ניי-יאר למספרם

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
צדיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

ניי-יאר למספרם

שליחה דורך צדיקל »

הרב מאפטא זצ"ל היה אומר בר"ה של אוה"ע: יתן ה' שמהיום והלאה תחל שנה טובה לישראל.

וההסבר, בר"ה של ישראל הם צועקים לה' חדש עלינו שנה טובה, אך לא תמיד הצעקה מתקבלת בגלל רבוי הקטרוגים, כי מהאומה הישראלית נדרש יותר מאשר נדרש משאר אומות, בני בכורי ישראל אמר ה', ומהבכור דורשים יתר שאת, עליה מתדמת בסולם המוסר והקדושה ויתר עז, הוי עז כנמר לעשות רצון אביך שבשמים, ואין הדרשה הזאת מתמלאת באופן מספיק.
אך בבוא ראש השנה של אומות העולם, וההבדל שביניהם מתלבט, ישראל בליל ר"ה שלהם משמיעים ביראה בקול לה' הארץ ומלואה, ואומה"ע מבלים ליל ר"ה שלהם בהוללות ומילוי תאוותם, ומן הראוי שהקבלה הזאת תבטל כל הקטרוגים, ותפילתם וצעקתם של ישראל בליל ר"ה שלהם תקובל למצער עכשיו את צעקתם שמעתי מפני נוגשיו, זאת היתה כוונת הרב מאפטא זצ"ל באמרו תחל מהיום שנה טובה.
(ספר ילקוט אוהב ישראל, בשם ספר אהלי יעקב הוסיאטין)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

פין ראפשיצער רב זי"ע ווערט געברענגט אז אין ר"ה פלעגט ער אנווינטשען א גוט יאר בלשון העמים, אויף פויליש איז דאס Szczęśliwego nowego roku, זכות פין הייליגער ראפשיצער רב זאל אויף אונז מגין זיין מען זאל האבען א העפי נוי יור. אכי"ר.

בטעמו של דבר נחלקו, את"ל כדי דער שטן זאל נישט הערען, אבל על זה יש להשיב, ווייל לכאורה פארשטייט דער שטן נישט קיין אידיש אויך נישט, ווען יא וואלט ק"ש שוין נישט עקזיסטירט ודו"ק.

אבל לפי דברי האפטער רב זי"ע, י"ל אז די כוונה פין ראפשיצער רב איז געוועהן על דרך אז דער אויבערשטער זאל קוקען ווי א ניי יאר זעהט אויס ביי די גוים רח"ל, און זאל אונז אין דעם זכות צושיקען א זיס לעכטיג יאר אכי"ר.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
צדיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך צדיקל »

ס'איז דא א ענדליכע מליצה ישרה פונעם סניגורן של ישראל בארדיטשוב רב זי"ע, אמאל ראש השנה ביי ונתנה תוקף האט ער געזאגט. בראש השנה יכתובן אין ראש השנה שרייבן די גוים, וביום כפור יחתמון אין יום כפור חתמ'נען די גוים, כמה יעברון וויפיל נשים מאכן זיי מעוברת אין די הייליגע טעג, וכמה יבראון און וויפיל ממזרים באשאפן זיי אין די הייליגע טעג, פרעג איך דיר רבונו של עולם, מי יחיה ווער דארף לעבן? ומי ימות ווער דארף שטארבן?
(עשר אורות)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

סופר ומונה האט געשריבן:מיר טרעפן אין יהדות אז א זאך וואס איז אנגענומען אין דער וועלט האט א געוויסע משמעות. לאמיר בלויז גיבן א טראכט איבער דער ברכה וואס מ'מאכט אויף א מלך פון די אומות-העולם. א אידישער אויבער-חכם קען דאך אייביק טענהן אז יענעמס התמנות האט נישט קיין אידישן תוקף, וויבאלד בלויז עכו"ם האבן מחליט געווען אים צו רופן "מלך". דאס זעלבע מיטן אלגעמיינעם נייעם יאר, דאס איז א דאטום וואס איז אינטערנאציאנאל אנגענומען (נאך מיט א שטערקערער הסכמה ווי די אויפנאמע פון עפעס א נאמאדישן מלך פון טויזנט יאר צוריק), און קען דעריבער רואיק באטראכט ווערן ווי א ריכטיקער התחלה וואס האט א תוקף.



וואלסט געוועהן גערעכט, אבער מה נעשה אז דער טאג איז ניי יאר ווייל אין דעם טאג איז געוועהן דער ברית פין אותו האיש.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

צדיקל האט געשריבן:ס'איז דא א ענדליכע מליצה ישרה פונעם סניגורן של ישראל בארדיטשוב רב זי"ע, אמאל ראש השנה ביי ונתנה תוקף האט ער געזאגט. בראש השנה יכתובן אין ראש השנה שרייבן די גוים, וביום כפור יחתמון אין יום כפור חתמ'נען די גוים, כמה יעברון וויפיל נשים מאכן זיי מעוברת אין די הייליגע טעג, וכמה יבראון און וויפיל ממזרים באשאפן זיי אין די הייליגע טעג, פרעג איך דיר רבונו של עולם, מי יחיה ווער דארף לעבן? ומי ימות ווער דארף שטארבן?
(עשר אורות)

וואס איז שלעכט מיט מאכן נשים מעוברת. דאס איז דאך פון אונזער גרעסטע מצוות הייניגע צייטין.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יום כיפור איז דאך אסור.
וירח ה' את ריח הניחוח
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

שמעקעדיג האט געשריבן:יום כיפור איז דאך אסור.

סא וואטס יאר פוינט?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

וואס וועט געשען מיט די שיינע מליצה היינטיגע צייטן, ווען די עולם נעמט זיך פאר נייע קבלות (רעזעלושאנס בלע"ז) זה בכה וזה בכה, איינער זאגט צו צו שמייכלען מער, איינער צו געבן מער צדקה, וכדו', און נאכדערצו ווען זיי נעמען זיך צאם חברים טרונקען א לחיים, בייסן צו אביסל לקח, און צומאל א ראש הכבש אויך, לאזען זיך ארויס אויף א טענצל, באהבה ודיבוק חברים וחבירות, געוויסע זענען מחמיר מקיים צו זיין דעם עד דלא ידע, און שטייען אויף מיט א שושן פורים'דיגע איבערגעהענגאכטס, געוויסע מאכן מדורות און מ'טאנצט ארום דעם, אנדערע צינדן לעמפלעך לפירסומי ניסא, מ'מאכט צו די געשעפטן פרי ערב ניי יאר מפני חיבוב היום, ומתבטלים ממשא ומתן כל אותו יום וכו' וכו'.
נא די מליצה וועט נאכאלץ ארבעטן?
אויבער חכם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך אויבער חכם »

געפילטע פיש האט געשריבן:וואס וועט געשען מיט די שיינע מליצה היינטיגע צייטן, ווען די עולם נעמט זיך פאר נייע קבלות (רעזעלושאנס בלע"ז) זה בכה וזה בכה, איינער זאגט צו צו שמייכלען מער, איינער צו געבן מער צדקה, וכדו', און נאכדערצו ווען זיי נעמען זיך צאם חברים טרונקען א לחיים, בייסן צו אביסל לקח, און צומאל א ראש הכבש אויך, לאזען זיך ארויס אויף א טענצל, באהבה ודיבוק חברים וחבירות, געוויסע זענען מחמיר מקיים צו זיין דעם עד דלא ידע, און שטייען אויף מיט א שושן פורים'דיגע איבערגעהענגאכטס, געוויסע מאכן מדורות און מ'טאנצט ארום דעם, אנדערע צינדן לעמפלעך לפירסומי ניסא, מ'מאכט צו די געשעפטן פרי ערב ניי יאר מפני חיבוב היום, ומתבטלים ממשא ומתן כל אותו יום וכו' וכו'.
נא די מליצה וועט נאכאלץ ארבעטן?

געפילטע, וואס פאר א רעזולוציא האסטי דיך אינטערגענומען? מייןס איז צי שרעבין מער אין ק"ש
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך האב זיך אונטערגענומען נישט צו מאכן קיין קבלות וואס כ'קען און וועל סייווי נישט איינהאלטן.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איחוד פעלד האט געשריבן:
סופר ומונה האט געשריבן:מיר טרעפן אין יהדות אז א זאך וואס איז אנגענומען אין דער וועלט האט א געוויסע משמעות. לאמיר בלויז גיבן א טראכט איבער דער ברכה וואס מ'מאכט אויף א מלך פון די אומות-העולם. א אידישער אויבער-חכם קען דאך אייביק טענהן אז יענעמס התמנות האט נישט קיין אידישן תוקף, וויבאלד בלויז עכו"ם האבן מחליט געווען אים צו רופן "מלך". דאס זעלבע מיטן אלגעמיינעם נייעם יאר, דאס איז א דאטום וואס איז אינטערנאציאנאל אנגענומען (נאך מיט א שטערקערער הסכמה ווי די אויפנאמע פון עפעס א נאמאדישן מלך פון טויזנט יאר צוריק), און קען דעריבער רואיק באטראכט ווערן ווי א ריכטיקער התחלה וואס האט א תוקף.



וואלסט געוועהן גערעכט, אבער מה נעשה אז דער טאג איז ניי יאר ווייל אין דעם טאג איז געוועהן דער ברית פין אותו האיש.

מיינסט צו זאגן דעם געבורט וואס איז (נישט) געווען דעם טאג.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

געפילטע פיש האט געשריבן:איך האב זיך אונטערגענומען נישט צו מאכן קיין קבלות וואס כ'קען און וועל סייווי נישט איינהאלטן.

אנטשולדיגט פאר מיין נייגער, דער קבלה איז אויך חל אויף די דאזיגע קבלה?
האדם לא נברא אלא להתענג
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יאיר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איך האב זיך אונטערגענומען נישט צו מאכן קיין קבלות וואס כ'קען און וועל סייווי נישט איינהאלטן.

אנטשולדיגט פאר מיין נייגער, דער קבלה איז אויך חל אויף די דאזיגע קבלה?

ניין, דעי קבלה וועל איך קענען איינהאלטן, ממילא איז דאס נישט קיין קבלה שסופו להתבטל.
פארשפארט