צו די ענין פין שלש נשים יוצאות:
עיין בנדרים צ:. שלש נשים יוצאות וכו'. אז מתחלה האט מען געגעבן נאמנות פאר א פרוי צו זאגן צו איר מאן אז טמאה אני לך. ומפרש הר"ן שם "דמדינא ודאי אין האשה נאמנת לומר טמאה אני לך להפקיע את עצמה מבעלה שהיא משועבדת לו אלא משום דהא מילתא דטמאה אני לך כסיפא לה תקינו במשנה ראשונה להימנוה
דאי לאו דקושטא קאמרה לא הות מזלזלא נפשה למימר הכי".
זעהן מיר דא אז מען צווינגט א מאן צו גט'ן זיין ווייב מכח אירע ווערטער אז זי האט מזנה געוועהן, אין אונזערע הייליגע חז"ל האבען איר באגלייבט, חאטשיק זי איז אן עד אחד אין א אשה, פשוט ווייל "דאי לאו דקושטא קאמרה לא הות מזלזלא נפשה למימר הכי" ועיין בשו"ת צמח צדק אבה"ע סימן ש' דמביא ראיה מתוס' שם דהנאמנות הוא מעיקר הדין. דכיון דלא עבידא לבזויי נפשה, היא נאמנת מדינא. והא דלבסוף לא האמינה הוא ענין של כח ביד חכמים לעקור דבר מן התורה.
היייסט דאס אזוי. מען רעדט פון א פרוי וואס גייט זאגן פאר בי"ד אז מען האט איר מאנס געווען. אויף דעם זאגט די גמרא (אין אליבא דצמח צדק בתשובה הנ"ל איז דאס מעיקרא דדינא, נישט מכח א תקנה) אז עס איז מורא'דיג נישט מסתבר צו זאגן אז זי האט פאבריצירט די מעשה, ווייל קיינער איז זיך נישט גרייט מזלזל זיין און זאגן אז מען האט איר געטשעפעט נאר אויב איז עס טאקע אמת. מען רעדט נישט אז זי וועט זיך דארפן מזלזל זיין אין מסביר זיין אין דיטעיל איר איבערלעבעניש פין דריי יאר עינויים, מיר רעדן נישט אז מען וועט צונעמען די פרנסה פון איר מאן פארן זאגן די עדות, מען רעדט נישט אז מען וועט איר באשמוצען אין אלע גאסן, מען רעדט נישט אז מען וועט באשמוצען איר גאנצע משפחה, מען רעדט נישט אז זי דארף האבן אויף איר קאנשעס אז איינער גייט זיצען אין תפיסה פאר גאר א לאנגע צייט לכבוד אירע רייד, ועוד ועוד. מען רעדט אז פשוט ווייל עס איז נישט מסתבר אז די פרוי וועט זיך מזלזל זיין און דערציילן פאר מענטשן אז מען האט איר מאנס געווען, איז דאס שוין גענוג (לויט געוויסע שיטות) איר צו גלייבען מעיקרא דדינא און צווינגען די מאן איר צו גט'ן. איז דאך אין אונזער ציור וואס האבען די אלע הוספות הנ"ל דארפען מיר אפשר געבן גענוג נאמנות און נישט באשרייען, באשולדיגן, אין באשמיצן. אין די בעלי נפש צווישן אונז זאלען אפי' גאר מיטוויינען מיט איר פאר די דריי יאר וואס זי האט נעבעך נישט געקענט וויינען. מיטוויינען מיט איר פאר די יסורים וואס זי וועט האבן א גאנץ לעבן. און אפי' זאגען אפאר קאפיטלעך תהלים אז זי מיט איר גאנצע משפחה זאלן ווערן פולקאם געזונט פיזיש און גייסטיש נאך אזא איבערלעבעניש.
אזוי ווי אויבן דערמאנט, וויל איך נאכאמאל ארויסברענגען וואונדער פארוואס מיר האבען נישט די טרענסקריפטס.
מיר דארפען געדענקען אז די חוקי המדינה פין אומדנא איז נישט אזוי ווייט אנדערש ווי אונזער הלכה (פון וואו נעמען זיי דאס דען. אונזער משפטי התורה זענען אויסגעהאלטן לויט אלע גדרי הבנה. ואם רק הוא, מכם הוא רק.) פארשטייט זיך אז מיר ווילן אז אידישע דיינים זאלען זיין די מחליטים צו די עדות איז גענוג אומדנא.
עיין ברמב"ם הלכות סנהדרין פרק כד', אז בנוגע ממונת איז מעיקרא דדינא די עיקר ענין פון משפט און פון דיינים על פי אומדנא און נישט דוקא דורך ב' עדות. עד כדי כך אז ער פרעגט "א"כ למה הצריכה תורה ב' עדות, אין זיין תירוץ איז אז מיט שני עדים דארף דער דיין נישט זיין איבערצייגט אז דאס איז די אמת, אין ער קען זיך פארלאזן אויף די עדים. פארשטייט זיך אז אויב דער דיין פילט אז די ב' עדות זאגען ליגענט, אפי' אויב ער האט נישט געכאפט ביי קיין סתירות, דארף ער זיך מסלק זיין פינעם דין תורה.
בתוך די ענין גייט די רמב"ם ווייטער און זאגט אז אפי' בדיני נפשות קענען דיינים בעצם טון לפי ראות עיניהם. עיין שם כל הפרק וואו מיר זעהען די גרויסע געוויכט פון אומדנא אין ראות עיני הדיין.
איך ברענג עס דא ווייל איידער מיר האבען גרויסע טענות פארוואס די דזשורי האט לפי ראות עיניהם געזעהן אן אומדנא כעין אנן סהדי אז ער איז גילטי, דארפען מיר דאך זעהן פון וואו זיי קימען. וואס האט זיי געברענגט דערצו. אין נישט טענה'ן he said she said ווייל זי איז נישט אנדערש פון יעדע עדות וואס מען קען פאבריצירען א מאטיוו. און ווי דערמאנט אין מיין ערשטע פאוסט, אז סיי ע"פ תורה {עי' לעיל בענין פלוני רבעני} אין סיי להבדיל ע"פ חוקי המדינה איז זי א עדות, נישט א בעל דין.
און ווי עס פארשטייט א יעדער בר דעת אז פונקט ווי איין עדות קען האבען א מאטיוו, אזוי אויך קענען צוויי עדות האבען א מאטיוו. דאס איז א גרויסע חלק פין די ארבעט פון א דעפענס ליוער, צו אויפווייזען אז די עדות האבען א חשבון מיטן בעל דין. האלט איר דען אז ווען עס זאל זיין צוויי מיידלעך וואלט מען נישט געקענט טרעפען א מאטיוו פאר א יעדען באזונדער?. און אזוי דארף טאקע צו זיין. אזוי קומט ארויס צו עס איז דא עפעס א באהאלטענע סיבה וואס איז גורם פאר די עדות צו זאגען לגיונות. אין טאקע דערפאר, כדי צו האבן אן הבנה אין די פסק פין די דזשורי איז נישט מעגליך אהן זעהן וואס די קראס עקזעמינעישאן פין די top notch defense team האט מברר געווען אין געגעבען צו הערן פאר די דזשורי.
פארשטייט זיך אז ע"פ תורה איז זי א פסול'ע עדות ווייל זי איז א אשה. אבער ווי דערמאנט איז אפי' ע"פ תורה דא גענוג אומדנא אויף איר מזכה זיין מיט אויפהערן פארגיסען איר בלוט. אין אננעמען אירע ווערטער
כלפי איר אין איר משפחה [איך רעד נישט כלפי נ. וו.] און איר בארואיגן אז מיר האלטן איר נישט פאר קיין שקרנית, אין אז זי האט געדארפט טוען לויט ווי איר געוויסן האט איר געצוואונגען. און זי פון איר זייט האבענדיג געליטן דאס ארגסטע, האט געמעגט אננעמען די פסקים פין די נישט וויליאמסבורג'ע רבנים וואס הייסן
יא מעלדן מאלעסטערס.