מוח שליט האט געשריבן:באנוצער ניק,
די פארגעסט פין די תקנה פין זיין קאנסיסטענט.
די גרייטסט אונז קודם גוט אהן מיט דיין קאנספיראציע טעארי, אז אויב קומט נאך א מענטש עדות זאגען איז זי א חלק פין די גרויסע קאנספיראציע וואס ווירבלט אזוי פרוכטבאר אין דיין מוח. אין די ביזט אונז שוין מודיע אז זי איז א שקרן. אין דו געסט אונז צו הערן אפס קצהו פינעם קבלות פנים זי וועט באקומען פין די קאמיונטי.
אין אינעם זעלבען תגובה זאגסטו אז עס איז בשום אופן נישטא וואס מורא צו האבען צו גיין עדות זאגען.
מען טאר זיך נישט סותר זיין תוך כדי דיבור. דאס קען קרעשען די סיסטעם דא.
הערצו, נאכן זען די אמת וואס דא קומט פאר, בין איך געווען זיכער אז נחמי' גייט ארויסגיין ריין, למעשה איז עס נישט געשען אזוי, דאס איז געווען פאר מיר גאר א גרויסן שאק, ווילאנג ס'איז פאן, איך ענדזשוי מיר איז איין זאך, אבער אויב מיין פאן קען יענעם איינזעצן זאג איך עד כאן, איך האב זיך איינגעהאלטן פון שרייבן דערוועגן א לאאנגע צייט, גענוג צייט וואס וואלט גענומען פאר אן אמת'ע מעשה אז די DA זאל ארויסקומען דערמיט.
אבער... ווען איך שרייבט ווען דאס ערשט נאכדעם וואס א פרישע וויקטעם קומט ארויס עפענטליך, קען איך דיר שוין יעצט זאגן וואס דיין רעאקציע וואלט געווען, האב איך מחליט געווען אז יעדע זאך האט א גבול ווילאנג מען קען ווארטן, די קענסט מיר אפשר ענטפערן פארוואס האט זיך די פרשה פון נחמי' געשלעפט צוויי יאר? די ווייסט ווער עס האט עס געשלעפט? יא די חברה, טאקע כדי צו פארדינען צייט איר צוצוגרייטן, אין די צייט האט מען גוט גוט אויסגענוצט איר צו אנגרייטן ווי עס דארף צו זיין, און דאס פאסירט יעצט דא ווייטער, די DA האט שוין
מער ווי א חודש צוריק געזאגט אז עס איז דא נאך א וויקטעם (דעמאלטס האט ער געזאגט 6, אבער
היינט זאגט ער איינס), און פאר די לאנגעסט טיים קומט יענער נישט אפיר, קענסט מיר געבן א נארמאלע תשובה דערויף?
און יעצט נאך וואס עס איז געווען גענוג און נאך צייט צו ארויסקומען עפענטליך - אויב וואלט געווען אן אמת'ע מעשה דא, און טאקע אן קיין פחד און מיט די שטיצע פון די DA ביז יעצט האט דאך קיינער נישט געשריבן וואס איך האב געשריבן, און דער כלומפרשטע וויקטים וואלט דאך נישט געדארפט מורא האבן ביז נעכטן נאכן ארויסצוקומען, האב איך מחליט געווען אז עס איז גענוג געווען מיטן ווארטן, און איך גיי נישט ווארטן עס צו פארציילן לאחר המעשה, און איך גיי זאגן פאראויס וואס דא קומט פאר, זאגסטו אז וואס, אז איך האב צוגענומען זייער געווער? הייסט איך האב אויפגעטון אז די שקר זאל נישט קענען גיין ווייטער? ב"ה פארדעם.
אגב, וועגן פליען גליטי האט מען שוין אין די לעצטע בלעטער געענטפערט דערויף, אבער ס'איז דא נאך א נקודה, ווען ער ערקלערט זיך שולדיג מיינט דאס פאר אים אז אפי' נאכן אפזיצן א קורצע(?) צייט (וואס גראדע האט מען אים קלאר געזאגט אז זיי גייען געבן א גרויסע שטראף אויב מ'פליעט גילטי), גייט ער זיך נישט קענען דרייען אין קיין שום פלאץ ווי עס איז דא קינדער, איך גלייב איר ווייסט אליין ווי שווער דאס איז בפרט ווען ער ווייסט דאך די אמת אז ער איז אומשולדיג.