געפילטע פיש האט געשריבן:דאס אז די טאטע האט עם געלאזט נעמען זיין טאכטער אין קאנטרי איז נישט אזא גרויסע קושיא, לויט ווי די מעשה זעט אויס זענען די עלטערן אוועק געפארן ערגעץ, און נישט וועלענדיג זי זאל זיין הפקר האבן זיי איר איבערגעלאזט אין נ"וו רשות, און עם געגעבן זייער קאר איר מיטצונעמען ווי ער גייט.
יא אזוי זאגט פארקאש אינעם אינטערוויא אז נחמיה איז ממילא געפארן אין קאנטרי פאר זיין באנגעלוי קאלאני און דער טאטע קרויס האט געבעטן ער זאל איר מיטנעמען זי זאל נישט ארומהענגען ווילאנג זיי זענען געווען ערגעץ אוועק און האט געגעבן נחמיה זיין קאר. אין מיינע אויגן זענען די פארקאש טאטע און זוהן זייער אויפריכטיק און שכל'דיק אויפן שוי. פראנקפורטער איז אויך זייעריושר'דיק לצדינו אפילו מען האט ארויסגעווארפן עמי פון וויליאמסבורג.