get to the point

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

get to the point

שליחה דורך ידען »

איך רעג מיך און איך מיז עס שוין לייגען דא.


סע דא מענטשען וואס סע נעמט זיי צו ענפערען א פשוטע יא אדער ניין, א שעה, ווייל זיי דארפען עס מסביר זיין מיט גאנצע הסברים.

וואסי פשט אין דעם? זיי קענען שמועסען געשמאק און זענען נישט נארישע מענטשען אבער סע נעמט זיי משוגע לאאאאאאאנג זיי זאלען קימען צו די פוינט.

ווען אזא מענטש רעט צו מיר און הייבט אהן מיט זיינע שטיק, געב איך מיך א סאך מאל א רעג אויף און זזאג איהם שטרענג: get to the point. און יענער ווערט רויט פאר א סעקענד און הייבט אהן רעדען שנעלער...

וואס ליגט אין דעהם? זייער מח ארבעט שטאטער אדער איז ער א דורעכגעטראכטע מענטש? אדער מיינט ער אז ער מיז יעצט מיך דערציילען די גאנצע מעשה מיט אלע דיטעלס?

בינעך געקומען צום פוינט?...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

אפשר ברענגסטו נישט גענוג קלאר ארויס דיין שאלה אז יענער זאל מוזן ענטפערן יא אדער ניין. והשנית נניח דו ברענגסט עס גוט ארויס ווי א בריסקער מיט אלע דיינע הענט און פיס, ווער זאגט אז יענער באטראכט עס ווי א יא אדער ניין שאלה, אפשר ווירבעלט אים עפעס א ענטפער אינדערמיט.
נאכער איז פארהאן א טיפ וואס האט סתם אזוי ליב צו פארציילן אלע זיינע ספיקות ארום דעם, אזוי ארום קלארער צו ווערן. יעדער מענטש האט זיך זיין מהלך המחשבה ווי אזוי ער איז מחליט יא אדער ניין, ביי איינעם איז עס א דרך ארוכה וקצרה און ביים צווייטן פארקערט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

גערעדט מיט א פראפעסער דערוועגען, די מח לויפט זיי סאך שנעלער ווי די מויל (ס'האט נישט קיין שייכות מיט קלוגשאפט)
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

outspoken האט געשריבן:גערעדט מיט א פראפעסער דערוועגען, די מח לויפט זיי סאך שנעלער ווי די מויל (ס'האט נישט קיין שייכות מיט קלוגשאפט)

די מענטשן וואס זייער מח לויפט שנעלער ווי די מויל וועלן ע״פ רוב ענטפערן צומישט און אומקלאר, לאו דוקא מיט קיין לאנגע הסבירים.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

ס'זענען דא מענטשן וועלכע מאכן א לאנגס און א ברייטס פון אן ענטפער, אנגעשטאפט מיט אומרעלעוואנטע אינפארמאציע, אבער צום סוף ענטפערן זיי ניטאמאל די פראגע. כידוע העובדה עם " וטעמו כצפיחית בדבש."
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

יואליש האט געשריבן:ס'זענען דא מענטשן וועלכע מאכן א לאנגס און א ברייטס פון אן ענטפער, אנגעשטאפט מיט אומרעלעוואנטע אינפארמאציע, אבער צום סוף ענטפערן זיי ניטאמאל די פראגע. כידוע העובדה עם " וטעמו כצפיחית בדבש."

איזי, גופא דעובדא היכי הוה?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

יואליש האט געשריבן:ס'זענען דא מענטשן וועלכע מאכן א לאנגס און א ברייטס פון אן ענטפער, אנגעשטאפט מיט אומרעלעוואנטע אינפארמאציע, אבער צום סוף ענטפערן זיי ניטאמאל די פראגע. כידוע העובדה עם " וטעמו כצפיחית בדבש."

דו רעטסט שוין זייער צו די פוינט...
מיינסטו אלעס וואס דו וווייסט, איז ידוע פאר יעדעם? ;)
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

משה געציל האט געשריבן:אפשר ברענגסטו נישט גענוג קלאר ארויס דיין שאלה אז יענער זאל מוזן ענטפערן יא אדער ניין. והשנית נניח דו ברענגסט עס גוט ארויס ווי א בריסקער מיט אלע דיינע הענט און פיס, ווער זאגט אז יענער באטראכט עס ווי א יא אדער ניין שאלה, אפשר ווירבעלט אים עפעס א ענטפער אינדערמיט.
נאכער איז פארהאן א טיפ וואס האט סתם אזוי ליב צו פארציילן אלע זיינע ספיקות ארום דעם, אזוי ארום קלארער צו ווערן. יעדער מענטש האט זיך זיין מהלך המחשבה ווי אזוי ער איז מחליט יא אדער ניין, ביי איינעם איז עס א דרך ארוכה וקצרה און ביים צווייטן פארקערט.

איך בין זייער קלאר וואס איך פרעג. קען זיין אז איך שרייב נישט אזוי קלאר, אבער רעדען בינעך שנעל און קלאר. אזוי מיינעך.

אפשר זענען די לאנגע מסביר זיין מענטשען דערשראקען פון מיר?.

איך דארף לייגען א אויג.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

משה געציל האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:ס'זענען דא מענטשן וועלכע מאכן א לאנגס און א ברייטס פון אן ענטפער, אנגעשטאפט מיט אומרעלעוואנטע אינפארמאציע, אבער צום סוף ענטפערן זיי ניטאמאל די פראגע. כידוע העובדה עם " וטעמו כצפיחית בדבש."

איזה, גופא דעובדא היכי הוה?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

כ'האב געהאפט אז די זאפטיגע פעדערן וועלן אפירקומען און אראפגעגעבן די מעשה. בערך אזוי גייט עס:

א אינגל האט אמאל אנגעפרעגט ביים מלמד זיינעם וואס טייטשט דאס "וטעמו כצפיחית בדבש?"

דער מלמד הייבט אן מיט זיין כוח הסברה: "אונזערע זיידעס זענען געווען אין מדבר, ס'איז נישט געווען וואס צו עסן, און דער הייליגער באשעפער האט געמאכט א נס אז ס'איז געפאלן פון הימל מן. און די מן האט געהאט א טעם כצפיחית בדבש! פארשטיינען?"

דער אינגל פרעגט ווייטער, "אבער וואס טייטשט כצפיחית בדבש?"

דער מלמד פארלירט זיך נישט און הייבט אן במתק לשונו: "אלזא לאמיר אנהייבן פריער. די אידן זענען געווען פארכאפט אין מצרים, און ווען דער אייבישטער האט זיי ארויסגעצויגן פון מצרים האט ער זיי געפירט אין מדבר, ס'איז נישט געווען וואס צו עסן, און דער הייליגער באשעפער האט געמאכט א נס אז ס'איז געפאלן פון הימל מן. און די מן האט געהאט א טעם כצפיחית בדבש! פארשטיינען?"

דער אינגל פרעגט ווייטער, "אבער וואס טייטשט כצפיחית בדבש?"

נעמט דער מלמד א טיפע אטעם און מיט א געמאכטע געדולד זאגט ער: "קום כ'וועל דיר פארשטיין געבן. אברהם האט געהאט א זון יצחק וועלכער האט געהאט א זון יעקב וועלכער נאך אן אריכות פון א מעשה איז אנגעקומען קיין מצרים ווי די אידן האבן זיך געפרוכטבארט אבער זענען געבליבן פארכאפט ביז ווען דער אייבישטער האט זיך מרחם געווען און ארויסגעצויגן פון מצרים, דאן האט ער זיי געפירט אין מדבר, ס'איז נישט געווען וואס צו עסן, און דער הייליגער באשעפער האט געמאכט א נס אז ס'איז געפאלן פון הימל מן. און די מן האט געהאט א טעם כצפיחית בדבש! פארשטיינען?"

דער אינגל פרעגט ווייטער, "אבער וואס טייטשט כצפיחית בדבש?"

זער מלמד כאפט אז די מצב איז ערענסט. ער גראד זיך אויס דאס היטל, גיט א קרייזל די פיאות א גלעט אויס די בארד און הייבט א שטומע וואס הערט זיך שוין אביסעל נערוועז. "דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט אין זעקס טעג, און האט פארטריבן אדם וחוה נאכן חטא, און געברענגט א מבול פון וואס נאר נח מיט זיינע קינדער זענען געבליבן לעבן, נאך צען דורות איז אברהם געבוירען געווארן. אברהם אויף דער עלטער האט געהאט א זון יצחק וועלכער האט געהאט א זון יעקב וועלכער נאך אן אריכות פון א מעשה איז אנגעקומען קיין מצרים ווי די אידן האבן זיך געפרוכטבארט אבער זענען געבליבן פארכאפט ביז ווען דער אייבישטער האט זיך מרחם געווען און ארויסגעצויגן פון מצרים, דאן האט ער זיי געפירט אין מדבר, ס'איז נישט געווען וואס צו עסן, און דער הייליגער באשעפער האט געמאכט א נס אז ס'איז געפאלן פון הימל מן. און די מן האט געהאט א טעם כצפיחית בדבש! פארשטיינען?"

דער אינגל קוקט אן דעם מלמד און פרעגט, "אבער וואס טייטשט כצפיחית בדבש?"







דער מלמד נעמט זיך שרייען אויפן אינגל, "כפירה!!!!!!!!!!!"
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

עי נייס בעדטיים סטארי.

מיר דערמאנט עס די מעשה מיט יענער קארגער ברודער מיט די איין ווארט בריוו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

ביי מיר האט זיך עס אפגעשפילט טאקע די וואך ווען דער רבי׳ האט געטייטשט בכברת הארץ = ווען די ערד איז געווען אזוי לעכעריג ווי א זופ.
עד היום זיך איך נאך ארום דער זופ וואס האט געקענט אזוי ארויס נעמען מיין רבי׳ פון די כלים ווען איין אינגעל האט זיך פארעקשנ׳ט אז ער פארשטייט נישט וואס דאס מיינט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

משה געציל האט געשריבן:ביי מיר האט זיך עס אפגעשפילט טאקע די וואך ווען דער רבי׳ האט געטייטשט בכברת הארץ = ווען די ערד איז געווען אזוי לעכעריג ווי א זופ.
עד היום זיך איך נאך ארום דער זופ וואס האט געקענט אזוי ארויס נעמען מיין רבי׳ פון די כלים ווען איין אינגעל האט זיך פארעקשנ׳ט אז ער פארשטייט נישט וואס דאס מיינט.


פלעגן נישט די מלמדים פון פריערדיגן דור טייטשן געלעכערט ווי א רייבער? (פילייכט א ריב אייזן?)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

קיינמאל נישט געהערט אזא טייטש.
לגבי מיין מלמד איז מיר איינגעפאלן א שטיקל לימוד זכות, מסתמא האט ער געלערנט די סוגיא אין שבת אז ״כברה אין זקוק לה״ מען דארף נישט וויסן וואס עס מיינט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

א הערה צו ר' יואליש

שליחה דורך berlbalaguleh »

ייש"כ פאר'ן אראפלייגן די מעשה אזוי שיין. אבער דו ביסט(אומדירעקט). מחזק דעם קעגן פונקט פון'ם פותח האשכול, ידען. שליט"א. דו פיהרסט נישט אויס גענוג שטארק וויאזוי דער רבי-מלמד האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן אויפ'ן תלמיד'ס שאלה. מ'דארף אויספיהרן אז דער רבי האט געשריגן אויפ'ן יונגל. "דו ביסט אן אפיקורס, דו גלייבסט נישט אז דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט" וויל איך נישט רעדן צו דיר!
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יואליש האט געשריבן:ס'זענען דא מענטשן וועלכע מאכן א לאנגס און א ברייטס פון אן ענטפער, אנגעשטאפט מיט אומרעלעוואנטע אינפארמאציע, אבער צום סוף ענטפערן זיי ניטאמאל די פראגע. כידוע העובדה עם " וטעמו כצפיחית בדבש."

בפרט ביי רעליגיעזע אדער פאליטישע עפנטליכע דעבאטעס.
האדם לא נברא אלא להתענג
באנוצער'ניק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך באנוצער'ניק »

איך בין אזא איינער וואס קען שווער קומען צום פוינט, אבער נישט אייביג איז עס צוליב די זעלבע סיבה.

אמאל אז עס צוליב איך פיל אז אויב גיי איך נישט מסביר זיין פון אלע וועגן וועט יענער נישט פארשטיין וואס איך וויל.

אמאל איז עס כדי פון פאראויס צו באווארענען שאלות אין דעם נושא וואס מען וואלט געפרעגט אן די אריכות.

אבער רוב מאל איז עס אבער צוליב אין סיבה, ס'איז אביסל שווער מסביר צו זיין (איך הייב אן, וואס...?) אבער איך פיל עס פאסירט אזוי, ווען מען פרעגט מיר א זאך, הייבט די מח אן צו טראכטן, די מח גייט אויף א געוויסע מהלך און לויט דעם קומט די תשובה, פארשטייט זיך אין מח לויפט די אלע הסברים דורך גאר שנעל, אבער דאס אלעס גייט דורך אין מחשבה, און איך פיל אז אויב גיי איך נישט ענטפערן אויף דעם זעלבן אופן ווי מיין מחשבה איז געגאנגען גייט עס פעלן צו פארשטיין די תשובה, סוף כל סוף קען איך נאר טראכטן לויט ווי אזוי איך טראכט, איך ווייס דאך נישט וועלכע נקודה יענער וויל הערן, דאס הייסט אזוי, ווען יענער פרעגט א הסבר, מיינט דאס אז עפעס א נקודה פעלט אים, גיי ווייס וועלכע נקודה פון די אלע נקודות וואס איז דורך אין מחשבה פעלט אים, זאגט מען עס לויט די סדר פון מיין מח.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יואליש האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:ביי מיר האט זיך עס אפגעשפילט טאקע די וואך ווען דער רבי׳ האט געטייטשט בכברת הארץ = ווען די ערד איז געווען אזוי לעכעריג ווי א זופ.
עד היום זיך איך נאך ארום דער זופ וואס האט געקענט אזוי ארויס נעמען מיין רבי׳ פון די כלים ווען איין אינגעל האט זיך פארעקשנ׳ט אז ער פארשטייט נישט וואס דאס מיינט.


פלעגן נישט די מלמדים פון פריערדיגן דור טייטשן געלעכערט ווי א רייבער? (פילייכט א ריב אייזן?)

ווי קומט אריין א ריב אייזן? כברה איז טייטש א זיפ, sifter, נישט זופ.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

נישט אלעמאל מוז די תשובה זיין אמעכטיגע יא אדער ניין, אמאהל קומט עס מיט אן הסבר.
ס'איז ידועע דעם סיפור פון די שופט וואס האב פארלאנגט פון איינעם א יא אדער ניין, און ער האט נישט געוואלט ענטפערען און ווען די שופט האט זיך איינגעעקשנט און איהם געזאגט ענטפער מיר מיט א יא אדער ניין? האט איהם דער מענטש געפרעגט "זאג נאר ס'איז אמת אז דו האסט אויפגעהערט צו נעמען שוחד? ענטפער מיר מיט א יא אדער ניין?
אויבער חכם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך אויבער חכם »

[left][justify][/justify][/left]Reb Yaden, you are asking an excellent question, and I hope youll be able to comprehent my English.
For starter the name of this speech disorder is "Circumstantial speech" " Im no profesional by any means, However, there are differnet reasons applicable to differnt people which cause them to speak in such a manner.
Many times when people are asked a question for differnt reasons they become "emotionally flustered" which makes it difficult for them to speak coherently. So, instead of answereing the question in a "Yes or NO"' format they start beating around the bush.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יואליש האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:ביי מיר האט זיך עס אפגעשפילט טאקע די וואך ווען דער רבי׳ האט געטייטשט בכברת הארץ = ווען די ערד איז געווען אזוי לעכעריג ווי א זופ.
עד היום זיך איך נאך ארום דער זופ וואס האט געקענט אזוי ארויס נעמען מיין רבי׳ פון די כלים ווען איין אינגעל האט זיך פארעקשנ׳ט אז ער פארשטייט נישט וואס דאס מיינט.


פלעגן נישט די מלמדים פון פריערדיגן דור טייטשן געלעכערט ווי א רייבער? (פילייכט א ריב אייזן?)

מיין רבי האט געטייטשט "ככברה" אזוי ווי א "רייטער" מיט א טית. נאר דאס מאכט שוין אויף א נייע "פאנדארא'ס באקס".
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אין בית יהודה שטייט ווי א זופ.

און חומש תורה ברורה האט גאנצע הסבירים וואס דאס מיינט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט