דפוס האלמנה והאחים ראם

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4735 מאל

דפוס האלמנה והאחים ראם

שליחה דורך יידל »

א קורצע איבערבליק: די באקאנטע דפוס האלמנה והאחים ראם, וועמען מיר האבן צו פארדאנקן די בארימטע ווילנא צורת הדף פון תלמוד בבלי און די אריגינעלע ווילנא פאנט, איז געגרינדעט געווארן אין תקמ"ט, 1789 למספרם דורך א רוסישער איד מיטן נאמען ברוך ראם. ווען ער איז געשטארבן אין תקס"ג, 1803 למספרם, איז די דרוקעריי אריבער צו זיין זון מנחם מן ראם. מנחם מן האט אנגעהויבן דרוקן דעם תלמוד בבלי אין א נייעם אויסלייג בשנת תקצ"ד, 1834 למספרם. דאס האט כידוע געברענגט צו א ריזיגע קאפירייט געפעכט מיט די סלאוויטע דרוקערס אין וועלכע די האלבע וועלט איז געווען אריינגעמישט. די געפעכט האט זיך געענדיגט אין תקצ"ו, 1836 למספרם ווען מ'האט געפונען א סלאוויטע ארבעטער אויפגעהאנגן און די רעגירונג האט דאן פארמאכט כמעט אלע דרוקערייען חוץ ווילנא און זיטאמיר. ווען מנחם ראם איז געשטארבן אין תר"ב, 1841 למספרם, איז די דרוקעריי אריבער צו מנחם מן'ס זון און אייניקל: יוסף ראובן און זיין זון דוד. יוסף ראובן איז געשטארבן אין תרי"ח, 1858 למספרם און דוד בלויז צוויי יאר שפעטער אין תר"כ, 1860 למספרם. ווען דוד איז געשטארבן איז די דרוקעריי אריבער צו זיין אלמנה, דבורה, און צו זיינע צוויי ברודער, חיים יעקב און מנחם גבריאל בני יוסף ראובן. אין 1863 האבן זיי ריברענדעד דעם דרוקעריי אלץ "דפוס והוצאת האלמנה והאחים ראם", און די שוועגערין איז באשטימט געווארן אלס די CEO פון די דרוקעריי.
אט איז א בילד פון דוד'ס אלמנה דבורה (זעט אויס ווי זי גייט מיט שייטל), און איר שוואגער מנחם גבריאל (זעט אויס ווי ער גייט אין הוילן קאפ).

rohm.jpg
rohm.jpg (25.62 KiB) געזען געווארן 3156 מאל


אינטערעסאנט אז דא אינדענטיפיצירן דעם מאן אלץ דבורה'ס שווער יוסף ראובן, אבער לכאורה איז די ריכטיגע אינדענטפיקאציע מנחם גבריאל, ערשטנס איז די צייטונג פון ווי די בילדער קומען מסתמא מער באגלייבט און צווייטנס איז מסבר אז די בילדער זענען פון די זעלבע תקופה.

די געביידע אין וועלכע די דרוקעריי איז געווען סטאנציאנירט אין ווילנע
Rohm2.jpg
Rohm2.jpg (41.33 KiB) געזען געווארן 3156 מאל


די ארבעטער אינעם דרוקעריי
Rohm3.jpg
Rohm3.jpg (39.38 KiB) געזען געווארן 3156 מאל
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר