די לעגאלע קאמף איבער מציצה בפה אין נ.י. סיטי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
אריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך אריק »

אגב, עס וואונדערט מיך דאס וואס מען רעדט פון די לייסענס פלעטס "לעב פריי אדער שטארב" אז עס איז אומקאנסיטוטציאנאל, לויט ווי איך געדענק פון לעצטע מאל איך בין געווען אין ניו העמפשיר איז דאס יא דער לעגאלער לייסענס פלעט.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אריק האט געשריבן:אגב, עס וואונדערט מיך דאס וואס מען רעדט פון די לייסענס פלעטס "לעב פריי אדער שטארב" אז עס איז אומקאנסיטוטציאנאל, לויט ווי איך געדענק פון לעצטע מאל איך בין געווען אין ניו העפשיר איז דאס יא דער לעגאלער לייסענס פלעט.

דאס איז די אפציעלע לייסענס פלאטע, די סופרים קאורט האט אבער געפסקנט אז יעדע בירגער האט די רעכט צוצודעקן אדער אויסמעקן די פראזע פון די לייסענס פלעיט.
נח געציל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:30 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך נח געציל »

ייש"כ יידל פאר די באריכטן.

אגב, ווי איך פארשטיי ווארט מען יעצט נאר אויף א פסק איבער א "Preliminary Injunction", דאס הייסט אז דער געריכט זאל לייגן א "סטעי" אויפן געזעץ ביז ווילאנג זי באשלוסט צי דער געזעץ איז לעגאל צי נישט. ריכטיג?
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

יידל האט געשריבן:היות היינט גייט פארקומען די הירינג אין געריכט איבער די מצב"פ געזעץ האב איך נעכטן נאכט דורכגעליינט התאחדות' ענטפער צו די שטאט'ס טענות, און אפגעשריבן די תמצית הדברים (כ'לאז אויס די הקדמה ווייל די טענות וואס ווערן דערמאנט דארטן ווערן ברייטער אויסגעשמועסט שפעטער).
...
אויף די רעגירונג'ס טענה אז דאס אז זיי זיינען נישט לייסענסד גיט זיי נישט די רעכט צו טון ככל העולה על רוחם ענטפערן זיי אפ אז דאס איז נישט אמת וויבאלד הא גופא איז די סיבה פארוואס מוהלים דארפן נישט קיין לייסענס, טאקע וויבאלד די שטאט האט איינגעזען אז מוהלות איז נישט קיין מעדעצינישע סערוויס נאר א רעליגיעזע. און די זעלבע סיבה פארוואס די סיטי פארלאנגט נישט קיין לייסענס צו פראקטעצירן מוהלות, צוליב אט די סיבה קען די סיטי נישט ארויפלייגן רעגולאציעס אויף מוהלים. אין פאקט, שרייבן זיי, קען די סיטי נישט צושטעלן קיין איין(!) קעיס ווי די שטאט האט געקענט צווינגן צו רעדן מכוח "פראפעסיאנאלע ספיטש" (דאס הייסט אז מ'דארף נישט קיין סטריקט סקרוטיני אויף די פארלאנגטע ספיטש ווי כ'האב שוין ערקלערט אויבן אין די אריגינעלע טענות).

איז דאס אן אחריות'דיגע ארגומענט? קען דאס דען נישט צוריקקומען אין אונץ בייסן אין ...?
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

יידל האט געשריבן:דערנאך פרעגט ער אזוי. 90% פעלער פון הוירפיס קומען פון די מוטער און נישט פון מציצה בפה, אויב אזוי פארוואס טוט די רעגירונג מקדיש זיין אלע זייערע כוחות צו פארמיידן די 10% און טוט גארנישט צו פארמיידן הוירפיס וואס קומט פון די מאמע? למשל, ער שרייבט אז א קייזער-שניט געבורט פארמיידט גענצליך די מעגליכקייט אז א קינד זאל באקומען די וויירוס פונעם מאמען. אויב אזוי, פרעגט ער, פארוואס האט די שטאט נישט באפוילן דאקטוירים צו מודיע זיין פאר מאמעס פארן גיבן געבורט אז די נאטורליכע וועג טראגט מיט זיך א ריזיקע פון גורם זיין הוירפיס און אז אפשר זאלן זיין קאנסידערן א קייזער-שניט געבורט?... די תירוץ איז ווייל די שטאט האלט אז די ריזיקע איז גאנץ קליין און אז די בענעפיטן פון א נאטורליכען געבורט איז גרויס. אמת, זאגט ער. אבער די זעלבע איז אמת פאר מצב"פ. די חילוק איז נאר אז ביי מצב"פ זענען די בענעפיטן רעליגיעזע און דערפאר טוט די דעפארטמענט אף העלטה עס איגנארירן! אין אנדערע ווערטער, א קלארע פארלעצונג פון רעליגיעזע רעכטן.

דאס איז לכאורה א גאר-גוטע טענה. ניין?
נח געציל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:30 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך נח געציל »

בעצם איבער די גאנצע לעגאלע קאמף בין איך נישט אזוי קלאר וואס עס זענען די מאטיוון פון די צדדים און וואספארא צילן עס פירט זיי, אבער עס קוקט אביסל אויס אז די סיטי איז זיך ווערט דאס געלט, און אז די היימישע קאמיוניטי קען ווען אויך האנדלען די זאך בעסער.

די סיטי פון זייער זייט האלט אז מציצה בפה האט עפ"י סברה א גרויסע ריזיקע, זיי האלטן אז דאס איז א "עקלדיגע זאך", און זיי הייבן זיי נישט אן צו פארשטיין פארוואס די חסיד'ישע עקסטרעמיסטן ווילן דאס נישט אויפגעבן. גיי זיי מסביר פאר א גוי א זוה"ק. די סיטי וויל דאס פאר אלע קאסטן אפשטעלן, זיי האלטן אז דאס איז אביוז, פרימיטיוו, און גרויליג.

די סיטי, ווי עס קוקט אויס, האט זיך טאקע פארלאזט אויף אביסל א צווייפלהאפטיגע שטודיע, די טענות קעגן די שטודיע וואס ווערט אויסגערעכנט אין די געריכט פאפירן מצד די קלעגער קוקן אויס ריכטיג, און די סיטי אין אירע פאפירן טוט דאס דאכט זיך נישטאמאל פרובירן צו פארענטפערן. די סיטי אבער פארלאזט זיך אויף אנדערע מיינונגען פון פילע פראפעסארן און דאקטורים אז מציצה בפה קען זיין שעדליך, אבער דאס איז אלעס עפ"י סברה, און די קלעגער טענה'ן אז די מוהלים טוען פעולות צו פארמיידן די סכנה, ווצב"ש זיך אויסשווענקען די מויל וכדו', וואס דאס איז טאקע אמת לויט וויפיל איך ווייס. אבער די סיטי פון איר זייט האט נישט ארויס פארוואס מענטשן זאלן אפילו ריזיקירן מיט אזא פעולה, איבערהויפט ווען עס איז פארהאן אן אלטערנאטיווע וועג.

די היימישע קאמיוניטי פון די אנדערע זייט ווי עס קוקט אויס, האלט נישט געהעריג ביים קאאפערירן מיט די סיטי בכלל, איך גלייב נישט אז איינער לייקנט אז אויבנאויף עפ"י סברה האט מציצה בפה א שטארקע מעגליכקייט צו זיין שעדליך, אבער מיר ווילן אז די סיטי זאל ארויסשטיין פון אונזער ביזנעס, מיר טוען פעולות צו מינימיזירן די סכנה, מיר וועלן שוין אליינס קעיר נעמען און באשליסן וואס צו טון, און די סיטי זאל ווייטער רעגולירן קאקא קאלע. און מיר זאגן דאס בפה מלא. אבער מיר פארשטייען נישט, אדער ווילן מיר נישט פארשטיין, אז עס איז שווער פאר א רעגירונג אנצונעמען א טענה וואס זאגט בעסיקלי: קוק נישט אויף מיין זייט, מיינע מוהלים מיט די ביבער היטן וועלן שוין מאכן זיכער אז עס איז נישט פארהאן קיין סכנה. מען דארף קעגנקומען מיט עפעס מער זאכליכע פארשלאגן ווי טעסטן מוהלים וכדו'.

די אנדערע שאלה איז צי די רבנים מצדם לייגן בכלל אן ערנסטן געוויכט צו פרובירן צו זען ווי גרויס די ריזיקע איז באמת. נישט אז איך האלט אז פאר די רבנים "גייט נישט אן" אז בעיבי'ס שטארבן, מיין שאלה איז נאר צו "מען טוט עפעס" צו דערגיין דעם אמת.

אין די געריכט פאפירן טענה'ן די קלעגער אז די רבנים האבן אן אפמאך מיט די סטעיט אז מען וועט טעסטן דורך די. ען. עי. צו עס איז פארהאן א דירעקטע פארבינדונג צווישן מציצה בפה און הוירפיס, אבער די סיטי וויל זיך נישט צושטעלן דערצו. די שאלה איז אויף די סיטי פארוואס ווילן זיי זיך טאקע נישט צושטעלן דערצו? פון די אנדערע זייט וואלט איך געוואלט וויסן צו די אפמאך האט עפעס האפט, צו טוט מען טאקע דורכפירן די. ען. עי. טעסטן נאך א הוירפיס פאל צו וויסן צי עס איז פארבינדן מיט מציצה בפה? איך געדענק נישט מען זאל האבן גערעדט דערוועגן, און אין די ווידיאו'ס פון די התאחדות מיטינג האט מען דאס דאכט זיך אויך נישט אויפגעברענגט. אויב איז דאס אן אקטיווע שטודיע, אדער אויב איז דאס א זאך וואס מען קען דורכפירן, דארף דאס זיין די שטערקסטע טענה, הלמאי די סיטי איז נישט מסכים דורכצופירן א קלארע שטודיע מען זאל קענען איינמאל פאר אלעמאל פעסטשטעלן צי מציצה בפה איז אן ערנסטע ריזיקע צו נישט.

איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די נושא, במילא קען זיין אז איך בין נישט קלאר מיט אלע פאקטן, אבער דאס איז וויאזוי איך קוק עס אן.

די בעסטע זאך וואלט לכאורה געווען ווען דאס געריכט פארלאנגט דורכצופירן א פעסטע אינדעפענדענט שטודיע מיט די פולע קאפעראציע פון ביידע צדדים קלאר צו שטעלן די פונקטליכע שטאפל ריזיקע פון מציצה בפה. ווייל אויב האט יעדער פון די צדדים די ריכטיגע כוונות, דארף יעדער זיין צופרידן צו דערגיין דעם אמת איינמאל פאר אלעמאל.
נח געציל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:30 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך נח געציל »

עס לאזט זיך מיר נאכנישט אננעמען אז די רבנים האלטן אז עס פארלאנגט זיך מסירת נפש פאר מציצה בפה. ליבערשט קוקט עס אויס ווי זיי זענען שטארק סקעפטיש צו די מיינונגען פון "דעם גוי", און קוקן מיט חשדות אויף פארלאנגען "פונדערויסן" צו טוישן די מסורה. ווי אויך טענה'ן די רבנים אז זיי זעען באמת נישט קיין ערנסטערע ציפערן אין די היימישע קאמיוניטיס. און אויב אזוי פארוואס זאלן זיי מורא האבן פון א גרינטליכע שטודיע.

למעשה טענה'ט טאקע 'התאחדות און די אנדערע' אין די פאפירן אז זיי האבן יא מסכים געווען אויף א שטודיע דורך די. ען. עי., איז דאס טאקע ריכטיג? אויב יא איז דאס דאך א גוטע טענה, און אויב נישט זאל די סיטי זיי כאפן ביים ווארט און זאגן אז זיי זענען גרייט.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איינע פון די עפידעיוויטס זענען די סיטי'ס ענטפערס צו שאלות וואס די קאמיוניטי האט געשטעלט. אויף די שאלה פארוואס עס איז נישטא קיין ד.נ.א. עווידענס ענטפערט די סיטי אז די מוהלים האבן נישט געוואלט קאאפערירן. כ'מיין אז מ'האט עס שוין געברענגט דא אין שטיבל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
נח געציל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:30 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך נח געציל »

וועלכע עפידעיוויט, און וואו קען מען דאס זען?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נח געציל האט געשריבן:וועלכע עפידעיוויט, און וואו קען מען דאס זען?

אין יוני 19 האט די סיטי געמאלדן אז זיי גייען האלטן א הירינג איבער די פארגעשלאגענע געזעץ. זיי האבן דאן געמאלדן אז ווער עס וויל קען אריינשיקן געשריבענע קאמענטארן אויפן געזעץ. איין הירינג איז פארגעקומען אין יולי 23 און א צווייטע אין סעפטעמבער 13. ביים סעפטעמבער 13 הירינג איז דר. דזשעי ווארמא פון די דעפארטמענט אף העלטה איבערגעגאנגען אלע קאמענטארן וואס זענען אריינגעקומען. עס זענען אריינגעקומען א סך פון 21 קאמענטארן פון 18 מענטשן, 11 פון די 18 זענען געווען פרא די געזעץ און 7 דערפון זענען געווען אנטי די געזעץ. ביים הירינג האט מען אויך אויפגעשפילט א פאוערפוינט סליידשוי פון די קאמענטארן און די תירוצים וואס די סיטי האט אויף די טענות. אט איז די טראנסקריפט פון דר. ווארמא'ס ווערטער איבער די ד.נ.א. שאלה:

proceedings.png


און אט איז די פאוערפוינט פרעזענטאציע איבער די ד.נ.א. פראגע:

powerpoint.png


די צוויי דאקומענטן (די טראנסקריפט און די פאוערפוינט פרעזענטאציע) זענען עפידעיווידס פון די סיטי צו זייער דעפענס פון דעם געזעץ. (די טראנסקריפט איז גאלדבערג-קאהן עקזיבהיט F און די פאוערפוינט פרעזענטאציע גאלדבערג-קאהן עקזיבהיט G)

(אגב, אלע דאקומענטן וואס זענען נוגע צו דעם קעיס קען מען טרעפן אויף Pacer.com, קענסט מיר אויך קאנטאקטן אין אישית און איך וועל דיר געבן די דאקומענטן. פאר התאחדות' דאקומענטן קענסטו גיין צו protectmilah.org)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

(Reuters) - A Manhattan federal judge refused to block a New York City regulation requiring people who perform circumcisions and use their mouths to draw away blood from the wound on a baby's penis to first obtain written consent from the parents.

District Judge Naomi Reice Buchwald refused to issue a preliminary injunction to temporarily block the change to the city's health code, which some members of the city's Orthodox Jewish communities called an unwarranted government intrusion on religious freedom.

(Reporting by Jonathan Stempel in New York; Editing by Lisa Shumaker)

http://www.reuters.com/article/2013/01/ ... 0N20130111
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

1-0 די העלטה דעפארטמענט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

ראשעקאל האט געשריבן:די פסק

דא האט איר דעם גוטן לינק דער פסק
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

די ריכטערין האט אפגעווארפן אלע קלאגעס, איינס ביי איינס. ועל כולם שרייבט זי אין קלארע ווערטער:
There is ample medical evidence that direct oral
suction places infants at a serious risk of herpes infection
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

איצט דורכגעלייענט. זי שרייבט זייער צו דער זאך, על אף אביסל צו לאנג. די פליינטיפס זאלן מיר מוחל זיין, אבער זייערע טענות זענען דאך ממש לעכערליך.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

בלייבט נאר איבער צו חוקר זיין אויב מיר וועלן יעצט איינזען אז מיר לעבן נישט אויף אן אינזל, אדער מען וועט ווייטער גיין מיט'ן קאפ אין וואנט און דרוקן גרויסע פלאקאטן אז יהדות החרדית בסכנה נוראה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

די ניו יארק טיימס באריכט איבער דעם פסק
http://www.nytimes.com/2013/01/11/nyreg ... html?_r=1&
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

בלייבט איבער יעצט די גרויסע שאלה וואס גייען די מוהלים טוהן?

ווען גייט די זאך אריין אין עפעקט?

עס איז דא אזעלכע וואס טענה'ן אז מען טאר נישט אינטערשרייבען דעם צעטל, ווייל עס איז כפירה וכו'.

אויב איך בין א מוהל, וואלט איך נישט אנגענומען א ברית ווען דער טאטע שרייבט נישט אינטער. מיט איין תנאי וואלט איך יא אנגענומען, אז דער טאטע טרעפט א צווייטער מוצץ.

לכאורה איז דאס א שטארקע שלייףלאך (loophole) אין די געזעץ, ד.ה. די געזעץ פארלאנגט קלאר אז א מוהל דארף האבען קאנסענט פין די עלטערען, ווי איז אבער טאמער ווערט איינער א מוצץ, דאס הייסט אז ער מאכט נישט די ברית, ער מאכט נאר מציצה, דארף ער דאך נישט קיין שום אונטערשריפט.

דא איז די לשון פין די געזעץ.

[left]section 181.21 prohibits any person from
performing a circumcision that involves direct oral suction
without first obtaining the written consent of one of the
infant’s parents.[/left]

איז דאך געדרינגען אביסעל אהער און אהין, אז דער מוהל וואס מאכט דער ברית, דער סערקאמסיזשען, ער מוז האבען קאנסענט אויב עס "אינוואלווד" מציצה בפה.

מען קען זאגען אז אויב א צווייטער מאכט עס, טוט עס אינוואלווען, און מען קען זאגען, מה לי ולו, איך מאך מיר מיין חיתוך ופריעה, און א צווייטער מאכט דער מציצה.

ווי אזוי זאל זיין די געזעץ אויב דער מוהל מאכט נישט דער ברית, דער טאטע טוט שניידען אליין, פריעה מאכט דער מוהל, אויף פאל מאכט דאך קיינער נישט א סערקאמסיזשען, ווייל עס איז צוטיילט, אויף דעם פאל דארף מען דאך בכלל נישט קיין קאנסענט.

די אלע שלייף לעכער זענען וויכטיג, און לכאורה וועט מען נאך אויף קומען מיט בעסערע.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

זאל אויפקומען א נייע פאך פון א מוצץ
סוועט זיין דע מוהל דע קוואטער דע סנדק און דער מוצץ
והכל על מקומו בשללום
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די חשובע מו"ץ שליט"א איז מכובד מיט מציצה, הגאון ראש הישיבה שליט"א איז מכובד מיט קריאת הקאנצענט פארם...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בד"וו, אז מ'רעדט שוין. וויאזוי שרייבט מען ארויס "מצב"פ"?
מציצה בפה. אדער - לויט ווי ס'הערט זיך אויף כל מבסר "מציצה בפעי"?
Under influence
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

איחוד פעלד האט געשריבן:בלייבט איבער יעצט די גרויסע שאלה וואס גייען די מוהלים טוהן?

ווען גייט די זאך אריין אין עפעקט?

עס איז דא אזעלכע וואס טענה'ן אז מען טאר נישט אינטערשרייבען דעם צעטל, ווייל עס איז כפירה וכו'.

אויב איך בין א מוהל, וואלט איך נישט אנגענומען א ברית ווען דער טאטע שרייבט נישט אינטער. מיט איין תנאי וואלט איך יא אנגענומען, אז דער טאטע טרעפט א צווייטער מוצץ.

לכאורה איז דאס א שטארקע שלייףלאך (loophole) אין די געזעץ, ד.ה. די געזעץ פארלאנגט קלאר אז א מוהל דארף האבען קאנסענט פין די עלטערען, ווי איז אבער טאמער ווערט איינער א מוצץ, דאס הייסט אז ער מאכט נישט די ברית, ער מאכט נאר מציצה, דארף ער דאך נישט קיין שום אונטערשריפט.

דא איז די לשון פין די געזעץ.

[left]section 181.21 prohibits any person from
performing a circumcision that involves direct oral suction
without first obtaining the written consent of one of the
infant’s parents.[/left]

איז דאך געדרינגען אביסעל אהער און אהין, אז דער מוהל וואס מאכט דער ברית, דער סערקאמסיזשען, ער מוז האבען קאנסענט אויב עס "אינוואלווד" מציצה בפה.

מען קען זאגען אז אויב א צווייטער מאכט עס, טוט עס אינוואלווען, און מען קען זאגען, מה לי ולו, איך מאך מיר מיין חיתוך ופריעה, און א צווייטער מאכט דער מציצה.

ווי אזוי זאל זיין די געזעץ אויב דער מוהל מאכט נישט דער ברית, דער טאטע טוט שניידען אליין, פריעה מאכט דער מוהל, אויף פאל מאכט דאך קיינער נישט א סערקאמסיזשען, ווייל עס איז צוטיילט, אויף דעם פאל דארף מען דאך בכלל נישט קיין קאנסענט.

די אלע שלייף לעכער זענען וויכטיג, און לכאורה וועט מען נאך אויף קומען מיט בעסערע.

באמת גוואלדיגע איידיע! :like איך בין אפילו נישט זיכער, באמת ג'רעדט, אז די לאיערס האבן ג'טראכט פון דעם. עס איס א מצוה לפרסם (אויב מצב"פ איז א מצוה...).
למעשה, איז דא איין פראבלעם, אז די וואלידיטי פון דעם "שלייפלאך" ( :lol: ) וועט נאר נתברר ווערן דערנאך וואס א מוהל וועט ג'קלאגט ווערן, און דאס טענה'ן אין קאורט. איך בין נישט זיכער אז צופיל מוהלים וועלן גרייט זיין צו ווערן די נחשון'ס און דאס אויספרובירן. עספעשלי, ווען באלד נאך אזא רולינג, און אפילו בלויז נאך אזא ארגומענט אין קאורט, וועט די שטאט באהערדע טוישן די ווערטער פון דעם געזעץ.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
פארשפארט