דעינעש האט געשריבן:אלעס (..נישט) פיין און (..נישט) וואויל.. אבער דא האבן די באקריוודעטע א קול עטליעסט ..אפשר הייזעריג. אבער דארט..?! ה"י. סע אפשר שוין א ייחוס אפי' און מיטן גוטן ווילן בבחי' איף יו קען ביעט איט דזשוין איט.
עס איז קיין ספק נישט אז אין אמעריקא איז אויך הפקר אין דעם הינזיכט, אבער אין אמעריקא בכלליות איז אלעס מער פראפעסיאנעל, ממילא גייט דעס שגץ שטיק אויך צו מער פראפעסיאנעל, און עס קאסט מער געלט. אין רוסלאנד- אוקראינא איז ידוע ומפורסם וואס דארט טוט זיך אפ זאל מען אפגעהיטן ווערן. בדידי הוה עובדא, איך בין אמאל געווען דארט אויף קברי צדיקים, און נאך א לאנגן טאג פון גאר אסאך ארום פארן, און אויפן וועג צוריק, גייענדיג צום האטעל שלאפן, האט דער דרייווער זיך מיר געלאזט אנהערן, אז נאך אזא טאג ארבעט - בדרך כלל - מוז ער ביינאכט האבן ... און איך גיב אים א קוק אן, דיין ווייב איז דאך נישט דא? זאג ער מיר: וואס ווייב, איך גיי ארויס אין גאס און אין איין מינוט האב איך וויפיל איך וויל, פאר אפאר טאללער. איך קען דיר אויך שאפן אויב דו ווילסט.
א נס איך האב געהאט דארט א שומר, אזוי כאטש האב איך נישט געהאט קיין נסיון. אבער עס האט מיר געוויזן דעם שוידערליכן הפקרות וואס דארט גייט פאר.