למען דעת- קנאקן די פינגער

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
[NAMELESS]

למען דעת- קנאקן די פינגער

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעדער ווייסט ווי נישט שיין עס איז ווען מזיצט אמאל אין ביהמ"ד און צווישן חברים, אדער ווען די אינגל הייבט דאס אן צו טוהן שבת ביי די סעודה. מ'זעהט איינעם קנאקן די פינגער, אוי איז דאס אומבא'טעמ'ט, די טשילס וואס מ'באקומט דעמאלס איז כמעט אזוי ארג ווי אייזן אויף אייסעס, אדער א טשאוק אויף די באורד. צו איז דא מקור דערצוה אויך ווי עס שטייט אז מ'טאר נישט?

ווי אינטערעסאנט איז עס מיר געווען צו טרעפן א מקור דערצוה.
אין ט"ז (או"ח סי' צ"ה סק"ג) שטייט, אז איינער וואס קנאקט זיינע פינגערס, און עס הערט זיך ווי איינער וואס צוברעכט זיינע פינגער'ס, ברענגט אראפ אויף זיך דינים, במילא זאל מען עס חלילה נישט טוהן.

אלזא טייערע ברודער, אויב טוסטו עס, סיי אז דו ביסט עובר אויף א בפירושע שו"ע, און סיי עס איז זייער נישט מענטשליך.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

ממי_שאמרו האט געשריבן:אלזא טייערע ברודער, אויב טוסטו עס, סיי אז דו ביסט עובר אויף א בפירושע שו"ע, און סיי עס איז זייער נישט מענטשליך.


לכאורה רעדט ער דארט נאר בשעת תפילה אין וואס סימן צ"ה איז עוסק. אלנפאלס קיין בפירוש'ער שו"ע איז עס נישט ווייל ס"ה איז עס א ט"ז וואס קריגט אויפ'ן ב"י וואס האלט אז קנאקן איז אייביג גוט...

(מסתבר איז אויך אזוי אז ער רעדט נאר בשעת תפילה, ווייל קנאקן די פינגער איז אמאל געווען א סימן פון צער ווי מ'זעהט דארט רב כהנא בעידן צערא בעלמא שדי גלימיה ופכר ידיו ומצלי, און בעידן דשלום האט ער נישט געקנאקט, פארוואס? ווייל אויב סגייט דיר גוט און די רעדסט דיך אפ ברענגט עס אראפ דינים, אבער שלא בשעת תפלה פארוואס זאל מען נישט מעגן קנאקן פינגערס? און כל שכן היינט ווען עס איז נישט א סימן צער?)
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ממי שאמרו, איך ווייס נישט צו איך וועל דיר אמאל קענען מוחל זיין פאר'ן אוועקנעמען די איינציגע הנאה גשמי וואס איך האב נאך אויף דער וועלט, נעמליך, צו געבן אזא געזונטער ק-ר-א-ך! מיט'ן פינגער אז עס זאל זיך הערן מיילן ווייט, און זיך שפירן אין אלע ביינער.
האדם לא נברא אלא להתענג
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

דאס איז גוט.

אסאך מאהל דער עולם דאווענט שמו"ע און חלומ'ט געמיטלעך, און איינער גיט א קנאק מיט אצבע צרידה, און טראך, די גאנצע מנין גיט זיך א וועק אויף, און פארלירט די המשך צום חלום.....

און דער אמת אז ממישאמרו איז כשר גערעכט, עס איז דא א בפירושער איסור אויף וועקען איינער אין מיטען חלומען, אלזא, לאמיר זיך מקבל זיין, קיינמאל מער נישט מאכען די קנאקען, און אזוי ארום וועט דער עולם ווייטער קענען חלומען וינוחו בשלום על משכבותם, ונראה מה יהי' חלומותיו.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די באבעס פלגען זאגן אז קנאקען ברענגט אז די הענט זאלן ציטערען ווען מ'ווערט אלט. אל תטוש.
נו גוט נו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 12:44 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך נו גוט נו »

ממי, קיינמאל נישט געוויסט דערפון אז עס ברענגט אראפ דינים שכח.
חוץ מזה וואס שפעטער ווארפט זיך די הענט ה"י,
געפילטע האקט איך שיק אבער...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך האף דו ווייסט אז דאס פלעגן די באבעס זאגן בבחינת אל תטוש, אבער מיט מציאות האט דאס גארנישט צו טוהן.
אויב גלייבסטו מיר נישט אויפן ווארט קוק דא.

א געוויסע דר. דניאל אונגאר האט ספעציעל געקראכט יעדן טאג די פינגער נאר פון זיין לינקע האנט, און קיינמאל נישט די רעכטע האנט, פאר איבער זעכציג יאר! אין 2009 האט ער געוואנען די איג-נאבעל פרייז אין מעדיצין פארן איבערווייזן אז זיין לינקע האנט איז געווען פונקט אזוי געזונט ווי די רעכטע.
מקור
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

געפילטע פיש האט געשריבן:איך האף דו ווייסט אז דאס פלעגן די באבעס זאגן בבחינת אל תטוש, אבער מיט מציאות האט דאס גארנישט צו טוהן.
אויב גלייבסטו מיר נישט אויפן ווארט קוק דא.

א געוויסע דא. דניאל אונגאר האט ספעציעל געקראכט יעדן טאג די פינגער נאר פון זיין לינקע האנט, און קיינמאל נישט די רעכטע האנט, פאר איבער זעכציג יאר! אין 2009 האט ער געוואנען די איג-נאבעל פרייז אין מעדיצין פארן איבערווייזן אז זיין לינקע האנט איז געווען פונקט אזוי געזונט ווי די רעכטע.
מקור

שכוח געפילטע, אפילו איך האב אין מיין לעבן קיינמאל נישט געקראכט מיין פינגער'ס האב איך נאך אלץ געגלייבט אז ס'איז שטותים די איינרעדעניש אז ס'וועט שאדען עלטערערהייט, אבער דאך זעהט אויס ס'איז אן איסור ווי ממשאמרע זאגט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין געווען זיכער אז אלע גוטע פויקערס האבן געקנאקט זייערע פינגער אלס קינד, פארדעם קענען זיי אזוי שנעל רוקן זייער הענט איבערן פויק
אריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך אריק »

דאן וואס איז יא דער אורזאך פאר די ציטערדיגע הענט?
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

עס פילט זיך ווי מיינע פינגער'ס בעטן זיך פאר א קנאק נאכן ליינען דעם אשכול.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
גימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:55 pm
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך גימפל »

ישר כח הרב ממי_שאמרו פאר מעורר זיין ( אדער אפשר נישט, מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין?).

אבל מהיכן דנתוני אז א טו"ז איז שוין אן אויטמאטישער בפירוש'ער שו"ע?

צווייטענס, וואס מיינט דאס 'ברענגט אראפ אויף זיך דינים'?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גימפל האט געשריבן:ישר כח הרב ממי_שאמרו פאר מעורר זיין ( אדער אפשר נישט, מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין?).

אבל מהיכן דנתוני אז א טו"ז איז שוין אן אויטמאטישער בפירוש'ער שו"ע?

צווייטענס, וואס מיינט דאס 'ברענגט אראפ אויף זיך דינים'?


א זאך וואס עס שטייט אין ט"ז און מג"א קריגט נישט, ווערט געווענדליך גערעכנט ווי א בפרושע שו"ע.

בנוגע דינים, אין לי עסק בנסתרות (בינתיים), ווייס איך נישט. אבער א מוציא מיט האניג מיינט עס זיכער נישט
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

ברענגט אראפ דינים מיינט אז פון הימל איז מען דן מער מיט דין ווי יט רחמים.
נו גוט נו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 12:44 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך נו גוט נו »

אריק האט געשריבן:דאן וואס איז יא דער אורזאך פאר די ציטערדיגע הענט?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

נו גוט נו האט געשריבן:
אריק האט געשריבן:דאן וואס איז יא דער אורזאך פאר די ציטערדיגע הענט?

קען זיין אפאר זאכן, געוויסע ארטרייטיס מאכט די הענט ציטערען, נידעריגע צוקער, צו סאך קאפין (ד.ה. זיך צו סאך דרייען אין קאווע שטיבל), אנדרענאלין, פאניק, און ערענסטערע זאכן ווי פארקינסאנס, מוח דעמעדזש, MS, און איבעראקטיווע טיירויד.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געפילטע פיש האט געשריבן:
נו גוט נו האט געשריבן:
אריק האט געשריבן:דאן וואס איז יא דער אורזאך פאר די ציטערדיגע הענט?

צו סאך קאפין (ד.ה. זיך צו סאך דרייען אין קאווע שטיבל), פאניק,


אוי געוואלד. די צוויי זאכן איז יעצט ביי מיר כשני כתובין הבאין כאחד!
איז נאך דא א וועג צוריק?
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

פאניק מאכט דיר קומען אויף קאווע שטיבל, אדער די פארקערטע?
נו גוט נו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 12:44 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך נו גוט נו »

געפילטע פיש האט געשריבן:פאניק מאכט דיר קומען אויף קאווע שטיבל, אדער די פארקערטע?

אוי ווי עס מאכט אים לויפן, קוק נאר מיט וואספאר א געוואלד ער איז אריין געקומען.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פון ליינען צופיל אויף קאווע שטיבל בין איך אריין אין א היסטעריע און פאניק, נאכן ליינען געפילטעס אפשאצונג.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט