איינשטיין האט אויך געהאט א גרויסע מעלה, ער האט געהאט גאר א שיינע צינג, כידוע לחובבי לשון בחרדל וללא חרדל. ועד כאן לשון קדשו
איינשטיין האט ערפינדן אסאך גרויסע זאכן, ובתוכם די חכמה פון רעלאטיוויטעט. איך וועל לאזן פשוט קאמפליצירט, יידל, יאנקל, לעיקוואד, געפילטע פיש, יואליש, יאיר, ממי שאמרו און די אנדערע אינטעלעקטואלן ערנסט דיסקוסירן וואס רעלאטיוויטעט איז. איך ווייס וואס מען האט מיר אויסגעלערנט אין מקוה אז "דריי האר איז אסאך? אה, דאס איז רעלאטיוויטעט: אין א בארד איז עס ווינציג, אין א זופ, גאר אסאך....".
אבער איינשטיין איז נישט בלויז דער זיסער זיידע מיט די לאנגע צינג, ער האט ערפינדן דעם חכמה פון אטאם, און געשאנקען די וועלט מיט די כלי, וואס ווען נישט ביבי נתניהו צייכנט אויף א גרויסע טאוול מיט א רויטע מארקער, וואלטן מיר געווען באדראעט פון איראן. אלזא, איינשטיין האט א פינסטערע זייט צו אים.
אויב, אבער האט איר געמיינט אז איינשטיין'ס פינסטערע זייט איז בלויז די אטאם באמבע, הערט א שוידערליכע מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט אין אונזערע צייטן, ממש דא, בתוכנו, במחננו.
איינשטיין האט אויך געהאט אסאך זאפטיגע אויסדרוקן, יעדע זאך וואס די בדחנים זאגן "חיים מענדל פלעגט זאגן" אדער וואס מען זאגט אין ראדני ביי די הערינג "דער רבי זכרונו לברכה האט אמאל געזאגט", זאגט מען אין די אקעדעמישע קרייזן "עס אלבערשט איינשטיין יוסד טו סעי"....
אבער הערט די שוידערליכע פאסירונג וואס האט פאסירט צו איינס פון זיינע אויסדרוקן:
געווען איז א טייערער איד, גאלדענער קרוין. א באטעמט איד געווען, און א נייגעריגער מענטש מיט אסאך ידיעות, און ער האט אייביג דערציילט ידיעות און נייעס. פון ווי האט דער גאלדענער קרוין געוואוסט אזויפיל? געטענה'ט האט ער אז ער וואוינט אין ציריך, און דארטן דרייט ער זיך ביי די עליטע, און באקומט זייערע אינערליכע אינפארמאציע. אבער, עפעס, עפעס, די וועג ווי ער האט אייביג געהאט אינטערסאנטע סחורה צו דערציילן איז אייביג געווען מאדנע. אבער, גאלדענער קרוין איז געווען א באטעמטער, א וויצלער, א געשמאקער, אן אינטערטעינער, און קיינער האט נישט געטראכט אז עפעס דראמאטיש גייט מיט אים אמאל פארקומען.
איין טאג איז עס געשעהן, ווען גאלדענער קרוין איז געקומען מיט א פרישע שטיק הייסע ווארע "
If your landlord does not give you enough heat, do not pay the rent" - Albert Einstein"
יא, אזוי ווי איר הערט, א גאונישע, נייע דערהער פון איינשטיין. לאמיר עס רופן די "היץ-רענט טעאריע".
איינשטיין, אלס אן איש אשכולות האט זיך דערגרונטעוועט צו אט די דבר חכמה, ווייל צו זאגן אזא זאך דארף מען סיי האבן טיפע פארשטאנד אין עקאנאמיקס, אין פיזישע וויסנשאפט איבער היץ און הייצונג, און סיי בעיקר פארשטיין די פסיכאלאגיע פון א מענטש אין די נושא פון נקמה און וויאזוי צו האלטן די איידעלע דיסטאנץ צווישן פארטיידיגן די אייגענע רעכטן, זיך נישט לאזן צוטרעטן, אבער לעומת זה נישט פארלירן די דירה.
די דאזיגע טעאריע פון איינשטיין איז אלע יארן געווען פארהוילן. ווען גאלדענע קרוין האט אויפגעדעקט דעם טעאריע פון היץ-רענט, האבן אלע חובבי איינשטיין אויפגעשפרונגען, און אנגעהויבן פארפירן פארוואס מען האט דאס פארהוילן. די אפיציעלע ווערסיע איז געווען אז די טעאריע האט נאך לעכער, ווארום, דער אייגענטומער פון די אפארטמענט בילדינגס gעט נישט היץ, און ברענגט א מואווינג טראק אויב צאלט מען נישט רענט.
די קאנספיראטארן האבן אבער אנגעהויבן קאכן א קאשע און וועבן א קאנספיראציע אז די גרויסע קארפערעטס וואס קאנטראלירן אמעריקע האבן דאס במזיד באהאלטן ווייל זיי ווילן צעקוועטשן די ארימע מיטל קלאס.
מר. מעקלעלעלן דער פארזיצער פון "רענט איז צו פארקאקט הויך" פארטיי האט זיך שוין געלאזט הערן לעצטנס ביים זיך באטייליגן אין א נטורי קרתא פראטעסט, בלשונו "רענט איז טו דעם היי, די היט איז טו דעם לאו, דאנט פעי די דעם רענט".
די אינטערנאציאנאלע אנארכיסטן באוועגונג האט שוין געלאזט הערן אז די דאזיגע טעאריע באשטעטיגט אז איינשטיין איז געווען אן אנארכיסט, און ביי די קומענדע פראטעסט ביי א כינוס כלל ישראל אדער כ"א כסליו, וועלן די היימישע אנארכיסטן האלטן א שילד "אין אפטרופוס לעריות, איף די לענדלארד דאנט גיוו יו רענט, אר הי מאלעסט יו, דאנט פעי די רענט".
רעגירונגען האבן אנגעהויבן ערנסט מורא האבן, ווייל אויב פארשטייט מען די טעאריע, זאגן סייענטיסטן, איז פשוט לויט די כללים פון לאגיק, אז גענוי ווי אויב דער לענדלארד, געט דיר נישט קיין הייצונג, געב נישט קיין רענט, די זעלבע איז אויב די רעגירונג געט דיר נישט קיין סערוויסעס, צאל נישט די טעקס. און אזוי ווייטער, עד אין שיעור וערך...
אבער, די וועלט איז נישט הפקר, פינסטערע כחות פירן די וועלט מיט אן אייזערנע פויסט, הערט די שרעקליכע פאסירונג :
גאלדענע קרוין איז נעלם געווארן, די ערד האט אים איינגעשלינגען. דער גאלדענער קרוין וואס איז אייביג געווען דא, אייביג גוט געזאגט האט איבערגעצויגן דעם שטריקל, ער האט אנטדעקט די אמתע טעאריע איבער וויאזוי די וועלט פירט זיך, און וויאזוי פשוטע מענטשן זאלן נישט לאזן זיך דיקטירן... און יא, די פינסטערע כחות האבן אים אפגעראמט פון וועג!
אוי. אוי, אוי, גאלדענע קרוין איננו!