יאיר האט געשריבן:און אז יא און אז נישט? די רבנים וואס שטיצן טשיילד מאלעסטער'ס האבן דען יא ארויסגעגעבן א בריוו בכתב?
אז מ'גיבט נישט א בריוו צו שוצן די וויקטים, איז מען חאטש א שב ואל תעשה, און דאס אליינס איז גרויס שטיצע פאר די מאלעסטער. וואספארא שטיצע דארף דען די מאלעסטער (מ'רעדט ווען די שטאט שטינקט נאך נישט)? אז עס זאל בלייבן שטיל.
איך גלייב נישט דער שניצלער וועט גיין זיצען צום סוף אויב...
ער בעהט איבער נ"ר אויף אן אמת.
אבער איך גלייב נישט ער וועט עס קענען טוהן..
ווי זאגט נאר אמנון יצחק, תהיה גבר, אל תבכה, און אלע ווילי חברים וועלען לאכען, גוט גוט, ער בעהט נישט איבער, ער איז א מענטש, און בשעת אלע לאכען וועט מען אים נעבעך אהנטראגען אין תפיסה..
א בראך אויף ווילי, אבער דאס הארץ זאגט מיר, אז עס קומען דא שווערע גזירות אויף אידען אין ברוקלין, איך בין נישט מקנא קיינעם, נישט מיילעך און נישט די ארבעה בנים פין די הכשר כאפערס, און נישט די ארבעה בנים פין די פיקטשער כאפערס...
לכו ונשובה, מען דארף מפשפש במעשים זיין.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
מר. לעמאן. סימפל קוועשטאן. די ביסט א מנהל אין א גרויסע מיידעל שולע. מר. וועבערמאן איז די קאונסלער פאר די מיידלעך וואס זענען פראבלעם קעיסעס. די דארפסט יעצט מחליט זיין לויט די ידיעות וואס די האסט יעצט אויף מר. וועבערמאן, צו דו זאלסט אים אפזאגען פין זיין פאסטען. ער שטעלט א גרויסע פייט קעגן דיר, ער שרייט אז עס איז אלעס א בילבול. ילמדינו רבינו וואס טוסטו? פליז פרוביר צו געבן א גראדע ענטפער. דריי דיך נישט ארויס מיט עצות אין פשרות. ווייל די פארשטייסט דאך גאנץ גוט אז איך מיין נישט דו זאלסט מיר געבן עצות. לו יצויר אז דו ביסט לגמרי נישט אין קאנטראל צו טוישען ווי אין וויאזוי ער זאל קאונסלען. די די איינציגסטע זאך וואס די קענסט טון איז אים אפזאגען פין זיין פאסטען. וואס דאס וועט אים שאפען גרויסע בזיונות. אויב די זאגסט אים נישט אפ גייט ער ממשיך זיין טון אלעס עקזעקטלי ווי ער האט געטון ביז אהער. די וועסט אים שוין נישט קענען אפזאגען פאר לפחות נאך א יאר צייט. די האסט נישט קיין אפציע זיך בעסער נאכפרעגען, די האסט נאר די אינפארמעישאן וואס די האסט יעצט. די האסט נישט די אפציע צו לייגען מער שמירה אויף אים, די האסט נישט קיין אפציע צו.... טון עניטינג, חוץ אים אפזאגען אדער האלטען. פינטל. סא די קוועשטאן, מר. לעמאן. וועסטו אים אפזאגען בעיסד אויף דיין אינפא וואס די האסט עז אף רייט נאו, אדער די וועסט אים לאזען ממשיך זיין בעבודתו הקודש? אין זייענדיג די מנהל וועסטו ווייטער שיקען יונגע מיידליך צו אים אין זיין אפיס. מיט די דריי צובראכענע שלעסער? אפזאגען? יעס אר נאו?
מר. לעמאן, די האסט טענות אויף די שניטצלער קלאגע? די פארשטייסט טאקע נישט קיין חילוק פין ווארפען בליטש אויף איינעם מכח א פערזענליכע פייט, ביז ווארפען בליטש אלס א חלק פין טעראר? די פארשטייסט נישט אז קומענדיג א טאג צוויי נאכען פסק פין מר. וועבערמאן, איז עס נאך א פראוו צו טערארעזירען די וויקטים? פארשטייסט מיך א מעשה, דער גוי ל"ע פור סאם סטרעינדז ריזען גלייבט ענדערש די דזורי ווי די רבנים לוחמי מלחמות ה' ועומדי בפרץ על כל דבר קטן (וגדול). נישט האבענדיג געלערנט הלכות לה"ר ווייסט נישט דער גוי זאל פגר'ן, אז מען מעג נאר בארעדען ראביי האראוויץ, אבער נישט ח"ו ראביי וועבערמאן. די פארשטייסט נישט אז אין די אויגען פין דע גוי ל"ע, איז עדות פין א פרוי וואס גייט אומצניעותדיג אנגעטון רח"ל, יא באגלייבט? אין די עדות פין דיר אין דיינס גלייכען וואס ווייסען קלאר אז וועבערמאן איז חף מפשע, פראם די וואורד גא, ווייל ער איז דאך משלנו, איז ביים גוי ל"ע א טרויבעק (צוריק ווארף) צו די מיטל אלטער?
פליז פוט יאר מאני וויר יור מאוט איז. ענטפער מיר ווען די ביזט א פארסעקיוטער אין די האסט צו טון מיט א קאמיונטי וואס פראטעקט מאלעסטערס.
א קאמיונטי וואס עיניבאדי וואס קומט ארויס מיט אינפא קעגן די מאלעסטערס איז וויליפייד מיט אזעלכע טיטלען ווי "קרעציג" [כלשונו הזהב פין בן תמליון].
א קאמיוניטי וואס אנערקענט נישט די אילמלא מוראה, איש את רעהו חיים בלעו.
א קאמיונטי וואס פאנישד א טאטע פין א חצופה פארען האבען די חוצפה עדות זאגען אז מען האט איר מאלעסטעד דריי יאר צייט.
א קאמיוניטי וואס שיקט אין צווינגט יונגע מיידליך צו גיין צו א מאן מיט א דריי שלאסיגע פרייוועט דירה. צו א מענטש וואס האט יונגע ווולנערעבעל מיידליך וואוינען ביי אים. מיידליך וואס עפענען זיך אויף דאס הארץ צו אים אין ער איז א טאטע פיגור צו זיי. וואס דאס אליינס ברענגט גאר א שטארקע קירבה אין רצון צו זיין אינטימיש. אין דאס איז בלי ספק א שווערע נסיון פאר א יעדעם.
די ביסט גערעכט, פלגש בגבעה דאזנט האולד ע קענדעל אקעגן וואס דא טוט זיך אפ. פלגש בגבעה איז געווען איין מעשה דא איז דא מאלעסטער נאך מאלעסטער וואס מען פראטעקט. מען לאזט מאלעסטערס זיין מלמדים, אפי' נאכדעם וואס עס איז דא זייער קלארע עווידענס אז ער האט מאלעסטעד. מען שרייבט ריזיגע קול קורא'ס מיט אלע חשובע מאנסיע רבנים צו פראטעקטן א מאלעסטער. בעיסד אויף די רידיקוליס אידיע אז הרהג"צ ר' חיים קרייזווירטה זצללה"ה האט עס מברר געווען ואין אחרי מעשיו כלום.
רצחת וגם ירשת, מען שיקט מיידליך ווערן מאלעסטעד אין נאכדעם נעמט מען צו פרנסה פין איר טאטען ווייל זי גייט קובל זיין למלכות. אן אקט וואס רוב רבנים דע וואורלד אויווער הייסען טון. מר. לעמאן, דיין מנהלות פאסטען אינעם גרויסע מיידעל שולע איז קאי וקיים. פליז ענטפער מיר אויף די שאלה וואס איך האב דיר געשטעלט אין מיין פריערדיגע תגובה.
סיידבאר, פליז גיוו ע הענד פאר די מנהל מר. לעמאן. זיין מיידעל שולע איז קע"ה פין די שענסטע אין אונזער קאמיונטי עס האט געוואנען סעקאנד פרייז פארען האבען די לענגסטע סקורטס. אין איז אריינגעקומען דריט מיט די מספר פין מיידליך וואס פארמאגען א ספעציעלע רולער צו מעסטען די הייליגע פיר אינטשעס אינטער די ברכיים.
סאו יעצט נאכען פאוקעסען אויף די ביג אישוס פין סקורטס מיט רולערס אין אויבערשטע קנעפליך, (פורסט טינגס פורסט) בלייבט נאר איבער פאר מר. לעמאן מחליט זיין אויף די מינדערוויכטיגע אישו פין שיקען צו מר. וועבערמאן, (זע מיין שאלה צו אים אויבען.)
ברעקל עווידענס מיי פוט אז יענקל הורוויץ איז קרעציג, מרת ענגלמאן א בעלת דמיון, עזרא פרידלענדער אן אטענשאן סיקער, ה. פ. א ליגנער, די פרוסוקיטערס זענען פאלנע אין אפענע שקרנים, די פרוי אינעם בנין איז מגזם, די ווייבעל פין מאנסי האט זיך נאר געחלומט אז ער האט געוואטשט פארן מיט איר, אין אזוי ווייטער, דעמאלטס איז נישטא קיין ברעקעל עווידענס.
ווייסטו וואס מר. ברעקל עווידענס, ענטפער מיר אויף די שאלה וואס איך האב געפרעגט פין מר. לעמאן.
סימפל קוועשטאן. מר. בן תמליון
די ביסט א מנהל אין א גרויסע מיידעל שולע. מר. וועבערמאן איז די קאונסלער פאר די מיידלעך וואס זענען פראבלעם קעיסעס. די דארפסט יעצט מחליט זיין לויט די ידיעות וואס די האסט יעצט אויף מר. וועבערמאן, צו דו זאלסט אים אפזאגען פין זיין פאסטען. ער שטעלט א גרויסע פייט קעגן דיר, ער שרייט אז עס איז אלעס א בילבול.
ילמדינו רבינו וואס טוסטו? פליז פרוביר צו געבן א גראדע ענטפער. דריי דיך נישט ארויס מיט עצות אין פשרות. ווייל די פארשטייסט דאך גאנץ גוט אז איך מיין נישט דו זאלסט מיר געבן עצות. לו יצויר אז דו ביסט לגמרי נישט אין קאנטראל צו טוישען ווי אין וויאזוי ער זאל קאונסלען. די די איינציגסטע זאך וואס די קענסט טון איז אים אפזאגען פין זיין פאסטען. וואס דאס וועט אים שאפען גרויסע בזיונות. אויב די זאגסט אים נישט אפ גייט ער ממשיך זיין טון אלעס עקזעקטלי ווי ער האט געטון ביז אהער. די וועסט אים שוין נישט קענען אפזאגען פאר לפחות נאך א יאר צייט. די האסט נישט קיין אפציע זיך בעסער נאכפרעגען. די האסט נישט די אפציע צו לייגען מער שמירה אויף אים, די האסט נישט קיין אפציע צו.... טון עניטינג, חוץ אים אפזאגען אדער האלטען. פינטל.
סא די קוועשטאן, מר. בן תמליון. וועסטו אים אפזאגען בעיסד אויף דיין אינפא וואס די האסט עז אף רייט נאו, אדער די וועסט אים לאזען ממשיך זיין בעבודתו הקודש? אין זייענדיג די מנהל וועסטו ווייטער שיקען יונגע מיידליך צו אים אין זיין אפיס. מיט די דריי צובראכענע שלעסער?
אפזאגען? יעס אר נאו?
רעדן איז ביליג, לאמיר זעהן די זאלסט נישט מורה האבען צו עטנפערען די שאלה אהנע גימיקס.
די סקול האט געשיקט, נישט די פאטער (די טאטע האט טאקע באצאלט ווי א טאטעלע pun intended, אבער די טאטע איז געווען באצווינגען מטעם המוסדות). אויב די סקול האט נישט געשיקט, וואס האבן זיי אזוי מורא פון די לאוסוט? פארוואס האבען זיי גע'פרעשער'ט ר' נחמי' פון נעמען א פלי-בארגען אוואי די מונקאטשער און אנדערע האבען שטארק גע'עצה'ט (כנ"ל)? די שלום בית קומט דא לגמרי נישט אריין. די לעצטע שורה איז מיסלעיבעלד; עס איז נישט נייעס, נאר אן אפיניאן
טענקס בן תמליון פאר׳ן ענטפערן די פאון, איך בין געוועהן פארנומען אין א וויכטיגע סקול מיטינג
קודם שלום עליכם צום נייעם ניק, קודם האב איך א פארשלאג פאר דיר די אשכול האט זיך נישט דא אנגעהויבן, אלזא ביטכ נעם די מיה און ליין דורך און פרוביר צוזאמצושטעלן א בילד פון וואס מען רעדט דא אין ק״ש
דערנאך האב איך פאר אייך מיטצוטיילן א בשורה אז איך קען (דערווייל, עכ״פ) נישט רעדן אין דעם אשכול ווילאנג די חשובע מנהלים וואס זארגן זיך פארן וואילזיין פון ׳יושר׳ ׳צדק׳ און ׳משפט׳ נעמען ארונטער דעם תגובה פון מיסטער איחוד פעלד פון פריערדיגן זייט וואס וויל זוכן צו באשמוצן א איד און דערמיט עובר זיין אויף די געזעצן פון יושר עטיק און מענטשליכע געפיל פון איין מענטש צום אנדערן
ווער עס האלט ווי איך בנוגע איחוד׳ס תגובה זאל ביטע ארויסזאגן, און עס זאל דינען ווי א פעטיציע צו די טייערע מנהלים, טייל חבירים האבן שוין באריכטעט די תגובה דורכ׳ן באריכט קנעפל
נאר איין שורה וועל איך לכבוד דעם גאסט שרייבן, ס׳דאך פיקוח נפשו; איך אלס מנהל וואלט נישט געשיקט צו א מאנסביל קיינע מיידלעך...דאס זאגט אבער זולטש צו וו״ב באשולדיגונגען
יא גאונות נישט גאונות, ענסער די קוועשטאן, מר בן תמליון. פליז ליין מיין שאלה אין ענטפער. גדענק אז איך האב קלאר געשריבען די פאלגענדע.. " די האסט נישט קיין אפציע זיך בעסער נאכפרעגען. די האסט נישט די אפציע צו לייגען מער שמירה אויף אים, די האסט נישט קיין אפציע צו.... טון עניטינג, חוץ אים אפזאגען אדער האלטען. פינטל." די האסט מורא עס צו ענטפערען. אבער בתוך כדי דיבור זאגסטו באמבאסטישע "נייעס" אז ער איז אומשולדיג? אביסעלע קאנסיסטענסי ביטע. איך מיין אז איינע פין די תקנות דא איז אז מען טאר זיך נישט סותר זיין מיניה וביה אינעם זעלבען תגובה.
'באקסקובער' שרייבט אז די האסט עס מיסלעיבעלט, עס איז נישט קיין נייעס עס איז אן אפיניאן. מיט מייט וויינגקייט העט איך ווען צוגעלייגט אז עס איז אפי' נישט זיין אפיניען. ער זאגט דאך קלאר אנהייב פין דעם תגובה זעלבסט אז ער דארף זיך מער נאכפרעגן.
נאכאמאל מר. בן תמליון, קוק מיר אין די אויגען אין ענטפער מיר. ליין מיין שאלה אין ענטפער. וואס האסטו אזוי מורא. צו זאגען דיין אפיניאן?
מר. לעמאן אין מר בן תמליון, מיין שאלה איז נישט קיין טריק קוועשטאן. עס איז נאר אז עטץ זאלט פשוט זיין קאנסיסטענט. stop beating around the bush. געדענק איך פרעג דיר מר. מנהל פינעם מיידעל סקול צוזאמען מיט דיין עסיסטענט וואס הייבט אויף דיינע פאוין קאלס ווען די ביסט ביי מיטינגען (אנגעבליך וועגן אן ערענסטע קנעפל פראבלעם).