די ''צומות הגידין'' שערורי'

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

די ''צומות הגידין'' שערורי'

שליחה דורך קלאר »

שוין יארען וואס עס טוט זיך אויף טישן אין בענק איבער די פראבלעם פין צומות הגידין
אנגעהויבן האט זיך עס אין ביי די עדה ווען מען האט אנגעהויבן טרעפן גרעסערע פראצענטן פין צומות הגידין אין די עופות
עס האט זיך דאן אנגעהויבן א גרויסע איבערקערניש, אויב מען זאל אנהויבן בודק זיין יעדע עוף וויבאלד עס איז א מיעוט,
עס איז דא א גרויסע מחלוקת הפוסקים וויפיל פראצענט איז א מיעוט המצוי
טייל האבען זיך קעגן געשטעלט צו ווייל זיי האבען נישט געוויסט וויאזוי צו קוקען (מען דארף זיין שטיקל מומחה צו קענען זעהן), צו וועגן 'אנדערע' סיבות
אין טייל האבען געטנה'ט אז מען האט ביז היינט נישט בודק געווען זאל מען ווייטער נישט בודק זיין
למעשה האט הג''ר מאיר בראנסדאפער זצ''ל דעמאלטס זיך געשטעלט זייער שארף אז מען דארף אנהויבן בודק צו זיין יעדע עוף ביי די שחיטה פין די עדה
אין ביז היינט צו טאגס זענען שוין אלע בתי שחיטה אין ארץ ישראל בודק אויף צומות הגידין
די זעלבע איז אין אירופה ווי מען האט אנגעהויבן זעהן מערערע עופות מיט דעם פראבלעם אין מען האט אנגעהויבן בודק צו זיין יעדע עוף

אין אמעריקא איז די גאנצע צייט נישט געווען קיין כמעט דעם פראבלעם חוץ אין ממש זעלטענע פעלער
אין מען פלעגט כמעט אין ערגעץ נישט בודק זיין אויף צומות הגידין
ביז א שיינעם טאג האט מען אין אמעריקא אויך אנגעהויבן טרעפן

אנגעהויבן האט זיך עס ווען א לאנגיעריגער משגיח פין לעיקוואד וועלכע קומט פין ארץ ישראל אין פלעגט מזמן לזמן זיך אומקוקן מדעת עצמו אויף צומות הגידין בשעתן זיין אנוועזנד ביי די שחיטה אין ק''י
זייענדיג געוואינט צו קוקען פין ארץ ישראל אין ער פלעגט טאקע כמעט נישט טרעפן, האט אבער איין טאג געזעהן מערערע פעלער פין צומות הגידין
אויף אזוי ווייט אז לויט געוויסע דעות האט עס שוין געהייסן א מיעוט המצוי
ער האט תיכף אלאמירט די רבנים המכשירים, - דער סאטמאר רבי - רבי אהרן, דער קרית יואל דיין אין ר' משולם פאלאטשעק,
וועלכע האבען אים תיכף אראפגערופן פאר אן עמערזשענסי זיצונג
נאכען נאכגיין די מציאות הדברים זענען די רבנים אריבערגעקומען אין זיך איבערצייגט די פראבלעם
די רבנים האבען פארארדענט אז דערווייל זאל מען אנהייבן בודק זיין יעדע עוף, אין דער לעיקוואדער משגיח האט אויסגעלערנט די בודקים וויאזוי מען זאל בודק זיין
פארשטייט זיך אז פאר די בית השחיטה איז דאס געווען א שרעקליכע קאפוויי, עס האט פארצויגן די גאנצע ליין, אבער דארט קען די מענעזשמענט זיך נישט דינגען אויף א ווארט פין די רבנים
עס האט גענומען א שטוק צייט ביז מען האט עס געהעריג מסדר געווען מיט די נויטיגע צאל בודקים אין געהילפן פאר יעדן בודק צירוקצולייגן אויף די ליין (דאכט זיך מיר 10 בודקים אין 10 געהילפן) אז עס זאל נישט אזוי אויפהאלטן די גאנצע ליין
אין היינט צו טאגס איז שוין אזוי אז יעדע עוף איז מען בודק,
אפי' ווען האט זיך געמאכט חדשים וואס די פראבלעם איז כמעט אוועקגעגאנגען האט מען פארט ווייטער בודק געוווען יעדע עוף
די בית השחיטה איז נישט געבליבן שטול, זיי האבען פארשטייט זיך אנגעהוין נאכגיין דעם פראבלעם, ארומגעטוישט פארעםס עטליכע מאל
ר' משלום פאלאטשעק אליין האט זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה וואיזוי מען קען עס אפשטעלן
ביז זיי זענען געקומען צו די הכרה אז דאס איז די זעלבע אדער ענליכע וויירוס וואס איז פארשפרייט אין אירופה איז יעצט אנגעקומען קיין אמעריקא, אין דערווייל איז נישטו קיין שום לעזונג דערצו
ר' אהרן האט דעמאלסט אנגעהויבן אפעלירן צו די אנדערע היימישע בתי שחיטה (דעמאלטס איז נאך וויילאנד אויך געשטאנען) זאלען אויך אנהייבן בודק צו זיין
ווייל ווי שוין געזאגט האט קרית יואל געטראפען ביי רוב פארעמס מיט די זעלבע פראבלעם
(יעדע גרויסע בית השחיטה נעמט טעגליך פין עטליכע פארעםס, כמעט קיין שום פארעם קען נישט צושטעלן אזויפיל טויזענטער טשיקען טעגליך)
עס איז דאן געווארען א גרויסע איבערקערניש אין די גאס,
למעשה איז עס דעמאלטס אריינגעמישט געווארען אין די סאטמארע פאליטיק, ווייל אז איין זייט זאגט אזוי מיז דאך די אנדערע זייט זאגען פארקערט
אין די רבנים המכשירים פין די אנדערע פלענטס האבען געזאגט אז זיי האבען בודק געווען אין זיי טרעפן גארנישט (טראץ וואס קרית יואל האט יא געטראפען ביי די זעלבע פארעמס)

ווען אין דער זעלבער צייט האט דער משגיח אויפגעטרעטן אין עטליכע כוללים פין עטליכע קרייזן, וועלכע האבען אים געלאדענט ער זאל מסביר זיין וואס די נייע שעררי',
ווי ער פלעגט ביי יעדע שיעור פארציילן אז די ק''י רבנים המכשירים האבען פין די ערשטע מיניט באהאנדעלט די פראבלעם, אין ער פארשטייט נישט וויאזוי עס קען זיין אז די אנדערע בתי שחיטה זאלען נישט האבען דעם פראבלעם
דאס האט געברענגט א פרישע שטארקע וואוקס פין פרומע קליענטן פין קרית יואל פלייש וואס האלט נאך אן ביז היינט
ספעצעיל ווען אלע קהילות וואס שעכטן ביי קרית יואל האבען מפרסם געווען פאר בני קהילתם די טרוקענע פאקטן
(רוב קהילות וואס האבען א אייגענע שחיטה שעכטן דארט - פאפא, באבאוו, בעלזא, צאנז, באיאן, לעיקוואד, אא''וו)
למעשה איז עס אזוי געבליבן פאר עטליכע יאר, אז עטליכע בתי שחיטה ובתוכם קרית יואל סקווירא האבען בודק געווען יעדע עוף
אין די אנדע בתי השחיטה אינטער התאחדות האבען געשריגן אז מען דארף נישט בודק זיין

ביז.... לעצטנס ווען א משגיח פין א ספרדישע שחיטה וואס שעכט ביי GG האט געקוקט עטליכע עופות מדעת עצמו (אויפן זעלבן שטייגער ווי דער לעיקוואדער משגיח האט געקוקט אין קרית יואל)
אין האט אנגעהויבן פארפירן אז ער טרעפט זייער אסאך צומות הגידין, פינקטליך וואס האט זיך דערנאך אפגעשפולט מיט די רבנים המכשירים וויל איך נישט דא אריינגיין
אבער מען האט אנגעהויבן קוקן אין געזעהן אז די קרית יואל'ע רבנים זענען גערעכט אין די וויירוס דרייט זיך געהעריג ארום
מען האט טאקע אנערקענט די פראבלעם אין זיך איבערצייגט, אין וויפיל פארעמס מען האט נאר פראבירט האט מען נאכמאל געטראפען די פראבלעם
למעשה, היינט צו טאגס זענען די איבריגע היימישע בתי שחיטה בודק די ערשטע פאר קעסטעלעך פין יעדע טרעילער אין שטעלן עס בחזקת כשרות אויב זיי טרעפן נישט
(אינזערע זיידעס וואלטן קיינמאל נישט געניצט אזא היתר)
אין פארשטייט זיך אז אויב זעהט מען א מיעוט המצוי שיקט מען אוועק די גאנצע טרעילער, וואס קען צומאל מאכען אז די מען זאל נישט האבען קיין טשיקעןס צו שעכטן אין מען שיקט אהיים אלע ארבייטער, ווי עס האט עטליכע מאל פאסירט די לעצטע פאר וואכען
טייל פין זיי ארבעטן אויף א מהלך בודק צו זיין יעדע עוף אזווי קרית יואל, סקווירא, כו'

בקיצור די פראבלעם איז אויפן טיש
א גרופע יונגלייט פין סקווירא האבען זיך געלערנט וואיזוי בודק צו זיין, אין ווי מען רופט זיי שיקען זיי אראפ משגיחים בודק צו זיין
עס איז גראדע נאך דא איין בית השחיטה וואס זייער פלייש פארקויפט זיך אין ניו יארק וואס לייקענט ער זאל האבען די פראבלעם מיט לעכערליכע תירוצים אבער איך וויל פורש זיין בשמם

איך שטעל מיך דא אפ פאר יעצט
עס איז נאך דא אסאך צו פארציילן איבער שעררי', מיין צייט ערלויבט עס נישט יעצט
ווען איך וועל האבען מער צייט וועל איך אי''ה צולייגן נאך פאקטען אין דעטאלען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: אז ס׳זאל זיין פאסיג פאר ״תורה ודעת״.
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

איך האב אביסעל דורך געטין די נושא און לדעתי ביסטו נישט גערעכט הן מיט דעים וואס די מאכסט אוועק אנדרע אז זיי זענען נישט גוט און אויך מיט דעים וואס די מאכסט די מאנרא בית השחיטה אזוי הייליג.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

לעמיל, איר ווייסט עפעס מער איבער דעם איינעם פרט אז די הינער פון די פארשידענע בתי שחיטה זאלן זיין אנדערע קוואליטעט, אדער ווי די ארונים רופן עס, די "ריינע ראסע הינער"
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

אדרבה, אז די ווייסט אנדערש לאמיר הערן אין מיר וועלן נאר רעדן איבער די מציאות אן אריינמישן פאליטיק
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

Re: די ''צומות הגידין'' שעררי'

שליחה דורך איחוד פעלד »

פארוואס זאגסט די נישט דער נאמען פין דער "לעיקוואדער" משגיח, איז א סוד ווער דאס איז?

און ווי אזוי הייסט דער ספרדי פין g g.
ווילסט נישט זאגען דער נאמען פין דער איין פלאץ וואס איז נישט בודק, און צום סוף פלאצט פשוט ארויס דער נאמען אומוועלענדיג.

שעים אן יא.


Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

איחוד פעלד האט געשריבן:פארוואס זאגסט די נישט דער נאמען פין דער "לעיקוואדער" משגיח, איז א סוד ווער דאס איז?

און ווי אזוי הייסט דער ספרדי פין g g.
ווילסט נישט זאגען דער נאמען פין דער איין פלאץ וואס איז נישט בודק, און צום סוף פלאצט פשוט ארויס דער נאמען אומוועלענדיג.

שעים אן יא.


Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android


איך געדענק נישט די נעמען פין די משגיחים, (עס איז נישט קיין געניצטע נאמען אין אינזערע קרייזן)
איך וועל אבער פראבירן נאכצוזוכען אין די חומר וואס איז ארויסגעקומען אנפאנג פין די שעררי'
אדער די וואס האבען א בעסערע זיכרון וועלן דאס זיכער געדענקן

ווי זעהסטו אז עס פלאצט ארויס די נאמען פין די שחיטה וואס איז נישט בודק?
איך האב עס דערווייל נישט ארויסגעגבן,
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

קלאר האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:פארוואס זאגסט די נישט דער נאמען פין דער "לעיקוואדער" משגיח, איז א סוד ווער דאס איז?

און ווי אזוי הייסט דער ספרדי פין g g.
ווילסט נישט זאגען דער נאמען פין דער איין פלאץ וואס איז נישט בודק, און צום סוף פלאצט פשוט ארויס דער נאמען אומוועלענדיג.

שעים אן יא.


Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android


איך געדענק נישט די נעמען פין די משגיחים, (עס איז נישט קיין געניצטע נאמען אין אינזערע קרייזן)
איך וועל אבער פראבירן נאכצוזוכען אין די חומר וואס איז ארויסגעקומען אנפאנג פין די שעררי'
אדער די וואס האבען א בעסערע זיכרון וועלן דאס זיכער געדענקן

ווי זעהסטו אז עס פלאצט ארויס די נאמען פין די שחיטה וואס איז נישט בודק?
איך האב עס דערווייל נישט ארויסגעגבן,


יגעתי ומצאתי
די משגיח פין לעיקוואד איז הרב ארי' קאשינסקי

געטראפען א בילד פין אים ווי ער צייגט אין א כולל פאר די יונגלייט וואס די צומות הגידין זענען
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
שיינע אתרוג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 5:01 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך שיינע אתרוג »

קען איינער ארויפלייגן די מכתב פון קהלת סאטמאר רז"ל ווי זיי זאגן אז ביי זיי איז נישטא דער פראבלעם?
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

ביי די היי יעריגע כפרות סעזאן האבען עטליכע געשעפטן (אריינגערעכנט, קאהןס אין אונגארס) אדווערטייזט זייער 'מעלה' אז זיינען בודק צומות הגידין ביי יעדע עוף
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

נעכטן נאכט, נאך די דברי תורה ביי הנרות אין וויליאמסבורג האט דער סאטמאר רבי - ר' אהרן שטארק געווייטוג אין מעורר געווען אויף די פראבעלעם
ער האט געזאגט אז מען האט איין טאג די וואך געטראפען אזוי סאך ווי 18%
אין ס'איז א חשש טריפה דאוריתא ממש
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

אבי גערעדט ברענגט אראפ די דרשה
(אגב, ביטע האלטן די אשכול נארמאל נישט קיין צימעס סטייל)

אחר שהאריך בגודל הפגם של מאכלות האסורות, היונים רצו להשכיחם תורתיך ע"י מאכלות האסורות.

כ'האב אסאך אריין געטראכט, צו איך זאל זאגן צו איך זאל נישט זאגן.

כ'וויל קודם פארציילן א מעשה, כ'האב געהערט פון טאטען ז"ל בימיו פונעם קדושת יו"ט איז געווען א מחלוקה אין סיגוט (פאר ווער ס'ווייסט אביסל היסטאריע) מ'האט זיך אפגעטיילט די שטאט ס'איז געווארן צוויי קהילות, די אנדערע קהלה האט אויפגענומען א שוחט, דער קדושת יו"ט ער איז געווען דער רב האט ג'אסרט דעם שוחט, איז געווען א מחלוקה, דער טאטע ז"ל האט פארציילט אמאל אז דער זיידע ז"ל דער קדושת יו"ט, האט ביי שלש סעודות געוויינט 'אידן ווערן נכשל, מ'עסט טריפות', מ'עסט פון א ג'אסרט'ן שוחט, מ'עסט טריפות, שטארק פארפירט אויף דעם. ער איז געווען דער וואס האט עס געאסרט אבער ער האט עם ג'אסר'ט ע"פ הלכה, ער האט נישט געטראכט אז מ'וועט זאגן ס'איז א פאליטיק, ער האט געזאגט דעם דבר ה' ווייל ער האט געפילט ער דארף זאגן.

כ'וויל זאגן דא, מ'עסט טריפות! מ'עסט טריפות אין עופות, מ'שעכט עופות און אין די עופות איז דא טריפות פון צומות הגידין, און אז מ'איז בודק טרעפט מען טריפות, און מ'נעמט מען ארויס די טריפות, אויב נישט אז מ'איז נישט בודק עסט מען טריפות! טריפות דאורייתא!
היינט איז דאנערשטאג אייער נעכטן, דינסטאג, האט מען געשאכטן עופות, ס'איז געווען 18 פראצענט טריפה!, 18 פראצענט טריפה מן התורה!!!, איך האב געמאכט היינט א חשבון 18 פראצענט פון עופות, דאס מוז זיי בערך 2500 עופות, פון א עוף קענען עסן 6 מענטשן לאמיר זאגן, 5-6 מענטשן, ווען דאס וואלט אריין קומען אין אידישע הייזער, רעכענט אויס 5-6 מאל 2500 אזויפיל אידן וואלטן געגעסן טריפות, און דאס מאכט טריפה די טעפ, ס'מאכט אלעס טריפה, ממש מ'עסט טריפות! און ווער ס'האט א ספק דערין לאדען איך איין, מ'זאל קומען זיך איבערצייגן מ'זאל זעהן אז מ'טרעפט טריפה.

דער אייבישטער איז מיין עדות, כ'מיין נישט דא קיין געשעפטן, כ'מאכט נישט קיין געלד כ'האב נישט קיין ריווח פון בית השחיטה כ'בין נישט קיין שותף, ס'בלייב ממילא נישט איבער קיין שום וואך נישט קיין כזית בשר, איך זוך נישט קיין קונים. דער אייבישטער איז מיין עדות ס'טוט מיר וויי אז אידן חסידישע אידן עסן טריפות!

היינט צוטאג אין ירושלים אין בני ברק אין לאנדאן אין מאנטשעסטר אין אנטווערפן, אידישע קהילות איבעראל איז מען בודק צומות הגידין! איבעראל!

דאס איז נישט קיין חומרא!!, דאס איז טריפה ממש! ממש יעדע כזית איז טריפה!נישט אייביג א טאג יא, נישט יעדן טאג, ס'איז דא טעג וואס מ'טרעפט, ס'קען זיין א וואך צוויי וואכן ס'זאל זיין ווייניג, ס'זאל זיין 'גארנישט' איז נישט דא, ס'איז ווייניג, ס'איז נישט נאר אין אונזער בית השחיטה, ס'איז דא נאך א בית השחיטה דא ווי מ'באקוקט צומות הגידין און מ'טרעפט, ווייל אז מ'באקוקט טרעפט מען, דארט ווי מ'באקוקט נישט דארט איז טאקע נישט דא! דארט איז נישט דא קיין פראבלעמען.

איך וויל זאגן פאר אידישע קינדער, איך פיל ס'ליגט אויף מיר אן אחריות, ווייל איך זעה עס, א צווייטער זעהט עס נישט, ס'ליגט אן אחריות און כ'וויל זאגן פאר די גאנצע שטאט, אז מ'איז נישט בודק קיין צומות הגידין פאלט מען אריין, כ'זאג נישט במזיד, מ'קען טרעפן קולות, יא מצוי נישט מצוי, אבער נישט ביי חסידישע אידן האט מען אזוי געהאנדעלט, ביי חסידישע אידן איז מען נישט אזוי צוגעגאנגען צו כשרות, איבעראל בכל תפיצות ישראל איז מען בודק, ס'טוט מיר וויי כ'מוז עס זאגן, אבער כ'האלט ס'ליגט אויף מיר א חוב צו זאגן פאר די אידישע וועלט, אז דאס איז די מצב אין כשרות.

כ'טוה איינלאדענען יעדען רב יעדען מורה הוראה ער זאל קומען און זאל זיך אליינס איבערצייגן, כ'טוה איינלאדענען יעדען רב ווען ער וויל, ער זאל קומען ער זאל זיך מיט די אייגענע אויגן איבערצייגן, זעהן אז ס'איז דא טריפה! יא ס'איז דא טריפות! און נישט קיין חומרות נאר טריפה דאורייתא!
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

קלאר האט געשריבן:היינט איז דאנערשטאג אייער נעכטן, דינסטאג, האט מען געשאכטן עופות, ס'איז געווען 18 פראצענט טריפה!, 18 פראצענט טריפה מן התורה!!!, איך האב געמאכט היינט א חשבון 18 פראצענט פון עופות, דאס מוז זיי בערך 2500 עופות, פון א עוף קענען עסן 6 מענטשן לאמיר זאגן, 5-6 מענטשן, ווען דאס וואלט אריין קומען אין אידישע הייזער, רעכענט אויס 5-6 מאל 2500 אזויפיל אידן וואלטן געגעסן טריפות, און דאס מאכט טריפה די טעפ, ס'מאכט אלעס טריפה, ממש מ'עסט טריפות! און ווער ס'האט א ספק דערין לאדען איך איין, מ'זאל קומען זיך איבערצייגן מ'זאל זעהן אז מ'טרעפט טריפה.
.. כ'טוה איינלאדענען יעדען רב יעדען מורה הוראה ער זאל קומען און זאל זיך אליינס איבערצייגן, כ'טוה איינלאדענען יעדען רב ווען ער וויל, ער זאל קומען ער זאל זיך מיט די אייגענע אויגן איבערצייגן, זעהן אז ס'איז דא טריפה! יא ס'איז דא טריפות! און נישט קיין חומרות נאר טריפה דאורייתא!


איך וויל זיך נישט מתווכח זיין ווייל אויב איז די פאקט אזוי איז ברור אז מדארף דאס מתקן זיין.
איך האב נאר א הערה אויף דאס וואס ער זאגט אין דעם אויבנצוגברענגטן פאראגראף. מיר ווייסן אז רוב איז מתיר, אפילו עס איז א רובא דליתא קמן, דהיינו ס'איז זיכער דא א מיעוט'דיגער פרצענט פון טריפות - דאך איז דאס מותר. און ס'איז נישטא קיין שאלה אויף קיין טעפ, נישט אויף אוכלי טריפות, מ'זאגט נישט אז נמצא פון יעדע 100 בהמות זענן דא 5 וועלכע זענען טריפה, און פון יעדע בהמה עסן צוויי הונדרעט מענטשן, און מ'האט גשחטן 500 בהמות, מיינט אז 5,000 אידן עסן טריפות דאורייתא. מיר זענען נישט בודק אלע טריפות, נאר די וועלכע זענן שכיח, מיעוט המצוי. בודק זיין פאר מיעוט המצוי איז מדרבנן.
אבוויאוסלי, האלטן די "אנדערע" בתי שחיטה אז צומת הגידין, עכ"פ ביי זיי, איז נישט אין גדר פון מצוי. קען זען אז יענע דינסטאג איז גווען א "שווערע טאג", קען זיין זיי באקומען די עופות פון אנדערע מקומות. קען זיין לויט זייערע פוסקים איז טייל פון די עופות כשר וכו' וכו'. סא, דאס איז א מחלוקת בדין דרבנן צו מ'דארף בודק זיין בכהאי גוונא.
יעצט ס'קען זיין אז צומת הגידין איז א מיעוט המצוי, קען זיין אז נישט. יש לדון ולעיין. אבער פון דא ביז זאגן אז "מ'עסט טריפה" איז א שטיקל מהלך.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

איך הער אז אן קרית יואל האט געשאאכטן היינט פרייטוג נאכצוקומען די פארלאנג זייט די דרשה פין מהר''א, קען איינער אויסטשעקן?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

וויזוי קומט דא אריין די מעשה פון קדושת יום טוב?
לאל
האדם לא נברא אלא להתענג
מיקוה נייעס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:29 pm
געפינט זיך: און מקוה
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

שליחה דורך מיקוה נייעס »

signout האט געשריבן:איך הער אז אן קרית יואל האט געשאאכטן היינט פרייטוג נאכצוקומען די פארלאנג זייט די דרשה פין מהר''א, קען איינער אויסטשעקן?

מען האט געשאאכטן פרייטאג ווייל זינטאג איז עשרה בטבת און מען שעכט נישט היינט
נישט דא קיין לייכטערע זאך ווי א שווער פעקל געלט

געהערט און מקוה עס קומט גוטע צייטען
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

מען האט געשאכטן היינט אויך
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך גדעון »

א קונטרס געשריבן דורך א בלאט שרייבער, מיט הגהות פון א צווייטן איז ארויסגערינען פארן אנקומען צום דרוק,
איך וואלט עס ארויפגעלייגט אבער סאיז צו גרויס
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

הרב קארשינסקי האט פריגע וואך אויפגעטרעטן אין כולל רמ''א אין ווילימאסבוג
א אנוועזענדער האט מיר פארציילט, ער האט מסביר געווען וויאזוי די ווירוס גייט ארום
אין עס איז נישט מעגליך אז איין שחיטה זאל עס יא האבען אין די צווייטע נישט
ווייל עס צושפרייט זיך נישט אין די פארעם נאר בעפאר עס קומט אן צו די פארעם

ער האט פארציילט אז עס איז דא אינגאנצען איין חרדישע שחיטה - וואס ער ווייסט וועלכע זאגט אז זיי האבען נישט
טראץ וואס אפי' אין א אנדערע קאנדישע שחיטה איז מען בודק אין מען טרעפט
ער האט אפי' צוגעלייגט אז ער איז דארט געווען אין מען האט נאר געלאזט בודק זיין 100 עופות אין טראץ וואס יענע 100 זענען נישט געווען קיין טריפה
האט אבער געטראפען איינס וואס איז געווען געשוואלען ביי די פיס וואס צייגט קלאר אז די וויירוס איז דארט אויך דא
(אגב, זיי האבען מודה געווען אז זיי האבען שוין געהאט 4 מאל געטראפען, נאר זיי האבען עפעס א שרעקליכע סיעתא דשמיא אז ביי זיי צושפרייט זיך עס נישט :P )

איך גלייב אז איינמאל די זאך ווערט שטוהל ווערן, וועט יענער אויך אנהייבן בודק זיין, (פארשטייט זיך זיי וועלן טרפען א תירוץ)
ספציעל ווען די OU האט אויך אנגעהויבן פארלאנגען מען זאל אנהייבן בודק זיין
אין עטליכע קהילות אין מאנטריאל ארבעטן יעצט מען זאל ברענגן פלייש פין קרית יואל (סאטמאר, סקווירא, בעלזא, אין נאך א קהילה)
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

הרב יברוב במתקפה חריפה נגד 'העדה החרדית': "למעלה מ-20% טרפות"
החשש לטרפות שנחשף ב'בחדרי חרדים': השוחט הותיק הגאון רבי נחום יברוב, מגולל במכתב חריף את הסיפור המלא ואת סוגי הטרפות שנמצאו בעופות זקיבלו זריקות • "הייתי חייב על פי דין תורה להשיב את דעתי ללא חת ולא מורא שלדעתי אסור לאוכלם"
משה ויסברג יום ראשון כ"ו אדר תשע"ו 06/03/2016

סערת הזריקות בעופות של העדה החרדית: מי שהדליק את האש, הגאון רבי נחום יברוב מגדולי השוחטים, מגולל במכתב את הפרשה המסתעפת.

המכתב נתלה היום (א) בהיכלי התורה בירושלים וכן בישיבת מיר - בה נתלה בכמה מקומות ובחלקן כבר נתלש. כעת הוא מתפרסם לראשונה במלואו ב'בחדרי חרדים'.

את מכתבו החריף פותח הרב יברוב: "בנוגע לחששות שישנם בעופות שמזריקים להם חיסונים ב"שוק" הנה מעולם לא יצאתי למלחמה נגד איזה הכשר, ובפרט לא נגד ההכשר של "העדה החרדית" שכולם סמוכים על שולחנם רק כיוון שבאו לשאול את דעתי בנוגע לחששות אלו הייתי חייב על פי דין תורה להשיב את דעתי ללא חת ולא מורא שלדעתי אסור לאוכלם (ומה שיצאו מכתבים על שמי, המכתבים לא נכתבו לפרסום ברבים, אלא כדי למוסרם לרבנים מסויימים ורפסמו שלא לדעתי ובלי חתימת ידי".

הרב יברוב שופך על אור על מה שפורסם שהשתתף בישיבת הבד"ץ שהכריעה שאין חשש בעופות. "אך עתה לאחר שנתפרסם כאילו בהיותי אצל בד"ץ העדה החרדית שמעו את טענותיי והסכמתי להתירם, אני חייב להבהיר שלהד"ם וההיפך הוא הנכון (יש לציין שהבד"ץ לא הזמין אותי לדיון וחשבו לדון בעצמם רק אני הצעתי לגאון ר' משה שטרנבוך והוא השתדל שיסכימו שאני יבוא לדיון)".

הרב יברוב מפרט ומציין נקודה אחת מרכזית, שלאחר שבדק 350 עופות שיצאו מהמשחטה עם הולוגרמות של ההכשר, מצאתי למעלה מ-20 אחוז טריפות, וכל הטריפות נמצאו רק ברגל שעשו את הזריקה, ומתחילה לא התייחסו לטענותיי ואמרו לי שלא ייתכן שיש טריפות.

"גם המשגיח במשחטה אמר שבדק ולא מצא טריפות, ואמרתי ש-10 תלמידי חכמים ראו בעיניהם את הטריפות ומוכנים לבוא להעיד וסירבו בתוקף שאני יביא את העדים ורק לאחר הפצרות הסכימו שאשב עם אחד מרבני וועד השחיטה ונברר הדבר ואחרי כמה דקות כבר הדפיסו מודעות שהעופות כשרים בלי פקפוק".

"כל הכחשות והעלמות עין לא יועילו מול האמת הנראית לעין שיש למעלה מ-20 אחוז טריפות וגם לאחר שהוסיפו משגיח נמצאו הטריפות הנ"ל וזו ההוכחה שאותו חומר שנמצא על הרגל הוא לקותא שגורם טריפות בגידים".

בסיום מכתבו כותב הרב יברוב כמה סוגי טריפות: "א. נמצאו גידים קרועים, אשר ראש הגיד היה עטוף באותו חומר של ההזרקה, ונמשך כמו חוט וא"כ בוודאי נקרע קודם שחיטה. ב. כשקלפתי את החומר מעל הגיד החיצון, נקלף עמו כל עובי הגיד ונשאר גיד דק כניילון. ג. נמצאו גידים שחורים כזפת. ד. נמצאו גידים קרועים ומסולסלים וגם ראש הקריעה לא היה חתוך ישר, אלא בזיגזג שכידוע שזה סימן שנקע מחיים. ה. נמצאו גידים שנתמסמסו וכאשר שפשפו אותם בין האצבעות נמוחו בין האצבעות ועוד ועוד סוגי טריפות שברור שנעשו מחיים".

את מכתבו מסיים הגאון רבי נחום יברוב: "ובזה בטלה טענת הטוענים שכל הדברים שאמרתי נאמרו מתוך נגיעות שהרי לא אמרתי כלום רק הראיתי לכמה וכמה תלמידי חכמים שישבו אצלי בשעת הבדיקה וראו הכל בעיניהם בבירור גמור, והם מוכנים להעיר על כך בפני כל מי שצריך ועוד מלין רבים יש לי לומר בעניין אך אתן מחסום לפי לעת עתה".

עוד בנושא:
• בגלל זריקות: בעיה בעופות של 'העדה'
• סערת העופות: שחיטה לעיני הבד"ץ
• סערת הטרפות: במיר הפסיקו עם 'העדה'


המכתב של הרב יברוב. סריקה: בחדרי חרדים
בילד
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

www.bhol.co.il/98506/%D7%A1%D7%A2%D7%A8%D7%AA-%D7%94%D7%98%D7%A8%D7%A4%D7%95%D7%AA-%D7%91%D7%9E%D7%99%D7%A8-%D7%94%D7%A4%D7%A1%D7%99%D7%A7%D7%95-%D7%A2%D7%9D-%D7%94%D7%A2%D7%93%D7%94.html
סערת הטרפות בעופות: בישיבת מיר הפסיקו עם 'העדה'
ממלכת התורה לא לוקחת סיכון ונמנעת מרכישת עופות 'העדה', ב'כוכב מיעקב' הפסיקו לחשוש ובקרלין מרגיעים
משה ויסברג יום ראשון כ"ו אדר תשע"ו 15:45 06/03/2016

סערת הזריקות בעופות בעדה החרדית, שהביאו לחשש גדול כי מדובר בעופות טריפה, גרמה גם לפולמוס גדול בכל מה שקשור לצריכת העופות, בעיקר במוסדות התורה המרכזיים.

ל'בחדרי חרדים' נודע כי בישיבת מיר בשכונת בית ישראל בירושלים, צרכנית גדולה ומשמעותית של עופות, הפסיקו לקנות בשבוע האחרון עופות של העדה החרדית.

גם בישיבה הכלל חסידית 'כוכב מיעקב' טשעבין בירושלים נערכו דיונים סוערים בנושא כשרות העופות ובעקבות הסיפור - בשבוע האחרון לא היו עופות בכלל בישיבה בארוחות הצהריים, רק בשבת האחרונה חזרו העופות לסעודות בישיבה.

מנגד, בחסידויות נוספות בירושלים, כדוגמת תולדות אהרן ודושינסקיא, החליטו להמשיך לצרוך את העופות. האדמו"ר מדושינסקיא אף התייחס לכך בסעודה שלישית בשבת האחרונה ואמר שהבד"ץ פסקו שאין שינוי בכשרות והכל למהדרין ואין שום חשש.

גם בחסידות קרלין סטולין הוציא וועד רבני החסידות בארץ הודעה ובה נכתב: "לאחר שביררנו ובדקנו את הנושא כפי שידינו מגעת, מסתבר שאין כאן דין ריעותא, ואף להצד שיש בזה חשש ריעותא מסתבר שהוא בגדר מיעוט שאינו מצוי, ולפי זה מן הדין אין צריך בדיקה. אך ייתן שבעל נפש מן הראוי לבודקם לכלתחילה אצל רב או אצל בודק או להימנע מלקנות עופות שבחשש זה, כי ייתכן שהוא כעין שאלה שהורה בו חכם".

עדויות נוספות הגיעו ל'בחדרי חרדים' שחשף את הפרשה לראשונה לפני שבוע וחצי, כי קייטרינג גדול בירושלים המספק אוכל לעשרות מוסדות קיבל לידיו בחזרה למעלמה מ-5000 מנות של עופות.

גם אצל האחים לבית משפחת ברנסדורפר קיימת מחלוקת לגבי העופות. רק בשבוע שעבר נפתח מערך שחיטה חדש בכשרותו של הגאון רבי דוב לנדאו, לפי שיטת בעל ה'קנה בושם' הגר"מ ברנדסדורפר זצ"ל. ולאור הוראותיו ופסקי בנו הגאון רבי משה ברנדסדורפר אב"ד היכל הוראה בארה"ק ומגדולי הפוסקים בזמנינו, שאף יצא חוצץ נגד העדה החרדית ופסק שהזריקות מטריפות את העופות.

מנגד, בן אחר, הגאון רבי שמואל ברנסדורפר, פסק בערב שבת במכתב שפרסם בתשובה הלכתית שכל הנפיחות כתוצאה מהזריקות היא מחמת שהחומר אינו נספג כראוי והחריפות של החומר שורף ומכלה את הבשר מסביבו, וזה קורה רק כשנכנס החומר בעוף והמציאות היא שאינו משתנה לגריעותא מיום ליום ואין לזה שייכות לכל מיני ריעותות ודלקות שמכלים הבשר.


......................


http://www.kikar.co.il/194364.html
הרבי מדושינסקי: מותר לאכול עופות בכשרות 'העדה'
הרבי מדושינסקי יצא נגד תוקפי הכשרות של העדה החרדית ואמר כי "הבד"צ פסקו שאין שינוי בכשרות והכל למהדרין". במקביל, הרב ברנדסדופר מקים מערך שחיטה מתחרה לעדה החרדית על פי פסקי אביו
ישראל כהן|כ"ה באדר א' תשעו 21:21 05.03.16


סערת העופות: במהלך דברי התורה בטיש סעודה שלישית, התייחס האדמו"ר מדושינסקי לפרשת כשרות העופות של בד"צ העדה החרדית שמסעירה את הסומכים על ההכשר הידוע ואמר: "הבד"צ פסקו שאין שינוי בכשרות והכל למהדרין, אין שום חשש".

"לא רציתי לדבר בנושא, רק בגלל כבוד העדה אני אזכיר כמה מילים. אין שום בעיה בעופות בפרט אחרי שבית דין ישבו ודנו על כשרות העופות".

"בגלל שכשרות העדה החרדית הכי מהודרת, אז יש אנשים שמנסים להוציא לעז ולנסות לשבור את הכשרות של העדה החרדית, העדה החרדית היה הכשר הכי טוב ונשאר הכי טוב ואנו סומכים על מערכת הכשרות של העדה החרדית שזה תחת מרן הגאב"ד ובית דינו" הוסיף.

בכך, סומך האדמו"ר, שחסידותו נמנית על חוגי העדה החרדית, את ידיו על החלטת הבד"צ לפיה הכל נעשה כראוי וכדין ועל כן ניתן לאכול מהעופות שנשחטו בשבועות האחרונים ע"י כשרות העדה החרדית.

במקביל, יצר הגאון רבי משה ברנסדרופר שיצא חוצץ בשבוע שעבר כנגד שחיטת העופות של העדה החרדית שיתוף פעולה עם מומחה הכשרות הגאון רבי דב לנדו מחסידות גור, במטרה לשחוט על פי פסקי ההלכה של אביו הגאון רבי מאיר ברנדסורפר זצ"ל ללא השינוי שהונהג לאחרונה בכשרות העדה החרדית ושלשיטת רבנים שונים פוגע בכשרות העופות.
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

מרן הרב קנייבסקי שלח לבדוק שחיטת 'העדה': "להמתין בינתיים"
פרסום ראשון: סערת העופות שנחשפה לראשונה ב'בחדרי' ממשיכה להתפתח • בעקבות פניה לגר"ח קנייבסקי, תגיע מחר משלחת רבנים מיוחדת מטעמו לבחון את הנידון ההלכתי הסבוך • עד לשובה של המשלחת ולקבלת ההחלטה, הורה הגר"ח להמתין
אבי גרינצייג יום שני כ"ז אדר תשע"ו 14:17 07/03/2016


סערת הטרפות ב'העדה': לאחר שחשפנו אתמול (א) ב'בחדרי חרדים' את מכתבו של הגאון רבי נחום יברוב, השוחט הותיק שהאשים כי בעופות שבשחיטת 'העדה החרדית' יש לפחות 20% טרפות הנגרמות על ידי הזריקות, ולאחר שב'עדה' הכחישו את הדברים וטענו כי מדובר בבעלי אינטרס, הוזמנו כמה מבכירי הדיינים לבדוק את הנושא מקרוב.

ל'בחדרי חרדים' נודע כי גורמים בכירים ב'עדה החרדית' פנו ביממה האחרונה לביתו של מרן הגר"ח קנייבסקי כדי לקבל את חוות דעתו בנושא הסבוך והרגיש, בהיותו הסמכות ההלכתית הבכירה ביותר כיום.

הגר"ח קנייבסקי קרא לשלושה מחשובי התלמידי חכמים בבני ברק, ושלח אותם לקיים מחר סיור במשחטה ולעמוד מקרוב אחר החששות שהתעוררו, כדי שיוכלו להעביר לו את הכרעתם ודעתם ההלכתית, והגר"ח יפסוק בהתאם.

מדובר בגאונים רבי שבח צבח רוזנבלט, ראש בתי הוראה ב"ב וחבר בד"ץ שארית ישראל, רבי שריאל רוזנברג, ראב"ד בית דינו של הגר"נ קרליץ. ור' מנדל לובין, חתנו של הגר"נ ומראשי כולל חזון איש.

עד לשובה של המשלחת ולהכרעה ברורה בנושא, הורה הגר"ח לשואלים להמתין עם צריכת העופות המדוברים.

'בחדרי חרדים' ימשיך ויעדכן על הוראתו הסופית של הגר"ח קנייבסקי עם שובה של המשלחת ופסיקתו בנושא.
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

אינטערסאנט וויאזוי די זאך גייט, טייל פון די וואס זענען נוטה צום אי"ש מבני ברק בנוגע שיקן בחורים לכור ההיתוך האלטען מען זאל מחמיר זיין
מאידך גיסא הגאון רבי שמואל מרן הרה"י האט יא געהייסן זיינע תלמידים נישט חושש זיין צום פראבלעים

וואס גייט פאר ? די טשיקענס וויל מען ניצען פאר'ן צה"ל ?

א אנהענגער פון האי"ש שרייבט
בסופו של היום הזה עלה בי איזה הרהור של השגחה.
מי היה מאמין שהעה"ח הכשרות החזקה ביותר תחטוף מכה אחר מכה
עם העופות ועם התחקיר על רישום נישואין...

כנראה שהתערבותם על ריב לא להם ועל הקשר הלא כשר עם הפלג הפלס׳ שהרי הם בעצם לא בשיטתם (בחירות כספי מדינה)
מן השמיים הם משלמים ארבעה וחמישה...

יש דין ויש דיין!!!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: די ''צומות הגידין'' שערורי'

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לאודועי בעלמא - איך האב יעצט גע'ענדיגט א דזשאב און איך בין אוועיליבע"ל פאר ביידע צדדים טאמער מ'וויל שרייבען קונטרסים, בירורים, שאלות לרב וכדו' אויף דער נושא. מ'קען אויס'ארבעטען די לשיטתיה'ס פון אלע מחלוקת'ן כפי די מקילים בגיוס און די מחמירים בה, לוחמי עגל הציוני, ושותפיהם גירוריהם אביזריהם וכל שום וחניכא דאית להו. איך שטיי גרייט צו שרייבען ביידע קונטרסים, אז מ'זאל ריכטיג קענען האלטען קאפ מיט אלע סיפורי מעשיות.
ביטע שיקען בקשות צו litvak.fun.Budapest@gmail.com

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט