אין די וועבערמאן אשכול האט בעל עגלה געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:דאס איז א שטיקל באשולדיגונג אויף אונזער סיסטעם וואס איז א סאך מאל זייער שטארק נעגאטיוו און מ'לערנט נישט די מיינונג און שמחה פון א יום טוב.
מען מעג מחולק זיין דערויף? די מוסדות וואס איך זע און ווי איך דריי זיך, לייגן אריין אן א שיעור כוחות אין שמחת החיים בכלל און אין שמחת יו"ט בפרט, פאר יעדע יו"ט לערנט מען מיט די קינדער איבער דעם יו"ט, מען דערציילט זיי, מען מאכט אקטיוועטיס מיט זיי איבער דעם יו"ט, ביי יעדע עידזש לויט זיין עלטער הקטנים עם הגדולים, סיי יונגלעך און סיי ביי מיידלעך, טייל מוסדות האבן די מנהלים צווישן זיך גאנצע קאמפעטישען וועלכע מנהל עס קען בעסער ארויסברענגען.
דאכט זיך מיר אז פונעם מוסד זיין קען מען זאגן אז זיי טוען די מאקסימום וואס איז שייך אז די קינדער זאלען זיין אינפארמירט, האבן א חשק דערין, און וויסן וואס עס טוט זיך. אויב עפעס, איז עס די טאטעס וואס זיי טוען נישט זייער ארבייט צו מאכען די היים פרייליך און אינטערסאנט איבער דעם יו"ט, די טאטעס זענען מעגליך נישט גענוג פארגעקוקט איבער דעם יו"ט, זיי לעבן נישט גענוג אינעם יו"ט, און דאס קען זיין קלאפט שווער אויס אויף די קינדער.