הגאון ר' ארי' לייב צינץ מפלאצק זצ"ל - ג' אייר תקצ"ג

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

הגאון ר' ארי' לייב צינץ מפלאצק זצ"ל - ג' אייר תקצ"ג

שליחה דורך שמואל הלוי »

היינט נאכט ג' אייר איז די יארצייט פון הגאון ר' ארי' לייב מפלאצק זצ"ל וואס ווי באקאנט האט ער צוגעזאגט אז ווער ס'וועט העלפן דרוקן און פארשפרייטן זיינע ספרים וועט ער זיין פאר אים א מליץ יושר "אם יהי' לו זכות", און אזוי שטייט אויסגעקריצט אויף זיין מציבה.

דער גאון רבי ארי' לייב צינץ איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער ר' משה ב"ר יהודא לייב אייבשיץ זצ"ל, וואס איז געווען א ברודער מיט הגאון הגדול דער רבי ר' יהונתן זצ"ל (דער פלאצקער גאון האט זיך געטוישט שפעטער די לעצטע נאמען צו צינץ, אבער זיינע ברודער זענען געבליבען מיטן נאמען אייבשיץ ווי ווייטער דערמאנט).

דער פלאצקער גאון האט מכהן געווען ברבנות אין פארשידענע שטעט, ובסוף ימיו אין דער עיר ואם בישראל ווארשא הבירה, ווי ער איז פארבליבן עד פטירתו ביום ג' אייר תקצ"ג, ומנו"כ שם בבה"ח בווארשא.

טייל פון זיינע חיבורים האט ער נאך געדרוקט בחייו, און טייל זענען געבליבען בכתב ידו נאך די פטירה וועלכע זענען שפעטער ערשינען לאור עולם וועלכע האבן געוואלט אריינכאפן די געוואלדיגע זכותים פון דרוקן זיינע ספרים כנ"ל. צווישן זיי איז באקאנט משפחת זילבערבערג פון ווארשא וועלכע האבן זיך אפגעגעבן בהדפסת חיבורי המהרא"ל צינץ זצ"ל.

צווישען די חיבורים ציילן זיך ווי פאלגענד:
מקצוע בתורה
הגדש"פ ברכת השיר
יעלת חן
אילת אהבים
טיב חליצה
מלא העומר
גור אריה
ועוד

אויך די ברודער פונעם גרויסען גאון; ר' נתן נטע ור' יהונתן אייבשיץ האבן זיך אפגעגעבן מיטן דרוקן די ספרים.

זיינע קינדער זענען געווען ווי פאלגענד:
א. בנו ר' אהרן אב"ד פינטשוב וטורבין חתן ר' יוסף אב"ד אוסטילא
ב. חתנו ר' אברהם הערצבערג
ג. בנו ר' יוסף
ד. חתנו ר' אורי לוי פייבל מרגליות
ה. חתנו ר' אברהם שיסקעס מבריסק (למקורות אחרים היה רק חתן אשתו)
ו. חתנו ר' מאיר טשעכנאווער
ז. חתנו ר' זאב ליפסקער

די מציבה פונעם פלאצקער גאון אין ווארשא, ווי עס איז איינגעקריצט עפ"י צוואתו זיין וואונטש פון ארויסגעבן זיינע חיבורים.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

די וואך שבת איז די יארצייט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אך און וויי פאר די פלאצקע גאון אויב גייט ער אריבער פינטער'ס... ער וואלט צוריקגעצויגען פון זיין צוואה
Under influence
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

וואס איז דא ביי פינטער'ס?
פארשפארט