קופערניקוס מאכט א חשבון הנפש צום 100סטן בלאט אין די סומאטאכע

לכבוד המאורע פון דערגרייכן דאס הונדערטסטע בלעטל אין דאס לענגסטע אשכול אין קאווע שטיבל, האב איך זיך געזעצט דורכנישטערן דעם לאנגן סומאטאכע אשכול. יא, די סומאטאכע איז גרויס, אבער איך בין אויפגעצויגן געווארן מיט סיפורים פון גדולים וואס האבן געענדיגט גאנץ מסכת בכורות אין איין נאכט ווען די קאפריז איז זיי אריין גאר שטארק..
אלזא, איך האב אן קוקן און עס שטעלט מיר זיך ארויס אז די שיטת השילוב, פון משלב זיין סופו בתחלתו איז אמת, א געפיל פון דא-דזשע-ווא נעמט מיר ארום. פון די ערשטע בלאט ווען מען שרייבט תמימות'דיג איבער א מסיבה אין קאנטינענטאל ווי די גוי'אישע מידיא האט זיך אנגערוקט און ענגלמאן שרייט, ביז די ענדע, ווען מען רעדט צו דערשאוויטץ נעמט אן די קעיס, האבן זיך זייער ווייניג מענטשן געטוישט די מיינונג.
יא, מען בלייבט ביים זעלבן. לויט די קלענערע גרופע יש אומרים זיצט נחמי' און שמייכלט זיך אונטער ווי א מאניאק, זאגנדיג, "אוי איז עס פיין געווען, אוי איז עס פיין געווען. יא, טורמע, א היבש טייערע פרייז, אבער אוי איז עס פיין געווען".
לויט די רוב זיצט ער אין זיין טורמע צימערל און זיין הארץ איז צובראכן, ער קוקט אויפן דאך און זוכט יוסטיץ, ער רייסט זיין אייגענע נשמה, ער פרעגט, וויאזוי קען עס זיין? וויאזוי קען א מיידל זיין אזא כפוי טובה און מיר אזוי באגראבן?
לויט טייל איז אונזער סיסטעם פערפעקט און די מידיא, די יוסטיץ סיסטעם, די גויים, די אפגעפארענע, און אפילו בן תמליון'ס געוועזענער מדריך אין צעלימער קעמפ, זענען אלע קארופטירט. לויט די זעלבע מהלך איז פראנקפורטער יא גוט, יעצט לעת עתה. עזרא פרידלענדער איז נישט גוט אויף די מינוט, פארקאש איז א גוטער לויער, יניב איז א שונא ישראל, און מענטשן ווערן זעלטן מאלעסטערט, און די וואס יא, וועט יודל שלעזינגער געבן א שארפן פסק, אדער גאר מאכן א שטרענגע פאוני קאלל און די זאך ווערט מסודר.
לויט טייל איז אונזער סיסטעם קראנק מכף רגל ועד ראש, ניטאמאל הצלה איז א גוטע אויפטוה, די גוי'אישע וועלט איז טויזנט מאל מער מסודר, עזרא איז אויטמאטיש גערעכט, פארקאש סאקט, פראנקפורטער איז אן אפארטוניסט, ווער ביי אונז עס איז נאכנישט געווארן מאלעסטערט איז ווארשיינליך א מאלעסטערער און יעדע ספק מאלעסטערער דארף ווערן איינגעגעבן צו די פאליציי.
אינמיטן פון די עקסטרעמע זייטן זענען געשטאנען די חכמי השטיבל, יאנקל און יידל, זיי זענען שטענדיג געבליבן ניכטער, כל רוחות שבעולם לא הזיזום, יאנקל ווי א סופרים קאורט הויפט ריכטער האט געלאסן און קלוג ווידערהאלט זיין מעסיגע שטימע, אביסל גענויגט מער צו די צווייטע יש אומרים; און יידל ווי א שטייפער פראפעסאר האט ערקלערט זיינע פוינטס אויף גאנץ אן ענליכן שניט. פשוט קאמפליצירט האט געזאגט זיינע קלוגע רייד ביי קאנטינענטאל, אבער ביים געריכט הויז האט ער שוין נישט געוואלט נעמען קיין שטעלונג. יואליש האט דא דארטן געשניטן שטיקער מיט זיין שארפע שפיזיגע פענע.
אני הקטן האלט אז דעא אמת איז אביסל אינמיטן. אונזער סיסטעם שטינקט, און די יוסטיץ סיסטעם שטינקט אויך; מיר נעמען נישט גוט קעיר פון מעלעסטעישאן, אבער דער תיקון השלם וועט נישט קומען פון נחום, נישט פון קיין שמוץ, נאר פון אינערליכע שינויים און אויסגעברייטערטע קעפ ; די גויים ווילן אונז נישט הרג'ענען, אבער עס איז מעגליך אז די נוא יארק פאוסט זענען געמיינע יונגען; ר' נחמי' האט א גוטע רעקארד, אבער מענטשן מיט גוטע רעקארדס קענען זיין מאלעסטערער; די מיידל איז א מופקרת, אבער מופקרות'ן קענען אויך זאגן אמת. די מיידל האט שטארק געוויינט, אבער פאלשע טרערן איז נישט קיין נאווינע; על כל פנים, איך בין נישט הייס אויף קיין איין זייט.
איחוד פעלד, א שטארקער שטיצער פון צד ב', איז פאר עטליכע שטונדן געווארן פון א צוויי און דרייסיג יעריגער יונגערמאן, פארוואנדלט צו א צוויי און זעכציג יעריגער מיטן נאמען וואלצער, און דעריבער האט ער זוכה געווען צו זיין דער יחיד וואס איז עולה צו די תוכחה.
פאר א קורצע תקופה איז פונעם ווייטן וואסער ברונעם געקומען צו לויפן יאסעלע דער וואסער טרעגער, אבער ווען ער האט געזעהן אז נישט יעדער קויפט זיין וואסער פאר גוט געלט, האט ער אויסגעגאסן די מים המאררים און געלאפן צום מקום ווי מיר זענען קריאת שמע און געשריבן אז מיר זענען אלע כופרים. די שאלה איז צו אויב דערשאוויץ וועט אננעמען די קעיס וועט ער צוריקקומען און פארגעסן די כפירה, אדער אפשר וועט ער זיך א נאמען געבן יאסעלע האלץ האקער.
איך בין א גרויסער שטיצער פון בן תמליון, זיינע שיר השירים'ס זענען מיר צוגאנגען אין אלע גלידער, איך האב שוין לאנג געוואלט זיך באקענען מיט דעם וואונדערליכן קריטשור, און דא, ב"ה ביי די פרשה, ווייס איך שוין אביסל איבער אים, אז ער האט זיך געפאשעט אין די צעלימער מחנה, איך נישטער זינט דעמאלטס אין די צעלימער ארכיוון צו טרעפן אינפארמאציע איבער די תמליון פאמיליע וואס האט אריינגעשיקט אהער זייער קינד.
און יעצט איבער אונזער טייערן פריינט זר זהב, אונזער באליבטער חתן השטיבל, דער וואס האט אונז אלע אזויפיל משמח געווען, אונטערגעהאלטן און באגלייט מיט זיינע אייביגע תגובות. ביי אים האט זיך ארויסגעוויזן אז אויסער זיין קאפ, פארמאגט ער א הארץ. א גרויסע הארץ. ער האט ממש געבלוטיגט, עס האט אים וויי געטון די מצב פון נחמי', און האט גענומען גאר פערזענליך די מצב. לאמיר האפן אז די גאנצע מעשה וועט נישט אפעקטירן די לאנגיעריגע קשר של קיימא צווישן קאווע שטיבל און זר זהב, לא נתנשי מיניה ולא תתנשי מינן.
צווישן אלע זאכן איז ארויסגעקומען אסאך כשרון, יידל האט געווארפן מיט שואל ומשיב'ס, יאנקל האט געווארפן מיט לעגאלע הסברים, ראשעקאל האט אונז באגאסן מיט צייטונגען, געפילטע פיש און קאווע טרינקער האט געווארפן זייערע קלוגע און שארפזיניגע תגובות, דבילה האט פון צייט צו צייט זיך אנגערופן ווארעם מיט דברי חכמה (ביי די וועי, ווי איז דער געטרוקנטער פייג לעצטנס?) הדד בן בדד האט דא דארטן תורם געווען זיסע רייד, ווען אוטספאוקען האט זיך אנגעטון א פאליציי אוניפארם איז ער אויך געווארן דא גאר א שטארקער דעה. לאמיר נישט פארגעסן ידען, דעם שטילן חכם וואס מאכט זיך ווי א בלויזער שואל, אבער איז א חצי תשובה, האט געעפענט דעם אשכול און דא-דארטן אריינגעווארפן אפאר תגובות מיט טעם. די נייע דור חכמי השטיבל ווי יאיר, לעיקוואד און נאך עטליכע זענען געווארן אקטיוו ווען די אשכול האט שוין געהאט שתי שערות, און זייערע הערות זענען שיין קענטיג.
די סומאטאכע אשכול איז געווען אזוי שטארק, אז געוויסע צימעס עדיקטס, וואס זענען נאר דא בלויז להגן על רבותיהם ולעשות רצון צדיק, האבן זיך אריבערגעפעקלט צו לאזן הערן מיינונגען בדברים העומדים ברומו של קאורט הויז.
אינמיטן די גאנצע אשכול קומט בנימין פרענקל און שרייבט קלארע דיבורים "חתוך את צואת השור", אוי, דאס איז וויכטיג געווען, ווען ווערטער קענען ווען שניידן, ווען אלע שור אפפאל גייט ווען אראפ, וואלט די סומאטאכע אשכול פארמאגט נאר צען בלאט...
די זאך גייט אזוי ווייט, אז א ליטוואק ווערט אן היימישער דורכאויס די גאנצע שערוריה, און מיר האבן דא א נייעם נכס צאן ברזל היימישער ליטוואק. אפשר א שכן צו לעיקוואד.
מיט יארן צוריק האט א פארשוין וויינגארטן זיך באקרוינט אלס לעמאן דזשוס, און א גאר גוטע זאך איז ארויסגעקומען דערפון אז מיר האבן באקומען דא אין שטיבל א געשמאקן פעסטן חבר, ר' לעמאן דזשוס. געמיינט האב איך אז ער איז נאך איינער פון די עריות שבחבורה, וואס כבולעו כך פולטו, אבער ניין, ער איז פון די אריות שבחבורה!
פון לעגאלע, תורה'דיגע און פילאסאפישע נושאים איז מען אביסל געגאנגען צו פינאנץ, צו דן זיין וויפיל איז ווערט א יונג מיידל, וויפיל חמשים כסף איז, און צו לויט די תורה איז דא עפעס א גרעסערע עונש ווי חמשים כסף פארן מאנס ומפתה זיין.
צווישן אלע זאכן רעדט מען איבער הלכות ייחוד, הלכות עדות, איבער לייסענס פאר א טעראפיסט, פרייזן פאר טעראפי, איבער מאלעסטעישאן, איבער אפגעפארענע קינדער און אלעס ארום.
ווען די דזשורי קומט צוריק מיט די שולדיג אורטייל איז א פחד. די מפקפקים בזכותו פון ר' נחמי' וואגן זיך נישט צו יובילירן; און זיינע הייסע חסידים ווילן זיך באוואפענען און ארויסגיין אין א קאמף קעגן אמעריקע. א אויפשטאנד איז פארמיטן געווארן די לעצטע מינוט.
ווי אויל צום פייער, בליטש צום אויג, און לעמאן דזשוס צום קאורט האוס, קומען צו די טוץ ארעסטן, פון מישקאלצער בני קדושים, אברמעלע רובין דער בעל אכסניה וואס ווערט שפעטער ביי זאב ברענער אויס בעל אכסניה, דער בליטש גיסער, לעמאן דזשוס, יאסעלע פליט און נאך אפאר אידן ארינגס און ארום, און דאס איז מבטיח די אריכות הגלות פונעם סומאטאטאכע.
אינמיטן פון אלעס קומען אריין אנשים פשוטים ווארפן אריין א אויסדרוק ווי "אבער דינא דמלכותא דינא?" און ווערן צומאלן "שוטה, מען האט שוין טויזנט מאל מסביר געווען אז..." אדער א קווינס בחור שרייבט "איניסענט אנטיל פראווען גילטי" און מען באוואשט אים "עס מיינט נאר אז..." דא דארטן קומט איינער מיט הייסע ווארע פון מקוה אז נחמי' האט אויך מאלסעטעט זיין זיידע ע"ה אין מקוה אין טרעזיענשטאט, און איך בין נישט מקנא וואס ער כאפט אריין פון זר זהב און בן תמליון.
די זאך גייט אזוי ווייט אז איחוד פעלד באשאפט א ספעציעלע חתימה אויף זיין נאמען, מיט האלב אוצר החכמה אויף דערויף. קומט דערנאך אוהב דעת און שרייבט א תשובה להלכה לסתור את דבריו, אין זיין אייגענע חתימה.
איך שוטה, קלער אז מען זאל אפשפארן די אשכול, אבער עס בלייבט אפן, און עס בליעט. איך בין מציע אז מען זאל מאדיפיצירן (קרעדיט: יידל פון די מאדיפיצירטע סעלמאן פיש) די אשכול און די ווארט סומאטאכע זאל מען העברעאיזירן צו "סומטחה" אבער, ווידער, דער שופט שרייט אויס "דענייד".
לויט "דער איד" איז אלעס נארישקייטן, דער עיקר אז מען זאל נישט ארעסטירן דעם חזון איש'ס רבי דוד שמידל. דער בלאט נעמט אריין א לעפל שטימעניש, און אפילו די הגיגים פונעם הגה"ק פון דער בלאט, אויפן פסוק הכזונה יעשה את אחותנו ווערט נישט געברענגט דארטן. ווידעראום די צייטונג האלט אז אונזער עקזיסטאנציאנאלע פראגע איז געוואנדן אין די דזשורי שערוריה.
שוין, ביני לביני, זעהט מען שוין דעם הונדערטער, א כברת דרך (יא, שירת ואני איז די וואך) איך רייב מיר שוין צו שרייבן אויף די הונדערטסטער בלאט, קומט א קוטשא-פאיע-נעקי (קרעדיט: קוני, עיין עוד באשכול העתיד להגיע למאה, על נחום ראזנבערג) און כאפט מיר אויס...
נו, וואספארא מוסר השכל נעמט מען ארויס פון די גאנצע הונדערט בלאט?
אז אויב ווילסטו זיין דער וואס שרייבט די ערשטע תגובה אויף פעידזש נומער 100 זאלסטו שטיין דארטן באצייטנס, טיפש!

- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
זייטס נישט בייז, איר ווייסט דאך אז ביי אונז אין די ליטא איז דא א גבול אויף ליצנות. איך מיין גאנץ ערנסט וואס איך גיי שרייבן איצט.
דוכט זיך מיר אז דער נושא, על מאה דפים שלו, איז נישט קיין "לאפינג מעטטער". צוויי צובראכנע משפחות, אומגליקן אויף כמה וכמה מענטשן, אין לשער ואין לתאר. יעצט, אז עס פאלט אריין א ווערטל אינמיטן איין אשכול פון 100 בלאט, נו, נישט גפערליך. אבער צו מאכן פון דער גאנצער זאך איין ליצנות, איז נישט עטטיש און טעם-לאז.
נאנ-דע-לעס, האב איך הנאה גהאט פון דיין שרייבן לכשלעצמו. אבער איך רוף צו פארמאכן דעם אשכול. און אריבערפירן דיין שיינע תגובה צום אריגינעלעם פאטער-אשכול.
איצט גיב איך רשות צו לאכן פון דעם זויערן טריקענעם ליטואק...

"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
מען לאכט נישט דא פון דעם באטרעפנדן, איך האב נישט דא גרינגשעצט אין זייער צער, פארקערט איך בין געווען מער סענסיטיוו ווי אסאך אנדערע ; דא לאכט מען פון אונז. פון אונז אלע. די דאזיגע שערוריה האט אונז אלע געשטעלט אויף א פארהער, איך שרייב דא איבער אלע פון ענק, איבער קאווע שטיבל און אירע חברים און נישט איבער די צוויי צובראכענע משפחות. ווי די קעפל לויטעט צום הונדערטסטן בלאט פונעם סומאטאכע עס איז א קאווע שטיבל סומאטאכע וואס האט אויפגעטריבן הונדערט בלאט, אסאך נייע מעמבער, אסאך שונאים וידידים, אסאך מיינונגען און געפילן, און פון מיין נארישן פוינט אף בליק אסאך הומאר
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
קופערניקוס, אן איבערפלוס פון כשרונת
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- געוואלד געשריגן
- ידיד השטיבל
- הודעות: 347
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
ראשעקאל האט אריינגעשאסן אינעם 100 מיט א באמבאסטישן בריוו פון יענקי...
איך ליין און וויין,
מען האט פארברענט נשים, ובתולות עינו
ס׳טוט זיך ס׳רודערט,און איך קען מיך נישט צוזאמנעמען
מה עשה הקב״ה, אריינגעיאגט אין קופערניקוס זיין רוח מזרחית און עס גייט א רויעך....
לאל. לאל. לאל
פאר אזא חזרה האט זיך געלוינט צו לערנען

- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
כאב מיך אויפגעוועקט זייער פרי פארטאגס (ווי איז די פארטאגס אשכול?) און כאב מיך נישט געקענט איינהאלטען און גענומען מיין טעלעפאן און שנעל געלאפען צו קאווע שטיבל און איך זעה אז וועבערמאן אשכול האלט שוין ביי די הינדערטסטע בלאט. און פליצלינג באמערק איך אז קופערניקוסהאט געשריבען עפעס א גוטס וואס יעדער רעט פון, און נאך לייענען ראשעקאלס אימעיל פון הארעוויץ האבעך געגאנגען לייענען דיין ארטיקעל. איך לייען און האב א הנאה פון יעדע שורה. כאב אינגאצען פארגעסען אז איך בין מיעד. איך ווער פיל מיט אויסגעריהטע פריילעכקייט. א כפרה מיין שלאף. אזעלעכע ווערטער איז ווערט א שלאפלאזע נאכט. איך לייען און סע זיס, יעדער ווערט באשריבען און איך הייב אהן צו טראכטען און ווייטאג קומט אריין אין מיר. פון ידען האט מען זעכער פארגעסען. ער האט געמאכט די אשכול, און יעדע מאל מע זעהט די אשכול דערמאנט מען זעך אז סע דא דא עפעס א ידען, אבער מע וועט נישט שרייבען פון איהם. אפי' איין לייק האט ער נישט באקומען אין די גאנצע אשכול. און איך קעניש האבען טענות. כאב כמעט נישט געשריבען דארט. כאנישט קיין מיינונג ביי אזעלעכע זאכען. איך בין טאקע אויף די זייט פון די קרבן ווייל איך האב אליינס געפילט וואס סע מיינט צו ווערען מאלעסטערט ווי כאב געשריבען אין מאחורי הפרגוד (איך מיין אז איך האב די ערשטע געווען וואס האט געשריבען וועגען מיין פערזענדליכע ווייטאג און נאכדעם האבען שוין אנדערע אויך געשריבען) און איך האב נאך א סאך אנדערע מעשיות צו שרייבען , אבער פינקט אזוי ווילעך נישט אנעמען אז אזא שמייכעלדיגע זיסע מענטש האט פארברענט מיידלעך, אויזער אויב סע אמת... האבעך נישט געוואלט מיך ציקריגען און זיך אריין לייגען אין וועבערמאןס קאפ אדער אין מיידעל.. (אבער די כח וואס די מיידעל האט איז נישט צו גלייבען. אדער איז זי א מלאך אדער א ליגענער און א עקטרעס... ) אבער קופערניקוס האט נישט פארגעסען און יא מיך אריין געלייגט און דערמאנט זיך אז איך האב עפעס אריין געלייגט ביי די אשכול. ישר כח פאר מיך געדענקען.
מיין קאפ האט נישט געקענט מיט האלטען אזא לאנגע טענעריי, האבעך אפגעלאזט די אשכול און נאר געלייענט אביסעל דא און דארט, און נישט געלייקט קיינעם, ווייל נישט מע זאל מיינען אז איך נעם א זייט. אבער די ידיעות צווישען אלע תגובות איז דא זייער א סאך. איך טראכט איבער צו לייענען די גאנצע אשכול. איינער קען מיך בארגען צייט?
קופערניקוס דיינע תגובות און אשכולות זענען זיס און ברענגט מיך א סאך צו לאכען ווען איך בין אנגעזעצט, מיואש און פארלוירען.
דער קופערניקוס נאך וועם דו הייסט איז אויך געווען א פריילכער מענטש?

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
יואליש האט געשריבן:אזוי צויבעריש פארנייט די וואונדן וואס די פרשה האט אנגע'סומאטאכע'ט אין די ריינע היזיגע אטמאספערע.
מ'האמיר געמיזט ווארטן ביז ניקאלוס קופערניקוס וועט אונז אויפקלערן אז די וועלט דרייט זיך נישט ארום די סומאטאכע, נאר טאקע די סומאטאכע דרייט זיך ארום אין די וועלט אריין.
יואליש האסט מיר צו געכאפט די ווערטער, אזוי שיין צו צוענדיגען אזא פארווייטאגטע נושא דאס קען נאר ר' קופערינקוס אליין!
ס'טוט אבער וויי אז ס'האט געמוזט זיין אזא פארווייטאגטע נושא אז ר' קופערניקוס זאל שרייבען אזא גוט'ס, איז לאמיר האפען אז ס'זאל קומען יעצט א געזונטע נושא א פרייליכע נושא מיט הונדערטע בלעטער אז ער זאל אפ שרייבען אזאנס און אזעלעכס.
טעפל האט געשריבן:יואליש האסט מיר צו געכאפט די ווערטער, אזוי שיין צו צוענדיגען אזא פארווייטאגטע נושא דאס קען נאר ר' קופערינקוס אליין!
ס'טוט אבער וויי אז ס'האט געמוזט זיין אזא פארווייטאגטע נושא אז ר' קופערניקוס זאל שרייבען אזא גוט'ס, איז לאמיר האפען אז ס'זאל קומען יעצט א געזונטע נושא א פרייליכע נושא מיט הונדערטע בלעטער אז ער זאל אפ שרייבען אזאנס און אזעלעכס.
רעד דיך נישט איין ס'געענדיגט. ס'וועט נאך אנקימען צו 200 בלעטער אויך. פארגעס נישט אז ס'קומט א פסק און א אפיל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
איך לערן שוין איבער דעם שטיקל צום פינפטן מאל יעדעס מאל טרעף איך פרישע חידושים! איך ווייס נישט פונקטליך ווי דער זון דרייט זיך, אבער מיין קאפ דרייט זיך זיכער! געוואלדיג!
וויאזוי גייט נאר דער מדרש אויפן פסוק אך את הזהב ואת הנחושת? כיון שראה משה את ״הכינוי נחושת״ נחה דעתו ואמר ״עבדו את ה׳ בשמחה״, ״עושה שלום במרומיו וכו׳״, עכת״ד. עס איז ווערט אליינטס נאכצוקוקן דעם לשון, ממש געגאסן אהער...
קיפ איט אפ למעלה מעשרה!

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
קופערניקוס, קופערניקוס, קופערניקוס!!! במה אברכך?? מה נאמר? דו ביסט דאך בעסער פון גוט!!
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלסטו דאך געווארן דער ראש המדברים!
דיין קלארקייט, זיסקייט, הומאר, גאונות, פלעכט צוזאמען א איש האשכולות, דיינע ארטיקלען ווערן בעסער און בעסער!...
אזויפיל צו לאכן פון יעדן אויסדרוק? שוין לאנג נישט געהאט אזוינס... (עולה געווען צו די תוכחה, איי, איי, איי..)
כמשה געציל ועוד, האב איך שוין 4 מאל איבערגעלייענט, און יעדן מאל באזונדער אין ביהמ"ד בלא חידוש, כ'דערקוויק זיך מיט יעדן שורה!
(האסט מיר טאקע נישט דערמאנט, און איך עקספעקט נישט זאלסט דערמאנען אלע 600 ניקס דא, בפרט אז איך האב נישט געשריבן דארט צופיל, אבער הו קעירס??..)
זאלסטו שטענדיג אנהאלטן דיין זיסן/שפיציגן פעדער און אונז באררייכערן מיט אזעלכע זאפטיגע ארטיקלען, און משמח זיין די אלע לבבות הנשברים דא...

וירח ה' את ריח הניחוח
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
קופערניקוס, אייזן!
ווען מ'קוקט מיט א ניכטערן בליק איז איין זאך קלאר, דער סומאטאכע האט ענדליך צושמעטערט דעם הארטן שטיקל אייז וואס האט באדעקט מאלעסטעישן אין אונזער קאמיוניטי, דער אייז וואס האט פאפרוירן דאס וויי-געשריי פון אומשולדיגע קרבנות און געשאנקען פרייהייט פאר רודפים איז יעצט מער נישטא, אוודאי איז נאך דא אסאך צו טהון אבער דאס שווערסטע איז שוין פאריבער ב"ה.

I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
כבוד ידידי אשפגי קופרניקוס יר"ה
כאן קאווע שטיבל
כבוד אדוני קאווע-טרינקער קיבל על עצמו שלא לחלל את המועדות, הוא יצא מביתו לחופש עד התחלת תיקון השובבי"ם, ומאז יום ראשון לא טָעם טַעם קאווע. היום בבוקר נתעורר לטקסט שנשלח מאחד ממכיריו הקורא אליו לבקר בהיכל הקאווע, וזה לשון הטקטס :Kave, it’s a must read, kprnicks is x in cntrl.
אדוני קאווע יצא ממטתו, בידים רטיבות ממי-צפרנים צלל ברשת, לא עברו רגעים מועטים עד שהשפג מאוד מאוד כקרעטשניף עלי קוגעל וכבאבוב עלי מצלמה. מעיני קאווע נפטו דמעה של גן-עדן, עד ששכיניו במלון נקבצו ובאו בשאלה למה נגרע, תן לנו מאותו סמים המשמחים...
מיד אחר העברת מאמרך שמו"ת, השיב אדוני לאותו ידיד שהSMS אותו "תודה רבה, אדעתא דהכא לא נדרתא".
עליך אליך קופרניקוס, אמר קאווע: "מעתה אני חושש להאמין שהמעשה'לעך על מסיימי מסכתות בכורות/בבא בתרא יכולים להיות אמיתיים..."
בהוקרה
דבורה
מזכירה בימי חופש

Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:אדוני קאווע יצא ממטתו, בידים רטיבות ממי-צפרנים צלל ברשת, לא עברו רגעים מועטים עד שהשפג מאוד מאוד כקרעטשניף עלי קוגעל וכבאבוב עלי מצלמה. מעיני קאווע נפטו דמעה של גן-עדן, עד ששכיניו במלון נקבצו ובאו בשאלה למה נגרע, תן לנו מאותו סמים המשמחים...
מיד אחר העברת מאמרך שמו"ת, השיב אדוני לאותו ידיד שהSMS אותו "תודה רבה, אדעתא דהכא לא נדרתא".
וירח ה' את ריח הניחוח
א הארציגן דאנק טייערע ברודער פאר אייערע לייקס, קאמפלימענטן און שבחים, אוי, מיין קאפ דרייט זיך שוין פון אזויפיל כבוד, מי אנכי, ווער בין איך דען, קטנתי, איך בין בא'קטנ'ט, אבער, נו, סוף הכבוד לבוא, די סוף פון כבוד אז מען האט עס ליב.
ברוך השם אז איך האב געשריבן א לאנגע תגובה, אבער ב"ה קיין ליצנות, שחוק וקלות ראש האב איך נישט געשריבן, ב"ה. להוציא מלבם פון די היינטיגע יונגאטשעס ביי וועמען אלעס איז א ליצנות..
א הארציגן דאנק פאר אלע פון אייך (לפי סדר קבלתן, ואין מוקדם ומאוחר), יאנקל, היימישער ליטוואק, נולד מאחור, געוואלד געשריגן, לעמאן דזשוס, ידען, יואליש, טעפל, ראשעקאל, בן שישים, משה געציל, סיינאוט, שמעקעדיג, ביבער, אוטספאוקן, קאווע טרונקער ומזכירתו, יידל, פשוט קאמפליצירט.
מיין גאנצע מאמר שמעקט נישט גוט, נאכדעם ווי איך האב דעם בעסטן יונגל אויסגעלאזט, ידידינו הנפלא ר' שמעקעדיג איז דאך דער עמוד העמודים פון קאווע שטיבל, מיט זיין זיסע שפראך, זיין ישוב הדעת און גוט אויפגעלייגטקייט איז ער דאך א נחת! עס ווייזט אויס אז זיין געשמאקע כאראקטער האט עפעס נישט געשטימט מיט די שטורעם פון א סומאטאכע און דעריבער איז ער ארויסגעפאלן. וה' הטוב יכפר.
און מר. קאווע, לאז אפ דעם מזכירה, לכה ושיב אל אשתך הראשון ושמח באשת נעוריך, וכפי שגעפילטע כתב לך, אל תהיה בגדר מלך פורץ גדר, במטת קינג ; דבורה הנחמדה הזו, תן לה לישב בשלוה תחת תומר דבורה, אל תתעסק אתה, כי בעולת בעל הוא ואיש אשה את, ואף אחד לא רוצה כאן מאה דפי סומטחה על קאווע טרינקער ותאוותיו.
און איר אלע, טייערע ידידים און לייקער, זייטס געזונט, און צום ווידער לאכן ביים נעקסטן געלעגנהייט.