משה ארי' פריעדמאן והמסתעף
- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
משה ארי' פריעדמאן והמסתעף
די נאמען משה ארי' פריעדמאן איז נישט קיין נייער אין די אידישע וועלט, זיין ביאגראפיע בקיצור איז אזוי: ער איז געבוירן און אויפגעצויגן אין קרית יואל ביי די בארימטע פריעדמאן (גבאי) משפחה, ער האט חתונה געהאט קיין אנטווערפען, נאך עטליכע יאר האט ער זיך געצויגן קיין וויען-עסטרייך ווי ער האט זיך דערקלערט אלס הויפט-ראבינער פון עסטרייך, זייענדיג אין וויען האט ער זיך אנגעשלאסן מיט די עקסטרעמע נטורי קרתא פראקציע, ער איז בעיקר באקאנט געווארן אין די וועלט ווען ער איז געפארן קיין איראן ווי ער האט זיך מחבק ומנשק געווען מיט אכמאדינעדזשאד ימ"ש, דאס בילד איז דעמאלט געווארן אן אינטערנאציאלע סענזאציע, מער איבער משה ארי-ה'ס פערזענליכקייט שפעטער אי"ה, קודם איבער די דעוועלאפינג נייעס וואס איז יעצט נוגע.
משה ארי' וואוינט היינט-צו-טאג'ס אין אנטווערפן און פירט יעצט א מערכה וואס קען שטארק אפעקטירן דעם היימישן ציבור דארט.
מיט בערך א האלב יאר צוריק האט משה ארי' געמופט קיין אנטווערפען מיט זיין משפחה, אנקומענדיג דארט האט ער פראבירט איינצושרייבן זיינע קינדער אין עטליכע מוסדות, ווען קיינער האט זיי נישט געוואלט אננעמען האט ער אנגעפאנגען אריינצוגעבן מסירות אקעגן די מוסדות, קודם אקעגן די מער-מעסיגע יסודי התורה מוסד, ווי די לויער'ס האבן סוקסעספול באוואויגן דעם שופט אפצוווארפן דעם קלאגע, און דערנאך אקעגן די בעלזער מוסדות, און וויבאלד רוב מוסדות זענען דארט פובליק סקול'ס, ד.ה. אז זיי ווערן אויסגעהאלטן דורך די רעגירונג, מוזן די מוסדות אפיציעל זיך האלטן צו די געזעצן, דיסקרימענאציע איז שטרענג פארבאטן און מ'מוז יעדן אריינעמען, אידן ולהבדיל גוים, אינגלעך און מיידלעך, אז נישט שטעלט מען גלייך אפ די סובסידיעס אהן קיין חכמות. (כמדומה לי אז סאטמאר זענען די איינציגסטע וואס זענען נישט סובסידירט).
דער גאנצער הלוך ילך מתחלת המסירה ביז היינט איז א אריכות וואס איז נישט נוגע יעצט, אבער וואו מען האלט היינט למעשה האט די בעלגישע געריכט געאורטיילט אז בעלזא מוז אויפ'ן נייעם יאר איינשרייבן זיינע "אינגלעך" אין די "בנות ירושלים" מיידל סקול... די סקול איז יעצט אויף וואקאציע און עפנ'ט זיך צוריק אויף אין א וואך ארום, 'בעלזא' זאגט אז זיי האבן אנגענומען די אינגלעך און זיי גייען נישט אפעלירן דעם געריכט אורטייל, ווידער משה ארי' האפט אז דערווייל וועלן די מוסדות מאכן א פשרה און אננעמען די אינגלעך אין חדר און די גרעסערע מיידלעך אין סקול (די גרעסערע מיידלעך האט בעלזא יא אפעלירט און די משפט וועט זיך נישט אנפאנגען פאר קומענדיגע יאר), בלייבט נאר איבער צו זעהן וואס דא וועט זיך אפשפילן, דער מצב קען זיך גאר שלעכט אויסשפילן פאר אלע חרדישע מוסדות אין שטאט.
לויט ווי מען ליינט איז יעצט די מצב היפש אנגעצויגן אין אנטווערפן, די בעלזא אינגע היצ-קעפ לויפן ארום און טעראריזירן די פרידמאן משפחה, זיין ווייב אין קינדער, מען ווארפט זיי ארויס פון אלע בתי מדרשים, מען שרייט זיי נאך אין די גאסן, מען הענגט פאשקעווילן, און מען פירט א אינטערנעט מערכה, אויך משה ארי' רוהט נישט איין, ער פירט א פ.ר. קאמפיין, ער איז א מומחה אין שפילן נרדף, ווען ער קען לויפט ער צו די מידיע (נ"ר סטייל) און מאכט זיכער צו אנדרייען א מצב כאילו ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים, ער באשמוצט מענטשן פון וועם ער האפט ארויסצוקוועטשן געלט כדי ער זאל זיך האלטן שטיל.
לעצטענס האט ער פראבירט אנצושטעלן א בילד כאילו בעלז אנטווערפן וויל נישט אננעמען זיינע קינדער דארט ווייל התאחדות אין וויליאמסורג לייגט פרעשור אויף זיי... די מעשה אין וויליאמסבורג איז זייער א ווייטאגליכע און גייט צוריק מיט אפאר יאר ווען ער האט געמסרט א חשוב'ן תמימותדיג איד על לא עוול בכפו, לויט ווי איך האב געהערט איז די מעשה בקיצור אזוי: א שטיק צייט צוריק האט א איד ר' מ.מ. גלאנץ (ברודער פון ארי' לייב) געוואלט קויפן א דירה, צוליב סיבות האט ער נישט געוואלט קויפן די דירה אויף זיין אייגענע נאמען, און זייענדיג א קרוב מיט משה ארי' וואס האט דעמאלט געוואוינט אין אייראפע האט ער אים געבעטן א טובה צו ער וויל עס אפשר לייגן אויף זיין נאמען, משה ארי' האט גערן מסכים געווען, אבער צוריקקומענדיג פון אייראפע האט משה ארי' געטענה'ט חי וקיים אז דער דירה איז זיינס און אז גלאנץ זאל עס אים אהינגעבן, גלאנץ האט אים פארשטייצעך קאטעגאריש אפגעזאגט, און לויט עצת חבריו האט ער שנעל איבערגעשריבן דעם דירה אויף א צווייטענס נאמען, משה ארי' האט דאן אריינגעגעבן א מסירה אז דער דיעד טרענספער איז געפעלשט, און דערביי האט ער צוגעגעבן אפאר זייטיגע לשון הרע'לעך איבער גלאנץ'ענס פיינענשעל'ס, די מסירות האבן אויך אריינגענומען זיין ברודער ארי' לייב און אויך די UTA , דאס האט עווענטועל געברענגט צום טרויעריג בארימטן ארעסט און אנקלאגע אויף די גלאנץ ברודער'ס, וואס זייער סענטענס ווערט ערווארטעט קומענדיגן חודש.
אפילו אויב די גלאנץ ברידער נעמען אן דעם פלי בארגעין בלייבן זיי אין א גרויסן סכנה, ווייל די אפיציעלע אנקלאגע נעמט נישט אריין אלע מסירות, השם ירחם.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום DotCom, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ראשעקאל האט געשריבן:נישט געניג די זעקס זיסע קינדערלעך האבן אזא צעדרייטע טאטע , האבן די אנטווערפענע סדום'ניקעס אויסגעטראפן אז מ'קען זיין ניצן ווי שטעקענעס צו שלאגען דעם טאטען. אה, דער אייבערשטער האט זיכער א נחת רוח.....
די עוולה גייט אן דאהי אויך. טייל פון אונזערע היימישע מוסדות שפילן פאליטיק אויפ'ן חשבון פון די אומשולדיגע קינדער ווען ס'איז נישט נוגע אידישקייט. ווען דער באטרעפנדער האט געטון עפעס אן עוולה רעכנט מען זיך אפ מיט זיין גאנצע משפחה עד דור רביעי.
- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
ראשעקאל האט געשריבן:נישט געניג די זעקס זיסע קינדערלעך האבן אזא צעדרייטע טאטע , האבן די אנטווערפענע סדום'ניקעס אויסגעטראפן אז מ'קען זיין ניצן ווי שטעקענעס צו שלאגען דעם טאטען. אה, דער אייבערשטער האט זיכער א נחת רוח.....
ביסט גערעכט, ובנים לא יומתו על אבות שטייט, די קינדערלעך וואלטן אוודאי געקענט באשטיין צו האבן א נארמאלן טאטע, אבער למעשה צו די מוסדות קען מען אויך נישט האבן קיין טענות, ווייל משה ארי' האט א היסטארי פון מסר'ן סיי וואס און סיי וועם, יא אמת צו נישט אמת, אפילו די מוסדות ווי ער האט געשיקט זיינע אייגענע קינדער דאהי האט ער געמסרט', ממש לעצטענס האט ער ג'מסר'ט זיין גוישן לענדלארד אז ער האט מאלעסטעד זיינע קינדער, דאס איז געווען נאך וואס ער האט שוין נישט באצאלט רענט זייט ער וואוינט דארט.., ממילא טענה'ן די מוסדות אז אויב איינער איז דער אכזר איז עס ער אליין, נישט זיי.
קליפ: משה ארי' מיט ווייב און קינדער בענטשן זיך ביי אכמאדינזשאד אין איראן.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=X-GTZrxGGlI[/youtube]
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
ראשעקאל האט געשריבן:נישט געניג די זעקס זיסע קינדערלעך האבן אזא צעדרייטע טאטע , האבן די אנטווערפענע סדום'ניקעס אויסגעטראפן אז מ'קען זיין ניצן ווי שטעקענעס צו שלאגען דעם טאטען. אה, דער אייבערשטער האט זיכער א נחת רוח.....
כדוט קום ועוד לקרא, ער וויל שיקען זיינע אינגלעך און מיידל שולע, און ווילאמסבורג וואלט מען זיכער צו געלאזט, זיכער!
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
אין די וועלט איז אנגענומען אז קינדער וועלכע קענען זיך נישט אליין פארטיידיגען זענען "אפפ לימיטס." כ'רעדט נישט צו די מוסד אין אנטווערפען, וועלכע וואלטן אויך געברויכט זיך רעכענען מיט די קינדער; איך רעדט צו חברי הקאווע שטיבל. קינדער וועמענס איינציגסטע חטא איז אז זיי זענען געבוירן געווארן צו א פאטער וואס איז אין די נייעס זענען נישט קיין שטח הפקר. אל תגעו במשיחי! שענקט זיי זייער פרייוועסי רעכטן אפ' ווען זיי קענען עס נישט קומען פאדערן!
כ'בעט מ'זאל אראפנעמען דאס בילד.
כ'בעט מ'זאל אראפנעמען דאס בילד.
- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
יואליש האט געשריבן:אין די וועלט איז אנגענומען אז קינדער וועלכע קענען זיך נישט אליין פארטיידיגען זענען "אפפ לימיטס." כ'רעדט נישט צו די מוסד אין אנטווערפען, וועלכע וואלטן אויך געברויכט זיך רעכענען מיט די קינדער; איך רעדט צו חברי הקאווע שטיבל. קינדער וועמענס איינציגסטע חטא איז אז זיי זענען געבוירן געווארן צו א פאטער וואס איז אין די נייעס זענען נישט קיין שטח הפקר. אל תגעו במשיחי! שענקט זיי זייער פרייוועסי רעכטן אפ' ווען זיי קענען עס נישט קומען פאדערן!
כ'בעט מ'זאל אראפנעמען דאס בילד.
אראפגענומען. (אגב דאס בילד קומט פון די מידיע און לכאורה האט עס דער טאטע אהינגעגעבן)
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
ער איז פריעדמאן (גבאי) משפחה, ער הייסט דאך אויך משה איז ער א נעפיו פון די גבאי?
(ביי מיר מוסא ער איז נישט בעסער פון אן אראבער, וואס האט פיינט אידן, עד כדי כך אז ער וועט פארן זיך באטייליגן אין א קאנפערענץ וואס לייקענט דעם האלאקאוסט, איך בין זיכער אז פון זיין אייגענע משפחה זענען דא מיטגלידער וואס זענען אומגעקומען אין פארטיליגונגס לאגערן, אדער געארבעט אין צוואנגס לאגערן).

ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
אפדעיט: לויט ווי עס איז היינט געמאלדן געווארן אין אן אנטווערפענער אויסגאבע די "למען תדע", וועט בעלז יא אפיעלן דעם אורטייל, אבער עס איז נישט קלאר ביזדערווייל צו זיי וועלן ארייננעמען די אינגלעך אויף צייטווייליג ביז נאכ'ן אפיעל, פון יאנואר 7 ווען די נייע סקול יאר פאנגט זיך אן וועט זיין א שטראף פון €1000 פער קינד וואס איז נישט אנגענומען.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
- געוואלד געשריגן
- ידיד השטיבל
- הודעות: 347
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
He should have thought of his children before flying to Iran to kiss the the greatest anti-Semite of this generation and attend a holocaust denial conference. I feel bad for his family but at the same time, I don't think it's fair to blame the schools. Side note, people should wake up and realize that anti-zionism is just a more politically correct word for anti-semitism.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
געוואלד געשריגן האט געשריבן:He should have thought of his children before flying to Iran to kiss the the greatest anti-Semite of this generation and attend a holocaust denial conference. I feel bad for his family but at the same time, I don't think it's fair to blame the schools. Side note, people should wake up and realize that anti-zionism is just a more politically correct word for anti-semitism.
ווילסט אים גיט צופיקסן? קוילער אויס זיין משפחה באשון לילה? די פאטער וואלט ווען געברויכט קלערן דערפון איידער ער פארט אויף איראן.
צי גרוזאם? מה לי קטלה כולה מה לי קטלה פלגא? א מוסד טאר נישט ניצן א פאטער'ס אומאחריות צו באגיין א טאפעלטע אומ'אחריות קעגן די קינדער. טוביה חטא וזיגוד מנגיד? שוין צייט אז די מוסד ברויך ווערן אפגעטיילט פון די שטעטעל'ס פאליטיק, אויס שטאט'ס פאליציי, די קינדער אויס מוסדות' מעסענזשערס צו די עלטערן. מוסדות התורה זאלן מחנך זיין קינדער.
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די פאקטן, אבער עס קוקט מיר אויס אז דאס נישט אננעמען די קינדער איז בעיקר צוליב די זארג אז ער וועט אנפאנגען א לעגאלע געפעכט מיט די מוסדות אויף א יעדע קלייניגקייט וואס גייט נישט ווי אזוי ער וויל, נישט אזוי ווייט אז מען האלט די קינדער פארמשכנ׳ט אויף די טאטעס חטאים, נאר מען האלט ענדערשט דעם טאטען פאראנטפרטליך פאר זיינע אקטן.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- געוואלד געשריגן
- ידיד השטיבל
- הודעות: 347
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
יואליש האט געשריבן:געוואלד געשריגן האט געשריבן:He should have thought of his children before flying to Iran to kiss the the greatest anti-Semite of this generation and attend a holocaust denial conference. I feel bad for his family but at the same time, I don't think it's fair to blame the schools. Side note, people should wake up and realize that anti-zionism is just a more politically correct word for anti-semitism.
ווילסט אים גיט צופיקסן? קוילער אויס זיין משפחה באשון לילה? די פאטער וואלט ווען געברויכט קלערן דערפון איידער ער פארט אויף איראן.
צי גרוזאם? מה לי קטלה כולה מה לי קטלה פלגא? א מוסד טאר נישט ניצן א פאטער'ס אומאחריות צו באגיין א טאפעלטע אומ'אחריות קעגן די קינדער. טוביה חטא וזיגוד מנגיד? שוין צייט אז די מוסד ברויך ווערן אפגעטיילט פון די שטעטעל'ס פאליטיק, אויס שטאט'ס פאליציי, די קינדער אויס מוסדות' מעסענזשערס צו די עלטערן. מוסדות התורה זאלן מחנך זיין קינדער.
You're correct. It is unfortunate. What about having a television in the house? or if a father trims his beard? does this apply across the board? This is not a chidush
Reb Yoel, fix the system
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 98
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
אגרי מיט יואליש, אז קינדער זענען נישט שולדיג וועגן די עלטערן.
אבער לדעתי איז א חילוק צו די קינדער לערנען שוין אינעם מוסד, אדער ער שרייבט זיי יעצט איין, דער מוסד האט נאך דערווייל נישט קיין שום התחייבות צו די קינדער, און אז דער מסוד האלט אז דער וועט זיי נאר מאכן צרות ומסירות, האבן זיי נאך רעכט צו זאגן מה לי לצרה הזאת אונז זעמער נישט די איינציגע מוסד דא, זאל ער זוכן א צווייטע מוסד.
און ניטאמאל איז ער אויפגעוואקסן אינעם בעלזא סיסטעם, אז מ'זאל קענען זאגן אז זיי האבן אן התחייבות צו אים.
אויב איינער, זאל סאטמאר דארט האבן די התחייבות פאר אים און די קינדער, ער איז אויפגעוואקסן ביי זיי.

נישט די מוסדות האבן די התחייבות נאר די שטאט, די קהילה , די שטאט׳ס רב. די אנטווערפענער רב וואלט געדארפט זעהן אז די קינדער האבן ווי צו לערנען. אפשר זאל יעדע מוסד אריינעמען א אנדערע קינד.
אונז זענען ערגער ווי די גוים? א פאבליק סקאל קען זאגן אז זיי ווילן נישט אנעמען געוויסע קינדער וועגן די עלטערען האבן א היסטארי פון מאכן פראבלעמען?!
אונז זענען ערגער ווי די גוים? א פאבליק סקאל קען זאגן אז זיי ווילן נישט אנעמען געוויסע קינדער וועגן די עלטערען האבן א היסטארי פון מאכן פראבלעמען?!
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
איך קען עטליכע אידן אין מאנסי וועלכע זענען געפארן צום זעלבן קאנפערענץ ווי ער, און זיי זענען שוין עטליעסט אזוי פיל מאל ווי ער געווען אין צייטונג מיט אכמעדינעדשאד'ן און זיי האבן אלע מוסדות פאר זייערע קינדער. אבער פאר סאם ריזען, ווען דער זעלבער פרידמאן איז געקומען קיין מאנסי און זיך געדרייט דארט עטליכע וואכן, האבן די זעלבע מוסדות נישט געוואלט אננעמען זיינע קינדער.
און דער סיבה דערפאר איז נישט ווייל ער גייט צו כמאדידשאד אדער צו א קאנפערענץ, דער סיבה איז עפעס אנדערש. דער טאטע האט גאר א שלעכטער נאמען, און יעדער האט מורא פון אים, יעדער איינער זאגט אז דער מענטש איז נישט מן הישוב און ער שלאגט זיך און רייסט זיך מיט יעדעם מיט וועמען ער קומט אין בארירונג. איך קען פארשטיין מוסדות וואס האבן מורא פאר אזא מענטש.

- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
I remember not too long ago after a trip to Iran he was shopping on 13th ave on a Friday and people noticed this thing and nearly started a riot
on the street people were yelling and screaming following him for blocks until the cops arrived
*** and saved his sorry
on the street people were yelling and screaming following him for blocks until the cops arrived
*** and saved his sorry
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
- געוואלד געשריגן
- ידיד השטיבל
- הודעות: 347
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
משה געציל האט געשריבן:איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די פאקטן, אבער עס קוקט מיר אויס אז דאס נישט אננעמען די קינדער איז בעיקר צוליב די זארג אז ער וועט אנפאנגען א לעגאלע געפעכט מיט די מוסדות אויף א יעדע קלייניגקייט וואס גייט נישט ווי אזוי ער וויל, נישט אזוי ווייט אז מען האלט די קינדער פארמשכנ׳ט אויף די טאטעס חטאים, נאר מען האלט ענדערשט דעם טאטען פאראנטפרטליך פאר זיינע אקטן.
איך בין יא באקאנט מט די פאקטן און עס איז אזוי ווי דו זאגסט. דער איז בפירוש א מורידין ולא מעלין קנדידאט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- געוואלד געשריגן
- ידיד השטיבל
- הודעות: 347
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
petergrifin האט געשריבן:I remember not too long ago after a trip to Iran he was shopping on 13th ave on a Friday and people noticed this thing and nearly started a riot
on the street people were yelling and screaming following him for blocks until the cops arrived
*** and saved his sorry
when was this?