וועד הצניעות והמסתעף

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

וועד הצניעות והמסתעף

שליחה דורך קרעקער »

וועד הצנועות האט געשפילט א ראלע אינעם קעיס אין א געוויסען זין איז די קעיס געווהן מער קעגען וועד הצניעות ווי קעגען נ"וו
טשארלעס היינס האט זיי נעכטען דערמאנט ביי זיין פרעס קאנפרענץ און צווישען די שורות געווארענט די געהיימע פאליס מיט שווארצע מאסקעס זיי זאלען אויפהערען מיט זייער שטיק
גליק האט גערעט פין זיי

זענען זיי א גוטע זאך אדער נשיט?
באהאנדלען זיי גיט קעיסעס אדער נישט?
טיען זיי אויף שמוץ אדער נישט?
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

לאמער אנפאנגען מיט די חי קעלנער פון מאנרא לענ״ד ארבעט ער אויף די אייגענע בארד , איך וואלט עם אנגערוסען די ביינער אויב איך ווען די right and the opportunity 
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

ס'נישטא אזא זאך ווי וועד הצניעות, איך הער אין דיקשענערי איז עס יא דא, קען איינער שיקען א לינק...
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

נישטא??? איך האב אליין גיהערט פון א פראפעסינאלע טאפ סעללער בוק שרייבערקע אז א קאר מיט די לאגא (? :D ;) ?) פון די וועד הצניעות איז איהר נאכגעפאהרן, און יא ווער עס וויל גלייבט און מ' קענישט אפפרעגן
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

איך גיי נישט אריינגיין צו ס'דארף צו זיין א וועד הצניעות צו נישט, אפילו ס'איז אלע יארן געווען אינטער סייוואספארא נאמען..
יא, וועד הצניעות באגייט זיכער עוולה'ס געוויסע צייטן, זיי אווער-ריעקטן היפש מאל, אבער איין זאך האב איך צוגעזעהן עטליכע מאל, וועד הצניעות איז אן ארגענעזעישאן וואס נעמט קער פון סיי וואספארא פראבלעמען זיי האלטן ס'דארף ווערן קער גענומען. און זיי טוהן דאס 99% בשתיקה.
אדרבה פרובירט אייך צו דערמאנען איבער א מעשה וואס איר ווייסט וואס איינער האט זיך פארטשעפעט מיט זיי און גיי נאך די פאקטן ווער ס'איז געווען די גורם אז די זאך זאל פארשטינקן ווערן אויפן גאס.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
lowlow
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך lowlow »

שעפטל האט געשריבן:איך גיי נישט אריינגיין צו ס'דארף צו זיין א וועד הצניעות צו נישט, אפילו ס'איז אלע יארן געווען אינטער סייוואספארא נאמען..
יא, וועד הצניעות באגייט זיכער עוולה'ס געוויסע צייטן, זיי אווער-ריעקטן היפש מאל, אבער איין זאך האב איך צוגעזעהן עטליכע מאל, וועד הצניעות איז אן ארגענעזעישאן וואס נעמט קער פון סיי וואספארא פראבלעמען זיי האלטן ס'דארף ווערן קער גענומען. און זיי טוהן דאס 99% בשתיקה.
אדרבה פרובירט אייך צו דערמאנען איבער א מעשה וואס איר ווייסט וואס איינער האט זיך פארטשעפעט מיט זיי און גיי נאך די פאקטן ווער ס'איז געווען די גורם אז די זאך זאל פארשטינקן ווערן אויפן גאס.

גערכעט 100 %
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

די וועד הצניעות איז נאר זייער גוט ווילאנג זיי האבן נישט קיין נגיעות צום מאלעסטער, אויב האט דער מאלעסטער א קרוב אינעם וועד אדער ער איז פון די פני הקהלה דעמאלטס איז אחת דתו פארן וויקטים!
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

ביבער האט געשריבן:די וועד הצניעות איז נאר זייער גוט ווילאנג זיי האבן נישט קיין נגיעות צום מאלעסטער, אויב האט דער מאלעסטער א קרוב אינעם וועד אדער ער איז פון די פני הקהלה דעמאלטס איז אחת דתו פארן וויקטים!


דע זעלבע איז נאר זייער גוט ווילאנג זיי האבן נישט קיין נגיעות צום וויקטעם, אויב האבען זיי עפעס א זייטיגע חשבון מיטן מאלעסטער דעמאלטס איז אחת דתו פארן מכלומרשטע מאלעסטער
ביעדעי ומכירי
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שעפטל האט געשריבן:איך גיי נישט אריינגיין צו ס'דארף צו זיין א וועד הצניעות צו נישט, אפילו ס'איז אלע יארן געווען אינטער סייוואספארא נאמען..
יא, וועד הצניעות באגייט זיכער עוולה'ס געוויסע צייטן, זיי אווער-ריעקטן היפש מאל, אבער איין זאך האב איך צוגעזעהן עטליכע מאל, וועד הצניעות איז אן ארגענעזעישאן וואס נעמט קער פון סיי וואספארא פראבלעמען זיי האלטן ס'דארף ווערן קער גענומען. און זיי טוהן דאס 99% בשתיקה.
אדרבה פרובירט אייך צו דערמאנען איבער א מעשה וואס איר ווייסט וואס איינער האט זיך פארטשעפעט מיט זיי און גיי נאך די פאקטן ווער ס'איז געווען די גורם אז די זאך זאל פארשטינקן ווערן אויפן גאס.

ס'איז נישט דא אזא זאך ווי וועד הצמיעות. די גמרא זאגט "אין אפוטרופוס לעריות". וואס מיינט דאס? ס'מיינט אז קיינער קען נישט זאגן אויף זיך אז ווייל ער גייט מיט ארויפגעבונדענע הויזן און שווארצע זאקן איז ער גאראנטירט אז ער וועט נישט זינדיגן ממילא קען ער ווערן א משגיח אין וועד הצניעות. ניין קיינער איז נישט גאראנטירט. וואס איז די עצה? מ'זאל פאלגן וואס די גמרא און שו"ע זאגן אין די עניינים.. נישט עובר זיין אויף איסור ייחוז. א יעדער איז אייניג. מ'דארף נישט קיין וועד הצניעות. ליידער די מציאטת האט געוויזן אז די חברי הוועד זענען אליין די ערגסטע.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

א בפירושע שטיקעל וויקי, וואס רעדט ארום וועגען משמרת הצניעות.

yi.wikipedia.org/wiki/משמרת_הצניעות

היות די לינק האט אידישע אותיות אין זיך, קען עס נישט זיין קליקבאר, דארף מען דאס קאפיען און פעיסטען אין בראזער, ואתכם הסליחה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך געוואלד געשריגן »

איחוד פעלד האט געשריבן:א בפירושע שטיקעל וויקי, וואס רעדט ארום וועגען משמרת הצניעות.

yi.wikipedia.org/wiki/משמרת_הצניעות

היות די לינק האט אידישע אותיות אין זיך, קען עס נישט זיין קליקבאר, דארף מען דאס קאפיען און פעיסטען אין בראזער, ואתכם הסליחה.


ש'קויעך

"?וויאזוי ארבייט די משמרת הצניעות אין די סאטמארע קרייזן"

it's blank
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

פארווערטס: פארוואס ציטערן חסידים פונעם וועד הצניעות?

שליחה דורך a1b2 »

וואס איז טאקע דער מורא'דיקער ועד־הצניעות?
פון שרה־רחל שעכטער (ניו־יארק)

1_1.jpg
1_1.jpg (62.79 KiB) געזען געווארן 4299 מאל


מיט איבער א וואך צוריק האָט אַ ברוקלינער זשורי דערקלערט, אַז נחמיה וועבערמאַן, אַן אָנגעזעענער 54־יאָריקער טעראַפּעסט אָן אַ לייסענץ, איז שולדיק אין האָבן ******* באַלעסטיקט במשך פון צוויי־און־א־האלב יאר א יונג מיידל, וואָס מע האָט געשיקט צו אים נאָך גײסטיקער הילף. די באַלעסטיקונג האָט זיך אָנגעהויבן ווען זי איז געווען בלויז צוועלף יאָר אַלט.

בעת דעם משפּט, האָט מען זיך אויך דערוווּסט, אַז וועבערמאַן געהערט צום ועד־הצניעות — אַן אומפאָרמעלער קאָמיטעט, וואָס פאַרזיכערט, אַז יעדער אין דער קהילה זאָל זיך אויפפירן לײטיש.
טאַקע דערפאַר האָט אויסגעזען אַזוי אויסטערליש, וואָס דווקא אַ מענטש פונעם ועד־הצניעות זאָל באַשולדיקט און פאַר'משפּט ווערן פאַר פאַרגוואַלטיקן אַ מיידל. יאַנקל, אַ סאַטמערער טאַטע פון זיבן קינדער, וועלכער אַרבעט אין אַ פאָטאָ־געשעפט אין מאַנהעטן, איז געווען ספּעציעל אויפגעבראַכט, וואָס וועבערמאַן האָט אויסגעניצט זײן פּאָזיציע אינעם ועד־הצניעות צו באַקומען צוטריט צו דעם מיידל.

"מײן טאָכטער איז גראַדע געוואָרן אַרויסגעוואָרפן פון סאַטמאַר, און מ'האָט מיר אויך געצוווּנגען גיין צו וועבערמאַן נאָך זײן היילונג," האָט יאַנקל דערציילט. "איך האָב אָבער גראַד אײנגעזען, אַז דאָס איז אַ משוגענער 'מאָני־ביזנעס' [קרום געלט־געשעפֿט] און מײן טאָכטער איז צו איידל און שיין — ער וועט זיך צו איר נאָך חלילה טשעפּען. האָב איך איר געשיקט קיין באָראָ־פּאַרק לערנען. איצט וועט זי נישט קענען קיין שיינע שידוכים טאָן, אָבער פאָרט בעסער ווי ווערן גערייפּט [פאַרגוואַלדיקט]."

הגם דער ציל פונעם ועד־הצניעות איז נישט בלויז צו האַלטן אַן אויג אויף די מיידלעך (זיי וואָרענען, למשל, סײ בחורים, סײ מיידלעך נישט צו לייענען קיין ענגלישע ביכער, קוקן טעלעוויזיע, אָדער ניצן די אינטערנעץ), זענען ס'רוב פון זייערע אַקציעס יאָ געווענדט צו די פרויען און מיידלעך, זיי זאָלן נישט טראָגן קיין "אָנרייצנדיקע" קליידער און זאָלן זיך אויפפירן צניעות'דיק. די סיבה דערפאַר איז קלאָר: ווען אַ פרוי טראָגט אָדער פירט זיך נישט־צניעות'דיק, האַלט מען, אַז עס קאָן דערוועקן דעם יצר־הרע בײ די מענער און דערפירן צו שרעקלעכע קאָנסעקווענצן. מיט אַנדערע ווערטער, דער ציל פונעם פאַרווער איז אײַנצוהאַלטן די סעקסועלע אימפּולסן פון די מאַנסבילן.

פון וואַנען שטאַמט די טראַדיציע פונעם ועד־הצניעות? און וואָס טראַכטן די סאַטמערער אַליין דערפון?

דער טערמין "ועד־הצניעות" געפינט מען נישט אין דער תּורה שבכּתב און נישט אין דער גמרא, אָבער חז"ל שרײבן יאָ, אַז מען דאַרף האַלטן אַן אויג אויפן אויפפיר פון די מענער און פרויען, בפרט אין די יום־טובים. אין "הלכת יום־טוב", למשל, דערקלערט דער רמב"ם: "דער בית־דין האָט אַ חוב צו באַשטימען שופטים, וואָס זאָלן אַרײנגיין אין די גערטנער, סעדער און בײם ברעג פון טײך, צו קאָנטראָלירן, אַז די מענער און פרויען זאָלן זיך נישט פאַרזאַמלען דאָרט צו עסן און טרינקען, און ווי אַ פּועל־יוצא, אָנהייבן צו זינדיקן."

אין די אַמאָליקע קהילות פון מזרח־אייראָפּע האָט מען אויך נישט גענוצט דאָס וואָרט "ועד־הצניעות", אָבער די קהילה־פירער האָבן זיכער אַרויסגעגעבן תּקנות וועגן אויפפיר, בפרט אַז די פרויען זאָלן זיך נישט קליידן צו שיין, נישט טראָגן צופיל צירונג אָדער מאַכן לוקסוס'דיקע חתונות, האָט באַמערקט ד"ר דוד פישמאַן, פּראָפעסאָר פון ייִדישער געשיכטע אינעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר". די עסקנים פֿלעגן פאָרלייענען די תּקנות נאָכן דאַווענען אין שוהל, אָדער אויפהענגען אַ פּלאַקאַט וועגן דעם אויף דער טיר פון שיל. אין די גרעסערע שטעט האָט מען אויפגעהאָנגען פּלאַקאַטן אין עטליכע ערטער.

די כּוונה פון די תּקנות איז אָבער נישט געווען אויסצומײדן סעקסועלע געפילן בײ די מאַנסבילן. "מען האָט פּשוט מורא געהאַט, אַז אויב די גויים וועלן זען וויפיל געלט די ייִדן גיבן אויס, וועט עס, ערשטנס, אַרויסרופן קנאה, און נאָך ערגער — די פּריצים וועלן העכערן די שטײערן בײ ייִדן," האָט פֿישמאַן באַטאָנט. דערצו האָבן די קהילה־פירער אויך געהאָפט אויסצומײדן קנאה צווישן ייִדן, און פאַרהיטן, אַז אָרעמע־לײט זאָלן נישט אויסגעבן מער וויפיל זיי קענען אויספירן.

די הײנטיקע פאָדערונגען אָפּצוטיילן די מענער פון די פרויען איז בכלל אַ מאָדערנער באַגריף, האָט פישמאַן צוגעגעבן. אינעם צאַרישן רוסלאַנד, פלעגן די מענער און פרויען שטיין צוזאַמען בײ די חתונות; קיין מחיצה איז נישט געווען. אויף די פאָטאָגראַפיעס פֿון ש. אַן־סקיס עקספּעדיציעס איבער די שטעטלעך, זעט מען, אַז אויף די בית־עולמס ליגן די קברים פון די פרומסטע פּאָרפעלקער זײט בײ זײט. הײנט באַגראָבט מען די חסיד'ישע מענער באַזונדער פון די ווײבער. (דער קבר פֿונעם לובאַוויטשער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן, למשל, ליגט נישט לעבן דעם קבר פון זײן פרוי, חיה־מושקא.)

הרב ישׂשׂכר כּץ, וועלכער איז דערצויגן געוואָרן אין דער סאַטמערער קהילה אין וויליאַמסבורג, און איז הײנט דער דירעקטאָר פונעם בית־מדרש פּראָגראַם אין דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער "ישיבת חובבי־תּורה", האָט דערקלערט, אַז דער ועד־הצניעות איז נישט קיין אָרגאַניזירטע געזעלשאַפט, נאָר אַן אומפאָרמעלע גרופּע מענטשן, וואָס פירט דורך די אַקציעס, אָן דער אָפיציעלער הסכּמה פונעם רבין. יעדער ועד באַשטייט פון אַ "דיין" אָדער טעאָרעטיקער — דער וואָס באַשליסט וואָס פאַר אַן אויפפיר מע זאָל פאַרווערן; און זײנע "דורכפירער" — די מענטשן, וועלכע גייען אַרום און פאַרזיכערן, אַז מען טוט עס נישט.

דער "טעאָרעטיקער" איז געוויינטלעך אַ באַלעבאַטישער ייִד, וואָס מענטשן האָבן פאַר אים דרך־ארץ, אָבער די דורכפירער זענען מער פאַנאַטיש־געשטימט. "זיי זענען פאַרפרומט, טראָגן זייערע ציצית איבער די הויזן, און גייען אַרום צעשויבערט," האָט כּץ געזאָגט. זיי האָבן געוויינטלעך נישט קיין פּרנסה, האָבן זיי דערפאַר גענוג צײט צו טאָן די אַרבעט פונעם ועד.

בערך צוואַנציק יאָר צוריק האָט דער ועד־הצניעות אין וויליאַמסבורג זיך שטאַרק קעגנגעשטעלט, וואָס די פרויען גייען אַרויס אין דרויסן, טראָגנדיק 'פּאָנדזשעלאָס' (שטוב־ראָקן) און נישט־צניעות'דיקע טורבאַנען. אומעטום האָט דער ועד אויפגעהאָנגען שילדן, אַז "די ווײבער גייען נישט אָנגעטאָן צניעות'דיק, און דערפאַר טרעפן בײ אונדז טראַגעדיעס". דער ועד האָט אויך געוואָרנט די סוחרים פון פרויען־קליידער, זיי זאָלן אויפהערן צו פאַרקויפן "פּאָנדזשעלאָס" און "טורבאַנען".

ווען כּץ איז געווען 18 יאָר אַלט און געלערנט אין אַ ישׂראלדיקער ישיבה, האָבן זײנע חברים אַליין איבערגעלעבט אַן אינצידענט מיטן אָרטיקן ועד־הצניעות. (אין ישׂראל ווערן די "קאָמיטעטן" אָנגעפירט פון די גערער חסידים). די בחורים האָבן געהערט, אַז דער תּל־אָביב־מוזיי איז זייער אינטערעסאַנט, זענען זיי געגאַנגען אים באַזוכן. פּלוצים האָט עמעצער, אַפּנים, פונעם ועד־הצניעות, אָנגעקלונגען זייערע עלטערן אין אַמעריקע, און געוואָרנט: "איר האָט נישט קיין אַנונג, וואָס אײערע קינדער טוען דאָ אין ישׂראל".

די בחורים האָבן געהאַט אַ חשד, אַז דער ועד־הצניעות איז זיי כּסדר נאָכגעגאַנגען, און איין מאָל האָט עמיצער אָנגעקלאַפּט אין דער טיר, און טאַקע דערקלערט: "מיר האָבן געהערט, אַז מען טוט דאָ נישט קיין לײטישע זאַכן, צופיל צײטונגען, בין איך געקומען בודק זײן."

"קוק וויפיל דו ווילסט; 'עסט נישט געפינען גאָרנישט סײ־ווי־סײ," האָט איין בחור געזאָגט. דער שומר האָט געזוכט איבער דער גאַנצער דירה, ביז ער האָט געפונען אַ נומער פונעם זשורנאַל "טײם" (Time) מיט אַ בילד פון פּרינצעסין דײאַנאַ. "זעסט?!" האָט דער שומר אויסגערופן. "ס׳איז טאַקע דאָ טומאה דאָ!"

העשי, אַ סאַטמארער טאַטע פון פיר קינדער, זאָגט, אַז די פּרעסע האָט בעת דעם פּראָצעס פון וועבערמאַן, אָפּגעמאָלט אַ פאַלש בילד פונעם ועד־הצניעות. "ס'איז נישט קיין געהעריקע אָרגאַניזאַציע, בלויז עטליכע מענטשן, און זיי שלאָגן נישט קיינעם," האָט ער געזאָגט. ער באַשולדיקט אויך דעבראַ פעלדמאַן, די שרײבערין פונעם בוך, Unorthodox, אין זאָגן ליגנס וועגן דעם ועד. אינעם בוך דערציילט זי וועגן איר אומגליקליך לעבן ווי אַ קינד פון אַ צוריקגעשטאַנען סאַטמערער טאַטן, און ווי זי האָט זיך מיט דער צײט אַרויסגעריסן פון דער פרומער וועלט.

"דעבראַ פעלדמאַן איז ברוגז אויף דער געזעלשאַפט, און די פּרעסע האָט דווקא זי אויסגעקליבן צו רעדן פאַר דער קהילה," האָט העשי באַמערקט. "זי זאָגט, אַז דער ועד־הצניעות האָט אַ ספּעציעלן קאַר מיט אַ לאָגאָ, און דער קאַר איז איר כּסדר נאָכגעפאָרן, ווען זי איז מער נישט געווען פרום און געגאַנגען אין קאָלעדזש. אָבער ס'איז פּשוט נישט אמת. זי וואוינט אין ערמאָנט, וואָס איז זייער אַ ליבעראַל שטעטל! ס׳איז נישטאָ דאָרט קיין 'טשאָלנט', וווּ די יענטעס קאָכן, קיינער זאָגט דיר גאָרנישט בכלל."

כּץ זאָגט אָבער, אַז די חסידים וואָס ער קען זענען טאַקע נישט צופרידן מיטן ועד. "ס׳רוב פון דער קהילה איז אין כּעס אויף זיי," האָט ער דערקלערט. "מען האַלט זיי פֿאַר bullies, עקסטרעמיסטן און ליידיקגייער. אָבער אַפילו אויב מען האָט נישט קיין גרויס דרך־ארץ פאַר זיי, האָט מען פאַר זיי פאָרט מורא."
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

הערליכער ארטיקל

דאס בעסטע געפעלט מיר, ווי ער רעדט זיך אפ אז די פרומקייטן פון סעגרעגאציע איז א ׳מאדערנע זאך׳.....וואס הייסט, מען לאזט נישט
א פארל ליגן אויפ׳ן בית עולם צוזאמען....לאל

ריטוויט איף יא עגרי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעמאן דזשוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יישר כוח מורינו הרב יששכר שליט"א פאר'ן סוף דבר, זיי מסביר דר'עולם דארט אז ס'רוב דאהי זענען בנקשותא, טיף אין גלות.
מיר זיכען דעם exit.
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אגב,ס'געפעלט מיר דעם ווארט יום-טובים...
אבער פאר'ן יצר-הרע איז נישט דא א ווארט אין יידוש?
Under influence
אפריקאנער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך אפריקאנער »

זאלט עטס מיר זייער מוחל זיין, דער הייליגער רמב"ם פסק'נט אז מ'איז מחויב צו שטעלן א וועד הצניעות. אפילו מוועט טרעפן געוויסע עוולות. און באמת טוען זיי עוולות, זיי זענען דאך אויך געמאכט פון בשר ודגים, אעפ"כ קען מען זיי נישט אונטעררייסן.

איך אליין ווייס פון צוויי בחורים וואס זענען באמת געהאלפן געווארן, נאכן שטיין בפתח חטאת רובץ. זיי זענען נעבעך גרייט געווען אויף אַלעמען וד"ל, און צוויי עסקנים האבן זיך אריין געווארפן אינעם קעיס.
היינט זענען ביידע יונגעלייט "כלי קודש" לתפארת משפחתם. איינער העלפט גאר שוואכע בחורים. אין חכם כבעל נסיון. שטעלט ענק פאר ווען נישט די וועד וויאזוי זיי וואלטן היינט אויסגעזעהן.

ומי יאמר ידינו לא שפכה את הדם הזה.

ודו"ק כי קצרתי במקום שאמרו להאריך.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אפריקאנער האט געשריבן:איך אליין ווייס פון צוויי בחורים וואס זענען באמת געהאלפן געווארן, נאכן שטיין בפתח חטאת רובץ. זיי זענען נעבעך גרייט געווען אויף אַלעמען וד"ל, און צוויי עסקנים האבן זיך אריין געווארפן אינעם קעיס.
היינט זענען ביידע יונגעלייט "כלי קודש" לתפארת משפחתם. איינער העלפט גאר שוואכע בחורים. אין חכם כבעל נסיון. שטעלט ענק פאר ווען נישט די וועד וויאזוי זיי וואלטן היינט אויסגעזעהן.

נא מיילא, איך האב געקענט א בחור וואס איז שוין געווען פיל ווייטער ווי בפתח, ער איז שוין געווען אין בעדרום פונעם חטאת רובץ, נישט נאר געווען גרייט אויף אלעמען, נאר האט שוין געהאלטן דערנאך וד"ל, צום מזל האט זיך די וועד נישט אריינגעמישט, און היינט איז ער סאך שענער פון סתם א "כלי קודש", ער איז אויפן וועג אויפצווואקסען א כלי מפואר לתפארת, שטעל דיך פאר ווען די וועד מישט זיך ווען אריין ווי אזוי ער וואלט היינט אויסגעזען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

אפריקאנער האט געשריבן:זאלט עטס מיר זייער מוחל זיין, דער הייליגער רמב"ם פסק'נט אז מ'איז מחויב צו שטעלן א וועד הצניעות. אפילו מוועט טרעפן געוויסע עוולות. און באמת טוען זיי עוולות, זיי זענען דאך אויך געמאכט פון בשר ודגים, אעפ"כ קען מען זיי נישט אונטעררייסן.

איך אליין ווייס פון צוויי בחורים וואס זענען באמת געהאלפן געווארן, נאכן שטיין בפתח חטאת רובץ. זיי זענען נעבעך גרייט געווען אויף אַלעמען וד"ל, און צוויי עסקנים האבן זיך אריין געווארפן אינעם קעיס.
היינט זענען ביידע יונגעלייט "כלי קודש" לתפארת משפחתם. איינער העלפט גאר שוואכע בחורים. אין חכם כבעל נסיון. שטעלט ענק פאר ווען נישט די וועד וויאזוי זיי וואלטן היינט אויסגעזעהן.

ומי יאמר ידינו לא שפכה את הדם הזה.

ודו"ק כי קצרתי במקום שאמרו להאריך.


איך מיין אז דער מעשה גייט אביסל אנדערש. די עסקנים האבן עם געסטראשעט טאמער ער וועט נישט ארבעטן מיט זיי, ממילא ארבעט יענער מיט.
אפריקאנער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך אפריקאנער »

sunbar האט געשריבן:
אפריקאנער האט געשריבן:זאלט עטס מיר זייער מוחל זיין, דער הייליגער רמב"ם פסק'נט אז מ'איז מחויב צו שטעלן א וועד הצניעות. אפילו מוועט טרעפן געוויסע עוולות. און באמת טוען זיי עוולות, זיי זענען דאך אויך געמאכט פון בשר ודגים, אעפ"כ קען מען זיי נישט אונטעררייסן.

איך אליין ווייס פון צוויי בחורים וואס זענען באמת געהאלפן געווארן, נאכן שטיין בפתח חטאת רובץ. זיי זענען נעבעך גרייט געווען אויף אַלעמען וד"ל, און צוויי עסקנים האבן זיך אריין געווארפן אינעם קעיס.
היינט זענען ביידע יונגעלייט "כלי קודש" לתפארת משפחתם. איינער העלפט גאר שוואכע בחורים. אין חכם כבעל נסיון. שטעלט ענק פאר ווען נישט די וועד וויאזוי זיי וואלטן היינט אויסגעזעהן.

ומי יאמר ידינו לא שפכה את הדם הזה.

ודו"ק כי קצרתי במקום שאמרו להאריך.


איך מיין אז דער מעשה גייט אביסל אנדערש. די עסקנים האבן עם געסטראשעט טאמער ער וועט נישט ארבעטן מיט זיי, ממילא ארבעט יענער מיט.


יעצט פיר אויס מיטן גראבן פינגער ״אלא מאי״ ווילסטו יעצט צוקומען אז וועד הצניעות האט נאך קיינמאהל אין זייער געשיכטע קיינעם נישט געהאלפן? אויב די ביסט באַקאַנט, בין איך שטיל. פֿאַבל ביודעי ומכירי האבן זיי שוין אסאך בחורים פון שאול תחתית ארויסגעשלעפט
איך רעד נישט פון ״מיידליך״ ווייל ביים דעם האב איך פשוט נישט קיין ידיעות
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

דער וועד הצניעות איז נישטא קיינעם צוריק "אריינצונעמען" אין כלל ישראל, זיי זענען נאר דא מחליט צו זיין וועמען "ארויסצוווארפען" פין כלל ישראל, און אויף דעם טוהן זיי א פונאמאנעלער קונסט ארבעט, זיי האבען שוין ארויסגעשטויסען פין כלל ישראל צענליגער צענליגער שוואכע מוחות, און דער אויבערשטער וועט זיך נוקם זיין אויף יעדעס יחיד, כאילו איבד דור מלא.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אפריקאנער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך אפריקאנער »

איחוד פעלד האט געשריבן:דער וועד הצניעות איז נישטא קיינעם צוריק "אריינצונעמען" אין כלל ישראל, זיי זענען נאר דא מחליט צו זיין וועמען "ארויסצוווארפען" פין כלל ישראל, און אויף דעם טוהן זיי א פונאמאנעלער קונסט ארבעט, זיי האבען שוין ארויסגעשטויסען פין כלל ישראל צענליגער צענליגער שוואכע מוחות, און דער אויבערשטער וועט זיך נוקם זיין אויף יעדעס יחיד, כאילו איבד דור מלא.


אבסאלוט ראנג. ״וועד הצניעות ״ איז דא צו העלפן¡ אוודאי מאַכן זיי געוויסע טעותים. נו א מענטש איז נישט קיין מלאך . נאר זיי צו קרוטיקירען איז נישט גערעכט. לשיטתי די אלע וואס האַקן אויף זיי אדער מחמת חסרון ידיעה, ״אדער זענען זיי מאלעסטערער ״
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

אפריקאנער האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:דער וועד הצניעות איז נישטא קיינעם צוריק "אריינצונעמען" אין כלל ישראל, זיי זענען נאר דא מחליט צו זיין וועמען "ארויסצוווארפען" פין כלל ישראל, און אויף דעם טוהן זיי א פונאמאנעלער קונסט ארבעט, זיי האבען שוין ארויסגעשטויסען פין כלל ישראל צענליגער צענליגער שוואכע מוחות, און דער אויבערשטער וועט זיך נוקם זיין אויף יעדעס יחיד, כאילו איבד דור מלא.


אבסאלוט ראנג. ״וועד הצניעות ״ איז דא צו העלפן¡ אוודאי מאַכן זיי געוויסע טעותים. נו א מענטש איז נישט קיין מלאך . נאר זיי צו קרוטיקירען איז נישט גערעכט. לשיטתי די אלע וואס האַקן אויף זיי אדער מחמת חסרון ידיעה, ״אדער זענען זיי מאלעסטערער ״

Now you're coming down as Nuchem Rosenberg...
אפריקאנער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך אפריקאנער »

ניין! נחום רייסט אינטער די וועד הצניעות. איך האַלט אז זיי טוען א גיטע ארבייט ״בדרך כלל״
די אלע וואס זענען ברוגז זענען אדער אומבאקאנט אדער מנוולים!

און די זעלבע צו נחום אדער אומבאקאנט אדער א מנוול
נאר ער שיינט ענדערשט צו זיין א מנוול ווי אומבאקאנט.....
פארשפארט