ווי אזוי צו געווינען חברים און איינדרוקן מענטשן
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

How to Win Friends and Influence People
Dale Canergy
איך האב געליינט דער ביכל איין מאל בערך צען יאר צוריק, עס האט געלאזט א שטארקע רושם כמובן, ממש אפאר קליינע חלקים פין זיינע עצות זענען געווארען אין מיר איינגעבאקן. לעצטענס האב איך דאונלאדעד mp3 פין דער ביכל, און האב עס איבערגעהערט.
הן אמת אז זיינע עצות זענען באמת ווירקזאם, זיי ארבעטען אויף א מאסיווע פארנעם, למשל דער עצה וואס ער געט אהן מיט דער פאליסמאן האט געארבעט ביי מיר צוויי מאל און ער האט מיר נישט געגעבען א טיקעט, איינמאל האב איך אים אפילו געפרעגט פארוואס ער האט נישט געגעבען און ער האט מיר מודה געוועהן אז עס איז וועגען דעם, דער פאליסמאן האט אבער נישט געוויסט פין דער ביכל בחייכון וביומיכון.
אבער איז דא איין זאך וואס באדערט מיר שטארק מיט זיינע עצות, און איך בין נישט דער איינציגסטער וואס טענה'ט דאס.
זיינע עצות גייען אסאך מיט שקר און זיין נישט honest מיט אנדערע מענטשען.
דאס הייסט ער זאגט למשל אז כדי צו קענען איינעם באאיינפלוסען מוז מען האבען א "אמת'ער" אינטערעסען אין יענעם'ס ענינים, און פרעגען דערוועגן און זיך אינטרעסירן אויף אן אמת, און יענעם אויסהערן, ווייל אויסהערן איינעם איז פאר יענעם די וויכטיגסטע, וכו'.
ווען למשל איך זאל וויסן אז איינער פירט זיך אזוי צו מיר, און האט באמת נישט ליב מיין רעדן וכו', און טוט עס נאר ווייל ער וויל מיין ביזנעס און מיין געלט, וואלט איך בפירוש נישט מסכים געוועהן, און געהאלטן אז יענער איז א נוכל וכו', אויב אזוי איז דאך פשט אז מען לערנט מענטשן צו זיין נוכלים און אויסנארערס וכו'?
לאידך גיסא פארשטיי איך אויך אז עס איז בכלל נישט קיין מצוה צו זיין אנגעבלאזן אויף די גאנצע וועלט ווייל מען איז אין א שלעכטע גיסטע, און א פאלשער שמייכל איז אוודאי בעסער פין א אמתער עצבות (קרעדיט סלאנים), אבער א שמייכל א קורצער ווארט מילא, אבער שטיין און קלערן גאנצע מהלכים וויאזוי קונה צו זיין איינעם'ס טראסט על דעת צו קענען געניסן פון זיינע נכסים איז שטיקל נישט ריכטיג.
ווי אויך זיין מעשה מיט דער בעל דרשן וואס האט זיך טועה גוועהן צווישען יאשקע און שעיקספיר, און דער שעיקספיר ידען האט מסכים געוועהן צום טעות פין בעל דרשן בשקר, ווייל ער האט נישט געזעהן די תועלת אין אים מעמיד זיין אויף זיין טעות, דארף א שטארקער דיון צו עס איז עטיש צו נישט.
מען קען מאריך זיין אסאך, והרוצה להוסיף יוסיף, אדרבה.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- היימישער באניצער
- הודעות: 503
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
- האט שוין געלייקט: 501 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
פרעגסט א גוטע שאלה. לפענ"ד איז נישטא אויף דעם איין ריכטיגע ענטפער, עס איז תלוי בעיקר אין וואסארא מענטש דו ביסט און וויאזוי דו קוסט אן די סארט זאכען.
מצד אחד, מותר לשנות בפני השלום. עס איז נישט קיין חיוב צו פאמפען פאר יעדער פונקט וואס דו האלטסט ביי דיר אין הארץ.
מצד שני, למשל פשוט פשט פון די פסוקים "לא תשנא את אחיך בלבבך, הוכח תוכיח את עמיתך ולא תשא עליו חטא", איז טייטש אויב ביסטו ברויגז אויף איינער, פארצייל עם די טענות וואס דו האסט אויף עם, האלט עס נישט ביי דיר אין הארץ און רעד מיט עם אחד בפה ואחד בלב. ווי חז"ל זענען משבח די שבטים ולא יכלו דברו לשלום שמתוך גנותם אתה למד שבחם שלא דיברו אחד בפה ואחד בלב.
איך מיין עס זענען דא מענטשען וואס האבען ליב בעיקר זיין אמתדיג, ער וועט זיך ענדערש חבר'ן מיט א חבר וואס זאגט עם אין פנים אריין ווען ער איז ברוגז אויף עם ווי איינער וואס שפילט א גאנצע צייט. און סדא אזא מענטש וואס פארליידטז דאס נישט ער האט ענדערש ליב זיך פירען מענשטליך און פראפאר אלעמאל.
לכאורה, אזויווי רוב אנדערע נושאים, איז דער ריכטיגער וועג ערגעץ אינדערמיט. נישט זיין א בלופער און מאניפולטער וואס רעדט שיין צו יעדער פאר זיינע אינטערעסן. און אויך נישט זיין קיין "איש אמת" וואס זאגט יעדער אריין און פנים אריין זיינע טענות. נאר הכל בשיקול הדעת מיט שכל לפי מקומו ושעתו.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
א מענטש דארף זיך פרובירן אריינלייגן אין א צווייטענס מצב, דאס איז פשוט א שיינע מדה.
אויב ביסטו סעלפיש, דארפסטו ארבעטן אויף דיינע מדות.
נושא עול עם חבירו, רחמנים בני רחמנים, דאס אלעס דארף יעדער איד ארבעטן צוצוקומען דערצו.
אויב האט מען די מדה, האט מען באמת א חשק אויסצוהערן א צווייטן און אים מחזק זיין.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:How to Win Friends and Influence People
הן אמת אז זיינע עצות זענען באמת ווירקזאם, זיי ארבעטען אויף א מאסיווע פארנעם, למשל דער עצה וואס ער געט אהן מיט דער פאליסמאן האט געארבעט ביי מיר צוויי מאל און ער האט מיר נישט געגעבען א טיקעט, איינמאל האב איך אים אפילו געפרעגט פארוואס ער האט נישט געגעבען און ער האט מיר מודה געוועהן אז עס איז וועגען דעם, דער פאליסמאן האט אבער נישט געוויסט פין דער ביכל בחייכון וביומיכון.
.
איז מעגליך אראפצו שרייבען בקיצור די עצה לגבי א פאליס?
ייש״כ
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
בדחן האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:How to Win Friends and Influence People
הן אמת אז זיינע עצות זענען באמת ווירקזאם, זיי ארבעטען אויף א מאסיווע פארנעם, למשל דער עצה וואס ער געט אהן מיט דער פאליסמאן האט געארבעט ביי מיר צוויי מאל און ער האט מיר נישט געגעבען א טיקעט, איינמאל האב איך אים אפילו געפרעגט פארוואס ער האט נישט געגעבען און ער האט מיר מודה געוועהן אז עס איז וועגען דעם, דער פאליסמאן האט אבער נישט געוויסט פין דער ביכל בחייכון וביומיכון.
.
איז מעגליך אראפצו שרייבען בקיצור די עצה לגבי א פאליס?
ייש״כ
ווייטער שרייבט מען אזוי ווי "יעדער ווייסט" וועגען די עצה פון פאליס.
כאב אמאל געהערט פון דע מענטש אבער נישט געזזען די בוק און אויך נישט געהערט פון א פאליס עצה.
מע קען ערגעץ זעהן די בוק אנליין?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
בדחן האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:How to Win Friends and Influence People
הן אמת אז זיינע עצות זענען באמת ווירקזאם, זיי ארבעטען אויף א מאסיווע פארנעם, למשל דער עצה וואס ער געט אהן מיט דער פאליסמאן האט געארבעט ביי מיר צוויי מאל און ער האט מיר נישט געגעבען א טיקעט, איינמאל האב איך אים אפילו געפרעגט פארוואס ער האט נישט געגעבען און ער האט מיר מודה געוועהן אז עס איז וועגען דעם, דער פאליסמאן האט אבער נישט געוויסט פין דער ביכל בחייכון וביומיכון.
.
איז מעגליך אראפצו שרייבען בקיצור די עצה לגבי א פאליס?
ייש״כ
איך קען עס שרייבען אבער כדי עס צו טוהן ברויך מען ליינען דער ביכל, ווייל מען קען נישט טוהן נאר איין זאך מיט רעזולטאטען.
ווען א פאליסמאן שטעלט אהן איינעם איז רוב מאל וועט דער מענטש טענה'ן לא דובים ולא יער, איך בין נישט אדורך געפארען דער רויט לייט, און לייקענען דער טענה פין דער פאליסמאן, אדער וועלען זיי זיין חוצפה'דיג, אדער זיך פארענטפערען אז ער האט נישט באמערקט וכו'.
דער דרך בני אדם איז אז ווען מען זאגט עפעס און איינער ווענד דיך אפ באקומט מען א שטארקערע רצון צוריק אנצושלאגען יענעם וחוזר חלילה, עס גייט אהין און צוריק אן ברענגען צו א צד השווה.
ממילא דער פאליסמאן ווערט נאר מער באיינפלוסט אין דער ריכטיגקייט פין זיין טענה ווען מען איז זיך מתנגד צו זיינע דיבורים.
איז וואס זאל מען טוהן?
ווען ער שטעלט דיך אפ, און זאגט דיר דער באקאנטע קשיא, די ווייסט פארוואס איך האב דיך אנגעשטעלט, אויב מעגליך איז בעסער אנצוהייבען גלייך א גוטען אווענט אפיציר, און זאגען איך ווייס פארוואס איר האט מיך אנגעשטעלט, און איך וויל דיך זאגען אז וואס איך האב געטוהן איז געפעהרליך. איך וועל אנכאפען א משל מען זאל קענען בעסער פארשטיין. אויב למשל האסטו זיך איינגעדרייט אהן ווייזען דער בלינקער, זאגט וואס איך האב געטוהן איז געפעהרליך, עס איז ממש מסכן די אנדערע קארס וואס פארען פין די זייט קעגען איבער, עס קען גורם זיין אז א מענטש זאל קראסען און מיך נישט באמערקען און עס קען ברענגען דאס ערגסטע וכו' וכו' וכו'.
דער פאליסמאן וועט הערען עפעס וואס ער איז נישט געוויינט צו הערען "קיינמאל", ער גרייט זיך שוין צו אויף א טענה'ריי מיט א מענטש וועגען דער גרויסער עוולה ווי דער מענטש וועט טענה'ן אז עס איז נישט געפעהרליך, און ער וועט ענטפערען און יענעם שוין גוט מסביר זיין די עוולה פין זיינע מעשים, און אים באשטראפען מיט א גוטע טיקעט דערצו. דא וועט ער זיך פילען אביסעל פארלוירען, און בכלל נישט צוגעגערייט צו א פזמון ווי דער מענטש גאר איז אים מסביר די גרויסע עוולה וואס ער אליין איז באגאנגען.
וואס דארף צו געשעהן איז, אז דער פאליס הייבט אהן זיך צוריק טענה'ן מיט דער מענטש אז ניין, לא כן הדבר, וואס די האסט געטוהן איז נישט אזוי געפעהרליך ווי די זאגסט, עס איז אן עוולה, אבער נישט אזוי שלעכט וכו'. און אין זיין קאפ גייט אריין דער נאטאציע אז דער מענטש איז שוין נישט באגאנגען א געפעהרליכע עוולה.
און דער מענטש דארף זיך צוריק טענה'ן און זאגען ניין, אם סארי עס איז יא געפעהרליך און איך זאג צו אז מער וועל איך אזאנס נישט טוהן וכו'.
עס וועט זיך מן הסתם אויסלאזען מיט א ווארענונג און דאס איז עס.
אוודאי מוז עס געזאגט ווערען אין א ערענסטער וועג אז ער זאל גלייבען אז די מיינסט עס ערענסט וכו'.
און עס איז נישט גאראנטירט צו ארבעטען, אבער די שאנסען זענען פיל פאכיג מער ווי זיך טענה'ן אויף פארקערט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
איך האב ביידע ביכלעך, סיי אין לשון הקודש און סיי אין ענגליש. עס איז דאס בעסטע מתנה וואס איך האב נאר אמאל דערהאלטן פון איינעם אלס בחור.
בנוגע דיין פראגע, ער וויל נישט מ׳זאל ליגענט זאגן, ער וויל אז דו זאלסט ארבעטן אויף דיר אז עס זאל דיר באמת אינטערעסירן וואס דער אנדערע זאגט, אוטומאטיש אז עס איז אינטערעסירט דיר באמת וועסטו זיך אויך רעכענען מיט זייער מיינונגען. יעדע מענטש וועט הנאה האבן צי דילן מיט דיר, און אפילו זיי וועלן שאדן האבן אמאל דארט און אמאל דארט עפעס געלט, איז ער עס מסכים צו טוהן, עס איז אים ווערט. בבחינת גם לי וגם לך יהיה.