רעדנדיג פון שלום דין, געדענק איך ליינען אמאל א הערליכע ארטיקל אין איינע פון די מאגאזינען אולי 'סאלאן' ווי ער שרייבט זיין יוגנט, און ווי זיין ירידה האט זיך אנגעהויבן בלויז פון א סטיריא פלעיער, הערענדיג די טריפה'נע ראדיאו.
ער ברענגט ארויס וואספארא שטארקע השפעה דער טאלק שוי האוסט האט אויף אים געהאט, קומענדיג פון אזא שטארק פארמאכטע געזעלשאפט, זייענדיג פארשלאסן פון סיי וואספארא דרויסענדע אנשויאונגען איז ער געכאפט געווארן אין א שרעקליכע סורפרייז פון די וועלט וואס האט זיך אזוי ברייט אנטפלעקט.
איך קום שוין כמעט נישט אריין דא אין דעם אשכול, ווייל אויב ביסטו דא געווען די ערשטע העלפט קענסטו שוין נישטא ליינען, סנאר חזרה וחוזר חזרה אפי' מאה פעמים. נאר ווען ידידינו בן תמליון ברענגט עפעס נייעס לוינט זיך צו הערן. {אגב שמעקעדיג מען דארף זיין א נאה דורש ונאה מקיים וואס איז געווארן מיט 5 טעג נישט שרייבן ???} נאר איין נקודה וועל איך שוין מגיב זיין אז איך בין שוין יא דא, לגבי די ארטיקל, וזהו: ביטע האלטן פאר די אויגן דעם כלל, דער גוי האט אונז ליב, און וויל אונזער טובה, די פרייע אידן אידן ווילן אונזער גוטס און די גוטס פון אונזערע קינדער, נאר גאט ב"ה מיט זיין רעליגיע, מיינט נישט אונזער גוטס און די גוטס פון אונזערע קינדער. כמה נאים דברי חז"ל יוצק קיתון של צואה רותחים לתוך פיהם של אלו
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
ערשטנס, דער שרייבער פון דער אויבנדערמאנטער ארטיקל איז נישט איך, נאר דוד לערנער. גראדע שטים איך מיט מיט אים, אבער נישט אלעס אויף "אנפייעס" טראגט מיין נאמען. דאס איז, ווי מ'זאגט, "פאר די רעקארד."
צווייטנס, דער ארטיקל באשולדיגט נישט נ.וו., נישט מיט קיין שטארקע הוכחות און נישט מיט קיין שוואכע. דאס איז איבערגעגעבן געווארן פאר די דזורי און זיי האבן גע'פסק'נט שולדיג. איך, דו, און יענער קענען זיך אויף דעם אלעם דינגען, אבער דאס איז נישט די נושא. וואס דער ארטיקל באנעמט זיך יא איז די פראגע פון די 'קאמיוניטי', און די טענה פון 'מידיע בייעס'. דער היימישער עולם שרייט: געוואלד, וואס פארצאפט מען אונז די בלוט? פארוואס פארשמירט מען א גאנצע עדה פון מענטשן וואס זענען צוממערסטענס פיין און עהרליך און געזעצליך? (נאכדערצו אז ס'איז נישט דא ביי אונז קיין מערדערערס אדער דראג דיעלערס, און קוק נאר צו, אונז האבן הצלה מיט תומכי שבת מיט א ביקור חולים וואס ברענגט טשיקען זופ אפילו פאר די פרייע!) אויף דעם קומט דער ארטיקל זאגן אז די קאמיוניטי האט זיך עס אנגעברענגט. ליינט אויב איר ווילט, אדער פארקוקט אויב ס'איז אייך מער ניחא אזוי, אבער פארשטייט וואס די נקודה איז.
דריטנס, איך וואלט געראטן – אדער אמווייניגסטנס געבעטן למען האמת – אז שפעקולירן אויף די סיבות פארוואס איך אדער א צווייטער איז אראפ פון וועג איז, ווי מ'זאגט, א fool’s game. (ס'איז, למשל, נישט דא קיין לחלוחית פון אמת אין דאס וואס איינער האט געשריבן בנוגע א טעם און א שמחה אין א יום טוב. איך וועל אייך זאגן אפן, אן קיין בושה, אז דער טעם פון לערנען אור החיים הק' פרייטאג צונאכטס האב איך אין די פרייע וועלט נאכנישט געפונען.) איך קען גערן אריינגיין אין מער פרטים, אבער דער פארום איז מסתמא נישט דאס פלאץ פאר דעם.
דאס זעלבע גייט פאר שפעקולירן אויף מאטיוואציעס. ס'איז אפשר לעכערליך צו ענטפערן פאר די וואס שרייבן " ש.ד וכל כת ה'אן-פיאות ווילן זען יעדן חסיד אדער פריי אדער אין גאז קאמער." אבער אויף אזעלכע טענות ווי: "דער אמת'ער סיבה ווייל זיי הענגען זיך אויף שוואכקייטן פון די חרדים צו פילן אביסל גוט אז זיי זענען נישט א חלק פין די כלל מער..." איז אפשר יא כדאי אנצומערקן.
אויב וויל איינער הערן פאפ-פסיכיאלאגיע, קען איך טרעפן "אמת'ע סיבות" אויף יעדן וואס האט מיט מיר חילוקי דעות. אבער ס'איז מיר ענדערש צו רעדן פון פאקטן וואס איך קען ווי איידער איינגערעדטע שטויות ווייל עס פילט זיך מיר בעסער אזוי. ס'איז מיר אלץ א פלא אז פון אונזער עם חכם ונבון זענען דא אזעלכע חכמים וואס מיינען אז יעדע בויך סברא וואס מ'הערט אין מקוה מוז זיין אמת. אז איר ווילט וויסן "אמת'ע סיבות", פרובירט אביסל מער אריינקלערן, אבער צום אלעם ערשטן, פרובירט פרעגן פון יעניגן וואס איר בארעדט. אויב ווילט איר נישט הערן, געזונטערהייט. אבער זייט מודה אז איר קוקט אוועק פון רעלעוואנטע אינפארמאציע און ממילא וועט אייך פעלן אין די בויך סברא.
צום לעצטנס, א טיפן דאנק אייך ר' בערל בעל עגלה און ר' לעמאן דזשוס פאר די מעסיגע דיבורים בנוגע אני הקטן. איך האב נישט צופיל תרעומות אויף די העסערס און העצערס. איך האלט ס'קומט פון פונדאמענטאלע טעותים, אבער איך פארשטיי פון וואו עס קומט. ס'איז אבער אלץ מער צו אנערקענען ווען איינער רעדט אויף די ענינים דברים של טעם. תשואות חן לכם.
שלום, דו האסט א גערעכטע פוינט לגבי נישט דזשאדזשן אן וויסן דיטעילס. דאס זאג איך טאקע פון אנפאנג, פארוואס האבן מענטשן גענומען א מיינונג אין די וועבערמאן קעיס, אן האבן די מינדעסטע השגה וואס דא איז פארגעגאנגן, הן לטובה הן לרע.
אויב האבן אזויפיל גענומען א מיינונג קעגן, האבן אנדערע א רעכט צו נעמען א מיינונג לטובת, ווייל יעדער שטעלט אויס זיין החלטה לויט וואס ער וויל. די זעלבע איז מיט דן זיין איינער וואס פארט אפ, א אפגעפארענער באשולדיגט גלייך יעדן ערליכן, וכן להיפך. אבער דיין פוינט געב איך גערעכט, ליידער קען איך אפגעפארענע וואס ווערן באשולדיגט אן וויסן ווי אומשולדיג זיי זענען.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
יאנקל, כ'האב געמיינט דו קענסט מיך שוין. (איך האב שוין געלייקט און געFWD'עט אן-פיאות ארטיקלען לרוב. ב"ה. איך האב נעכטען, קורצע מינוטין איידער פארלאזען מיין קאמפיוטער, געזעהן די נייע הודעה פון "שלום דין". בשיטה האב איך נישט ליב צו לייקן איידער איך ליין. - בפרט, ווען ער באציעט זיך אויף פריערדיגע תגובות וואס כ'האב בכלל נישט געליינט. יעצט, היום יום ד' בשבת, בין איך צוריק דא ב"ה. און יא, כ'האב געלייינט און געלייקט, כראוי וכיאות.
איז דא א וועג איך זאל קענען מיטהאלטען אלע אפדעיטס אין די קעיס? אן דארפן ליינען אלע טענה'רייען איך וויל בלויז וויסן די פאקטישע אפדעיטס אין די קעיס אן דארפן זוכן אין אזויפיל בלעטער