ספרים היפך שיטת ויואל משה
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
ספרים היפך שיטת ויואל משה
אין סאטמאר לערנט מען אויס די קינדער (אויך די טאטעס) אז קיינער האט נאך קיינמאל נישט אפגעפרעגט אפי' א חלק פונם ויואל משה. ס'איז נעבעך דא הונדערטער אידען וואס גלייבן טאקע אזוי. וואלט ווען כדאי געווען דא צו מאכן א ליקוט פון אלע ספרים און מאמרים וואס זענען ארויסגעקומען וועגן די נושא
דא איז דא זייער אסאך ספרים וועגען די ענינים
עס איז דא זייער א שטארקע ספר פון מנדל כשר.
אפשר קען איינער ברענגען די מאמארים וואס איז געלאפן אין די מחנה החרדי
עס איז דא א ספר פון הרב טייכטאהל וואס איז געווען א תלמיד פון מנחת אלעזר, אבער נאך די מלחמה האט ער געטוישט זיין מיינונג.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום אוהב דעת, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
וואס הייסט, ס'איז דאך דא א ווידיא ווי מ'זעט ווי די רבי שרייבט די ויואל משה, ניין?
אין תוך גערעדט איך האב אדורך געבליקט די ספר, די חברה זענען אייזען, לצנות אויפן גרעסטן פארנעם. איז היינט דא איינער, וואס האלט באמת אז די רבי האט נישט געשריבען די גאנצע ספר?
ס'איז אבער א גוטע יסוד אויף שפעטערע יארען, אויב די סאטמערע וועלן וועלן לייקענען אויב ס'וועט אויסקומען בעסער אזוי....
אין תוך גערעדט איך האב אדורך געבליקט די ספר, די חברה זענען אייזען, לצנות אויפן גרעסטן פארנעם. איז היינט דא איינער, וואס האלט באמת אז די רבי האט נישט געשריבען די גאנצע ספר?
ס'איז אבער א גוטע יסוד אויף שפעטערע יארען, אויב די סאטמערע וועלן וועלן לייקענען אויב ס'וועט אויסקומען בעסער אזוי....
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
ווייסט איינער פשוט היסטערי, איז מעגליך אזא זאך אז מענטשען האבן צוגעלייגט שטיקלעך אינעם ויואל משה און די רבי האט עס נישט געזען?
וואס האט מנשה געזאגט אז ר' משה געזאגט אז ר' יהודה החסיד האט געזאגט???

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אוהב דעת, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
מענין לענין, האביך געהערט אמאל אז סאטמאר רב זצ"ל האט געפרעגט ר' פישל פעלדמאן (א אנטוניא חסיד, וואס איז געווען פון די ראשי קהילה אין שטאט סאטמאר. ער איז געווען פון די וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט צו די נאמינאציע פון סאטמאר רבי'ן אלטס שטאטס רב, למעשה זענען זיי געווארן זייער נאנט) וואס ער זאגט צו זיין חיבור ויואל משה. האט ר' פישל גענטפערט, לויט ווי איך קען דעם רבי'ן וואלט ער געקענט מאכען א חיבור פון פינעף בענדער אויף פארקערט...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
און די מעשה גייט אז דער רבי האט גענטפערט אז אפי' איך אליין זאל זאגען פארקערט זאל מען מיך נישט פאלגען (ס'איז זייער נוגע ווייל איך עקספעקט אז ס'גייט נאך ארויסקומען כתבים פונעם רבי'ן ווי ער אליין שרייבט אנדערש).
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
אוהב דעת האט געשריבן:און די מעשה גייט אז דער רבי האט גענטפערט אז אפי' איך אליין זאל זאגען פארקערט זאל מען מיך נישט פאלגען .
דאס איז די סאטמארע נוסח, די וועלטס נוסח איז אז סאטמאר רב האט זיך צושמייכלט, און די ב"י נוסח איז אז סאטמאר רב האט זיך שטארק געבייזערט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
התקופה הגדולה וקול התור חלק א - התקופה הגדולה מאת הרב מנחם מ. כשר זצ"ל. קול התור, מאת הגאון המקובל ר' הלל משקלוב זצ"ל.
התקופה הגדולה וקול התור חלק ב - התקופה הגדולה מאת הרב מנחם מ. כשר זצ"ל. קול התור, מאת הגאון המקובל ר' הלל משקלוב זצ"ל.

"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
לאמיר נישט רעדן קיין שטותים, סאטמאר איז אפשר נאריש פארן שרייבן "קיינער האט קיינמאל נישט אפגעוואנדן דעם רבי'ן"
אבער אין פאקט האט קיינער אין זיין רעינדזש, אין זיין רמה געשריבן עפעס אפילו נאנט צו וואס ער האט געשריבן, און דעריבער זענען זיי אזוי שטארק מיט זיין שיטה. יא, דא דארטן האט אפשר איינער געשריבן א קונטרס'ל, אבער ווען טשעבינער רב שרייבט א חיבור, אדער אז דער סטייפלער שרייבט א קונטרס וואלט עס אפשר געווען א שטיקל איווען פייט, אזוי פילן די סאטמארער ווי קיינער האט אים נישט מצליח געווען אפצעווענדן
אבער אין פאקט האט קיינער אין זיין רעינדזש, אין זיין רמה געשריבן עפעס אפילו נאנט צו וואס ער האט געשריבן, און דעריבער זענען זיי אזוי שטארק מיט זיין שיטה. יא, דא דארטן האט אפשר איינער געשריבן א קונטרס'ל, אבער ווען טשעבינער רב שרייבט א חיבור, אדער אז דער סטייפלער שרייבט א קונטרס וואלט עס אפשר געווען א שטיקל איווען פייט, אזוי פילן די סאטמארער ווי קיינער האט אים נישט מצליח געווען אפצעווענדן
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
דא האסטו נאך א ספר פון עמיצן וועלכע איז עט ליעסט אין סאטמער רבינס זצ"ל רעינדש. "בעיות הזמן" פון הגאון ר' ראובן גרוזובסקי זצ"ל ראש ישיבת קאמעניץ ואח"כ בית מדרש עליון און תורה ודעת, פון מנהיגי יהדות החרדות בארה"ב נאך דעם לעצטן קרוג. דער ספר איז, אגב, אסאך מער פארשטענדליכער און גלאטער ווי דער ויואל משה. און דוכט זיך אז רוב רובם פון פרומע אידן זענען זיך נוהג על פי דעם ספר ווי על פי דעם ויואל משה.
עיין בו ותמצא נחת.
עיין בו ותמצא נחת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
טייכטאהל איז יא זיין רעינדזש, האסט שוין אמאל אריינגעקוקט אין מנחם כשר׳ס ספר? סאיז זייער שטארק, אלנספאלס זיי זאגען שטארקע זאכען , יעצט אז סאטמער וויל אז איינער זעל זיי אויסהערן מוזען זיי אדורך לערנען אלע ספרם שכנגדם און אפפרעגן, סתם זינגען אז קיינער האט נאך נישט אפגעפרעגט, איז לצנות געמאכט פון זיך אליינס, און די וועסט און ערגעץ נישט אנקומען. (נישט אז איך האלט אז די סאטמערע ווילען ערגען אנקומען just for the seck of the discussion(
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:לאמיר נישט רעדן קיין שטותים, סאטמאר איז אפשר נאריש פארן שרייבן "קיינער האט קיינמאל נישט אפגעוואנדן דעם רבי'ן"
אבער אין פאקט האט קיינער אין זיין רעינדזש, אין זיין רמה געשריבן עפעס אפילו נאנט צו וואס ער האט געשריבן, און דעריבער זענען זיי אזוי שטארק מיט זיין שיטה. יא, דא דארטן האט אפשר איינער געשריבן א קונטרס'ל, אבער ווען טשעבינער רב שרייבט א חיבור, אדער אז דער סטייפלער שרייבט א קונטרס וואלט עס אפשר געווען א שטיקל איווען פייט, אזוי פילן די סאטמארער ווי קיינער האט אים נישט מצליח געווען אפצעווענדן
קבל את האמת, האט דע רבי זכותו יגן עלינו געזאגט, ממי שאמרו (נישט די ניק) (וואו איז ער טאקע?) (די ניק.)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 493 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
אוהב דעת האט געשריבן:עס איז דא א ספר פון הרב טייכטאהל וואס איז געווען א תלמיד פון מנחת אלעזר אבער נאך די מלחמה האט ער געטוישט זיין מיינונג
למען הפונקליכקייט. ער האט געטוישט זיין מיינוג ביי די צווייטע וועלט קריג.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
עטליכע אשכולות אין בחדרי, דורך "באטשי" ז"ל.
ויואל משה תמוה מאד
לכבוד די יארצייט. פירכא על ספר ויואל משה
פארוואס די שלש שבועות זענען נישט בבל תוסיף
באטשי איז נישט אין דעם רעינדש, ער איז אבער גוט און זיס.
ויואל משה תמוה מאד
לכבוד די יארצייט. פירכא על ספר ויואל משה
פארוואס די שלש שבועות זענען נישט בבל תוסיף
באטשי איז נישט אין דעם רעינדש, ער איז אבער גוט און זיס.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 197
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל
איך וויל יעצט נישט עוסק זיין אין "באטשי"'ס פירכות, דעריבער איז מעגליך אז מיין פאלגענדער פראגע איז שוין געפרעגט געווארן דורך אים. איך האב א ראיה ברורה פון רמב"ם אין יד וואו מ'זעט קלאר אז שלש שבועות זענען נישט גע'פסק'נט להלכה. פאלגנד איז דער רמב"ם,
ואם יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות ה', הרי זה בחזקת שהוא משיח, אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו.
(רמב"ם הלכות מלכים פרק יא הלכה ד)
שטעלט זיך די פראגע, אויב איז ער גע'הרג'ט געווארן און עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז נישט משיח, וויאזוי קען דער רמב"ם שרייבן אז ער איז ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו, אמער ער האט דאך עובר געווען אויף די שלש שבועות?
ואם יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות ה', הרי זה בחזקת שהוא משיח, אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו.
(רמב"ם הלכות מלכים פרק יא הלכה ד)
שטעלט זיך די פראגע, אויב איז ער גע'הרג'ט געווארן און עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז נישט משיח, וויאזוי קען דער רמב"ם שרייבן אז ער איז ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו, אמער ער האט דאך עובר געווען אויף די שלש שבועות?
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 197
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
הציץ ונפגע האט געשריבן:איך וויל יעצט נישט עוסק זיין אין "באטשי"'ס פירכות, דעריבער איז מעגליך אז מיין פאלגענדער פראגע איז שוין געפרעגט געווארן דורך אים. איך האב א ראיה ברורה פון רמב"ם אין יד וואו מ'זעט קלאר אז שלש שבועות זענען נישט גע'פסק'נט להלכה. פאלגנד איז דער רמב"ם,
ואם יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות ה', הרי זה בחזקת שהוא משיח, אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו.
(רמב"ם הלכות מלכים פרק יא הלכה ד)
שטעלט זיך די פראגע, אויב איז ער גע'הרג'ט געווארן און עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז נישט משיח, וויאזוי קען דער רמב"ם שרייבן אז ער איז ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו, אמער ער האט דאך עובר געווען אויף די שלש שבועות?
דער מגדול עוז וואס איז אריינגעדריקט אינעם רמב"ם אדרעסירט דער קשיא, ער לערנט פשט אינעם רמב"ם אז ווען איינער האט אלע שטריכן פון משיח, דהיינו ער איז "הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה" דאן איז שוין קיין שום נפק"מ צו עווענטועל פאלט ער דורך מיט זיין מיסיע צו אויסלייזן כלל ישראל, א מענטש ווערט נישט נידון למפרע צוליב די תוצאה פון א הצלחה, און דאס וואס דער רמב"ם פירט אויס "הרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו" מיינט אז אפי' די מיסיע פאלט דורך און ליידער פאלן דער עם ישראל תחת יד האומות מיטדעם אלעם איז דער אינדיווידועלער מענטש ווערט מוזכר לשבח בדורות הבאים,
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 106
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:04 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:לאמיר נישט רעדן קיין שטותים, סאטמאר איז אפשר נאריש פארן שרייבן "קיינער האט קיינמאל נישט אפגעוואנדן דעם רבי'ן"
אבער אין פאקט האט קיינער אין זיין רעינדזש, אין זיין רמה געשריבן עפעס אפילו נאנט צו וואס ער האט געשריבן, און דעריבער זענען זיי אזוי שטארק מיט זיין שיטה. יא, דא דארטן האט אפשר איינער געשריבן א קונטרס'ל, אבער ווען טשעבינער רב שרייבט א חיבור, אדער אז דער סטייפלער שרייבט א קונטרס וואלט עס אפשר געווען א שטיקל איווען פייט, אזוי פילן די סאטמארער ווי קיינער האט אים נישט מצליח געווען אפצעווענדן
הרב אברהם יעלין זצ"ל בעל מחבר ספר "ארך אפים" אויף כעס וואס האט דע הסמכה פון די חפץ חיים זצ"ל און נאך..
האט אין שנת תרפ"ח לפ"ק ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען גאולת ישראל בעניני ארץ ישראל וישובה צווישען אנדערע שרייבט אויך בענין השלש שבועות ועוד.
http://www.yeshiva.org.il/wiki/index.php?title=%D7%92%D7%90%D7%95%D7%9C%D7%AA_%D7%99%D7%A9%D7%A8%D7%90%D7%9C#section_1
http://www.hebrewbooks.org/20460
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
גאלד, אפשר קענסטו ברענגען דעם לשון פונ'ם מגדל עוז און דער מקור, ווייל איך טרעף עס נישט אינ'ם רמב"ם.
איך מיין אז דער רמב"ם איז נישט נוגע צו די ענין פון שלש שבועות לגבי ציונות. דער רמב"ם רעדט ווען עס איז דא אן ערנסטע צד אז ער איז משיח, און ער גייט אויף דעם ציל, אלס אנגעגעבענער משיח, ווען לדעתו איז שוין געקומען דעם קץ, צוריקנעמען ארץ ישראל. אויב וועט מען נישט לאזן אפילו משיח אייננעמען ארץ ישראל צוליב די שלש שבועות וועט ער דאך קיינמאל נישט קענען קומען, לויט'ן רמב"ם אז משיח דארף נישט באווייזן קיין שום מופתים. אבער ווען ציונות איז אויפגעקומען איז דאך דאס געווען פאר די פארקערטע ציל, און אויף דעם איז לכאורה יא חל די שלש שבועות נישט צו אייננעמען ארץ ישראל פאר משיח קומט.

האדם לא נברא אלא להתענג
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
הערליכער אשכול, אבער אביסל מעורבב, לאמיר פרובירן קלאר מאכן
עס זענען פאראן כמה וכמה שאלות און השקפות מה שנוגע זינט תרנ"ו עד ימינו, עס איז נישט איין שאלה און איין מחלוקה.
א' - שלש שבועות, ומסתעף לכמה סעיפים: א', אי למדין הלכה מפי אגדה. ב', אי כבר בטל מחמת שהאומות לא קיימו את שבועתם. ג', אם יש ראי' מהרמב"ם. ד', דברי המהר"ל בזה.
ב' - ישוב ארץ ישראל. א', מצותה. ב', למי שייך המצוה. ג', לאחר השואה. ד', עלי' בחומה. ה', שלימות הארץ. ו', חיוב להעביר הגלולים. ז', מלחמת מצוה. ח', האם לבטוח בצה"ל. ט', במחשבת כוחי ועוצם ידי. י', חיוב להיות בגלות בבלה יבואו ועוד.
ג' - איך לייחס אל 'מדינת ישראל' אחרי שנעשה למציאות. א', להשתתף בכנסת שלה ולפעול למען הדת. ב', להתנגד מבחוץ. ג', להשתתף בבחירות עיריית. ד', להשתתף במחאות נגד גזירות קשורים לדת. ה', חיוב לפרסם לאומות העולם היחס. ו', לבקש מאנשי ממשלת ארה"ב לפעול נגד מדינת ישראל.
ד' - ענין הכספים שהמדינה מחלק, א' ליחידים, ב' מוסדות ציבוריים ותורה, ג' כספים שמדינת חו"ל מחלקים, ד' כח הפועל בהנפעל, ה' כספי גרמניה, ו' כסף ממחללי שבת ופושעי ישראל.
און אזוי ווייטער, די אלע ענינים ווערן מבואר אין די אלע ספרים, אבער נישט אין אלע רעדט מען פון אלע נושאים, והשבוש מצוי.
עס זענען פאראן כמה וכמה שאלות און השקפות מה שנוגע זינט תרנ"ו עד ימינו, עס איז נישט איין שאלה און איין מחלוקה.
א' - שלש שבועות, ומסתעף לכמה סעיפים: א', אי למדין הלכה מפי אגדה. ב', אי כבר בטל מחמת שהאומות לא קיימו את שבועתם. ג', אם יש ראי' מהרמב"ם. ד', דברי המהר"ל בזה.
ב' - ישוב ארץ ישראל. א', מצותה. ב', למי שייך המצוה. ג', לאחר השואה. ד', עלי' בחומה. ה', שלימות הארץ. ו', חיוב להעביר הגלולים. ז', מלחמת מצוה. ח', האם לבטוח בצה"ל. ט', במחשבת כוחי ועוצם ידי. י', חיוב להיות בגלות בבלה יבואו ועוד.
ג' - איך לייחס אל 'מדינת ישראל' אחרי שנעשה למציאות. א', להשתתף בכנסת שלה ולפעול למען הדת. ב', להתנגד מבחוץ. ג', להשתתף בבחירות עיריית. ד', להשתתף במחאות נגד גזירות קשורים לדת. ה', חיוב לפרסם לאומות העולם היחס. ו', לבקש מאנשי ממשלת ארה"ב לפעול נגד מדינת ישראל.
ד' - ענין הכספים שהמדינה מחלק, א' ליחידים, ב' מוסדות ציבוריים ותורה, ג' כספים שמדינת חו"ל מחלקים, ד' כח הפועל בהנפעל, ה' כספי גרמניה, ו' כסף ממחללי שבת ופושעי ישראל.
און אזוי ווייטער, די אלע ענינים ווערן מבואר אין די אלע ספרים, אבער נישט אין אלע רעדט מען פון אלע נושאים, והשבוש מצוי.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:הערליכער אשכול, אבער אביסל מעורבב, לאמיר פרובירן קלאר מאכן
עס זענען פאראן כמה וכמה שאלות און השקפות מה שנוגע זינט תרנ"ו עד ימינו, עס איז נישט איין שאלה און איין מחלוקה.
א' - שלש שבועות, ומסתעף לכמה סעיפים: א', אי למדין הלכה מפי אגדה. ב', אי כבר בטל מחמת שהאומות לא קיימו את שבועתם. ג', אם יש ראי' מהרמב"ם. ד', דברי המהר"ל בזה.
ב' - ישוב ארץ ישראל. א', מצותה. ב', למי שייך המצוה. ג', לאחר השואה. ד', עלי' בחומה. ה', שלימות הארץ. ו', חיוב להעביר הגלולים. ז', מלחמת מצוה. ח', האם לבטוח בצה"ל. ט', במחשבת כוחי ועוצם ידי. י', חיוב להיות בגלות בבלה יבואו ועוד.
ג' - איך לייחס אל 'מדינת ישראל' אחרי שנעשה למציאות. א', להשתתף בכנסת שלה ולפעול למען הדת. ב', להתנגד מבחוץ. ג', להשתתף בבחירות עיריית. ד', להשתתף במחאות נגד גזירות קשורים לדת. ה', חיוב לפרסם לאומות העולם היחס. ו', לבקש מאנשי ממשלת ארה"ב לפעול נגד מדינת ישראל.
ד' - ענין הכספים שהמדינה מחלק, א' ליחידים, ב' מוסדות ציבוריים ותורה, ג' כספים שמדינת חו"ל מחלקים, ד' כח הפועל בהנפעל, ה' כספי גרמניה, ו' כסף ממחללי שבת ופושעי ישראל.
און אזוי ווייטער, די אלע ענינים ווערן מבואר אין די אלע ספרים, אבער נישט אין אלע רעדט מען פון אלע נושאים, והשבוש מצוי.
דער עיקר איז אבער איין זאך, אויף די אלע אויבדערמאנטע זאכן איז יהרג ואל יעבור!