די וועבערמאן סומאטאכע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אוהב דעת האט געשריבן:די מאמע האט נישט געוויסט נאר שפעטער האט איר די פאליס געזאגט וואס די טעראפיסט האט פארציילט בשמה

דו קויפסט דאס אפ. פי' דו גלייבסט דאס. אויב אזוי --גייט דאס ווערטל."האב איך א בריק צו פארקויפן פאר דיר ". ביטע זיי נישט אזוי נאאיוו. א יונג מיידל (צוועלף יאר) גייט אויף טעראפי סעששאנס וועלכע קאסטן $250 דאללאר יעדע איינע און די מאמע אינטרעסירט זיך אפילו נישט וואס ס'גייט דארט פאר. דאס איז קעגן יעדן לאגיק. אלא מאי, אז די מעשה און די באשולדיגונגען זענען אויפגעבאקן געווארן שפעטער.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

היוצא לנו מזה איז אז די לינקע סאטמאר לעבט נאך אין מארמאראש און זיי ווילען לייקענען דעם מציאות, אויב זיי ווילן עפעס איז דער פאקט אזוי, "עס איז א פאקט", וואס מיינט ויואל משה, משה האט געוואלט אזוי וויל איך,

דער רבי האט געהאלטען אז מען טאר נישט מאכען קיין עירוב, אזוי האבען זיי מחליט געווען , איי ווער זאגט ? תיקו

דער חינוך דארף זיין אויף דרך אבותינו, וואס מיינט דאס ? דאס וואס איך וויל, איי עס שטומט נישט ? טא בעד

אין מאמאראש איז נישט געווען קיינע טעראפיסטן, אבער דא אז מען דארף פארן שפיל א טעראפיסט, וועט מען נעמען איינעם וואס פארשטייט די שיטה, ווייל טאמער זאל מען נעמען אן עכטען טערעפיסט וועט ער דאך אויפוועקן דעם עולם פון די טיפע פאנטאזיע זייערע,

יעצט אויב מען זאל גלייבן וואס מען זאגט אויף ר.נ. וו. צופאלט דאך זייער פאנטאזיע, עס קען דאך נישט זיין, מיר זענען דאך די פרומסטע קהילה אין די וועלט, סא מוז מען גלייבן אז לא היו דברים מעולם, און אויב איינער זאל זאגען אנדערש איז ער פשוט א מין און אן אפיקורס,

וויפיל נאך זאכען דארפן געשעהן אז דער עולם זאל אנהייבן צו לעבן רעאליסטיש ?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ולהוסיף על דברי באלעגאלע,
ער ברענט איר כסדר אפ מיט א הבדלה (!) און זי רעדט נישט צו קיינעם, זי זאפט איין דעם ווייטאג ביי זיך, קיינער זעהט נישט איר צער, נישט די פיזישע, נישט גייסטישע,
זעהט איר נישט אז עפעס מאכט נישט קיין סענס?
דאס איז נישט זאכן וואס א 12 יעריג מיידל קען אזוי גוט באהאלטן. אוממעגליך.
וירח ה' את ריח הניחוח
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

עס איז שווער זיך צו טענהן אויב די זין שיינט אינדערויסען.
איך האב פשוט נישט קיין אהנונג וואס די רעדסט.
די וואלסט געדארפט זיין אין די דיפענס טיעם. אין מסביר זיין אז עס איז פשוט נישט מעגליך פאר א טעראפיסט צו מאלעסטן א קליין קינד אהן דעם וואס די מאמע זאל וויסען.

ווייסטו דען נישט די בעיסיקס? א מאלעסטער איז מסביר זיין אז קיינער וועט דיר נישט גלייבען אויב די זאגסט איין ווארט. אין די וועסט ווערן ללעג ולקלס פאר א יעדעם. אין איך וועל מאכען זיכער אז די ווערסט ארויסגעווארפען פין סקול. אין אזוי ווייטער. אזוי אז דאס קינד קומט אהיים מיט א שמייכעל אין זאגט אז די סעשאן איז זייער גיט.
בו בשעה מאכט די מאלעסטער אז עס זאל זיין א רוגזה צווישען די קינד אין די עלטערן, אזוי אז די קינד זאל נישט טראסטען די עלטערן אויסצוזאגען. אין דאס קינד וועט האלטען אז די עלטערן וועלן איר נישט גלייבען.
איך רעד שוין נישט פין אביסעל טיפערע פיסכילאגיע וואס לויטעט אז די קינד בלאקט דאס ארויס פין קאפ כאילו דאס איז נישט געשעהן. פארשטייט זיך אז deep down מאכט עס אהן חורבנות רח"ל אין איר יונג מוח'ל.

איך פאנג שוין אהן אביסעל צו פארשטיין פין וואו עס נעמט זיך די בלינדע גלייבעכטץ אז ער איז אומשולדיק. מען ווייסט נישט די א' ב'.

שמעקעדיג, איך האב שוין צוויי סיבות פארוואס די קענסט ענטפערן מיין אריגנעלע שאלה.
איינס, ווייל די האלטסט דאך קלאר אז ער איז אומשולדיג
צוויי, מען קען לכתחלה שיקען צו א פעדאפייל. עס איז דאך אוממעגליך עס צו באהאלטען.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך געוואלד געשריגן »

שמעקעדיג האט געשריבן:ולהוסיף על דברי באלעגאלע,
ער ברענט איר כסדר אפ מיט א הבדלה (!) און זי רעדט נישט צו קיינעם, זי זאפט איין דעם ווייטאג ביי זיך, קיינער זעהט נישט איר צער, נישט די פיזישע, נישט גייסטישע,
זעהט איר נישט אז עפעס מאכט נישט קיין סענס?
דאס איז נישט זאכן וואס א 12 יעריג מיידל קען אזוי גוט באהאלטן. אוממעגליך.


It is very possible. I know someone personally who was nebech burned with lighters. I saw the scars r"l.. abusers threaten their victims and tell them no one will believe the story. Which has work in ultra-orthodox communities pretty often. Children are manipulated easily. Point is, it's not as straightforward as you seem to think.
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך געוואלד געשריגן »

nothing is impossible
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דו האסט קיינמאל נישט געווענדעט דיין שאלה צו מיר.
און איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז ער איז קלאר אומשולדיג. (נאר אז ער פארדינט נישט אזא שטראף).

אויב ווילסטו וויסן, איך בין געווענליך זייער שטארק אויפן נרדף'ס זייט (דא ווייס איך נישט, אבער בכלליות).
איך האב שוין געשריבן אז איך קען אסאך נרדפים/נרדפות (פון אלס מיידל) וועלכע זענען אדורך דעם גיהנם. איך ווייס פון "פירסט-הענד" עקספיריענס ווי געפערליך דאס איז.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך געוואלד געשריגן »

שמעקעדיג האט געשריבן:דו האסט קיינמאל נישט געווענדעט דיין שאלה צו מיר.
און איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז ער איז קלאר אומשולדיג. (נאר אז ער פארדינט נישט אזא שטראף).

אויב ווילסטו וויסן, איך בין געווענליך זייער שטארק אויפן נרדף'ס זייט (דא ווייס איך נישט, אבער בכלליות).
איך האב שוין געשריבן אז איך קען אסאך נרדפים/נרדפות (פון אלס מיידל) וועלכע זענען אדורך דעם גיהנם. איך ווייס פון "פירסט-הענד" עקספיריענס ווי געפערליך דאס איז.


If my eyes do not deceive me, you just said it's impossible for a girl to withhold disclosing the hell she went through and therefore the pieces don't fit. I'm saying that is unfortunately untrue, as children are easily manipulated and scared. Look how well it worked, most people don't give a damn about what she says anyway as is obvious when posting signs about fundraisers...I'm just observing. Please do not take this personally. I'm giving everyone a chance. I just think being dismissive in counterproductive and makes victims (I should say real victims to those who believe this was some ingenius plot to destroy the community) in orthodox communities feel hopeless, because only very few people within the community support them. Those who do support them are shunned, like R' Horowitz. It doesn't seem like a comfortable atmosphere for girls to come out and say anything.
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

שמעקעדיג,
האסטו דען נישט היינט געשריבען אז דו האלטסט אז עס איז אוממעגליך אז די מיידיל זאל דאס באהאלטען? אין אז די ביזט מסכים מיט וואס בעל עגלה האט געשריבען?
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

בעל עגלה שרייבט אז עס איז קעגן יעדע לאגיק צו גלייבען די מעשה, אין "עס איז אויפגעבאקען". די שרייבסט ולהוסיף על דבריו.... עס איז אוממעגליך פאר א מיידעל דאס צו באהאלטען.
ביי מיר מיינט דאס אז דו זאגסט אז ער איז אומשולדיג.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

שמעקעדיג, לעמאן, בן תמליו, ענד קאמפאני.
לאמיר א מינוט מצייר זיין א מעשה ווי די ביסט אינוואלווד.
די האסט צוויי יאר נישט געהאט קיין געהעריגע דזאב. ענדליך איז דיר אנגעקומען דיין חלום דזאב. די ארבעטסט שוין דארט א יאר צייט אין די גייסט מעלה מעלה. די האסט שוין אנגעהויבען אפצוצאלען דיינע חובות, דיין הויז איז שוין ארויס פין פארקלאוישזער, דיין שלום בית האט זיך אסאך געבעסערט, אין די ביסט שוין א שטיקעל איש מכובד אין שול אין ביי דיינע חברים.
והנה, די קומסט אהן איין טאג פרי צו דער ארבעט אין די זעהסט ווי דער בעל הבית פין די פירמע באלעסטיגט א אינג קינד. די קענסט דיר נישט גלייבען דיינע אויגען אבער דאס איז עס. די לויפסט ארויס פינעם בנין, אין מיט איין בהלה כאפסטו ארויס דיין סעלפאון צו קאללען די פאליצי (איך ווייס נישט פונקטליך ווער געט דיר דעם היתר צו רופען פאליציי, אבער מען קען דיר מוחל זיין ווייל די ביסט געווען מבוהל).
די באקומסט א קלאפ אויף די פלייצע, די דרייסט דיך אויס והנה דיין בעל הבית כאפט ארויס די סעלפאון פין דיין האנט אין זאגט דיר קום מיט מיר אין איך וועל דיר געבן אביסל צו פארשטיין.
ער פרעגט דיך צו די האסט געהאט א דזאב איידער די ביסט געקומען דא. ווי גרינג איז דיר צו טרעפען א דזאב. ווי די האלטסט מיט צוריקצאלען דיינע חובות. ער איז דיר מסביר אז אין די היינטיגע עקאנאנמיע איז פשוט אז די וועסט נישט האבען א דזאב פאר נאך א יאר צוויי, אויב פארלירסטו דעם דזאב דא.
טריי דיך אויך מצייר זיין אז לו יצויר די ביסט פין די שוואכערע סארט יונגעלייט. מען האט דיך שוין געכאפט אלץ בחור ביי א בעיסבאל געים רח"ל. די ביסט פין די שמועסערס וואס מען צימבעלט כסדר אז מען וועט דיך ארויסווארפען פין שול. (יעצט אז די האסט א פאר דאלער האט מען גענומען א צווייטען לא יוצלח צו צימבלען). ומצד השני דער בעל הבית דיינער איז פין די סאמע חשובסטע אידען פין דיין שול, ער געט אפי' א שיעור אין ביהמ"ד איינמאל א וואך. ווי אויך פין די גרעסטע עשירים.

ער איז דיר זייער פאמעליך מסביר אז דו האסט גארנישט געזעהן דא. גארנישט איז געוועהן. אויב די גייסט אנהייבען צו דערציילען איין ווארט וועל איך מסביר זיין אז די ביסט געווארען ברוגז אז איך האב דיר אויפגעזאגט פין דיין דזאב ווייל מען האט דיך ליידער געכאפט גנבענען אין אויך וואטשען מנובלדיגע מאוויס אין די ארבעטס שעהן. אויך האט מען געזעהן ווי די פלורטסט מיט א מיידעל. (עס איז אביסעל אמת אז די האסט דיך געמאכט אביסעל צו היימיש מיט איר. אבער אוודאי גארנישט מער ווי אן איבעריגער שמייכעל)

דיין בעל הבית איז דיר זייער פאמעליך מסביר אז יו דאנט סטענד ע טשענס, קיינער קיינער וועט נישט אננעמען דיין ווארט אקעגן מיינער. די זאגסט איין ווארט אין די האסט נישט קיין דזאב, די האסט ערענסטע שלום בית אישוס, די ווערסט אנגעלאדענט מיט פרישע חובות, אין די באקומסט א נאמען פין א גנב. אין נאך מער, מען וועט דיך ארויסווארפען פין שול פארען באשמוצען אזא טייערע חשובע איד, פשוט ווייל די האסט דיך געוואלט ריינוואשען.


איך פרעג דיך שמעקעדיג, לעמאן, בן תמליון, וואס וואלסטו געטוהן? פארלוירען אלעס אדער געמאכט א שווייג? די אמת ביטע?
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך געוואלד געשריגן »

מוח שליט האט געשריבן:שמעקעדיג,
האסטו דען נישט היינט געשריבען אז דו האלטסט אז עס איז אוממעגליך אז די מיידיל זאל דאס באהאלטען? אין אז די ביזט מסכים מיט וואס בעל עגלה האט געשריבען?


די זעלבע ווי מיין לעצטע תגובה..דו זאלסט שרייבן "קרעדיט: געוואלד" און ציטירט די ווערטער

no plagiarism in kave shtiebel please...lol :D
באנוצער'ניק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך באנוצער'ניק »

מוח שליט האט געשריבן:באנוצער ניק,
די פארגעסט פין די תקנה פין זיין קאנסיסטענט.
די גרייטסט אונז קודם גוט אהן מיט דיין קאנספיראציע טעארי, אז אויב קומט נאך א מענטש עדות זאגען איז זי א חלק פין די גרויסע קאנספיראציע וואס ווירבלט אזוי פרוכטבאר אין דיין מוח. אין די ביזט אונז שוין מודיע אז זי איז א שקרן. אין דו געסט אונז צו הערן אפס קצהו פינעם קבלות פנים זי וועט באקומען פין די קאמיונטי.
אין אינעם זעלבען תגובה זאגסטו אז עס איז בשום אופן נישטא וואס מורא צו האבען צו גיין עדות זאגען.
מען טאר זיך נישט סותר זיין תוך כדי דיבור. דאס קען קרעשען די סיסטעם דא.

הערצו, נאכן זען די אמת וואס דא קומט פאר, בין איך געווען זיכער אז נחמי' גייט ארויסגיין ריין, למעשה איז עס נישט געשען אזוי, דאס איז געווען פאר מיר גאר א גרויסן שאק, ווילאנג ס'איז פאן, איך ענדזשוי מיר איז איין זאך, אבער אויב מיין פאן קען יענעם איינזעצן זאג איך עד כאן, איך האב זיך איינגעהאלטן פון שרייבן דערוועגן א לאאנגע צייט, גענוג צייט וואס וואלט גענומען פאר אן אמת'ע מעשה אז די DA זאל ארויסקומען דערמיט.

אבער... ווען איך שרייבט ווען דאס ערשט נאכדעם וואס א פרישע וויקטעם קומט ארויס עפענטליך, קען איך דיר שוין יעצט זאגן וואס דיין רעאקציע וואלט געווען, האב איך מחליט געווען אז יעדע זאך האט א גבול ווילאנג מען קען ווארטן, די קענסט מיר אפשר ענטפערן פארוואס האט זיך די פרשה פון נחמי' געשלעפט צוויי יאר? די ווייסט ווער עס האט עס געשלעפט? יא די חברה, טאקע כדי צו פארדינען צייט איר צוצוגרייטן, אין די צייט האט מען גוט גוט אויסגענוצט איר צו אנגרייטן ווי עס דארף צו זיין, און דאס פאסירט יעצט דא ווייטער, די DA האט שוין מער ווי א חודש צוריק געזאגט אז עס איז דא נאך א וויקטעם (דעמאלטס האט ער געזאגט 6, אבער היינט זאגט ער איינס), און פאר די לאנגעסט טיים קומט יענער נישט אפיר, קענסט מיר געבן א נארמאלע תשובה דערויף?

און יעצט נאך וואס עס איז געווען גענוג און נאך צייט צו ארויסקומען עפענטליך - אויב וואלט געווען אן אמת'ע מעשה דא, און טאקע אן קיין פחד און מיט די שטיצע פון די DA ביז יעצט האט דאך קיינער נישט געשריבן וואס איך האב געשריבן, און דער כלומפרשטע וויקטים וואלט דאך נישט געדארפט מורא האבן ביז נעכטן נאכן ארויסצוקומען, האב איך מחליט געווען אז עס איז גענוג געווען מיטן ווארטן, און איך גיי נישט ווארטן עס צו פארציילן לאחר המעשה, און איך גיי זאגן פאראויס וואס דא קומט פאר, זאגסטו אז וואס, אז איך האב צוגענומען זייער געווער? הייסט איך האב אויפגעטון אז די שקר זאל נישט קענען גיין ווייטער? ב"ה פארדעם.

אגב, וועגן פליען גליטי האט מען שוין אין די לעצטע בלעטער געענטפערט דערויף, אבער ס'איז דא נאך א נקודה, ווען ער ערקלערט זיך שולדיג מיינט דאס פאר אים אז אפי' נאכן אפזיצן א קורצע(?) צייט (וואס גראדע האט מען אים קלאר געזאגט אז זיי גייען געבן א גרויסע שטראף אויב מ'פליעט גילטי), גייט ער זיך נישט קענען דרייען אין קיין שום פלאץ ווי עס איז דא קינדער, איך גלייב איר ווייסט אליין ווי שווער דאס איז בפרט ווען ער ווייסט דאך די אמת אז ער איז אומשולדיג.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

איך וויל פארשטיין נאך א זאך, וואס צייגט אויף א שטיקל קאווער-אפ דא.
זיי אלע רעדן אז נ.וו. האט גברענט דאס מיידל. הורוויץ האט נאך א א פאר אזוינע קעיסעס.
אויב איז דאס ריכטיג, פ"וו האט מען דאס נישט אריינגברענגט אין געריכט, אלס איינע פון די אנקלאגעס אנטקעגן נ.וו.?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דער שופט האט נישט ערלויבט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

ווען די דזאדז לאזט נישט אריין זאכען וואס די דעפענס וויל אריינברענגען איז עס א ראי' אז וועבערמאן איז גערעכט. אין ער האט נישט באקומען א פעיר טרייל.
ווען די דזאדז לאזט נישט אריין זאכען וואס די פארסעקיוטער וויל אריינברענגען איז א ראי' אז וועבערמאן איז גערעכט. אין עס איז דא א קאווער אפ.
Confusing

אמת זי האט עס נישט געזאגט פארן דעטעקטיוו אין ממילא האט מען עס נישט געוואלט עקסעפטען. עס איז דא גאר אסאך נארמאלע סיבות פארוואס א 15 יעריג מיידל זאל נישט דערציילען דאס פארן דעטעקטיוו.
קודם קען טאקע זיין אז דאס האט ער געטוהן איינס אדער צוויי מאל, אין אינעם קאנטעקסט פין די אלע באלעסטונגען אין טראמא וואס זי איז אדורך, איז דאס נאר א קליינע פרט, אין זי האט נישט געטראכט דערפין דעמאלטס.
עס קען אויך זיין אז דעס האט זי געהאלטען (מיט איר פופצען יעריגע שכל) אז מען וועט איר נישט גלייבען.
פארשטיי אויך אז דאס גיין עדות זאגען פאר א דעטעקטיוו איז א טראמא כשלעצמו. זי ווייסט אז זי מאכט דא א מעידזאר שריט.

די דעפענס האט געהאט ווי זיך אנצוכאפען אין טענהן אז וויבאלד זי האט דאס נישט געזאגט פארן דעטעקטיוו קען מען עס נישט אויפברענגען. איך פארשטיי אז אזא מין מעשה איז זייער שוידערליך אין די דזאדז האט געקענט פילן אז וויבאלד עס איז דא א לעגיטימע ערעור אויף די מעשה (כאטשיג דאס איז ווייט נישט גענוג צו זאגען אז עס איז נישט אמת) איז לטובת די ישרות וועט מען נישט לאזען די דזורי דאס הערן.
אזוי ווי העירסעי [איבער זאגען א מעשה וואס א צווייטער האט דיר דערציילט] טאר מען נישט ארויפברענגען פאר די דזורי.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

לשאלת רבים

פארוואס האט די דיטעקטיוו נישט געקלאגט וו"מ אויף די אנדערע קרבנות, וואס עס זאל הייסען אז זי קען באשטיין צו קומען עדות זאגען.

קען זיין, און איך זאג קען זיין, אז דער די עי, האלט עס לעת הצורך, אויב וועט וו"מ געווינען אן אפיל, ווייל אלאן דערשאוויץ וועט באווייזען אותות ומופתים, וועלען זיי אים דעמאלס אנקלאגען פריש אויף די אנדערע קלאגעס.

איך האף אז דער תשובה וועט נושא חן זיין ביי זיינע פארטיידיקערס, והנלע"ד כתבתי.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו מר. שליט

שליחה דורך berlbalaguleh »

די מעשה וואס דו ברענגסט אראפ איז זייער א שיינע מעשה. ס'איז אבער דא איין גרויסער חילוק. דא (ביי וועבערמאן) איז נישט דא קיין (נייטראלער) עדות. דא איז פארהאן איין באשולדיגער וועלכע איז אינטערעסירט צו זען מר. וועבערמאן אין תפיסה. איך וועל נאכאמאל ארויסזאגן דעם צענטראלן פונקט פון מיין ארגומענט. אויב ס'איז פארגעגגאנגען אביוז מיט פיזישע ציגארעטל ברענונגען (אויפ'ן בויך) פאר פיר יאר וויאזוי איז מעגליך דאס צו באהאלטן די גאנצע צייט. און אויב איינער (די מאמע, למשל) האט זיך יא דערוואוסט, פארוואס איז נישט דא קיין פאליס רעפארט? אלא מאי. ס' איז נישט פארגעקומען אביוז אזוי און אין די צייט וואס די באשולדיגערין דערציילט.דער תירוץ אז דעי "וויקטים" איז געווען צו דערשראקן צו פארציילן בשעת מעשה איז נישט אויסגעהאלטן. ווייל איר מאמע וואלט געדארפט עפעס באמערקן. נאר דער "פענדיולום"- דאס צינגל פון וואגשאל איז שוין צו ווייט פארגאנגען אויף די נישט ריכטיגע זייט אז מען גלייבט אלעס וואס די אזויגערופענע "וויקטים'ס" זאגן אפילו ס'איז נישט אויסגעהאלטן לאגיש אדער לויט'ן מציאות.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יידל האט געשריבן:דער שופט האט נישט ערלויבט.

וואס, דער שופט האט נישט ערלויבט נאך עטליכע וויקטימס אויפטרעטן אין קארט קעגן נ.וו.? דאס וואלט זיכער געטוישט מיין מיינונג.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

בערלבאלא.., זי האט נישט געזאגט אז ס'איז אנגעגאנגן פיר יאר ציגרעטל ברענען אויפ'ן בויך.
אפשר האט דאס פאסירט געציילטע מאל.
ווען די מאמע זאל ווען באמערקן אז עפעס טויג נישט מיט איר טאכטער,וואס טוט זי קאלט די טערעפיסט. נא פון דארט און ווייטער מאכט די טערעפיסט א דזשאב. פארקויפט איר וואס ער וויל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איחוד פעלד האט געשריבן:לשאלת רבים

פארוואס האט די דיטעקטיוו נישט געקלאגט וו"מ אויף די אנדערע קרבנות, וואס עס זאל הייסען אז זי קען באשטיין צו קומען עדות זאגען.

קען זיין, און איך זאג קען זיין, אז דער די עי, האלט עס לעת הצורך, אויב וועט וו"מ געווינען אן אפיל, ווייל אלאן דערשאוויץ וועט באווייזען אותות ומופתים, וועלען זיי אים דעמאלס אנקלאגען פריש אויף די אנדערע קלאגעס.

איך האף אז דער תשובה וועט נושא חן זיין ביי זיינע פארטיידיקערס, והנלע"ד כתבתי.

ווען דער די.עי. האט די איבריגע עדות אקעגן נ.וו. לייגט ער זיי נישט אוועק אויף א מעגליכן אפיל נאר ער נוצט זיי ביים איצטיגן טרייעל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נולד מאוחר האט געשריבן:בערלבאלא.., זי האט נישט געזאגט אז ס'איז אנגעגאנגן פיר יאר ציגרעטל ברענען אויפ'ן בויך.
אפשר האט דאס פאסירט געציילטע מאל.
ווען די מאמע זאל ווען באמערקן אז עפעס טויג נישט מיט איר טאכטער,וואס טוט זי קאלט די טערעפיסט. נא פון דארט און ווייטער מאכט די טערעפיסט א דזשאב. פארקויפט איר וואס ער וויל.

ביטע. זיי נישט אזוי נאאיוו. איך ווייס נישט פון א מאמע וואס זעט ברענונגען אויפן קערפער פון איר קינד און דאס קינד פארציילט וואס איז געשען און די מאמע לאזט זיך איינרעדן א באבע מעשה.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

די בריען איז נישט געווען א אפטע ערשיינויג, יתכן.
דאס וואס כ'האב געשריבן אז די טערעפיסט קען פארקויפן פאר די מאמע וואס ער וויל איז לגבי איר אימוישנעל מצב נישט פיזקעל.
פארשפארט