איינער האט געשריבן:דער עיקר פראבלעם מיט וועד הצניעות, איז accountability.
ווער האט זיי געשטעלט?
ווער קען אדער איז א מעמבער פון דעם וועד?
צו וועם באריכטען זיי?
וואס איז זייער סטאנדארד פאר באווייזען?
וואס איז זייער מיסיע?
עבירות שבין אדם למקום איז אויך זייער ביזנעס?
ווען זיי האבן איינעם אומשולדיג באשולדיג, אדער זיי אביוזען זייער מאכט, צו וועמען קען מען זיך ווענדען?
ווילאנג די אלע קשיות זענען נישט קלאר געשטעלט, זענען זיי נישט מער ווי א גרופע געזעצלאזע באנדיטען.
געוואלדיג!
נאר אפילו אז איך וועל שוין יא זאגן אז זיי באריכטן צו דעם רבי'ן און צו יענעם רב. איז נאכאלץ די שאלה, ווער האט גשטעלט יענעם אלס רבי? ווער האט יענעם אויפגנומען אלץ רב?
דער גרינגער תירוץ אויף די שאלה איז: דער עולם. דורך דאוונען איז זייער ביהמ"ד דורך לערנען אין זייערע ישיבות.
אבער דאס איז א גרויסע טעות. מיר קענען באשטיין צו דאוונען/לערנען ביי עמיצן, און אפילו טרינקן ביר ביי זיינע טישן און געבן געלט צו זיינע דינער'ס, אבער איך וואלט נאך אלץ נישט געוואלט אז ער זאל האבן דאס לעצטע, בעסער גזאגט: דאס איינציגסטע, ווארט אויף דיני נפשות פון אונזערע יונגע נשמה'לאך.
דער צייט איז געקומען אויפצונעמען א וועד הרבנים. יא דורך עלעקשיאנס. און ס'זאל האבן טשעקס און בעלענסעס - רבנים ראשי קהלה, אלופים וכו'. והעיקר, עס זאל זיין טרענספערנסי=דורכזיכטיגקייט, צו פארזיכערן אז ס'איז נישט פאראן קיין קארופציע ביי אזא וויכטיגע נושא.