נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואס איז דאס "גענעטיש מאדיפיצירטע סעלמאן פיש"? מה טובה?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דאס "גענעטיש מאדיפיצירטע סעלמאן פיש"? מה טובה?

דאס מיינט אז מ'טוט מאדיפיצירן (טוישן) די גענעס (דזשינס/genes/ד.נ.א.) פון דעם פיש. אין דעם פאל פון די סעלמאן פיש האבן זיי מאדאפיצירט די גענעס פונעם פיש אז עס זאל אויפוואקסן אין האלב די צייט וואס עס נעמט נאטורליך אויפצווואקסן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

די גרעסטע דינאזאורן וואס מ'האט געפונען זענען פון די משפחה וואס סייענטיסטן רופן טיטאנאזאורן. מ'שאצט אז זיי זענען געווען אן ערך פון 100 פיס לאנג און האבן געוואויגן אן ערך פון 90 טאן. אבער ראדאלפא גארסיע פון די נאציאנאלע אוניווערזיטעט אין ריא נעגרא אין ארגענטינע זאגט אז ס'גאנץ מעגליך אז מ'האט אונטערגעשאצט זייער גרויסקייט. גארסיע האט געפונען אין ארגענטינע א ציין פון א טיטאנאזאור אין די גרויס פון 3 אינטשעס, וואס איז 32% גרעסער פון סיי וואספארא טיטאנאזאור ציין מ'האט נאר געפונען ביז היינט. אויב איז די ציין אזוי גרויס, מוז זיין אז די מויל אין וועלכע עס איז געלעגן איז אויך געווען אזוי גרויס. אז די מויל איז געווען אזוי גרויס, מוז זיין אז די קאפ איז געווען אזוי גרויס. אז די קאפ איז אזוי גרויס, מיינט דאס אז דער קאפ איז געווען באהאפטן צו א ריזיגע גוף. דערווייל זענען רוב שארבנס (skulls) פון טיטאנאזאורן וואס מ'האט געפונען נישט געווען גענוג גרויס צו אקאמאדירן אזא גרויסער ציין. גארסיע טענה'ט אז די ציין איז גענוג שטארקע פרוף אז אזא ריזן מעגא-דינאזאור האט עקזעסטירט. אנדערע פאלענטאלאגיסטן טענה'ן אז מ'וועט מוזן אויסווארטן ביז מען טרעפט א שארבן פון דעם מין, צו קענען פעסטשטעלן אז מ'רעדט דא טאקע פון אזא ריזיגע באשעפעניש, און נישט בלויז איין טיטאנאזאור וואס האט געהאט אן אבנארמאלע גרויסע ציין.
גארסיע'ס פארש פאפיר

בילדער פון דעם ציין:
בילד
בילד

א טיטאנאזאור
בילד
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דער פיזיקער פראפעסאר פיטער היגס, וועלכער האט פאראויסגעזאגט פאר 40 יאר צוריק דאס עקזיסטענץ פון די "היגס פעלד" און די "היגס באסאן פארטיקל" וועלכע מ'האט געפונען דאס יאר, האט שארף אטאקירט דעם פראמינענטן ביאלאג און אויסגעשפראכענער רעליגיע-פיינטהאבער ריטשארד דאקינס. "ער איז כמעט א פונדאמענטאליסט, פון אן אנדערע סארט", האט היגס געזאגט. היגס אליינס זאגט אז ער איז אויך אן אטעאיסט אבער ער האלט נישט אז נישט-פונדאמענטאליסטישע פארמען פון רעליגיע זענען נישט פארגלייכבאר מיט וויסנשאפט. ער האט אויך געזאגט אז די וועג וויאזוי דאקינס באציעט זיך צו רעליעגעזע איז "פארשעמנד".

מקור
בייגעלייגטע פיילס
פיטער היגס
פיטער היגס
Peter-Higgs-008.jpg (11.74 KiB) געזען געווארן 2198 מאל
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

עקספערטן זאגן פאר אז אין יאר 2013 למספרם וועט מען מסתמא אנדעקן א פלאנעט אין אונזער גאלאקסי וועלכע האט אויך די מעגליכקייטן צו זיין א וועלט וועלכע קען סופפארטן לעבן. http://www.livescience.com/25839-alien- ... -2013.html
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
דָּוִד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך דָּוִד »

יידל האט געשריבן:דער פיזיקער פראפעסאר פיטער היגס, וועלכער האט פאראויסגעזאגט פאר 40 יאר צוריק דאס עקזיסטענץ פון די "היגס פעלד" און די "היגס באסאן פארטיקל" וועלכע מ'האט געפונען דאס יאר, האט שארף אטאקירט דעם פראמינענטן ביאלאג און אויסגעשפראכענער רעליגיע-פיינטהאבער ריטשארד דאקינס. "ער איז כמעט א פונדאמענטאליסט, פון אן אנדערע סארט", האט היגס געזאגט. היגס אליינס זאגט אז ער איז אויך אן אטעאיסט אבער ער האלט נישט אז נישט-פונדאמענטאליסטישע פארמען פון רעליגיע זענען נישט פארגלייכבאר מיט וויסנשאפט. ער האט אויך געזאגט אז די וועג וויאזוי דאקינס באציעט זיך צו רעליעגעזע איז "פארשעמנד".

מקור


On Youtube there's a series of videos from a symposium "Beyond Belief: Science, Religion, Reason and Survival" where a large part of the discussion was about this question whether Richard Dawkins's attack on religion is good or not. Some of the greatest scientists participated including Dawkins. Many atheist scientists expressed various arguments similar and different from what Higgs just expressed
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

יידל האט געשריבן:עקספערטן זאגן פאר אז אין יאר 2013 למספרם וועט מען מסתמא אנדעקן א פלאנעט אין אונזער גאלאקסי וועלכע האט אויך די מעגליכקייטן צו זיין א וועלט וועלכע קען סופפארטן לעבן. http://www.livescience.com/25839-alien- ... -2013.html

איך בין נייגעריק אויף וואספארא שאצונגען זיי באזירן זייער פראדיקציעס. מען רעדט דאך דא פון טרעפן א נייע זאך וואס מען האט נאכקיינמאל נישט געפונען עפעס ענדליך צו דעם, ווי אזוי איז שייך צו פארזאגען עפעס וואס האט נאך בכלל נישט קיין היסטאריע אונטער זיך.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך קען מיך נישט אויס , אבער איך טראכט אז סייענטיסטס זענען זיכער אז עס איז דא אזעלעכע פלאנעטען נאר דערווייל איז נאך נישט דא די טעכנעלאגיע דאס צו קענען דעטעקטן. אבער דורך יאר 2013 וועט מען באקימען די טעכנעלאגיע
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

משה געציל האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:עקספערטן זאגן פאר אז אין יאר 2013 למספרם וועט מען מסתמא אנדעקן א פלאנעט אין אונזער גאלאקסי וועלכע האט אויך די מעגליכקייטן צו זיין א וועלט וועלכע קען סופפארטן לעבן. http://www.livescience.com/25839-alien- ... -2013.html

איך בין נייגעריק אויף וואספארא שאצונגען זיי באזירן זייער פראדיקציעס. מען רעדט דאך דא פון טרעפן א נייע זאך וואס מען האט נאכקיינמאל נישט געפונען עפעס ענדליך צו דעם, ווי אזוי איז שייך צו פארזאגען עפעס וואס האט נאך בכלל נישט קיין היסטאריע אונטער זיך.


משה געציל, זיי זאגן נישט אז זיי גייען טרעפן א פלאנעט וואס "פארמאגט" לעבן. נאר א פלאנעט וואס האט די "מעגליכקייט" צו פארמאגן לעבן. ס'איז דא א דרעיק חשבון וואס זאגט די נומבער פון אזוינע מעגליכע פלאנעטן. בלייבט נאר איבער צו מאכן די טעכנעלאגיע צו קענען דאס טרעפן און באשטעטיגן.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

יואליש האט געשריבן:משה געציל, זיי זאגן נישט אז זיי גייען טרעפן א פלאנעט וואס "פארמאגט" לעבן. נאר א פלאנעט וואס האט די "מעגליכקייט" צו פארמאגן לעבן. ס'איז דא א דרעיק חשבון וואס זאגט די נומבער פון אזוינע מעגליכע פלאנעטן. בלייבט נאר איבער צו מאכן די טעכנעלאגיע צו קענען דאס טרעפן און באשטעטיגן.

ווי אין מיינע ווערטער האסטו געזען אז איך רעדט פון טרעפן פלאנעטן וואס פארמאגן לעבן? הא גופא וויל איך וויסן ווי אזוי מען קען פאראויסשאצן אז מען גייט טרעפן א פלאנעט וואס האט די מעגליכקייט צו פארמאגן לעבן ווען אין פאקט האט מען נאכקיינמאל נישט געפונען אזא פלאנט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

משה געציל האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:עקספערטן זאגן פאר אז אין יאר 2013 למספרם וועט מען מסתמא אנדעקן א פלאנעט אין אונזער גאלאקסי וועלכע האט אויך די מעגליכקייטן צו זיין א וועלט וועלכע קען סופפארטן לעבן. http://www.livescience.com/25839-alien- ... -2013.html

איך בין נייגעריק אויף וואספארא שאצונגען זיי באזירן זייער פראדיקציעס. מען רעדט דאך דא פון טרעפן א נייע זאך וואס מען האט נאכקיינמאל נישט געפונען עפעס ענדליך צו דעם, ווי אזוי איז שייך צו פארזאגען עפעס וואס האט נאך בכלל נישט קיין היסטאריע אונטער זיך.

באמערק אז מ'רעדט נישט פון פלאנעטן וואס עס זענען אייגענטליך דא אויף זיי לעבן, די מדובר זענען פלאנעטן וואס האבן די מעגליקייט צו סופפארטן לעבן (וואסער, ליכטיגקייט וכו'). לעבן מיינט אויך לאו דוקא אינטעליגענטע לעבן. לעבן מיינט אפילו באקטיריע. וויאזוי זיי ווייסן דאס איז וויבאלד אין 1995 האט מען געטראפן א פלאנעט וועלכע איז ענליך אין איין אספעקט צו אונזער וועלט (עס האט -פונקט וואו אונזער וועלט - ארומגעקרייזט א שטערן וואס איז זייער ענליך צו אונזער זון). זייט דעמאלטס האלט מען אין איין אנטדעקן מער און מער עקסאפלאנעטן (נוטריקין: עקסטרע סאלער פלאנעטן) וועלכע ענדלן מיט געוויסע אספעקטן (ווי סייז אדער געשאצטע טעמפעראטרון) צו אונזער וועלט. לויט די ראטע וויאזוי די אנטדעקונגען גייען קענען מיר ערווארטן גאר בקרוב צו געפינען א פלאנעט וועלכע ענדלט גאר שטארק צו אונזער וועלט.

--
יואליש האט מיר אויסגעכאפט לגבי מיין ערשטע נקודה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אנטשולדיג. מיין טעות . די דרעיק עקוועזשאן זאגט סך מער, די חשבון פון וויפיל אנדערע "ציוויליזאציעס" עס טוהן ווארשיינליך עקזעסטירן.

דא רעדט מען, ווי געשמועסט, פון פלאנעטן וועלכע זענען א געוויסע סייז און ביי א געוויסע מרחק פון א געוויסע סייז שטערן. די סטאטיסטיקל חשבון זאגט אז צווישן טריליאנען טריליאנען שטערן זאלן זיך געפינען מיליאנען אזוינע פלאנעטן. כך הבנתי.

און טאקע מ'הערט מער און מער פון אזוינע געפינסן, זעהט אויס אז די טעכנעלאגיע האט זיך פארבעסערט, אדער האבן זיי קאנצעטרירט מער ריסורטש דערויף.

ס'איז דא א געוואלדיגע געיעג דאס צו טרעפן, ווייל דאס מאכט אן אסטראנאמער אן אוטומאטישער נאבעל פרייז געווינער.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

קוקט מיר אויס פונעם ארטיקל אז דאס עיקר און וואס עס ווענד זיך צי עס איז פארהאן א מעגליכקייט אויף א פלאנעט אז חיות זאל האבן א קיום איז די טעמפארטאר, די ווייטקייט פון די שטערנס איז נאר א וועג אויסצורעכענען אויב עס איז בכלל מעגליך אז דער טעמפארטאר דארט זאל זיין די זעלבע ווי אונזער וועלט קוגעל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

משה געציל האט געשריבן:קוקט מיר אויס פונעם ארטיקל אז דאס עיקר און וואס עס ווענד זיך צי עס איז פארהאן א מעגליכקייט אויף א פלאנעט אז חיות זאל האבן א קיום איז די טעמפארטאר, די ווייטקייט פון די שטערנס איז נאר א וועג אויסצורעכענען אויב עס איז בכלל מעגליך אז דער טעמפארטאר דארט זאל זיין די זעלבע ווי אונזער וועלט קוגעל.


כ'האב נישט געליינט דעם ארטיקל (וועלכע ארטיקל?) אבער כ'מיין אז חוץ טעפראטור כאפט אויך א נפק"מ די גראוואטי. אויב איז עס אזוי קליין ווי די לבנה איז די גראוויטי סך שוואכער.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

יואליש האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:קוקט מיר אויס פונעם ארטיקל אז דאס עיקר און וואס עס ווענד זיך צי עס איז פארהאן א מעגליכקייט אויף א פלאנעט אז חיות זאל האבן א קיום איז די טעמפארטאר, די ווייטקייט פון די שטערנס איז נאר א וועג אויסצורעכענען אויב עס איז בכלל מעגליך אז דער טעמפארטאר דארט זאל זיין די זעלבע ווי אונזער וועלט קוגעל.


כ'האב נישט געליינט דעם ארטיקל (וועלכע ארטיקל?) אבער כ'מיין אז חוץ טעפראטור כאפט אויך א נפק"מ די גראוואטי. אויב איז עס אזוי קליין ווי די לבנה איז די גראוויטי סך שוואכער.

גראוואטי ווענד זיך אין די גרויסקייט פונעם פלאנעט? איך האב געמיינט אז עס ווענד זיך אין די באשטאנדטיילן פון וואס דער פלאנעט איז צוזאמגעשטעלט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

גראוואטי ווענד זיך און מאסע און דיסטנעץ. יעדע באשטאנדטייל פארמאגט מאסע. יעדע צוויי באשטאנדטיילן וועלן אויסדריקן א גראוויטעשינאל שלעפ איינער אויפן צווייטן, געוואנדן אין די מאסע פון ביידע און די מרחק אינדערצווישן. די סיבה פארוואס א מענטש אויף די לבנה ווערט נישט צוגעצויגן דאס זעלבע ווי אויפן ערד קוגל איז ווייל ערד איז גרעסער פון די לבנה. דער זעלבער מענטש זאל שטיין אויף זשופיטער (ווען ס'איז ווען נישט א גאז באלי) וואלט געוואויגן דריי הונדערט מאל אזויפיל ווייל זשופיטער איז בערך אזויפיל מאל גרעסער פון ערד.

די לבנה, דאכט זיך, פארמאגט די זעלבע חומר ווי ערד (סארי, רמב"ם). איין טעאריע איז אז ס'האט זיך ביי א געוויסע פונקט אפגעבראכן פון ערד (גיי גלייב זיי...)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

די לבנה איז נישט געמאכט פון גרינע קעז?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאיר האט געשריבן:די לבנה איז נישט געמאכט פון גרינע קעז?

(הוספתי קשר כדי שגם אחרים יוכלו לעמוד בסוד קדושים)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

יאיר האט געשריבן:די לבנה איז נישט געמאכט פון גרינע קעז?


די לבנה איז גאנץ באשטימט נישט געמאכט פון קעז. הנח להן לבני ישראל אם אין נביאים הן, בני נביאים הן. דורי דורות האבן מיר מחדש געווען די לבנה מוצש"ק אין די ווינטער חדשים אינגאנצען דריי שעה נאכן פליישיגן טשולענט! ווי קען מען מוצא לעז זיין אויף דורות הקודמים אז זיי האבן לויז געמאכט די גרעניצען פון אביזרייהו דבשר וחלב מיטן זאגן כשם שאני רוקד כנגדך ואיני יכול לנגוע בך, כאילו ווען די מיליכיגע לבנה איז נענטער וואלט ער אנגערירט מיליכיגע קעז מיט די פליישיגע הענט וועלכע האט זיך נארוואס געווייקט אין פעצעי?!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נעכטן איז געקומען די נייעס אז עריק פאראקאפי האט זיך מודה געווען און גנב'נען די סקעלעטאן פון א דינאזאור פון מאנגאליע. די דינאזאור איז ליציטירט געווארן דעם פארגאנגענעם יאר פאר איבער מיליאן דאלער. עס דראעט אויף פאראקאפי 15 יאר תפיסה. און מיינט נישט אז דאס איז געווען זיין ערשטע גניבה. א שיינע פאר דינאזאורן זענען געפונען געווארן אין זיין הויז און אין אנדערע פלעצער, אלעס גע'גנב'עטע סחורה.

אגב איז די נייעס איבערן ליציטאציע געווען איינע פון די ערשטע נייעסן צו באריכטעט ווערן אין דעם אשכול. די השתלשלות הדברים בקיצור: מאי 16 האט מען באריכטעט איבערן ליציטאציע. מאי 21 איז דא באריכעטעט געווארן די נייעס אז די סקעלעטאן פונעם בעל חי איז פארקויפט געווארן פאר אבסיל מער ווי מיליאן דאלער צו אנאנימע קויפער. עס איז גלייכצייטיג באריכטעט געווארן אז דער פרעזידענט פון מאנגאליע האט גע'טענה'ט אז די דינאזאור איז ארויסגעגראבן געווארן פון זיין לאנד און געהערט לעגאל צו מאנגאליע. מאי 30 איז געמאלדען געווארן אז די ליציטירער קאאפערירן מיט די אינסטאנצן אין זייער אויספארשונג איבער דעם טייערנאסעראוס. יוני 7 איז געקומען דער באריכט אז יא, דער דינאזאור קומט טאקע פון מאנגאליע! שפעטער איז געווען אין די נייעס אז דער פארקויפער האט גע'טענה'ט אז עס איז אוממעגליך אז די דינאזאור קומט פון מאנגאליע ווארום עס איז צוזאמגעשטעלט פון צענדליגע דינאזאורן! סייענטיסטן האבן שטארק מפקפק געווען צו אזא זאך איז בכלל שייך, און א נייע טערמין איז באשאפן געווארן, "פראנקען-זאראוס".

בילד
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יאיר האט געשריבן:די לבנה איז נישט געמאכט פון גרינע קעז?

אודאי נישט. עס איז דאך בכלל נישט קיין גרינע קאליר!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שמעקעדיג האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:די לבנה איז נישט געמאכט פון גרינע קעז?

אודאי נישט. עס איז דאך בכלל נישט קיין גרינע קאליר!

גרינע מיינט מען פארשימעלטע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

יאנקל האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:יולי 20, 1969, איז ניעל ארמסטראנג געווארן א גלאבאלער העלד ווען ער איז געווארן דער ערשטער מענטש ארויפצוטרעטן אויף דער באדן פון דער לבנה, זאגנדיג "דאס איז איין קליינער שריט פאר [א] מענטש, איין ריזיגער שפרונג פאר דער מענטשהייט."
היינט, אין עלטער פון 82 יאר, איז ער געשטארבן נאך הארץ-קאמפליקאציעס.

א פרישער אינטערוויו מיט א ברודער פון ניעל ארמסטראנג דעקט אויף אז ארמסטראנג האט שוין געהאט פארגעשריבן די פראזע "דאס איז איין קליינער שריט פאר [א] מענטש, איין ריזיגער שפרונג פאר דער מענטשהייט" נאך עטליכע חדשים פאר זיין נסיעה צו דער לבנה. דער ברודער זאגט אז ניעל האט עס אים געזאגט נאך פאר דער נסיעה. ער באשטעטיגט אויך אז ארמסטראנג האט געוואלט זאגן "א" מענטש.

וואו, פונקט נעכטען זעהענדיג א קליפ פון אלעס וואס איז געווען 2012 ברענגענדיג אז ער איז געשטארבען ברענגען זיי די ווערטער ווי ער זאגט עס האב איך ביי מיר געטראכט אז ס'מוז זיין אנגעגרייט אזאנס שארט מען נישט ארויס פון ארבעל! יעצט קען מען זאגען "ברוך שכוונתי ליאנטשי"!
פארשפארט