מיינע זיסע זכרונות פון חיידער! מיינע קינדער יארן!

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
בונעס איירעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

מיינע זיסע זכרונות פון חיידער! מיינע קינדער יארן!

שליחה דורך בונעס איירעס »

דאס יונגעלע וואקסט מיר קנ"ה אונטער און ער ברענגט מיר אהיים זיינע זיסע דעטאלען און מעשה'לעך פון חיידער מידי יום ביומו. דאס טוט מיך אויפרישען דעם זכרון און פירט מיך צוריק צו די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, ווען איך בין געווען דער קליינער מיטן גאנצען קינדישען תמימות צו מיין טאטען, און געזיצען ביי מיין רבין אין חיידער און געטייטעלט מיט די פינגער. אלזא מיר אלע האבן און דערמאנען זיך כסדר געשמאקע, און צומאל שמערצליכע חיידער טעג, איז כדי מיט א ווארעם גלעזעל קאווע און טאקע אינעם ווערץ הייזעל דאס אויפצוברענגען, דאס איז דאך ריכטיגע נאסטאלגיע פאר יעדן פון אונז.

און עס צוזינגט זיך דאס לידל.. קינדער יארן זיסע קינדער יארן.. עס וועט מיר אלץ בלייבען וואך אין מיין זכרון
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בונעס איירעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בונעס איירעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך בונעס איירעס »

מיין מלמד אין כתה ה' גראדע א גאר פיינער מלמד געווען א סאלידער רואיגער מענטש, וואלט אים געשטעלט מער צו די עצלונ'דיגער זייט, כסדר געהאלטען א קאווע אינדערהאנט און געזיפט שטילערע זיפלעך, גראדע אויך געווען א רויטליכער האט אבער נישט געשאדט, ער האט געהאט א דינעם פאן שטעקעלע נישט אויף צו שלאגען נאר פשוט פאר דעם גרודער וואס דער פאן שטעקעלע מאכט שניידענדיג די לופט אויף איר וועג אראפ‪,‬ בקיצור א פיינער רבי געווען אלץ געהאט אין צינישען שמייכעל אויפן געזוכט און געגעליכען די קלוגע כיטערע קינדערליך וואס גלייכען זיך צו פארמעסטן מיטן רבין…

מיין קלאס איז געווען אויסגעשטעלט אזוי: א חית מיט עלטערע טישן און פארשינדארטיגע בענק צוגעריקט צו זיי, און אזוי די קינדערלעך אויסגעזעצט ארינגס און ארום… און פון פארענט איז געווען דעם רעבינס טיש מיט זיינע קלאפער געצייג די יונגע צוויבלעך, רייז מילך, זאלציגע ניסלעך, און ליידיגע קיבלעך (קאנטעינערס) פון מהדרין יאגורט וואס דערין איז געליגן די צוגענעמנע שפילצייגן און סילי פאטיס וואס ער פלעגט צו פארכאפן איבערן טאג פון אירע הערשער, און נאך עפעס געוויסע סודותלעך וואס מיר האבן קיינמאל נישט געהעריג געקענט דערגיין.

און דארט פארענט פון זיין טיש איז געווען נאך איין טישל… פאר די חברה פעיפערס פוילע יונגען וואס האבן קיינמאל נישט געוואוסט וואוזוי ארויסצוקריכען פון דעם "וואו האלט מען" פראבלעם…דער רבי פלעגט צו זעין אז היצט איז א שעת הכושר דער יונגעל חלומט אוועק פלעגט ער גיבן א שפרינג צו מיט אזא.. וואו האלט מען??? איו דער האט זיך וואו אויפגעטרייסעלט פון זיינע זיסע חלומות און אוודאי נישט געואוסט אויף וועלכע וועלט ער געפינט זיך, און אריינגעקוקט מיט קעלבערנע בליקען צום רבין אוואו איינער פאדערט רחמנות.

אלזא געשלאגען האט ער נישט, אבער ער האט דאך א פראבלעם געהאט מיט אט די קינדער וואס קענען צומאל גוט ארויסנעמען פון די כלים דייקא דעם ראוגין מלמד, ווען עס גרייכט דאנערשטאג און מען הייבט אן דורך גיין נאך א וואך פון הארעוואניע די גמ' פלעגן דאך די דאזיגע-דער פארענט טישל, די גאנצע וואך אפגולמען אויפן דאך זיך ארומוויקלענדיג מיט דעם הענגעדיגען פורהאנג אויף דער וואנט און אזוי געהאנגען האלב און די לופט האלב אויפן טיש, און צוקייען פאפירלעך, מאנכע פון די גאר גוטע קעפ פון אט די פלעגן אויסרעכענען בערך וויפיל צוגעל באשטייט די כתה אונזערע, און דערנאך ביים שפילן גיין פלעגט ער נאך מיט א שמחה דאס מיר קומען פארציילען (גיי ווייס)

אמילא ווען ס'איז געקומען זייערס א טשאנס און מען האט זיי א פרעג געגעבן עפעס פון די גמ' האט עס אוואו אן אומגעלונגענעם אחרון פסח קניידל געלאנדעט אויף זיין קאפ, אבער דאן פלעגן גלייך אפירקומען די גוט הארציגע צו רעסקיא און "אונטער זאגן" האט דאס געהייסן, אבער דער באטרעפענדער פונעם הארטען קניידל האט נישט אלץ געכאפט וואס דער אונטער זאגער זאגט, אים האט זיך צוגעדאכט עפעס אן אנדער ענדליכער ווארט וואס מען האט געלערנט גענוי א יאר דערפריער, האט ער דאס ווארט א ווארף געגעבן דעם מלמד און פרצוף זיינער און אלו מציאות מיט עפעס א ווארט וואס ער דענקט פון פאריאר פון שנים אוחזין בטלית..

נא שטעלט אייך אוודאי פאר דער מלמד האט דאך געוויסט וואס קומט, ער קען דאך זיין תכשטיל נישט פון היינט… נאכען דערמאנען לשבח דעם נאמען א זעכציג זיבעציג מאל טייטעל, קלאץ נישט, קוק נישט, גיי נישט, בית הכסא באלד, טיילענאל פונעם מנהל ביי פאזע, און אזוי ווייטער. שטעלט איר זאך אוודאי פאר אז ער האט ענדליך דעם געמאכטן רואיגקייט געבראכען איינמאל פאר אלעמאל, און ארויס געשלעפט דעם בייסיגען קאנטשיג פונעם באהעלטעניש זיינער, וואס איז געווען פארצייכענט מיט דעם "עמלק" דערויף. און דעם נעבעכדיגען קינד אונטער געליינט אויף הונטערוויילעכטס און אנגעהויבען ציילן מיטן גאנצען עולם באנאזאם וואס?? ניין!!!

הערט גאר א בעסערער עצה האט דער רואיגער מלמד געהאט דער איז געווען אזא מין קאמאטישער פוילער מענטש אז שלעק איז געווען צו א גרויסען איבערשטרענגונג פאר אים.

בימים ההם געווען איינער מיטן נאמען זונדל בערמן געהאט האט ער א דרוקעריי פון ספרים ער פלעגט מוציא לאור זיין די דינע גמ' (אויב דענקט איר זיי) אויף די פרקים וואס מען לערענט אין די חדרים, פלעגט צו זיין אן אלו מציאות'על, א הישן תחת המטה, א ביצה שנולדה ביו"ט, עס האט געהאט אזא דינטשיגען פאפירענעם דעקל, אמאל א בלויער פארב אמאל א רויטער פארב, דער רבי מיינער האט אויך געניצט אט דעם אלו מציאות גמ' און ער פלעגט דאס אזוי איינצובייגען און צווייען און אזוי זיך געדרייט צווישן עולם.

ביי אט אונזער פאל פלעגט ער דעם קאווע שאל א ווילדן שטעל אוועק געבן סיי וואו, און אפילו געמאכט זיכער אז דאס גיסט זיך נאך אויס אויך, און צו דעם נעבעך אומבאהאלפנעם קינד צולויפן פונעם אנדערן עק קלאס מיט אזא מין אימפעט, אזא געמאכטן מזרח ווינט אז מעהאמיר געמיינט אז דער בנין גייט איין, צוגעלאפען צו דעם קינד און מיט דעם אילו מציאות'ל גמ' אזא מין שרעקליך ביליגען קלאפ געגבן אויפן קאפ פונעם יעניגען, מיט אזא שפאטישען מאך מיט די הענט געטון און א קרומען גרימאס געגעבן מיט די ליפן און פון אונטער די רויטע וואנדזשעס אויסגערופן אזא לאנגען יואוי!! אוואו איינער זאגט די פערד גיי שוין גיי… פון דיר וועט א מיסט קאסטן טרעקל מנהיג אויסוואקסן.. אט דאס האט דעם קינד געשטעלט און פלאץ נאך פיל מער וואו געזונטע קלעפ, דאס ביטול וואס דער רבי אונזערע האט אים צוגעטיילט! דאס קומענדיגע וואך האט ער שוין געמאכט זיכער צו קענען דעם אלו מציאות'על פון זונדלען.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

בונעס דו האסט א זיסע פעדער...
ס'האט שוין אויסגעזעהן גלייך אין דיין ערשטע תגובה אז דו האסט נישט געהאט קיין רבי'ס רוצחים, אויב יא בין איך זיי נישט מקנא ווען דו גייסט זיי צונעמען אויף פיצלעך...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יא יא. וואויל איז דיר!
מיין כיתה ה' רבי איז געווען א רוצח במלוא מובן המלה..

האסט שוין געלייענט מיינע זכרונות?
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=27554
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אז מען רעדט פון די זכרונות פון די יונגע יארן, איז נישט מער ווי רעכט צוצוברענגען אן ארטיקל פון מיין אור-אלטן-באליבטן שרייבער, יענטאאש.

אט האט איר:

'וועסט זיך נאך בענקען צו די יונגע יארן'

אזוי האט מיר מיין מאמע געזאגט בעת זי האט איינגעזאפט מיט א טישו די פילע שנירלעך טרערן וועלכע האבן אראפגערינען מיט א רחמנות אויף מיינע גלאנציגע יונגע בעקעלעך ווען איך האב געוויינט פארוואס איך בין נאך צו קליין צו גיין צו מיין צווייטע קאזינס חתונה. אזוי האט מיר מיין טאטע געזאגט בעת ער האט שטארק געדריקט מיין האנט גייענדיג אויפן וועג צום שול פרייטאג צונאכטס ווען איך האב גענודזשעט פארוואס איך בין נאך צו קליין צו קראסן אליין די סטריט. אזוי האט מיר מיין זיידע געזאגט מיט זיין שליימיגן קול בעת ער איז געזעצן אויף די טאראסע אנגעטאן אין זיין בלויען סוועטער און איינגעהילט אין זיין גרויען שאל טרינקענדיג א הייסע טיי מיט לימענע אין א פיר און ניינציג דעגרי וועטער צובייסענדיג א קאצקע צוקער. אזוי האט מיר מיין באבע געזאגט בעת זי האט מיט איר ציטערדיגע האנט מיך פרובירט צו פיטערן די רעשטעלעך פאשיט און לאנגע -טאמעיטא סאוס- לאקשן וועלכע איך האב נישט געוואלט אויפעסן פאר נאכטמאל, וויינענדיג אז די גרויסע קינדער צווינגט מען נישט צו אויפעסן. אזוי האט מיך מיין מלמד געזאגט בעת מיינע רויע בעקעלעך זענען געלעגן צעדריקט צווישן זיינע הארט-הויטיגע פינגער ווען ער האט מיך געציפט מיט א כלומר'שטע ליבשאפט. און אזוי האט מיר מיין מנהל געזאגט מיט אן אריינרוימנדע שטילע שטימע אריינאטעמענדיג מיט זיין פון-קנאבל-שטינקפולע מויל גלייך אין מיין יונג אומשולדיג פיסקל.

היינט, יארן נאך די חתונה מיט עטליכע קינדער אין די זייט, מוז איך אייך זאגן טייערע עלטערן און מחנכים: גרויסע שטותים האט עטץ גערעדט! ווער בענקען? ווי בענקען? וואס בענקען? איר האלט טאקע אז איך בענק מיך צוריק צו די צייטן ווען מיינע הענט זענען צעציפט געווארן בין דרימל לדרימל פון מיין טאטן פרייטאג צונאכטס אין שול? איר האלט טאקע אז איך בענק זיך צוריק צו די צייטן ווען איך האב נאר באקומען אן אייסעס פון מיין מאמען בימי טהרה? איר האלט טאקע אז איך בענק זיך צו די צייטן ווען מיין זיצער איז בלוי געווארן אונטער די רשעות'דיגע קאנטשיק פון מיין פארשאלטענעם מלמד? איר האלט טאקע אז איך בענק זיך צוריק צו די צייטן ווען איך האב געמוזט לערנען שבת נאכמיטאג חומש מיט מיין זיידן?

יא אמת, ס'איז דא פארשידענע פריוויליגיעס וואס נאר א יונגל האט. איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען פליען מיט א סקוטער אויף די סיידוואלק מיט א קוויטשענדע 'לעאו.....!! לעאו.....!! וויעאו.....!!'. איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען זיך אראפשטעלן פארנט פון א 'פאני טאטע' און אריינקוקן אים מיט א צעעפנטע מויל גראד אין פנים אריין אזש איך זאל קענען ציילן די הארלעך פון זיין נאז. איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען - אפגעזען ווי ווייניג נערוון איך זאל נאר האבן צו דאווענען - שפילן 'באהאלטן' און 'רעד לייט גרין לייט וואן-טו-טרי' אין שול. איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען - אפגעזען ווי שטארק איך זאל נאר דארפן - 'לויפן' אין טוילעט מיט א שנעלקייט אנכאפנדיג זיך באותו מקום עס זאל נישט ארויסרינען.

אבער פון די אנדערע זייט האב איך דען 'אזא תאווה' למשל צו האלטן פעסט א צעקנייטשטן סענדוויטש בעג אנגעפילט מיט צעמאלענע זאלציגע פאטעיטא סטיקס און צעברעקלטע זיסע טשאקלאד וועיפערס? וויל איך דען אזוי שטארק אריינוואקן אין ביהמ"ד פרייטאג צונאכטס מיט 'לעמאנעיד פיאות'? האב איך דען אזא תשוקה צו שרייען 'גויאאץ' פאר דעם שחור פון די מקוה?.......

סא, די גאנצע 'יונגע יארן' גערעדעכץ איז 'סתם אין די וועלט אריין גערעדט'.....


===========================

און יעצט, בוענאס איירעס, לאמיר הערן נאך...
וירח ה' את ריח הניחוח
בונעס איירעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך בונעס איירעס »

מיינט נישט טאקע.. איך האב אויך געטרינקען פון דעם "כוס התרעלה" פון אונזערע האלב גייסטיגע מלמדים!! (רעד דייקא נישט פון די היינטיגע מלמדים וואס זענען פיינע טיכטיגע טויגליכע אינגעלייט וואס לייגען אריין א געשמאק און די קינדער סיי מיט גשמיות און סיי מיט רוחניות און שטעלן אן א פרייליכען אטמאספערע אין די כתה, אזוי אז מיין אינגעל'ע גלייכט צו גיין אין חדר אז א טאג וואס עס איז קיין חדר נישטא איז ער גאר צוטארגען..... גלויבט מיר און אנהויב האב איך מיך ממש נישט געגעלויבט... אפנים אזוי איז וואו איך שיק די קינדער, אז איר ווילט קען איך אייך אנפארטרויען און אישי וואו זיי לערנען)

און אונזערע צייטן האט געהאט דאס קלייבן א מלמד א זונלאזען באדייט

די הנהלת הת"ת האט זיך א לאז געטון צום כולל אברכים און זיך גוט אומגעקוקט ווער פון די אלע גייען צו גארנישט אפטויגען און זייער קאלעכיגען לעבן, האט מען אויף זייער געזונדל רחמנות געהאט און זיי געוואלט מהנה זיין מיט א מתן בתסר בדרך כבוד, האט מען דעם גייסטיגען דערלאנגט א בליטשאיגען כאלאטל מיט פארשידענע קנעפ באצירט דערויף.. און רח"ל אנפארטרויערט מיט א קלאס פון אומשילדיגע קליינע עופת'לעך..

און דער האט געהאט א מקום מנוחה פארן טאג.. און צו דער זייט נאך אינטערטעינמענט אויך.. און א באהאלטענעם שאפע וואו צו ליינען דעם צייטונג יעדן מיטוואך... און א מלמדים שטיבל וואו אויפצוגרעבטשען דאס חיידער סאלאט מיט ציבעלע..

נאר וואס דען א גוט קעפעל האט דער אויבערשטער מיך געשאנקען געקענט האב איך אלץ פון די ערשטע, האט זיך דער מלמד נישט געקענט אזוי איזדיקעווען אויף מיין זעהל.. אבער צוליב דעם פלעג איך צו טון שליחותן או אויספירן אנדערע שגענון פאר אט די צורידעטע. האב איך מיך באקענט מער מיט די אנדערע זייט פון די מטבע - דאס הייסט דעם אמתן פעלערהאפטיגען דמות פון דעם מלמד מיינעם, זיינע טיפע שגענון און סטופיטעדיס.. (און מיט דעם וועל איך מיך מער אפגעבן דא, עס וועט אפשר זיין אויפן הומאריסטישן גאנג, אנשטאט ענגער און ווייטאג וואו ווען מען רעדט געווענדליך פון די מלמדים, ווייל דאס איז דער פועל יוצא רעדענדיג פון זיי פון מיין פראספעקטיוו וואו אויך האב זיי געקענט) און פארשטייט זיך אז כסדר צו צוקוקן אחזריותדיגע שלעק אויף זיינע קרבנות - מיינע חברים. האט אויף מיר אויך איבער געלאזט שווערע צייכענס פון פחדים פארן יאר, און אוודאי צומאל האב איך אויך אריינגעהויבען מכות ווייל אים האט זיך צוגעדאכט אז איך טו מיך מיט גריגשעצונג מתחצף זיין צו זיינע קאפריזן. אדער אנדער אויפשוידערדיגע פעלער וואו איר וועט זיך בעז"ה באגעגנען.

מיינע יוגנט צרות האבן זיך אנגעהויבן מער און די ישיבה יארן ווען אונזערע מחנכים (מגי"ש איז געווען זיייער טיטול) האבן געוואלט אז זיי זאלן קיין פינגער און קאלט וואסער נישט ברויכען צו לייגען נאר פשוט קענען דעקן דעם לעקטעריק ביל מיט דעם ארימען געהאלט זייערען און אז דער סיסטעם זאל זיך פירן וואו א שבת זייגער.. און אז דער יונגער ביימעל זאל זיך צובליען אן אים באוואסערען ... (בקיצור געמאכט פון מענשטליכע ברואים א מאשינערי פארבריק) פארשטייט זיך אז מיין געוויסן האט דאס נישט טאלארירט איך בין געווען א יונגער קוים וואס געבוירענער בן אדם וואס ג-ט האט איינגעפעדעמט און די בריאה זייינער, אז א יונג ביימעל ברויך מען צו בארבייטען אריינלייגען עכ"פ די מינימום כוחות אז ער זאל עפעס א נארמאלער געוואוקס זיך צובליען, פאר עפעס א זאכליכער סיבה בין איך דאך נישט געבארן געווארן און א וואלד און איך זאל מוזן אליינס מיך אויסלערנען דעם הלוך ילך פונעם וואלד לעבן,

דער מגי"ש האט דאך אבער מער וואו אריינבליקען אינעם ישא ברכה זיך קראצענדיג און קנייטשענדיג דעם שטערן זיינער צו פראבירן כאפן דאס פשוטע וואס דארט ווערט געשריבען!! האט ער צו גארניקסט געטויגט.... נאאא?? האט איר געוואלט ער זאל זיך מיט מיר קענען אן עצה געבן ???

בקיצור נישטא אזויפיל צייט מע ברויך עפעס ארבייטן אויך איבערן טאג לטעס גא

איבער די שלעק בעז"ה און דאס קומענדיגע...

פאר די לינקים ייש"כ זייער גוט הנאה געהאט!
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

בוענסיירעס אינטערסאנטע ארטיקל, ספעציעל ווען רוב רביס זענען געווען מרביצי תורה לעדרים, מרביץ תרתי משמע פאר ווער ס'קען עברית.

יעצט רעדנדיג פון קינדער יארן דערמאן איך מיך פון מיינע צייטן, מיין כיתה ו' רבי איז געווען נישט קיין קליינע אכזר און בלוט צאפער, ווען די יאר האט זיך געענדיגט האבן אלע קינדער געוואלט זאגן ברוך שפטרני, נאר די ערשטע טאג אריינגייענדיג אין כיתה ז', האט די נייע רבי וואס איז געווען פון עלטערן דור, געוואלט ווייזן אז ער איז נישט קיין מפיל קינד, האט ער אנגעפראסקעט א האלבע קלאס, להוכיח קבל עם ועדה, אז ער איז נישט קיין קלענערע מערדער פון די כיתה ו' רבי. שוין אמאליגע רבי'ס.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בונעס איירעס האט געשריבן:מיינט נישט טאקע.. איך האב אויך געטרינקען פון דעם "כוס התרעלה" פון אונזערע האלב גייסטיגע מלמדים!!


דאס איז א סתירה מיטן קעפל פונעם אשכול:
מיינע זיסע זכרונות פון חיידער! מיינע קינדער יארן!
וירח ה' את ריח הניחוח
בונעס איירעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך בונעס איירעס »

שמעקעדיג האט געשריבן:
בונעס איירעס האט געשריבן:מיינט נישט טאקע.. איך האב אויך געטרינקען פון דעם "כוס התרעלה" פון אונזערע האלב גייסטיגע מלמדים!!


דאס איז א סתירה מיטן קעפל פונעם אשכול:
מיינע זיסע זכרונות פון חיידער! מיינע קינדער יארן!


איך האב מקדים געווען אז צומאל איז עס ביטערע זכרונות אויך.. אבער ווילאנג עס איז זכרונות-נאסטאלגיע, סיי וואו זוי איז עס זיס!
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

בונעס האט געשריבען :
מיינע יוגנט צרות האבן זיך אנגעהויבן מער און די ישיבה יארן ווען אונזערע מחנכים (מגי"ש איז געווען זיייער טיטול) האבן געוואלט אז זיי זאלן קיין פינגער און קאלט וואסער נישט ברויכען צו לייגען נאר פשוט קענען דעקן דעם לעקטעריק ביל מיט דעם ארימען געהאלט זייערען און אז דער סיסטעם זאל זיך פירן וואו א שבת זייגער.
דוקא א שבת זייגער איז נישט אזוי שלעכט ס'שטעלט זיך אפ איינמאל אין אפאר שעה..
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בונעס? ווען קומט די פארזעצונג??
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו בונע סיירעס

שליחה דורך berlbalaguleh »

יישר כח פאר'ן אנצינדן מיין זכרונות מאשין. איך האב ב"ה נישט געהאט קיין רבי'ס רוצחים און סאדיסטן. נאר איינעם א סובסטיטוט וואס האט געהאט שפיציגע שיך און ער פלעגט צו גיין צו א יעדן יונגל אין קלאס וואס האט זיך עס פארדינט (און איך האב מיר עס זיכער פארדינט) און געשטויסן מיט זיינע שפיציגע שיך אין די זייטן. זאגנדיג דערביי דעם זעלבן פזמון. "אזאנס האב איך נאך אין מיין לעיבן נישט בייגעוואוינט". מיין מאמע ע"ה, זעענדיג די בלעק ענד בלו מארקס, איז נישט געלאפן אין חדר סטראשענדיג מיט'ן ארגסטן ווייל מ'האט צושטויסן איר תכשיט. נאר זי האט מצדיק את הדין געווען אז כ'האב מיר עס זיכער ערליך פארדינט. כ'האב נאך עטליכע זכרונות פון צוזאמענשטויסן וואס כ'האב געהאט מיט שטרענגע רבי'ס. נאר מיר עלל'ן עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט. ועוד חזון למועד.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין יענע צייטן שוין געווען שפיציגע שיך? אפשר האט ער אנגעטאן זיין ווייב'ס שיך.......
וירח ה' את ריח הניחוח
בונעס איירעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך בונעס איירעס »

דערווייל קען איך נישט קומען צו די החלטה ביי וועלכען מעשה מיך אפצושטעלן..

אלע וועט זיך אייך דאכטען אז איך בוי אויף א פיקציע מעשה'לע אדער גאר א נאוועלטי! :)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:אין יענע צייטן שוין געווען שפיציגע שיך? אפשר האט ער אנגעטאן זיין ווייב'ס שיך.......

ניין ער איז געווען זייער סטייליש. מיט מיין יונגלישן שכל האב איך נישט געקענט דערגיין פאר וועם ער וויל געפעלן. אין 1958 איז שפיציגע שיך געווען זייער שטארק אין די מאדע. שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

בונעס איירעס האט געשריבן:דערווייל קען איך נישט קומען צו די החלטה ביי וועלכען מעשה מיך אפצושטעלן..

אלע וועט זיך אייך דאכטען אז איך בוי אויף א פיקציע מעשה'לע אדער גאר א נאוועלטי! :)

וואס א חילוק? אונז באסמאקעווען זיך מיט יעדען ווארט!!!
בונעס איירעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך בונעס איירעס »

טעפל האט געשריבן:
בונעס איירעס האט געשריבן:דערווייל קען איך נישט קומען צו די החלטה ביי וועלכען מעשה מיך אפצושטעלן..

אלע וועט זיך אייך דאכטען אז איך בוי אויף א פיקציע מעשה'לע אדער גאר א נאוועלטי! :)

וואס א חילוק? אונז באסמאקעווען זיך מיט יעדען ווארט!!!


איך זעי אז דעם טעפל באניצט מען לכאורה נישט פאר קיין נעגל וואסער אונדערפרי.... ער איז א נאכט פויגעל!
בונעס איירעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך בונעס איירעס »

עוד מישהו האט געשריבן:בוענסיירעס אינטערסאנטע ארטיקל, ספעציעל ווען רוב רביס זענען געווען מרביצי תורה לעדרים, מרביץ תרתי משמע פאר ווער ס'קען עברית.

יעצט רעדנדיג פון קינדער יארן דערמאן איך מיך פון מיינע צייטן, מיין כיתה ו' רבי איז געווען נישט קיין קליינע אכזר און בלוט צאפער, ווען די יאר האט זיך געענדיגט האבן אלע קינדער געוואלט זאגן ברוך שפטרני, נאר די ערשטע טאג אריינגייענדיג אין כיתה ז', האט די נייע רבי וואס איז געווען פון עלטערן דור, געוואלט ווייזן אז ער איז נישט קיין מפיל קינד, האט ער אנגעפראסקעט א האלבע קלאס, להוכיח קבל עם ועדה, אז ער איז נישט קיין קלענערע מערדער פון די כיתה ו' רבי. שוין אמאליגע רבי'ס.


דאס דערמאנט מיך א מעשה: געווען אמאל א קעניג גאר א שלעכטער האט אויסגעטיילט צרות יגון פאר זיינע אידישע בירגער, האבן זיי מתפפל געווען אז דער קעניג זאל אפייגערן, און פטור אן עסק, און זאל שוין זיין זון איבערנעמען די מלוכה, דער אויבערשטער האט אנגענומען זייערע תפילות. און דער קעניג האט זיך טאקע אויסגעצויגען אויף אייביג, איז געקומען דער זון און איבערגעומען די הנהנת המדינה און די האנט אריין, און געוואלד און געשריגען דער איז געווען פיל א גרעסערער מרושע ווי דער פאטער זיינער אויסגעטיילט געדאפעלטע צרות פאר זיי, האבן די אידן כסדר מתפלל געווען אז דער קעניג זאל לעבן גאר לאנג, דער קעניג האט זיך דערוויסט דערפון האט ער געפרעגט איינעם פון די קלוגע אידן אפשר זענט איר מיר מסביר דעם אינטערסאנטען זאך הלמאי איך בין דאך ביטער שלעכט צו אייך פארוואס בעט איר איך זאל לעבן?

האט אים דער איד גענטפערט, הויעך גשעצטער קעניג מיר האבן געבעטן אז אייער פאטער זאל פייגערן און דער אויבערשטער האט דערהערט אונזער רוף אין אים אוועק גענומען פון אונז... דאן האבן מיר באקומען דיך.. פיל ארגער ... מיר ווייסען נישט וואס אייער זון וועט טון מיט אונז זאל עס בלייבען מיט דיר! 
פארשפארט