א גאר געשמאקער דאקומענטערי איבער דעם וועלט-בארימטער מייסטער שרייבער און הומאריסט (1835 - 1910) Samuel Langhorne Clemens, באקאנט מיט זיין פען-נאמען
Mark Twain [ביי געוויסע אידן איז ער באקאנט צוליב
זיין ארטיקל '
Concerning the Jews', וואס לכתחילה אריבער האט אמאל
איבער-געטייטשט אויף איי-וועלט].
לעצטענס בין איך געפאלן אין ליבע מיט איהם, זיין שארפקייט געמישט מיט לייכטע - אבער אין די זעלבע צייט צום-פינטל'דיגע - הומאר האט מיר געכאפט, יעצט האב איך אנגעהויבן ליינען זיין בוך פון 1869 '
The Innocents Abroad', וואו ער באשרייבט זיין נסיעה פון אמעריקא קיין ארץ ישראל אדורך-גייענדיג די גאנצע וועלט אינצווישן, [
דא קענט איהר עס אראפנעמען בחינם פאר קינדל].
די דאקומענטערי איז גאנץ לאנג - דריי און א האלב שעה, אבער עס לוינט זיך, אויב האט איהר צוטריט צו נעטפליקס קוקט עס ענדערש דארט, עס איז קלארער.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=2KmAWObycDU[/youtube]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?