אזוי ווי דערמאנט, עס מוז זיין אויביו הידועים. אנאנאמיס ניקס אויפען אינטערנעט קענען נישט געבען א דין פון אויב הידוע אויף סיי וועלכע פון די עסקנים המובאים למעלה. אוודאי געוויס אויב וואלט איינער געניצט נ. ר. פאר א ראי' קענט איר זאגען אז עס איז דא אן ערענסטע קלא דלא פסיק אז ער זוכט מעשיות אין האט א געשמאק דערין. אזוי אויך אסאך פון די OTD haters אין זייערע בלאגס. וואס זענען אויבים הידועים לנו.
די נעמען וואס איך האב דערמאנט פאלען לחלוטין נישט אריין אין אויבים הידועים. יא ווייל זיי האלטען אזוי האבען זיי מסתמא א שנאה אויף אים. אבער כדי צו זאגען אז די מעשיות פון וויקטימס וואס זיי דערציילען האבען זיי אויסגעזויגען פין פינגער דארפט איר דאך אהערשטעלן א מציאות אז זיי האבען עפעס אן אנדערע שנאה וואס האט זיי געמאכט דאס טון. און דאס איז לגמרי נישט ידוע. אדרבה זיי אלע האבען א נאמען פין העכסט ארענטליכע מענטשן, מער ווי עוורעדזש. (גראדע האב איך אביסל געליינט וואס ר' הורוויץ בכלליות שרייבט, מאכט מיר דוקא א רושם פין א קלוגע ערענסטע מענטש).
מיין פערסאנעל אינפא וועגן פ. איז פון אן עסקן וואס איז אינגאנצען משוכנע אז אלעס איז שקר. ער האט מיר מגלה געווען דעם נאמען אין מיר געזאגט די דיטעילס וואס איך האב געשריבען אויבען.
לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז נישט נאר אכשר דרא בענין לה"ר מיט שמירת הלשון / חפץ חיים וכו'. נאר אויך די אינטערנעט גופא מאכט אז שמועות זאלען זיין אביסל מער מאסגעבנד.
לדוגמא עס איז שווער פאר איינעם צו זאגען אז ר' זרח די עסקן פין מאנסי זאגט כך וכך. ווייל מען פרעגט ווי האט ער דאס געשריבען. אזוי ווי איינער האט מיך געפרעגט אויף הורוויץ מיט ענגעלמאן.
בכלל דארף מען פארשטיין אז שמועות מיינט rumors. דא אז מיר האבען יחידים וואס שטעלן זיך ארויס מיט גאנץ קלארע דעטאלען, בצירוף אז זיי ווייסען אז זיי גייען באקומען א חיים טובים פין אסאך מענטשען פאר זייער פאזישען, איז עס שטערקער ווי סתם א rumor.
פארשטייט זיך אז מיט rumors קומט מיט אז בי"ד רעדט מיטן דעפענדעט און געט אים א מעגליכקייט צו פארענטפערען אין אפווענדען די שמועות אויף א ציפרידענשטעליגען אופן. א דוגמא פין א קלא דלא פסיק איז אז בארי דייטש האט געגעסען זייער אסאך שבתים ביי א. ר. איז אז ער האט אים געצאלט בעיל. עס איז געווען אן אנגענומענע קלא דלא פסיק. אבער ווען בארי האט זיך ארויסגעשטעלט אין פובליק אין געזאגט אז ער איז קיינמאל נישט געווען אויף בעיל האט דאס געמאכט פין קלא דלא פסיק צו קלא דפסיק. ווייל מיטאמאל פרעגט איינער דעם צווייטען, ווער זאגט טאקע, פין וואו נעמען מיר אונז אז ער האט געגעסן וכו'. איך מיין דעס נישט מער ווי א משל להבנת הענין.
א יעדע זאך דארף האבען אן אנדער דרגא פון נאמנות דיני ממונות דארף ווייניגער בירורים ווי דיני נפשות. אין להבדיל ביי חוקי המדינה איז דיני נפשות beyond reasonable doubt. דהיינו עס זאל נישט זיין קיין מסתבר'דיגע (reasonable) ספיקות אין די מציאות. אבער דיני ממונות איז גענוג א Preponderance of Evidence, דהיינו מער נטיי' אויף איין וועג, ד"ה א בירור פון רוב. וואס מיינט אז עס קען זיין א מסתברדיגע צד אז עס איז געווען אנדערש אבער עס איז די קלענער צד. ואכמ"ל.
קוק
דא פאר די פארשידענע דרגות פין נאמנות וואס איז שייך.
ביטע געדענקען אז מיר (עכ"פ דא) זענען נישט דן לגבי נ. וו. מיין טענה איז אז די צדדים זענען גאר גאר גענוג שטארק אויפצוהערן פייניגן מרת דייטש/קרויס ומשפח'. אין נאך גענוג אז מיר זאלען אפי' רחמנות האבען אויף וואס זי איז אדורך. (יא מען קען רחמנות האבען אויף א מענטש אפי' מיר מאכען נישט קיין גביות עדות מיט צוויי כשרע עדים אויף די צרה וואס ער דערציילט דיר).